לקדש שם שמים האט געשריבן:חכם מהו אומר האט געשריבן:אליעזר קרויס האט געשריבן:איך וויל מאכן זיכער איך פארשטיי די לאגיק דא.
ראובן מאכט א סידי מיט א פול פלעטש מיוזיק ערענדשמענט, פארקערט וואו פשטות השו"ע וכל הפוסקים, דאס איז עפעס משונה'דיג פארשטענדליך. ער האט דאך אן אייגענע דעת תורה.
אבער ווען לעזער קרויס מאכט א סידי אן מיוזיק, אזוי וואו עס איז פשטות די הלכה, אוי וויי! פארוואס פרעגט ער נישט דעת תורה...
עם איי מיסינג סאמטינג????
קיינער האט נישט געגעבן גערעכט פאר ראובן וואס גיבט ארויס א סידי, פיל מיט ווילדע ניגונים שאין ריח חכמים נוחה הימינו, בכלל,
שוין יארן וואס ערליכע אידן, יראים ושלמים, גיבן ארויס ערליכע סידי'ס אנגעהויבן ביי ר' בנציון שענקער ז''ל, ר' משה גאלדמאן ז''ל, ר' ירמי' דמן, וכדומה, און אלעס איז געטון געווארן על דעת רביהם ז''ל, דאכצעך אז די לויבאוויטשער רבי'ן האט פארלאנגט אז מ'זאל ארויסגיבן די נח''ח אלבומס,
ס'איז אפילו דא סידי'ס מיט בעלי מנגנים פון רבישע הויפן פון פארן קריג ווי זיי זינגען די ניגונים פון ימים נוראים וכדומה
און קרלין איז די מנהג אפיציעל צו טאנצן מיט כלי שיר, אפילו בימי החול,
און אויף אלעס איז די סיבה בפשטות, אז פאר עבודת השם, איז אדרבה ואדרבה, לא נאסרו כלל
עד שבא ר' אליעזר קרויס וואס קען שו''ע בעסער ווי יעדעם, און גיבט ארויס א סידי אהן מוזיק, ווייל, ''ס'נישט דא קיין שום היתר'' ווי איז די לאגיק און דעם?
וועסטו שרייען שו''ע?!?, אדער ווי איינער האט דא געשריבן, שכל, שו''ע, און נישט מה יאמרו,
נארישקייטן! מיט נאר די אייגענעם שכל און שו''ע, וועסטו זיך שעיוון די בארד, לאזן די ווייב וואקסן האר, גיין פיצי פיאות, גיין מיט א בענעט קאפל, וכ' וכ', אבער לערנען זייער פלייסיג, און אויך מקפיד זיין אויף זמן תפילה שבת, וכדומה,
אונז האבן א דרך המסירה לנו מאבותינו ורבותינו, און אז ערליכע אידן, דערהויבענע אידן האבן ארויסגעגעבן היימישע לידער און קינדער סידי'ס מיט מוזיק דארפטו נישט זיין איפכא מסתברה, אדער אכ''פ גיי פרעג א דיין אויב סגייט אריין און מוזיק פאר א תועלת בעבודת השם, שלא אסרו כלל וכלל בלי שום פיקפיק,
טשולדיגט באט דעס מיינט אטאקירן א ניק
איך שרייב וועגן דעם פובליק פיגור וואס רעדט אויף קול מבשר, וואס בדרך אגב, די גאנצע אשכול איז געבויט אויף זיינע לעקציעס, נישט דעם 'ניק', קען זיין אז ס'איז גראדע די זעלבע מענטש,
לויט ווי איך קען ר' אליעזר, און לויט ווי ער זאגט אליין כסדר, שטערט אים נישט אז משרייבט אנדערש ווי וואס ער האלט,
זארגט זיך נישט אזוי שטארק פאר אים, ער האט גאר הארטע הויט, ס'גייט אים נישט אהן