"די סאטמארע שטוב" - אויסגאבע קהילות סאטמאר מהרי"י

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

"די סאטמארע שטוב" - אויסגאבע קהילות סאטמאר מהרי"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

בשורה טובה - תחדשהו

מיט לויב און דאנק צו השם יתברך שטעלן מיר אייך דא פאר די ערשטע אויסגאבע פון ״עדתינו״ וואס איז צוזאמגענומען אלע נייעסער; געשעענישן און מסיבות א.א.וו. פון די סאטמארע אימפעריע איבער דער וועלט.

מיט אריבער צוויי חדשים צוריק האבן מיר נאכ'ן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו געעפענט אן אימעיל מיטן נאמען ״עדתינו״ וואס ווערט געשיקט כמעט טעגליך מיט נייעס און בילדער פון געשעענישן בקהילתינו הק׳ סאטמאר בכל אתר ואתר, וואס דאס טוט אביסל צוזאמהאלטן און אפדעיטן אנשי שלומינו איבער דער וועלט ווען מען זעהט ווי אין אלע שטעט וואקסט און בליהט די קהילה לשם ולתפארת.

ווילן מיר דא מבשר זיין, אז אויפ'ן פארלאנג פון פולע אנ"ש וואס האבן נישט קיין אימעיל, און ווילן דאך מיטהאלטן מהנעשה והנשמע בחצרות קדשינו, האבן מיר אהערגעשטעלט א חודש'ליכע אויסגאבע, וואס וועט צוזאמברענגען אלע נייעס בחצרות קדשינו און אזוי אויך אלע נייעס בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' פון איבער דער וועלט.

מיט די צייט האפן מיר בעזר השם צוצולייגן פארשידענע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אין דעם אויסגאבע וואס מיר האפן זאל ערשיינען יעדע חודש.

אין דעם אויסגאבע האבן מיר צוגעלייגט אן אפטיילונג פון היסטארישע בילדער פון הרב הערץ פרענקל ז״ל דער לאנגיעריגע מנהל פאר לימודי חול אין בית רחל וואס איז נפטר געווארן פארגאנגענעם חודש חשון.

צום אנהייב פונעם נייעם אויסגאבע ווילן מיר בעטן אויב איר האט עפעס הגהות אדער סיי וועלכע פארשלאגן צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער אויסגאבע, ביטע זייט אונז מודיע כדי אנדערע זאלן קענען הנאה האבן.

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פון דעם אויסגאבע
וחפץ השם בידינו יצליח

המערכת

לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:45 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

וועכענטליך ?
געדאנק ווי בחצרות ?
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

Borrower האט געשריבן:וועכענטליך ?
געדאנק ווי בחצרות ?

ער שרייבט אז ער גייט ארויסקומען חודש'ליך
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

לױט װי איך גלײב גײט עס די רבי זז״ג אפשטעלען
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

abeg האט געשריבן:לױט װי איך גלײב גײט עס די רבי זז״ג אפשטעלען

ס'איז זייער א געוואונטשענע זאך.
האפנטליך אז ס'וועט אויך אנקומען קיין ארץ ישראל

טאמער וועט דאס געפירט ווערן בהשכל ובדעת, אן צו לייגן גרויסע בילדער און באשרייבונגען פון רבי'ן, וועט דאס לכאורה ממשיך זיין מיט שטאלץ און ברענגען כבוד פאר סאטמאר!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

זילבערווערק האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:לױט װי איך גלײב גײט עס די רבי זז״ג אפשטעלען

ס'איז זייער א געוואונטשענע זאך.
האפנטליך אז ס'וועט אויך אנקומען קיין ארץ ישראל

טאמער וועט דאס געפירט ווערן בהשכל ובדעת, אן צו לייגן גרויסע בילדער און באשרייבונגען פון רבי'ן, וועט דאס לכאורה ממשיך זיין מיט שטאלץ און ברענגען כבוד פאר סאטמאר!

