"דער גלאק" מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אז מ'זעהט קלאר אז דער גלאק איז דא העלעך מוזן שרייבן מקצת שבחו בפניו, איך בין אן אדיקטיוו ליינער אבער איך קויף נישט בקביעות אידישע מאגאזינען, די גלאק (בפרט די לעצטע צוויי) איז פשוט זיך צובאלעקן, אמת'ע תוכן וואס מקען איבער ליינען און געשמאקע דעליווערי...
אלע מעלות האט מען שוין ארויסגעברענגט אבער איך מיין די העכסטע איז די טוויסט פון שרייבן לעצטיגע געשענישן ווי אן היסטאריע קאפיטל מיט אסאך נייע פאקטן,
און אויך אריינלייגן היסטאריע, און בפרט פון די מייסטער ר' ש"ש וואס איז משלב זיין געשמאקע שפראך מיט ריכע חידושים.
צום לעצט, א גרויסן יישר כח!
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

איך וויל אריינהאקן א מינוט און זאגן פאר שמעון ראלניצקי אויב איז ער דא אדער איינער וואס קען אים איבערגעבן אז איך האב זייער הנאה פון זיין אינטערוויו מיט לי זעלדין אויף קול מבשר, אפשר ברענגט ארויף אזעלכע אינטערוויוס מיט זאכליכע שאלות פון פאליטיקאנטן אויף די גלאק.
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

טעות נפול
אין די גלאק פון דעם חודש ביים פארהאנדלינג פון אמעריקע מיט טאליבאן איז אריינגעפאלן א בילד פון א נקיבה,
צוריק צום דיבאטע וועגן בילדער, סתם אזוי איז אינטערעסאנט אז די טאליבאן זאלן זיך זעצן צום טיש מיט פרויען.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
געבן גוט ווארט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:10 pm

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבן גוט ווארט »

מזל טוב שמעון צי די בר מצוה אסאך נחת

איך האב אנגעפאנגען צי ליינען פאר עטליכע מינוט דע ארטיקעל פון אפגאניסטאן וואס האט דארט פאסירט
און זיך געטראפן ענדיגן דע גאנצע ארטיקעל נישט קענענדיג זיך אפשטעלן

טראצדעם וואס די מלחמה פון אפגאניסטאן זינגט שוין ווי מוזיק אין מיינע אויערן אזויפיל יארן בין איך דא געוואר געווארן אזויפיל חידושים וועגן דע מלחמה און דאס זיך ארויסציען פון דארט דעטאלירטע אינפאמאציע וואס איך האב נישט באקומען פון קיין איין היימישע נייעס קוואל

שמעון מיט זיין שריפט האט עס אזוי גוט רייך דראמאטיש באשריבן
דע ארטיקעלן וואס שמעון אליין שרייבט איז אויסטערליש געלונגען

דע אנדערע ארטיקלען בין איך נאכנישט אנגעקומען צי ליינען אזוי אויך דע מציל ומשה ארטיקעל אבער עס קוקט אויס מאסיוו

ביי מיר איז דע ארטיקעל וואס האט דארט פאסירט דע מערסטע פריארעטי ארטיקעל צי ליינען

איך וואלט הנאה געהאט אויב מען קען אויך לייגן אזאנא ארטיקלען ווי דע שפיאן ארטיקעל וואס איז געווען אין חשון גלאק

מיר האט אביסל געשטערט ווי הרב בערגער לייגט אראפ כאילו דע רעכטע לאגער זייער ציל איז עס זאל רציחה עס קען זיין זיי האבן טעותים אדער א געוויסע פארגלייבקייט אין קאנסטיטיציע
ער האט עפעס אראפגעלייגט כאילו זיי ווילן דע אלע מאסן שיסעריי אין סקול און אין סופערמארקארט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

דרייטצעך האט געשריבן:

אויף דעם וועל מיר דערווייל מחולק זיין און בלייב שרייבן "ווערד", עכ"פ האמיר עס יעצט איינגעקויפט לכבוד שב"ק ווייל ס'זעט אויס זייער אינטערעסאנט און אויסגעהאלטן און מען וועט לאזן וויסן וויאזוי ס'איז געווען.

גיימיר האלטן ווארט.

צוערשט אין איין ווארט, כ'האב נישט חרטה געהאט.

