דער איד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ישי כץ האט געשריבן:
ישי כץ האט געשריבן:
אמר"ש ווייסט איינער ווער די שרייבער פון די ביזנעס אפטיילונג איז דער איז עפעס מורא'דיג סיי מיט די נייעס און סיי מיט די צוויי פארזעצונגען
הלוואי וואלט ער געשריבן אלע נייעס וואלט עס אויך געווען אינטערעסאנט אפילו פאר ווער ס'זעהט נייעס אינמיטן די וואך
ער וויל ארויסגעבן ווייל ער דארף מנוחה אין זיין פריוואטן לעבן.

"דער איד" האט געעפענט אן אמעיל אדרעס ווי מ'קען שיקן צונעם קאמענטארן און פראגן.

דאס איינע פון די סיבות פון די סארט טאלאנט וואס ק"מ האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין. אויב וואלט ביי אונז אנגעקוקט שרייבעריי און רעדעריי אזויווי ריעל עסטעיט און אמאזאן וואלטן גאר אסאך ווען ארויפגעקומען און צוגעשטעלט זייער טאלאנט צום ציבור אנע פארכט פון נאכלויפן אויפן די גאס מיט שאלות און הגהות, אן חשבונות איבער שידוכים און אן הערן יעדעס מאל ביים גראמען וואס מ'טוט פאר פרנסה.

אבער היות ס'איז וואס ס'איז, גיבן געוויסע אויס זייער טאלאנט אנאנים, א שטייגער דער וואס שרייבט ביזנעס אין "דער איד" און @פראקטיש אויף אייוועלט.

און שוין.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

און אז מ'איז שוין דא, וואלט איך ווען געוואלט ווען וועלן בעטן פון "דער איד".

אין ליכט פון די לעצטערע שיינע אינטערוויוס און הערכות פונעם אלטן אמאל מיט וואס איר זענט בענשטירט, פליז שרייבט קומענדיגע וואך אן אפהאנדלונג איבער די אלבוים "דזשוביליישאן, ביי ירדן פנקובער און סטערלינג ארקעסטער".

וואס איז דאס, וועלכע ניגונים איז דארט ארויסגעקומען, וועלכע גאנצע אידישע וועלט איז געווארן באגייסטערט, איז געווען טענות דאן קעגן "דער איד" פארן אריינלייגן דעם אנאנס? און נאך.

איך שפיר אז ס'גייט מיר העלפן אינעם "אידישקייט גליון" אשכול.

איר דארפט זיך נישט זארגן מ'וועט מיינען איר ליינט דא. רוב עולם ווייסט סיי ווי איר ליינט דא און פאר ווער נישט קען מען זאגן אז עימציער וואס ליינט דא האט איבערגעגעבן. מ'קען אפילו זאגן אז אבראהאם פון מאנסי האט אריינגעשיקט א פארלאנג.

קומטס אויף מיט א מהלך אבער איך נייטיג מיך מיט א הערכה איבער דעם אלבוים.

פאר מער אינפארמאציע, עיין ב'קהילות, דף 93, פרשת שמות תשפ"ג.
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

פראקטיש האט געשריבן:
און אז מ'איז שוין דא, וואלט איך ווען געוואלט ווען וועלן בעטן פון "דער איד".

אין ליכט פון די לעצטערע שיינע אינטערוויוס און הערכות פונעם אלטן אמאל מיט וואס איר זענט בענשטירט, פליז שרייבט קומענדיגע וואך אן אפהאנדלונג איבער די אלבוים "דזשוביליישאן, ביי ירדן פנקובער און סטערלינג ארקעסטער".

וואס איז דאס, וועלכע ניגונים איז דארט ארויסגעקומען, וועלכע גאנצע אידישע וועלט איז געווארן באגייסטערט, איז געווען טענות דאן קעגן "דער איד" פארן אריינלייגן דעם אנאנס? און נאך.

איך שפיר אז ס'גייט מיר העלפן אינעם "אידישקייט גליון" אשכול.

איר דארפט זיך נישט זארגן מ'וועט מיינען איר ליינט דא. רוב עולם ווייסט סיי ווי איר ליינט דא און פאר ווער נישט קען מען זאגן אז עימציער וואס ליינט דא האט איבערגעגעבן. מ'קען אפילו זאגן אז אבראהאם פון מאנסי האט אריינגעשיקט א פארלאנג.

