צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' יואל ברוין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' יואל ברוין
דיעם וואך מוצ"ש האט קול מבשר געלאזט אין גאנג א נייע פראגראם, דעבאטעס איבער ענינים וואס זענען אויפן סדר היום דורך ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין.
ר' שמעון יואל איז א פרישע שטערן אין די וועלט פון אויסגאבעס און יעצט איז ער אריין אין די קול מבשר טיעם אויך, ער קומט אריין זייער קלאר מיט א שטיקל סענס אף יומער, ער מאכט א אויסערגעווענדליכע דשאב אלס בעגינער.
https://www.yiddish24.com/cat/177
צוויי אידן - דריי דעות
מוצ״ש ויצא פ״ב
צוויי אידן דריי דעות, דעבאטעס איבער זאכן אויפ'ן סדר היום דורך ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין. ערשטע טעמע: איבער בעטן א נדבה פון עפעס וואס א מענטש טוט פאר פרנסה.
ר' שמעון יואל איז א פרישע שטערן אין די וועלט פון אויסגאבעס און יעצט איז ער אריין אין די קול מבשר טיעם אויך, ער קומט אריין זייער קלאר מיט א שטיקל סענס אף יומער, ער מאכט א אויסערגעווענדליכע דשאב אלס בעגינער.
https://www.yiddish24.com/cat/177
צוויי אידן - דריי דעות
מוצ״ש ויצא פ״ב
צוויי אידן דריי דעות, דעבאטעס איבער זאכן אויפ'ן סדר היום דורך ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין. ערשטע טעמע: איבער בעטן א נדבה פון עפעס וואס א מענטש טוט פאר פרנסה.
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
הענדל ברייער האט ארויפגעברענגט שמעון יואל אויף 114 פאר אן אינטערוויוו, דערווייל איז עס נאכנישט אויפן סייט נאר אויפן ליין.
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
די וואך ברענגען זיי ארויף וועלוול פעלדמאן און חיים איצקאוויטש צו הערן זייער מיינונג איבערן נושא, זיי פראבירן זיך אויך צו פארבינדן מיט מאטי אילאוויטש אבער ער הייבט נישט אויף...
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
די נושא פאר קומענדיגע וואך: חנוכה מתנות, איז עס אויסגעהאלטן עפ"י הלכה אדער איז עס דרכי האמורי? טרייבט מען איבער מיט די שפענדונגען?
מען קען אריינשיקן מיינונגען צו [email protected].

- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
כ'גלייך עס די נייע ווינקל, שמעון יואל איז גוט, און וועלוועל איז דאך פשוט..שוין נישט פון היינט
- אל תדאג
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
- לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
האבעך עס אנגעפאנגען הערן, ס'הערט זיך גאנץ אינטערסאנט.
ווער איז דער שמעון יואל, וואו וואוינט ער, צו וואו געהערט ער?
ווער איז דער שמעון יואל, וואו וואוינט ער, צו וואו געהערט ער?
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
אל תדאג האט געשריבן:האבעך עס אנגעפאנגען הערן, ס'הערט זיך גאנץ אינטערסאנט.
ווער איז דער שמעון יואל, וואו וואוינט ער, צו וואו געהערט ער?
א באקאנטע שרייבער. פון די בילד זיינע וואס פיגורירט העכער איינע פון זיינע וועכנטליכע קאלומס (כ'געדענק נישט וואו) זעט ער אויס צו זיין א סאטמערער. דאכט זיך מיר אז ער וואוינט אין ווסב"ג.
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
יצחק טובי' האט געשריבן:אל תדאג האט געשריבן:האבעך עס אנגעפאנגען הערן, ס'הערט זיך גאנץ אינטערסאנט.
ווער איז דער שמעון יואל, וואו וואוינט ער, צו וואו געהערט ער?
א באקאנטע שרייבער. פון די בילד זיינע וואס פיגורירט העכער איינע פון זיינע וועכנטליכע קאלומס (כ'געדענק נישט וואו) זעט ער אויס צו זיין א סאטמערער. דאכט זיך מיר אז ער וואוינט אין ווסב"ג.