איך בין גאר אן אקטיווע ליינער, יעדעס געשריבן ווארט אין די ראדיוס פון מיין זע קראפט ווערט געליינט... ממילא האב איך שוין היינט א שטיקל חוש צו פילן גלייך ווען אן ארטיקל איז ווערד צו ליינען און ווען מען קען אויסלאזן דרייפערטל דערפון וועלכע איז פשוט געמאלן וואסער, כ'האב מיר מיט קיין איין אזוינע נישט אנגעשטויסן פונעם דעקל ביזן סאמע ענדע.

על הסדר:
דער דעקל האט קודם א אידישע חן אן קיין ווילדע מלחמה סצענע אינעם בעקגראונד (נישט אז מען מעג עס נישט לייגן מיין טעיסט האט אבער בעסער ליב איידל און סאליד) אבער נאכאלס אן אויג ציענדע מיט א גאר געלונגענעם סלאגאן "מציל ומשה" דאס איז איינס און א גוטס.

אין דער עדיטאריעל האב איך פיין געטראפן מיין מהלך המחשבה, דער צושטעל איז לאו דוקא גענצליך ריכטיג (וואו אנדערע האבן שוין אויסגעשמועסט דא) אבער די נקודה אז א איד'ס וועג ווייזער איז די תורה הקדושה און נישט די קאנסטוטוציע איז זיכער א ריכטיגע און עפעס וואס יעדער דארף האלטן פאר די אויגן.

אפגאניסטאן - שיין און מיט א פליסיגע שפראך אראפגעלייגט די אנטוויקלונגען אויפן ארט אן אריינגיין אין סתם איבריגע דעטאלן, און אפי' כ'האב שוין אסאך געליינט איבער דער טעמע בין איך א שפאר ביסל חידושים געוואויר געווארן דארט - די גרעסטע דערפון וויאזוי עס איז צוגעגאנגען דער אנטלויף פונעם פרעזידענט.

הצדיק רבי משה - זייער שיין, וויפיל איך הער נאר איבער רבי משה קען איך מיר נישט אנזעטיגן - איך קען רבי משה פונדערנאנט פון נאכפאר ער איז געווען דער גרויסער עסקן און צוצוזען וואס דער ווילן קראפט פון א יחיד קען אלס צוברענגען, ס'איז מורא'דיג (און איז שטארק מחייב...) - הכלל, זייער רייך צונומען רבי משה'ס שתדלנות אין אפגאניסטאן און פאר דיזערט אביסל פון אוקריינע... (וואס זאל איך טון אז סאמהאו גלייב איך נישט אז דער גלאק'ס אפיס איז געבליבן מיט די אלע שאלות וויאזוי צדק האט באוויזן געוויסע זאכן וואס מען האט די ליינער געלאזט מיט די פראגע צייכנס...).

די באלאן ארטיקל איז געשמאק און רואיג, אינטערעסאנט צו ליינען.

דער ריש גלותא ארטיקל האט ר' שמעון שלמה ווי אייביג אונז נישט אנטוישט ברענגנדיג צום טיש א מיט א מייסטערהאפטיגע סדר די גאנצע תקופה פון כלל ישראל ווען א ריש גלותא האט פארנומען דאס אויבנאן מיט פילע רייכע היסטארישע דעטאלן פרטים פרטי פרטים קלאר און מיט מראי מקומות, א נחת צו ליינען!

די הומאר איז נישט געווען ערווארטעט - סתם א זייטיגע באנוס'ל... (נישט קיין סאך חידושים אבער זאפטיג אראפגעלייגט).

(איך וועל נישט קאמענטירן וועגן די אפקלאנגען ווייל כ'האב נישט געליינט די פריערדיגע גלאק).

באזונדער דארף איך צולייגן וועגן די גראפיקס, ס'געבט די ריכטיגע לופט און געשמאק צום ליינען, דער באזונדערער פאטשקעריי אייקאן ביי יעדע מעין ארטיקל געבט אויך שטארק צו, די פאפיר איז אויך א מחי', ס'מאכט שטארק אויס.

בסך הכל, ר' שמעון האט מיר נישט אנטוישט און שטארקע טשאנסן אז על אף איך קויף זעלטן ליין מאטריאל וועל איך שטארק מעגליך עס נאכאמאל קויפן.