קומטס אויף מיט א מהלך אבער איך נייטיג מיך מיט א הערכה איבער דעם אלבוים.

פאר מער אינפארמאציע, עיין ב'קהילות, דף 93, פרשת שמות תשפ"ג.
:lol:
מאכסט מיר לאכן..

מדארף בעטן הרב ש.ר. ביי די זקינך ויאמרו לך זאל פרעגן איינע פון די עלטערע אויב זיי דענקן דאס...
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

באזעסען האט געשריבן:

איך שפיר ווי מ' פארציילט אונז נישט אלעס, געבט ארויס די מעשה וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט אין די ל' יארן
פאליש
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 5:03 pm
לאקאציע: נעבן היכל הביהמ"ד הגדול

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליש »

אויפן דעקל זעה איך אז די וואך איז דא א שמועס מיט עסקנים פון די ישוב אין לינדען. געפעלט מיר די געדאנק פון אזא שמועס אפילו עס איז נישט אפילירט מיט די סאטמארע קהלה א שטייער ווי בלומינגבורג און לעיקוואד.
נאכנישט געליינט, אבער שמעקט דיפרענט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

און איצט צו פ. הירש, בשלח פ"ג, זייט 50.

"אלען דערשאוויץ, דער אידישער ספעץ אויף יוריספרודענץ און גרויסער שטיצער פון ביבי פאליטיש".

אמת אז די נ. י. ט. באשולדיקונגען אז מיר קענען נישט קיין ענגליש און וואקסן אויף אלפעבעטן איז אויסגעזויגן פון די פינגער אבער קיין איין די געטרייע לייענער פון "דער איד" האט נישט קיין נארמאל וועג פון ווי צו וויסן וואס עס מיינט "ספעץ" און "יוריספרודענץ". די סיסטעם לערנט אונז דאס נישט אויס.

פ. הירש האלט אבער אז איך דארף דאס יא וויסן נו זיי מוחל און ענטפער מיר די תירוץ.

קומענדיגע וואך קום מיט א התנצלות איבער דעם אזוי ווי איר האט געטון די וואס אינעם "ציונות" רובריק.

אמר"ש די ציונות קאלום איז הערליך שטיקל פארש ארבעט, ממש א יחיד ב"מינו" תרתי משמע.
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

פראקטיש האט געשריבן:
אמר"ש די ציונות קאלום איז הערליך שטיקל פארש ארבעט, ממש א יחיד ב"מינו" תרתי משמע.
גאמ
שכח ר' הערשל
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

איינער פאריגע וואך באמערקט די אריינגעגנבטע לויב ווערטער אויף אריה דרעי אין די וועכענטליכע אבזארוואציע ארטיקל פון דעם וויזניצען הערשקאוויטש?
דער ווינקל איז אגב א הערליך ווינקל פאר איינער וואס גלייכט די ישראלישע פוליטיקה. זייער ’אינדרויסן פון די באקס’ ניכטערע בליק אויף אלס און אלעמען בנוגע ארץ ישראל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

הימלישע וואסער האט געשריבן:

יא, איך.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פראקטיש האט געשריבן:
פאר מער אינפארמאציע, עיין ב'קהילות, דף 93, פרשת שמות תשפ"ג.

די פראבלעם איז די נאמען, אדער די ניגונים?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
חיים שטיין
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

ישי כץ האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אמר"ש די ציונות קאלום איז הערליך שטיקל פארש ארבעט, ממש א יחיד ב"מינו" תרתי משמע.
גאמ
שכח ר' הערשל
גא''מ, און אויך א יישר כח פאר אלע אייער שרייבעריי.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פראקטיש האט געשריבן:
און איצט צו פ. הירש, בשלח פ"ג, זייט 50.

"אלען דערשאוויץ, דער אידישער ספעץ אויף יוריספרודענץ און גרויסער שטיצער פון ביבי פאליטיש".

