מאמענטאל האט געשריבן:שאשא האט געשריבן:שלמה מולכו האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:שלמה מולכו האט געשריבן:;l;p-
אגב, כאגעטראפן מענדל אונגאר אינעם ליל שישי געשעפט אין מאנסי פארגאנגענעם ליל בדיקת חמץ, כהאב אים איבערגעגעבן א ווארימע גרוס פון דעם אשכול דא און ער האט מיר פארשפראכן אז ער וועט עס אויסטשעקן.
וואסי פאני?
זאג מיר נישט אז די ביסט מענדל אונגאר.
ער האט באמת נישט געהאט געזעהן דעם אשכול, און איז געוועהן באמת איבערראשט צו הערן די פאזיטיוו פידבעק.
ער האט מיר געזאגט אז ער פלעגט זיך דרייען דא יארן צוריק, אבער ער האט שוין זייער לאנג נישט באזוכט דא.
אויב אזוי פון וואו ווייסט ער אלעס...
נאך מער
אסאך מאל ווען מען הערט די טעגליכע אנליזן פון אים שפירט זיך עס ווי ער ליינט אפ ממש איין תגובה נאכן צווייטן
הערט אים אויס אין קוק אויף די תגבות יענע טאג אויף איי וועלט עס פארט גאנץ ענדליך....
אן אריינגיין אין די געדאנק צו עס איז יושר, צו רעדן פון א פריוואטן מענטש וואס לעבט (געדענק! עס איז א שפיל מיט פייער! פארלירן עולם הבא, אין א סעקונדע....).
איז דאס אז ער פארציילט אלעס וואס שטייט דא, איז אין מיינע אויגן זייער א גוטע זאך, אז ער פארציילט די נייעס וואס שטייט דא, אזוי וועט ער צוריקהאלטן אלע אויב נישט א חלק (האפענטליך....) וואס האלטן זיך צוריק פון קומען דא און די אינטערנעט, און זיי קענען הערן די נייעס אויף א כשר'ע וועג.
צווייטענס בנוגע פון וואו ער נעמט די נייעס, אזויווי די פאקט איז, אז איך בין איינע פון די נייעס ברענגער דא בנוגע מלחמת אוקריינע, און איך ווייס פון וואו רוב אויב נישט אלע נייעס קומט, איז פשוט, מעגליך און עס מאכט סענס, אז ער נעמט עס פון די זעלבע פלאץ, (וויאזוי האט יענער געזאגט: דער ראובן ער פארציילט ווי א גרויסע קנאקער די נייעס, איך האב עס אליין געהערט אויף קול מבשר..... א טאג שפעטער........).
און אגב איך האב א ראיה צו דעם, ווייל איך הער אים אויס (יא! ער איז אינטערסאנט!) און ער האט שוין אריינגעלייגט נייע זאכן וואס זענען נאכנישט געשטאנען דא (כאטש עס קומט זיך קרעדיט פאר אסאך ווי לדוגמא, ישראל הלוי...און ידידי @ עולם האמת, רואה חשבונות....און נאך אסאך....... וואס זענען אויסטערליש פלייסיג, און זיי קענען דא איבערשרייבן (אין אידיש!!) וואס די נייעס אויף געוויסע אקאונטס האבן געשריבן בלויז סעקונדעס (..!!!!) פארדעם....יא! עס איז אינטערסאנט! אבער "אייוועלט" איז פון די פלייסיגסטע נייעס פלעצער און אויך די מערסטע קראנט.....ווער געדענקט נישט # דזשערסי סיטי....און נאך אסאך.....).