גלות איד האט געשריבן:מונאוויטש האט געשריבן:שיינער חלום האט געשריבן:גראמער האט געשריבן:
וואס איז שלעכט?
די הייליגע חומש איז די דבר ה', נישט א פראפ אין א מארקעטינג קאמפיין. ניצן א חומש ווי א דאכעלע איבער א קאפ איז פרעך און חוצפה. פינטל.
יא, איך ווייס אז איך סאונד עקסטרעם -- ספעציעל אין אן עפאכע פון "שוין, האסט שוין געטראפן אויף וואס צו האקן", "האלאו, ביי דיר האסטו שוין אלעס פארראכטן", "האסט געפרעגט א רב בעפאר דו האסט מוחה געווען", וכו', וכו'. אבער מיט א דור צוריק וואלט א מארקעטער אין ווילדסטן חלום נישט בייגעפאלן צו מאכן אזא עד.
יישר כח פארן ארויסברענגן מיינע געדאנקן.
איך האב געהאט די זעלבע געפיל ביים זען דעם מלכות עד.
איך האף אז זיי האבן נישט עכט ארויסגענומען א ספר תורה און אנגעטון א ווייסע מענעטעלע... נאר פאר די פראפ פון די עד...
איך הער, די ספר תורה ביזטו גערעכט און כ'האב געטראכט די זעלבע ווען איך האב עס געזעהן און מסתמה איז עס טאקע נישט קיין עכטע און אויב יא אפשר אויך אויב נישט קומט זיי פעטש!
די הייליגע חומש איז נישט א פראפ אין א מארקעטינג קאמפיין, ווענדט זיך וואס די אדווערטייזט מיט דעם, אויב אדווערטייזטו טשיקן מיט בהמה פלייש אדער אפילו נאר בעטגעוואנט, איז נישט נאר א בילד פון א חומש שלעכט נאר אפילו א פסוק אדער מאמר חז''ל איבעלט מיר,
אויב אבער אדווערטייזטו תורה, אז מיט דעם מהלך גייסטו בעסער פארשטיין תורה, גייסט זיך פילן מער באקוועם אין די תורה, זיך פילן אינדערהיים אין די תורה, זעה איך נישט וואס איז שלעכט, פארקערט עס ברענגט זייער גוט ארויס אז ווען מ'קען און מ'פארשטייט לערנען איז מען צופרידן און מ'דארף מער גארנישט!
ווען ס'וואלט געווען א עד א דעכעלע פון שטיקער פעטע בהמה פלייש מיט א אינגל אינעווייניג און ס'וואלט געשטאנען "אור במושבותם", וואלסטו געשריגן דאס לערנט מען אויס פאר אונזערע קינדער?! אז ווען מ'ליגט אין בהמה פלייש איז דא א אור במושבותם??!! ווען מ'ליגט אין תורה איז אור במושבותם!!! נו, די עד ברענגט טאקע דאס ארויס אז ווען מליגט אין תורה ראשו ורבו איז אור במושבותם!!
הנלע''ד כתבתי