פאר די וואס ווארטן אויף די קריטיק כ'האף כ'האב אייך נישט אנטוישט אז כ'האב נישט עפעס ממשות'דיג... (דער קלייניקייט וואס יא וועל איך לאזן אין אישי...).
לעצט פארראכטן דורך דרייטצעך אום זונטאג יולי 03, 2022 10:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער הנאה געהאט פונעם גלאק! ס'איז פשוט 'ריכטיג' געשריבן. אזוי ברויך ליטעראטור אויסזעהן!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דרייטצעך האט געשריבן:איך בין גאר אן אקטיווע ליינער, יעדעס געשריבן ווארט אין די ראדיוס פון מיין זע קראפט ווערט געליינט...

דאס פארדינט זיך א גאמ פון מיר..

די רעסט וויל העוו טו וועיט טיל איי ריעד איט
אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

די ערשטע מאל איך קויף עס זייער הנאה געהאט.
א גריס פונעם לויתן
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א דאנק פאר די חשובע ארויסגעבער פארן ווידעראמאל אהערשטעלן אזא אינהאלטסרייכע ביכל. זאפטיגע ארטיקלען, באלערנד, און גוט באשריבן אזוי ווי עס פאסט.

באזונדער באגריס איך די טוויסט פון באשרייבן א געשעעניש וואס יעדער האט מיטגעהאלטן פון דערנאנט, אבער בשעת ווען די נייעס שפילט זיך אפ איז מען היבש צומישט און מ'האט נישט ארויס וואס דארט האט זיך אפגעשפילט. קומט ר' שמעון מיט זיין געשליפענעם פעדער און לייגט אראפ די פאקטן און געשעעניש כשלחן הערוך לפני המלך, להנאת אלפי הקוראים. ומה גם, ווען מ'קען אריינברענגען א היימישע פרצוף אין בילד ווי דער חודש פון ר' משה מארגערעטן.

ווי אויך דארף מען באגריסן די היסטארישע ארטיקלען פון די מייסטער היסטאריקער און שריפטשטעלער ר' שמעון שלמה זילבער וועלכע נעמט אונז אויף א רייזע צו די אמאליגע ריש גלותא צייטן.

מיר קענען שוין קוים ווארטן פאר די קומענדיגע אויסגאבע.

א דאנק נאכאמאל!
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

אן אינטרעסאנטער זאך וואס איך האב באמערקט, אז די גלאק איז מיינעך פון די איינציגסטער אויסגאבעס וואס לייגן נאך אריין אין יעדע פּ א פינטל, און אינטער יעדע 'א' לייגן זיי אן אָ אדער אן אַ.
סאיז מיך פלעין אינטרעסאנט פארוואס זיי מאכן עס אינדערצייט וואס רוב היינטיגע אויסגאבעס מאכן עס שוין נישט.
און איך מיין אז ספעלט סתם אזוי נישט אויס ווייל מקען אליינס פארשטיין צו סאיז א פתח אדער א קמץ און צו סאיז א פּ אדער א פ.

אבער חוץ פון דעם וויל איך זאגן א דער גלאק מאכט א גרעיט דזשאב!!
קיפ איט אפ!

און נאך איין זאך, איך קויף קיינמאל נישט די אלע אויסגאבעס ווי שטערן|שפאקטיוו|בליץ, נישט וועגן פרימקייט נאר וועגן איך קום קיינמאל נישט אן צו עס ליינען, אלס קינד פלעג איך אסאך ליינען די זאכן אבער היינט האב איך מיך מיין מאמענט און פאר די רעשט האב איך נישט צופיל צייט... אבער איך האב געזעהן די אשכול און איך האב געזעהן די מין עקסטאז וואס האט געהערשט דא ווען מהאט מודיע געווען אז דער גלאק גייט צוריק ארויס קומען, און אויך פארדעם ווען מהאט נישט אויפגעהערט זיך צו בעטן אז סזאל צוריק ארויס קומען, האב איך מחליט געווען אז דא ליגט עפעס פריש.. און איך קען נישט בלייבן אויסגעשפילט פון די גאנצע מעשה און איך מוז עס אויך קויפן... און איך מוז זאגן אז איך האב נישט חרטה געהאט!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:אן אינטרעסאנטער זאך וואס איך האב באמערקט, אז די גלאק איז מיינעך פון די איינציגסטער אויסגאבעס וואס לייגן נאך אריין אין יעדע פּ א פינטל, און אינטער יעדע 'א' לייגן זיי אן אָ אדער אן אַ.

די איינציגסטע?