גיט ארױסגעברענגט
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

abeg האט געשריבן:לױט װי איך גלײב גײט עס די רבי זז״ג אפשטעלען

צוליב וועלכע סיבה?
דער איד גייט די רבי אויך אפשטעלן?
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

עס גייט אויכט זיין סתם שיינע ארטיקלען אדער נאר נייעס און בילדער
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

געפרואווטער האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:לױט װי איך גלײב גײט עס די רבי זז״ג אפשטעלען

צוליב וועלכע סיבה?
דער איד גייט די רבי אויך אפשטעלן?

ווייל אמאל איז ארויסגעקומען א אויסגאבע "העולם" אין ער האט עס אפגעשטעלט
אויכט האט ער אמאל אפגעשטעלט א אימעיל גראפ וואס פלעגט שיקן בילדער

ממילה קלערן זיי אז דעיס וועט ער אויכט אפשטעלן
אוועטאר
בלויז יודיש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 3:28 pm

תגובה דורך בלויז יודיש »

גייט דאס קאסטן געלט? אדער גייט זיין בחינם?
כלל ישראל איז ארויס פון מצרים אין דער זכות וואס מ'האט גערעדט "בלויז יודיש"...
אוועטאר
בלויז יודיש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 3:28 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויז יודיש »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
געפרואווטער האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:לױט װי איך גלײב גײט עס די רבי זז״ג אפשטעלען

צוליב וועלכע סיבה?
דער איד גייט די רבי אויך אפשטעלן?

ווייל אמאל איז ארויסגעקומען א אויסגאבע "העולם" אין ער האט עס אפגעשטעלט
אויכט האט ער אמאל אפגעשטעלט א אימעיל גראפ וואס פלעגט שיקן בילדער

ממילה קלערן זיי אז דעיס וועט ער אויכט אפשטעלן

איך האף אז די פארשטייסט אז א אימעיל גראפע איז אנדערש ווי א אויסגאבע וואס גייט בלויז שרייבן ארטיקל וכדו'...
כלל ישראל איז ארויס פון מצרים אין דער זכות וואס מ'האט גערעדט "בלויז יודיש"...
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:עס גייט אויכט זיין סתם שיינע ארטיקלען אדער נאר נייעס און בילדער

זיי האבן געשריבן אז זיי פלאנען צו צולייגן פארשידענע אינטרעסאנטע אפטיילונגען

ווען זיי פרעגן מיר, וואלט איז גע'עצה'ט נישט ארויסצוגיין פון די סאטמאר'ע גרעניצן.
סאטמאר אליין האט גענונג וואו מ'קען אויסרייטערן, און ס'פעלט נישט אויס צו ווערן סתם נאך א מאגאזין.
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
געפרואווטער האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:לױט װי איך גלײב גײט עס די רבי זז״ג אפשטעלען

צוליב וועלכע סיבה?
דער איד גייט די רבי אויך אפשטעלן?

ווייל אמאל איז ארויסגעקומען א אויסגאבע "העולם" אין ער האט עס אפגעשטעלט
אויכט האט ער אמאל אפגעשטעלט א אימעיל גראפ וואס פלעגט שיקן בילדער

ממילה קלערן זיי אז דעיס וועט ער אויכט אפשטעלן

די פראבלעם דארט איז געווען ווייל מהאט געלייגט בילדער פון אים נגד רצונו.
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ב"ה מיר קוקן שוין ארויס אויף אזא אויסגאבע א לאנגע צייט
און מיר וואונטשן אז ס'זאל זיין מיט גרוס הצלחה.

לויט ווי איך פארשטיי גייט דאס קאסטן.
איינער ווייסט בערך וויפיל ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
געשמאקע אידל
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2015 6:57 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע אידל »

איך האב עס פריער געזען ביים מקוה איד אין ראדני
עס קאסט 2 דאלער
eller האט געשריבן:ב"ה מיר קוקן שוין ארויס אויף אזא אויסגאבע א לאנגע צייט
און מיר וואונטשן אז ס'זאל זיין מיט גרוס הצלחה.