ער שרייבט וועכענטליך אין די מאמענט
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
3
6
6
פון די Main Menu
6
6
פון די Main Menu
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
איך קען ר' שמעון יואל קליין אויף א פערזענליכער שטייגער. אין דעם איד'ס אדערן פליסן טאלאנט. קול מבשר וועט שטארק געניסן פון זיין אייגנארטיגער שטייגער פון אנקוקן און בעאבאכטן זאכן. ער איז א מאסיווער קאמעדיען, אקטיאר, מחנך, שרייבער, און סקריפט שרייבער. ער שרייבט וועכנטליכע קאלומ'ס אין דער 'מאמענט' און אין 'די וואך אין שריפט' און אזוי אויך איז ער אן אפטער גאסט אין די 'קינדליין' און אין נאך פיצאליגע אויסגאבעס. ער איז אויך שטארק פארמישט אין די 'אומגלויבליך' שפילן וואו ער האט אויך פארגאנגענעם חוה"מ אראפגעלייגט א שטיקל קאמעדיע.
- עפעס א מענטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2768
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: עפעס א פלאץ
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
אויב מעג איך זאגן מיין דעה... זיי מאלווען וואסער מיט א שטימפיגע מעסער.
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
עפעס א מענטש האט געשריבן:אויב מעג איך זאגן מיין דעה... זיי מאלווען וואסער מיט א שטימפיגע מעסער.
שיק אריין צו [email protected]
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
יצחק טובי' האט געשריבן:אל תדאג האט געשריבן:האבעך עס אנגעפאנגען הערן, ס'הערט זיך גאנץ אינטערסאנט.
ווער איז דער שמעון יואל, וואו וואוינט ער, צו וואו געהערט ער?
א באקאנטע שרייבער. פון די בילד זיינע וואס פיגורירט העכער איינע פון זיינע וועכנטליכע קאלומס (כ'געדענק נישט וואו) זעט ער אויס צו זיין א סאטמערער. דאכט זיך מיר אז ער וואוינט אין ווסב"ג.
מיר דאכט זיך ער וואוינט אין קרית יואל.
איך געדענק אים פון די "משולחים" ארטיקל אין די וואך פסח אויסגאבע.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
עפעס א מענטש האט געשריבן:אויב מעג איך זאגן מיין דעה... זיי מאלווען וואסער מיט א שטימפיגע מעסער.
עס איז נישטא צופיל היים ארבעט צו טון, אדער מאטריאל צו דורך שטודירן בעפאר מען רעדט איבער די דראמאטיש וויכטיגע שאלה וועגן בעטן א נדבה פון איינעם אין זיין ביזנעס ליין. די צדדים זענען אויך גוט באקאנט; מצד א' איז עס פאר יענעם גרינגער און ביליגער ווי קעש, מצד שני קען ער פארמאכן דאס געשעפט אויב וועט ער צופיל פארטיילן בחינם. סאו וואס עס בלייבט איבער איז בלויז צו האבן געשמאקע אינגעלייט וועלכע זאלן דאס דורכשמועסן, בייגעלייגט מיט א וויצל דא און א פערזענליכע אנעקדאט דארט, מיט א מוצ"ש מעשה'לע צום ענדע. אז דו שפירסט עס איז געמאלן וואסער און נישט ווערט דיין צייט, ביסטו ווארשיינליך גערעכט; עס איז באמת נישט פאר דיר. אנדערע ווידער האבן שוין געענדיגט גאנץ קול מבשר און מאכן שוין באלד חזרה, סאו פאר זיי קומט עס צונוץ.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
מ'מעג בעטן א בעה''ב פון א toy store, א נדבה פון toys אין ווערד פון $300?
יא, מ'מעג בעטן, אבער נישט רודף'ן און פגע'ן.
פשוט.
איך האב א שכן וואס האט א furniture ביזנעס די לעצטע 25 יאר.
מעג איך אים בעטן א נדבה פון $180 קעש פאר א צדקה צוועק? יא, מ'מעג בעטן, אבער נישט רודף'ן און פגע'ן.

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2642
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
מי חכם האט געשריבן:עפעס א מענטש האט געשריבן:אויב מעג איך זאגן מיין דעה... זיי מאלווען וואסער מיט א שטימפיגע מעסער.