דער בלאַט טוט עס נאך זיכער, טאַקע נישט אין "יעדע איינס" אבער אין ס'רוב

כ'גלויב שווער אַז דער גלאָק לייגט עס אין מער, עס זענען דאַכצעך דאָ כללים דערויף
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

פארוואס לייגט עס מאמענט נישט?
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

איך האב דיר נייעס, דאס איז א באקאנטע 'ספעל טשעקער' וואס געוויסע מגיהים האבן, ווען עס פאררעכט ספעלינג מיסטעיקס לייגט עס צו נקודות ביי די א'ס און פ'ס.

א שרייבער האט מיר אמאל געזאגט אז ער נוצט עס ווייל עס לייגט צו נאך אותיות (יעדע נקודה ווערט גערעכנט ווי אן אות) און וויבאלד א צייטונג באצאלט פער אות, מאכט ער מער געלט אזוי...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
א געשעפט האב איך האט געשריבן:אן אינטרעסאנטער זאך וואס איך האב באמערקט, אז די גלאק איז מיינעך פון די איינציגסטער אויסגאבעס וואס לייגן נאך אריין אין יעדע פּ א פינטל, און אינטער יעדע 'א' לייגן זיי אן אָ אדער אן אַ.
סאיז מיך פלעין אינטרעסאנט פארוואס זיי מאכן עס אינדערצייט וואס רוב היינטיגע אויסגאבעס מאכן עס שוין נישט.
און איך מיין אז ספעלט סתם אזוי נישט אויס ווייל מקען אליינס פארשטיין צו סאיז א פתח אדער א קמץ און צו סאיז א פּ אדער א פ.

אבער חוץ פון דעם וויל איך זאגן א דער גלאק מאכט א גרעיט דזשאב!!
קיפ איט אפ!

און נאך איין זאך, איך קויף קיינמאל נישט די אלע אויסגאבעס ווי שטערן|שפאקטיוו|בליץ, נישט וועגן פרימקייט נאר וועגן איך קום קיינמאל נישט אן צו עס ליינען, אלס קינד פלעג איך אסאך ליינען די זאכן אבער היינט האב איך מיך מיין מאמענט און פאר די רעשט האב איך נישט צופיל צייט... אבער איך האב געזעהן די אשכול און איך האב געזעהן די מין עקסטאז וואס האט געהערשט דא ווען מהאט מודיע געווען אז דער גלאק גייט צוריק ארויס קומען, און אויך פארדעם ווען מהאט נישט אויפגעהערט זיך צו בעטן אז סזאל צוריק ארויס קומען, האב איך מחליט געווען אז דא ליגט עפעס פריש.. און איך קען נישט בלייבן אויסגעשפילט פון די גאנצע מעשה און איך מוז עס אויך קויפן... און איך מוז זאגן אז איך האב נישט חרטה געהאט!!!

די איינציגסטע?

דער בלאַט טוט עס נאך זיכער, טאַקע נישט אין "יעדע איינס" אבער אין ס'רוב

כ'גלויב שווער אַז דער גלאָק לייגט עס אין מער, עס זענען דאַכצעך דאָ כללים דערויף

פאלעקס זעה איך טוט עס אויך...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שטייצעך נאר אין ספעציעלע פעלער...
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:שטייצעך נאר אין ספעציעלע פעלער...

:grin: :grin:
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:איך האב דיר נייעס, דאס איז א באקאנטע 'ספעל טשעקער' וואס געוויסע מגיהים האבן, ווען עס פאררעכט ספעלינג מיסטעיקס לייגט עס צו נקודות ביי די א'ס און פ'ס.

א שרייבער האט מיר אמאל געזאגט אז ער נוצט עס ווייל עס לייגט צו נאך אותיות (יעדע נקודה ווערט גערעכנט ווי אן אות) און וויבאלד א צייטונג באצאלט פער אות, מאכט ער מער געלט אזוי...

כמיין אז סוואלט געווען כדאי צו אפדעיטען די ספעל טשעקער סיסטעם און ארויס נעמען די אלע נקודות וואס פעלט פשוט נישט אויס.

איי, וואס גייט מיך אן אז די שרייבער מאכט מער געלט??
סגייט מיך טאקע נישט אן, ער זאל נאר געדענקען צו געבן מעשר שפעטער..
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:איך האב דיר נייעס, דאס איז א באקאנטע 'ספעל טשעקער' וואס געוויסע מגיהים האבן, ווען עס פאררעכט ספעלינג מיסטעיקס לייגט עס צו נקודות ביי די א'ס און פ'ס.