לויט ווי איך פארשטיי גייט דאס קאסטן.
איינער ווייסט בערך וויפיל ?
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זילבערווערק האט געשריבן:
קרית יואל פלייש האט געשריבן:עס גייט אויכט זיין סתם שיינע ארטיקלען אדער נאר נייעס און בילדער

זיי האבן געשריבן אז זיי פלאנען צו צולייגן פארשידענע אינטרעסאנטע אפטיילונגען

ווען זיי פרעגן מיר, וואלט איז גע'עצה'ט נישט ארויסצוגיין פון די סאטמאר'ע גרעניצן.
סאטמאר אליין האט גענונג וואו מ'קען אויסרייטערן, און ס'פעלט נישט אויס צו ווערן סתם נאך א מאגאזין.

ארויסציגעבן אזא אויסגאבע קאסט אסאך געלט איז אויב מען לייגט אויכט אריין סתם שיינע ארטיקלען (פארשטייצעך נאר וואס איז אויסגעהאלטן מיטן סאטמארע השקפה) קען עס ציען אסאך פרעמדע אידן עס צו קופן
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אויב וועט עס זיין ווי די באבובע שערי ציון וועט עס זיין א סוקסעס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
קרית יואל פלייש האט געשריבן:עס גייט אויכט זיין סתם שיינע ארטיקלען אדער נאר נייעס און בילדער

זיי האבן געשריבן אז זיי פלאנען צו צולייגן פארשידענע אינטרעסאנטע אפטיילונגען

ווען זיי פרעגן מיר, וואלט איז גע'עצה'ט נישט ארויסצוגיין פון די סאטמאר'ע גרעניצן.
סאטמאר אליין האט גענונג וואו מ'קען אויסרייטערן, און ס'פעלט נישט אויס צו ווערן סתם נאך א מאגאזין.

ארויסציגעבן אזא אויסגאבע קאסט אסאך געלט איז אויב מען לייגט אויכט אריין סתם שיינע ארטיקלען (פארשטייצעך נאר וואס איז אויסגעהאלטן מיטן סאטמארע השקפה) קען עס ציען אסאך פרעמדע אידן עס צו קופן

ווען מ'גייט אריין אין פעלד פון ארטיקלען, שטייט מען אין די זעלבע ליין מיט נאך פילע מאגאזינען, פארוואס זאל איך דאס קויפן מער ווי 'די וואך' למשל.
ווען ער גייט נאר פאר סאטמאר'ע נייעס און ארטיקלען, און ס'איז דא גענוג און נאך וואס צו שרייבן פון סאטמאר'ע היסטאריע וכו' וכדו', און ער איז איינגארטיג פאר א סאטמאר'ער מער ווי יעדע אנדער אויסגאבע.
לגבי פרעמדע, ערשטנס א אויסגאבע דעקט זיך פון עדס און נישט פון פארקויפן (כ'בין נישט זיכער אז דער ליינער צאלט אויס די פרינטינג), און בכלל, טאמער בלויז האלב סאטמאר וועט קויפן, וועלן זיי שוין האבן גענונג ליינערס און קויפערס...
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

זילבערווערק האט געשריבן:
קרית יואל פלייש האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
קרית יואל פלייש האט געשריבן:עס גייט אויכט זיין סתם שיינע ארטיקלען אדער נאר נייעס און בילדער

זיי האבן געשריבן אז זיי פלאנען צו צולייגן פארשידענע אינטרעסאנטע אפטיילונגען

ווען זיי פרעגן מיר, וואלט איז גע'עצה'ט נישט ארויסצוגיין פון די סאטמאר'ע גרעניצן.
סאטמאר אליין האט גענונג וואו מ'קען אויסרייטערן, און ס'פעלט נישט אויס צו ווערן סתם נאך א מאגאזין.