עס איז נישטא צופיל היים ארבעט צו טון, אדער מאטריאל צו דורך שטודירן בעפאר מען רעדט איבער די דראמאטיש וויכטיגע שאלה וועגן בעטן א נדבה פון איינעם אין זיין ביזנעס ליין. די צדדים זענען אויך גוט באקאנט; מצד א' איז עס פאר יענעם גרינגער און ביליגער ווי קעש, מצד שני קען ער פארמאכן דאס געשעפט אויב וועט ער צופיל פארטיילן בחינם. סאו וואס עס בלייבט איבער איז בלויז צו האבן געשמאקע אינגעלייט וועלכע זאלן דאס דורכשמועסן, בייגעלייגט מיט א וויצל דא און א פערזענליכע אנעקדאט דארט, מיט א מוצ"ש מעשה'לע צום ענדע. אז דו שפירסט עס איז געמאלן וואסער און נישט ווערט דיין צייט, ביסטו ווארשיינליך גערעכט; עס איז באמת נישט פאר דיר. אנדערע ווידער האבן שוין געענדיגט גאנץ קול מבשר און מאכן שוין באלד חזרה, סאו פאר זיי קומט עס צונוץ.
איך פארשטיי נישט פארוואס דו מאכסט אזוי אוועק די גאנצע דעבאטע, טאקע יעצט ווען איך פארשטיי די צדדים וויל איך הערן שיין אויסגעשמועסט פארוואס ס'איז ענדערש צו גיין מיט די צד אדער די אנדערע.
און בכלל, ס'דא אידן וואס האבן זיך ליב אויסצוליפטערן אויף אזעלעכע לייכטע טעמעס, פארוואס האלסטו אז נאר איינער וואס האט שוין גענדיגט אויסהערן ''דראמאטישע פלאמען'' און ''חצי שיעור'' קען האבן צייט פאר דעם?
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
דראמאטישע פלאמען...
(--ווערטערלאז--)
-
- שר האלף
- תגובות: 1490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 818
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
שטארקע געדאנק מיט נאך א שטערקערע נאמען אבער אויב מעג מען מעיר זיין (פארשטייט זיך עצות פון אייוועלט איז א נאו-נאו מטעם הכמו"ס..)
ר' וועלול מעג רעדן נאטורליך ווי אין מקוה , אויפן "סיסטעם" רעדט ער פארמאל ווי א ראש מדריכים אויפן קעמפ האטליין מיט אנווייזונגען איבער די באסעס און פעקלעך ("מיר ווילן דא קלארשטעלן" וכדומה) דאס טראכטן צוויי סקונדעס וואס די קומענדיגע געלונגענע שרייבערישע ווארט גייט זיין איז קיין שפראך פאר א דעבאטע (טענקיאהאשעם פאר די ×2 פיטשער)
די נושאים זענען צו פארעווע. פארוואס דעבאטירן עפעס וואס האט מיליאן מציאותער און מיטל וועגן, אויב סאיזנטאקע א פינף וואך פראיעקט כאפטס אן א יא-אדער-ניין טאפיק און לאמיר זיך צופראסקענען..
די קעי עם אימעיל אדרעסן גייען פון זיסליך צו הילעריעס ביז אומבעטעמט און גרויליג.
[email protected],
[email protected],
[email protected]
[email protected]
[email protected]
די חברה זאלן שוין טרעפן עפעס א געהעריכע דאמעין...

- enjoy
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6610
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
- לאקאציע: אייוועלט.קאם
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
יצחק אייזיק האט געשריבן:יצחק טובי' האט געשריבן:אל תדאג האט געשריבן:האבעך עס אנגעפאנגען הערן, ס'הערט זיך גאנץ אינטערסאנט.
ווער איז דער שמעון יואל, וואו וואוינט ער, צו וואו געהערט ער?
א באקאנטע שרייבער. פון די בילד זיינע וואס פיגורירט העכער איינע פון זיינע וועכנטליכע קאלומס (כ'געדענק נישט וואו) זעט ער אויס צו זיין א סאטמערער. דאכט זיך מיר אז ער וואוינט אין ווסב"ג.
מיר דאכט זיך ער וואוינט אין קרית יואל.
איך געדענק אים פון די "משולחים" ארטיקל אין די וואך פסח אויסגאבע.
ער וואוינט און קרית יואל
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
כ'האב געהערט די אינטערוויאו מיט הענדל אויף 114, ס'האט מיר אויסגעזעהן אינטרעסאנט, אבער ווען מ'איז אנגעקומען צו די נושא, האט מען מיך פארלוירן... ס'האט מיר דערמאנט פון 'דעת הקהל'...
א גוטע עצה וואלט געווען צו נעמען מער אינטעליגענטע נושאים, זאכן וואס גייען אריין אביסל מער אין עומק. איך גלייב אז איך וואלט עס דאן היבש אויסגעהערט.
א גוטע עצה וואלט געווען צו נעמען מער אינטעליגענטע נושאים, זאכן וואס גייען אריין אביסל מער אין עומק. איך גלייב אז איך וואלט עס דאן היבש אויסגעהערט.