א שרייבער האט מיר אמאל געזאגט אז ער נוצט עס ווייל עס לייגט צו נאך אותיות (יעדע נקודה ווערט גערעכנט ווי אן אות) און וויבאלד א צייטונג באצאלט פער אות, מאכט ער מער געלט אזוי...

כמיין אז סוואלט געווען כדאי צו אפדעיטען די ספעל טשעקער סיסטעם און ארויס נעמען די אלע נקודות וואס פעלט פשוט נישט אויס.

לדעתי מאכט עס גאר געשמאקער דאס ליינען. און אז דער שרייבער מאכט נאך עטליכע סענט דערויף, זאל אים עס וואויל באקומען...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

חנן האט געשריבן:
א געשעפט האב איך האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:איך האב דיר נייעס, דאס איז א באקאנטע 'ספעל טשעקער' וואס געוויסע מגיהים האבן, ווען עס פאררעכט ספעלינג מיסטעיקס לייגט עס צו נקודות ביי די א'ס און פ'ס.

א שרייבער האט מיר אמאל געזאגט אז ער נוצט עס ווייל עס לייגט צו נאך אותיות (יעדע נקודה ווערט גערעכנט ווי אן אות) און וויבאלד א צייטונג באצאלט פער אות, מאכט ער מער געלט אזוי...

כמיין אז סוואלט געווען כדאי צו אפדעיטען די ספעל טשעקער סיסטעם און ארויס נעמען די אלע נקודות וואס פעלט פשוט נישט אויס.

לדעתי מאכט עס גאר געשמאקער דאס ליינען. און אז דער שרייבער מאכט נאך עטליכע סענט דערויף, זאל אים עס וואויל באקומען...

נישט מסכים
מסכים
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עענדליך געלעזט גלאָק, א מייסטער ארבעט!

אבער וואס איז די אבסעסיע נישט אנצורופן דעם גלאָק דער גלאָק?, "גלאָק האט זיך פארבינדן" עס ליינט זיך זייער שלעכט...

די איינציגסטע מעלה פון נישט הייסט "דער גלאָק" איז אז ליינער קענען רעדן און זיך פאבינדן מיטן גלאָק, און מען דארף נישט ארויס שרייבן מיט "דער גלאָק" - אויסער אויב דא ליגט עפעס טיפערס...
ערגסטן פאל קענט איר שרייבן דער "גלאָק" האט זיך פארבינדן, און יעדער וועט פארשטיין אז היות די שטרעכלען זענען נישט אויפן ווארט "דער" איז "דער" נישט קיין חלק פונעם נאמען, נאר עס באציט זיך צו "דער אויסגאבע" מיט נאמען "גלאָק"

בתקווה להבנה
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון די לעצטע "גלאק"!

משה מארגערעטן אין אפגאניסאטן איז העכסט אינטערעסאנט און פאנטאסטיש און אומגלויבליך!

די היסטאריע פון די רישי גלותא איז אינטערעסאנט רייך און באלערענד ביז גאר גאר!

#ווי וואנט מאר לייק דיס!
קלמן נחום
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2009 8:59 am

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן נחום »

דורכגעליינט דעם גלאק פון דאשקע צום דעקל און הנאה געהאט פון יעדע ארטיקל און אויך די גרעפיקס

די אפגאניסטאן'ע ר' משה מארגערעטן ארטיקל איז אוודאי גאר אינטערעסאנט אויב נישט די אינטערעסאנטסטע, אבער למעשה בין איך געבליבן מער נייגעריג ווי בעפאר, העיקר חסר מן הסיפור וויאזוי דער ר' משה האט געמאכט אזעלכע טיפע קאנטאקטן אין דעם ווייטן פארווארפענעם לאנד און וויאזוי האט מען למעשה אויסגעפירט די אלע אקציעס... דאס איז דאך די מערסטע אינטערעסאנטע טייל אינעם געשיכטע....
ס'סכמעט אזויווי איינער זאל שרייבן א לאנגע שרעקעדיגע מעשה און דערנאך אויספירן 'ביי די ענדע האט זיך עס גוט אויסגעלאזט און די טאטע און קינד האבן זיך געטראפן, וויאזוי קען מען נישט זאגן'.. נישט ממש אבער אביסל....