אמת אז די נ. י. ט. באשולדיקונגען אז מיר קענען נישט קיין ענגליש און וואקסן אויף אלפעבעטן איז אויסגעזויגן פון די פינגער אבער קיין איין די געטרייע לייענער פון "דער איד" האט נישט קיין נארמאל וועג פון ווי צו וויסן וואס עס מיינט "ספעץ" און "יוריספרודענץ". די סיסטעם לערנט אונז דאס נישט אויס.

פ. הירש האלט אבער אז איך דארף דאס יא וויסן נו זיי מוחל און ענטפער מיר די תירוץ.

קומענדיגע וואך קום מיט א התנצלות איבער דעם אזוי ווי איר האט געטון די וואס אינעם "ציונות" רובריק.

אמר"ש די ציונות קאלום איז הערליך שטיקל פארש ארבעט, ממש א יחיד ב"מינו" תרתי משמע.
יוריספרודענץ איז נישט קיין צו שווערע ווארט, עס איז די אידישע ווארט פאר די ענגלישע jurisprudence, און ווער עס ווייסט נישט פשט זאל מוחל זיין גוגלען, מען קען נישט אלעמאל קעיטערן נאר צו די לאועסט קאמאן דענאמינאטאר, פארקערט מען דארף אלס אויסברייטערן די האריזאנטן פונעם ליינער. א לאנגיעריגער ליינער פון דער איד האט זיך שוין גענוג אנגעשטויסן דערין (פלעגסט ליינען משה לייב דייטש'נס ארטיקלען?)

ספעץ לעומת זה איז לכאורה א פארצייטישע אידישע - מעגליך סלענג - ווארט און קיינער ווייסט נישט וויאזוי מען עסט דאס היינט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
פאר מער אינפארמאציע, עיין ב'קהילות, דף 93, פרשת שמות תשפ"ג.

די פראבלעם איז די נאמען, אדער די ניגונים?
כ'ברויך מער דעטאלן צו קאמענטירן, מאדנע איז עס ביז גאר.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

הימלישע וואסער האט געשריבן:
איינער פאריגע וואך באמערקט די אריינגעגנבטע לויב ווערטער אויף אריה דרעי אין די וועכענטליכע אבזארוואציע ארטיקל פון דעם וויזניצען הערשקאוויטש?
דער ווינקל איז אגב א הערליך ווינקל פאר איינער וואס גלייכט די ישראלישע פוליטיקה. זייער ’אינדרויסן פון די באקס’ ניכטערע בליק אויף אלס און אלעמען בנוגע ארץ ישראל
וועלכע קאלום?
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

הימלישע וואסער האט געשריבן:
איינער פאריגע וואך באמערקט די אריינגעגנבטע לויב ווערטער אויף אריה דרעי אין די וועכענטליכע אבזארוואציע ארטיקל פון דעם וויזניצען הערשקאוויטש?
דער ווינקל איז אגב א הערליך ווינקל פאר איינער וואס גלייכט די ישראלישע פוליטיקה. זייער ’אינדרויסן פון די באקס’ ניכטערע בליק אויף אלס און אלעמען בנוגע ארץ ישראל
נישט באמערקט, וואס האט ער געשריבן?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מי חכם האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
און איצט צו פ. הירש, בשלח פ"ג, זייט 50.

"אלען דערשאוויץ, דער אידישער ספעץ אויף יוריספרודענץ און גרויסער שטיצער פון ביבי פאליטיש".

אמת אז די נ. י. ט. באשולדיקונגען אז מיר קענען נישט קיין ענגליש און וואקסן אויף אלפעבעטן איז אויסגעזויגן פון די פינגער אבער קיין איין די געטרייע לייענער פון "דער איד" האט נישט קיין נארמאל וועג פון ווי צו וויסן וואס עס מיינט "ספעץ" און "יוריספרודענץ". די סיסטעם לערנט אונז דאס נישט אויס.

פ. הירש האלט אבער אז איך דארף דאס יא וויסן נו זיי מוחל און ענטפער מיר די תירוץ.

קומענדיגע וואך קום מיט א התנצלות איבער דעם אזוי ווי איר האט געטון די וואס אינעם "ציונות" רובריק.