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
געבורטסטאג האט געשריבן:שטארקע געדאנק מיט נאך א שטערקערע נאמען אבער אויב מעג מען מעיר זיין (פארשטייט זיך עצות פון אייוועלט איז א נאו-נאו מטעם הכמו"ס..)
ר' וועלול מעג רעדן נאטורליך ווי אין מקוה , אויפן "סיסטעם" רעדט ער פארמאל ווי א ראש מדריכים אויפן קעמפ האטליין מיט אנווייזונגען איבער די באסעס און פעקלעך ("מיר ווילן דא קלארשטעלן" וכדומה) דאס טראכטן צוויי סקונדעס וואס די קומענדיגע געלונגענע שרייבערישע ווארט גייט זיין איז קיין שפראך פאר א דעבאטע (טענקיאהאשעם פאר די ×2 פיטשער)
די נושאים זענען צו פארעווע. פארוואס דעבאטירן עפעס וואס האט מיליאן מציאותער און מיטל וועגן, אויב סאיזנטאקע א פינף וואך פראיעקט כאפטס אן א יא-אדער-ניין טאפיק און לאמיר זיך צופראסקענען..
די קעי עם אימעיל אדרעסן גייען פון זיסליך צו הילעריעס ביז אומבעטעמט און גרויליג.
[email protected],
[email protected],
[email protected]
[email protected]
[email protected]
די חברה זאלן שוין טרעפן עפעס א געהעריכע דאמעין...
לענ"ד האט ר' וועלוועל דער פערפעקטער באלאנס פון זיך האלטן פראפעסיאנעל, און דאך רעדן פליסיג און היימיש.
-
- שר חמישים
- תגובות: 74
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:57 pm
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
ממוצע האט געשריבן:געבורטסטאג האט געשריבן:שטארקע געדאנק מיט נאך א שטערקערע נאמען אבער אויב מעג מען מעיר זיין (פארשטייט זיך עצות פון אייוועלט איז א נאו-נאו מטעם הכמו"ס..)
ר' וועלול מעג רעדן נאטורליך ווי אין מקוה , אויפן "סיסטעם" רעדט ער פארמאל ווי א ראש מדריכים אויפן קעמפ האטליין מיט אנווייזונגען איבער די באסעס און פעקלעך ("מיר ווילן דא קלארשטעלן" וכדומה) דאס טראכטן צוויי סקונדעס וואס די קומענדיגע געלונגענע שרייבערישע ווארט גייט זיין איז קיין שפראך פאר א דעבאטע (טענקיאהאשעם פאר די ×2 פיטשער)
די נושאים זענען צו פארעווע. פארוואס דעבאטירן עפעס וואס האט מיליאן מציאותער און מיטל וועגן, אויב סאיזנטאקע א פינף וואך פראיעקט כאפטס אן א יא-אדער-ניין טאפיק און לאמיר זיך צופראסקענען..
די קעי עם אימעיל אדרעסן גייען פון זיסליך צו הילעריעס ביז אומבעטעמט און גרויליג.
[email protected],
[email protected],
[email protected]
[email protected]
[email protected]
די חברה זאלן שוין טרעפן עפעס א געהעריכע דאמעין...
לענ"ד האט ר' וועלוועל דער פערפעקטער באלאנס פון זיך האלטן פראפעסיאנעל, און דאך רעדן פליסיג און היימיש.
לענ"ד קוקט אויס ווי ער ליינט אפ א צעטל וכן ביי זיינע אנדערע שמועסן
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
ווען איך וואלט ... האט געשריבן:לענ"ד קוקט אויס ווי ער ליינט אפ א צעטל וכן ביי זיינע אנדערע שמועסן
זייער גוט. אזוי זאל ער טוען. דער רעספעקט צום רבים פארלאנגט עס. און עס איז מער אינטעליגענט אויך למעשה.
-
- שר חמישים
- תגובות: 74
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:57 pm
Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין
ממוצע האט געשריבן:ווען איך וואלט ... האט געשריבן:לענ"ד קוקט אויס ווי ער ליינט אפ א צעטל וכן ביי זיינע אנדערע שמועסן
זייער גוט. אזוי זאל ער טוען. דער רעספעקט צום רבים פארלאנגט עס. און עס איז מער אינטעליגענט אויך למעשה.
אבער עס זענען דא מענטשען ואני בתוכם וואס דאס מאכט נערוועז