לאמיר ענדיגן מיט א גוט ווארט אז עס איז די מערסט תוכנ'דיגע אויסגאבע, יעדע ארטיקל ווייס איך עס איז אויסגעהאלטן מיט אלע היסטארישע פאקטן און דער שרייבער ווייסט וואס ער רעדט און בלעבעלט נישט נאך עפעס א אנדערע אומוויסנדע שרייבער.... גיי אן און

כה לחי רבי שמעון
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קלמן נחום האט געשריבן:דורכגעליינט דעם גלאק פון דאשקע צום דעקל און הנאה געהאט פון יעדע ארטיקל און אויך די גרעפיקס

די אפגאניסטאן'ע ר' משה מארגערעטן ארטיקל איז אוודאי גאר אינטערעסאנט אויב נישט די אינטערעסאנטסטע, אבער למעשה בין איך געבליבן מער נייגעריג ווי בעפאר, העיקר חסר מן הסיפור וויאזוי דער ר' משה האט געמאכט אזעלכע טיפע קאנטאקטן אין דעם ווייטן פארווארפענעם לאנד און וויאזוי האט מען למעשה אויסגעפירט די אלע אקציעס... דאס איז דאך די מערסטע אינטערעסאנטע טייל אינעם געשיכטע....
ס'סכמעט אזויווי איינער זאל שרייבן א לאנגע שרעקעדיגע מעשה און דערנאך אויספירן 'ביי די ענדע האט זיך עס גוט אויסגעלאזט און די טאטע און קינד האבן זיך געטראפן, וויאזוי קען מען נישט זאגן'.. נישט ממש אבער אביסל....

כה לחי רבי שמעון

אזוי ענדיגט דאך רבינו ז"ל די ערשטע מעשה אין סיפורי מעשיות (אבידת בת מלך): איך שהוציאה לא סיפר. ובסוף הוציאה...
געשטימט פאר ראשעק הול
דער גלאָק
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 1:05 am

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גלאָק »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:עענדליך געלעזט גלאָק, א מייסטער ארבעט!

אבער וואס איז די אבסעסיע נישט אנצורופן דעם גלאָק דער גלאָק?, "גלאָק האט זיך פארבינדן" עס ליינט זיך זייער שלעכט...

די איינציגסטע מעלה פון נישט הייסט "דער גלאָק" איז אז ליינער קענען רעדן און זיך פאבינדן מיטן גלאָק, און מען דארף נישט ארויס שרייבן מיט "דער גלאָק" - אויסער אויב דא ליגט עפעס טיפערס...
ערגסטן פאל קענט איר שרייבן דער "גלאָק" האט זיך פארבינדן, און יעדער וועט פארשטיין אז היות די שטרעכלען זענען נישט אויפן ווארט "דער" איז "דער" נישט קיין חלק פונעם נאמען, נאר עס באציט זיך צו "דער אויסגאבע" מיט נאמען "גלאָק"

בתקווה להבנה

א גוטע הערה. ישר כח. מען וועט עס פארבעסערן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "דער גלאק" מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דער גלאָק האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:עענדליך געלעזט גלאָק, א מייסטער ארבעט!

אבער וואס איז די אבסעסיע נישט אנצורופן דעם גלאָק דער גלאָק?, "גלאָק האט זיך פארבינדן" עס ליינט זיך זייער שלעכט...

די איינציגסטע מעלה פון נישט הייסט "דער גלאָק" איז אז ליינער קענען רעדן און זיך פאבינדן מיטן גלאָק, און מען דארף נישט ארויס שרייבן מיט "דער גלאָק" - אויסער אויב דא ליגט עפעס טיפערס...
ערגסטן פאל קענט איר שרייבן דער "גלאָק" האט זיך פארבינדן, און יעדער וועט פארשטיין אז היות די שטרעכלען זענען נישט אויפן ווארט "דער" איז "דער" נישט קיין חלק פונעם נאמען, נאר עס באציט זיך צו "דער אויסגאבע" מיט נאמען "גלאָק"

בתקווה להבנה

א גוטע הערה. ישר כח. מען וועט עס פארבעסערן.

אןהא, א דאנק פארן רעאגירן

אבער ביטע, וויפיל איך האב ארויסגעשריבן די איין חסרון זענען די מעלות פילפאכיג מער!!!

איך האב פשוט שוועריגקייטן אויסצודרוקן דאנק ווערטער דעריבער פיר איך מיר צו קריטיקירן מיט א הונדערטסטל וויפיל איך האב הנאה געהאט

קריטיק גייט סאאאאאך גרינגער
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”