אמר"ש די ציונות קאלום איז הערליך שטיקל פארש ארבעט, ממש א יחיד ב"מינו" תרתי משמע.
יוריספרודענץ איז נישט קיין צו שווערע ווארט, עס איז די אידישע ווארט פאר די ענגלישע jurisprudence, און ווער עס ווייסט נישט פשט זאל מוחל זיין גוגלען, מען קען נישט אלעמאל קעיטערן נאר צו די לאועסט קאמאן דענאמינאטאר, פארקערט מען דארף אלס אויסברייטערן די האריזאנטן פונעם ליינער. א לאנגיעריגער ליינער פון דער איד האט זיך שוין גענוג אנגעשטויסן דערין (פלעגסט ליינען משה לייב דייטש'נס ארטיקלען?)

ספעץ לעומת זה איז לכאורה א פארצייטישע אידישע - מעגליך סלענג - ווארט און קיינער ווייסט נישט וויאזוי מען עסט דאס היינט
נו וואדע פלעגעך ליינען משה לייב'ס ארטיקלען, איך האב אפילו געשפארט מיט אים איבער זיינע ווערטער און אויסדרוקן, כ'האב אלץ געהאלטן ער גייט צו ווייט.

ספעץ איז לכאורה א ספעציאליסט און יוריספרודענץ איז עפעס מיט געריכט, ווי מ'שטעלט פרעצעדענטן איבער א געזעץ אדער א געריכטליכע וועזן.

דעס אז איך און דו ווייסן עס מוז נישט זיין אז אונז זעמיר בעסער ווי ווער נישט, קען זיין אונז זעמיר די לאועסט קאממאן דענאמינאטאר, די פאלגערס שבתוכינו האבן נישט פון ווי צו וויסן, צו זיי דארף מען ערשט קעיטערן.

אדער נוצט מען נישט שווערע ווערטער, אדער איז מען עס מסביר.

דאס איז נישט קיין פלעינע צייטונג פארגעס נישט, דאס איז איינע פון די שופרות פונעם אומאפהענגיקען יהדות החרדית הנאמנה והצרופה. דאס קעיטערט צום העכסטן און חשובסטן קאליבער פונעם חסידישן אידנטום.
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

זייער א אונטערעיסאנטע אינטעוויע געווען מיט הרב דוד דוב מייזליש,
כבין נייגעריג וועלעכע רב האט אים מתיר געווען צו שרייבן בלשון העמים,

צוויי קליינע הערות אלס א נישט שרייבער, די קעפל גאלדענע אוצרות האט נישט קיין פשט, אויב וויל דווקא גיין מיט גאלד, וואלט געדארף זיין די גאלדענע אוצר, אויב נישט דווקא גאלד, קען מען שרייבן א בליק און אוצר וכדומה,

נאך א קלייניקייט, ביי א געשריבענע אינטערוויא איז נישט געשמאק צו ליינען אז ער האט בטעות אנגעהויבן פרעגן איבער די שבת סעריא פאר ער האט געענדיגט מיט די יו''ט
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
פאליש
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 5:03 pm
לאקאציע: נעבן היכל הביהמ"ד הגדול

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליש »

שוין לאנג נישט אריינגעקומען מיט אן אנאליז אדער באמערקונגען, כהאף געוויסע וועלן נישט בייז זיין.
בראש וראשון די ערשטע אפטיילונג, די אינטערוויאס (לעצטענס אביסל שוואך געווארן) צום פינטל און געשמאק. די פארזעצונגען זענען ביידע ציענד און געשפאנד. די שאר ירקות איז זייער זיס און אייגנארטיג. און פארשטייט זיך די אנאליזן און די ביזנעס נייעס, צווישן די שורות און שלום בית קאלום'ס. זייער רייך.
די קהלות אפטיילונג (די נאמען שמעקט נישט גוט, אבער שוין.), די זכרון להולכים און יזכרם איז זייער גוט יעדע וואך. די תשל"ט ארטיקעל זעהט נישט ווי עס האט א ענדע, א מחי' יעדע וואך. די שאנכיי ארטיקעל קומט אריין זייער שיין קנקן חדש מלא ישן. אא"וו.
אין די תורה אפטיילונג מוז מען באגריסן די נייע קורצע תורה'דיגע שמועס אויף די פרשה, זייער צו די זאך, זייער גוט. די חינוך איז דאך אפגערעדט. די זקינך ויאמרו לך מיט ציונות. שבת טיש און שנות דור ודור. און צום לעצט די הלכה שמועס, א נחת יעדע וואך.
די אנדערע אפטיילונגען קומט מיר נישט אויס יעדע וואך, אבער עס שטערט מיר נישט...

