פאראויס האט געשריבן:איך בין דער איינציגסטער וועם ס'האט געגרילצט אין די אויערן ווען ר' וועלוול הערט איבער דאס איבערנעמען פונעם פלאץ און ער רופט זיך אן בתמימות (?) "האסט עפעס פאזעטיוו? וויאזוי איז געווען די הדלקה פון באיאן"? און דערנאך וויל ער שנעל וויסן איבער די צערעמאניע פאר די קדושים.
און שפעטער וויל ער בתמימות פארשטיין וואס האט געבאדערט פאר די ערליכע אידן. ''סתם ווייל מ'וויל נישט גיין מיט א נייע סדר"?..
איז אזוי ר' וועלוול. לאמיר אייך פרובירן מסביר זיין.
ווען די קריסליכע קירכע נישט ווייט פון סקווירא שטעטל וועט באקומען די רשיון אנצופירן די גרויסע פארזאמלונגען אין די געגנט, און זיי וועלן קומען קיין סקווירא און איינטיילן די סדר פון די שמחה בבית רבינו, וויאזוי וואלט איר רעאגירט אז זיי ווערן בעלי בתים?
און מ'דארף נישט זיין קיין קנאי צו זאגן אז א מלכות השמד דורך אפיקורסים איז טויזינט מאל ערגער ווי די קריסטן וואס דינען עבו"ז בשיתוף.
דאס איז #1
נומבער צוויי. וויאזוי וואלט איר רעאגירט אויב די לאקאלע פאליציי הייסט א שמחה בבית רבינו אויסקוקן ווי די מערה האט נעבעך אויסגעזעהן ביז ס'איז באפרייט געווארן?
-יעדער קען אדורכגיין זאל פאר איין מינוט.
-אדורכגיין דעם רבי’ן פונדערווייטענס. סאשעל דיסטענס 12 פוס.
-מ’קען טאנצן אינדערויסן אויף די אנדערע זייט פון שטעטל..
-פאליציאנטעס וועלן למען ה’ האלטן סדר ביי די מענער אין ביהמ’’ד.
-פרעסן אין פראנט פון רבי’ן בגילוי ראש ובחציפות.
-אויף די סקרינס וועט ווערן געוויזן וואס די מארגנים פון די קריסטליכע קירכע וועלן מחליט זיין צו ווייזן.
-זיי וועלן אויך צושטעלן א שיינעם טקס.
WOW WOW קריסטאל קלאר