ארויסציגעבן אזא אויסגאבע קאסט אסאך געלט איז אויב מען לייגט אויכט אריין סתם שיינע ארטיקלען (פארשטייצעך נאר וואס איז אויסגעהאלטן מיטן סאטמארע השקפה) קען עס ציען אסאך פרעמדע אידן עס צו קופן

ווען מ'גייט אריין אין פעלד פון ארטיקלען, שטייט מען אין די זעלבע ליין מיט נאך פילע מאגאזינען, פארוואס זאל איך דאס קויפן מער ווי 'די וואך' למשל.
ווען ער גייט נאר פאר סאטמאר'ע נייעס און ארטיקלען, און ס'איז דא גענוג און נאך וואס צו שרייבן פון סאטמאר'ע היסטאריע וכו' וכדו', און ער איז איינגארטיג פאר א סאטמאר'ער מער ווי יעדע אנדער אויסגאבע.
לגבי פרעמדע, ערשטנס א אויסגאבע דעקט זיך פון עדס און נישט פון פארקויפן (כ'בין נישט זיכער אז דער ליינער צאלט אויס די פרינטינג), און בכלל, טאמער בלויז האלב סאטמאר וועט קויפן, וועלן זיי שוין האבן גענונג ליינערס און קויפערס...

איך בין ביי די זעלבע מיינונג ווי דיר

abeg האט געשריבן:
צום אנהייב פונעם נייעם אויסגאבע ווילן מיר בעטן אויב איר האט עפעס הגהות אדער סיי וועלכע פארשלאגן צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער אויסגאבע, ביטע זייט אונז מודיע כדי אנדערע זאלן קענען הנאה האבן.

המערכת

[email protected]
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

ווערט ארויסגעגעבן דורך די זעלבע אויסגאבע קאמפעני וואס געט ארויס די בחצרות סאטמאר פארשטיי איך אז עס וועט גיין אויף די זעלבע שניט נאר אנדערע סארט ארטיקלן פון סאטמאר
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

וואס הייסט זעלבע אויסגאבע קאמפעני?
געשריבן דורך: נעכטן
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

נעכטן האט געשריבן:וואס הייסט זעלבע אויסגאבע קאמפעני?

בחצרות סאטמאר ווערט נישט ארויס געגעבן דורך די קהילה אליינס עס איז איינס פון די גרויסע אויסגאבע קאמפעניס וואס געבן זיך אפ דערמיט דאס זעלבע איז מיט עדתינו
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

green sunday האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:וואס הייסט זעלבע אויסגאבע קאמפעני?

בחצרות סאטמאר ווערט נישט ארויס געגעבן דורך די קהילה אליינס עס איז איינס פון די גרויסע אויסגאבע קאמפעניס וואס געבן זיך אפ דערמיט דאס זעלבע איז מיט עדתינו

ארויסגעבן רופסטו פרינטינג, דיסטריביושען און גראפיקס?

ווייל אלעס אנדערש, שרייבערס, תוכן, ארטיקלען, הגהה איז יא פון די קהילה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:וואס הייסט זעלבע אויסגאבע קאמפעני?

בחצרות סאטמאר ווערט נישט ארויס געגעבן דורך די קהילה אליינס עס איז איינס פון די גרויסע אויסגאבע קאמפעניס וואס געבן זיך אפ דערמיט דאס זעלבע איז מיט עדתינו

ארויסגעבן רופסטו פרינטינג, דיסטריביושען און גראפיקס?

ווייל אלעס אנדערש, שרייבערס, תוכן, ארטיקלען, הגהה איז יא פון די קהילה.

ער מיינט לכאורה דער איד/בלאט.

פארשטיי איך נישט פארוואס ער קען נאר רעדן ברמיזה.. אבער שוין.
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ״עדתינו״ אויסגאבע קהילות סאטמאר מהר"ײ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

באזעסען האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:וואס הייסט זעלבע אויסגאבע קאמפעני?

בחצרות סאטמאר ווערט נישט ארויס געגעבן דורך די קהילה אליינס עס איז איינס פון די גרויסע אויסגאבע קאמפעניס וואס געבן זיך אפ דערמיט דאס זעלבע איז מיט עדתינו

ארויסגעבן רופסטו פרינטינג, דיסטריביושען און גראפיקס?

ווייל אלעס אנדערש, שרייבערס, תוכן, ארטיקלען, הגהה איז יא פון די קהילה.

ער מיינט לכאורה דער איד/בלאט.

פארשטיי איך נישט פארוואס ער קען נאר רעדן ברמיזה.. אבער שוין.

ניין, בחצרות ווערט נישט געמאכט דורך דער בלאט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”