אמר"ש, א זייטיגע בקשה צו די בעלי השקפה זיך אפצולאזן שוין פון דעם מגיד...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אויב דער איד ליינט דא, איך וואלט געוואלט בעטן א בקשה, איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט די חינוך ארטיקל האט די זכי' אריינצוגיין אין די גלאנציגע תורה אפטיילונג, פארוואס נישט אויכעט די "שמחת הבית" ארטיקל פון שלום בית? פארוואס זקניך ויאמרו לך האט די זכי' צו זיין דארט אבער נישט די ארטיקלען פון תשל"ט? לענ"ד זאל אלעס אריינגיין!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אמר"ש, קען מען טאקע גארנישט טון אז די סטעיפלס זאלן זיין אינמיטן דעם פעידזש, נישט אפף-סענטער אריינגעסטעיפלט אויף אותיות!!!??
בייגל לאך
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:28 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייגל לאך »

ווער שרייבט די זכרון להולכים אפטיילונג אין דער איד? איז דאס א סערוויס אדער ווער באצאלט דורך די משפחה?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאליש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 6:03 pm

אמר"ש, א זייטיגע בקשה צו די בעלי השקפה זיך אפצולאזן שוין פון דעם מגיד...
;l;p-
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

פאליש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 6:03 pm
שוין לאנג נישט אריינגעקומען מיט אן אנאליז אדער באמערקונגען, כהאף געוויסע וועלן נישט בייז זיין.
בראש וראשון די ערשטע אפטיילונג, די אינטערוויאס (לעצטענס אביסל שוואך געווארן) צום פינטל און געשמאק. די פארזעצונגען זענען ביידע ציענד און געשפאנד. די שאר ירקות איז זייער זיס און אייגנארטיג. און פארשטייט זיך די אנאליזן און די ביזנעס נייעס, צווישן די שורות און שלום בית קאלום'ס. זייער רייך.
די קהלות אפטיילונג (די נאמען שמעקט נישט גוט, אבער שוין.), די זכרון להולכים און יזכרם איז זייער גוט יעדע וואך. די תשל"ט ארטיקעל זעהט נישט ווי עס האט א ענדע, א מחי' יעדע וואך. די שאנכיי ארטיקעל קומט אריין זייער שיין קנקן חדש מלא ישן. אא"וו.
אין די תורה אפטיילונג מוז מען באגריסן די נייע קורצע תורה'דיגע שמועס אויף די פרשה, זייער צו די זאך, זייער גוט. די חינוך איז דאך אפגערעדט. די זקינך ויאמרו לך מיט ציונות. שבת טיש און שנות דור ודור. און צום לעצט די הלכה שמועס, א נחת יעדע וואך.
די אנדערע אפטיילונגען קומט מיר נישט אויס יעדע וואך, אבער עס שטערט מיר נישט...

אמר"ש, א זייטיגע בקשה צו די בעלי השקפה זיך אפצולאזן שוין פון דעם מגיד...
??
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קה אכסוף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:49 pm
פאליש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 6:03 pm

אמר"ש, א זייטיגע בקשה צו די בעלי השקפה זיך אפצולאזן שוין פון דעם מגיד...
??
געווען א מגיד וואס האט געזאגט עפעס פאר א שיייייינע פאר וואכן צוריק, און איבעראל איז מען נאך ביזי דערמיט.... עס קריכט שוין אביסל.. דעציט
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

א אינטערעסאנטע דיפרענט מ. בערגער איטערוויו געווען פאריגע וואך מיט דאקטער קיממעל.
---

וואס האט פאסירט מיט ארי ווייזער??? קוים אנגעהויבן און גלייך געסטאפט? עס האט אויסגעזען א שטיק צייט אז זיי גייען האבן יעדע וואך צוויי אינטערוויוס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”