מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

פישל גרין האט געשריבן:
פרומע לבוש האט געשריבן:
פישל גרין האט געשריבן:
די מאמענט האט מיך פעסט דיסעפוינטעד, גענומען א ערנסטע נושא וואס מ'קען ביישרייבן א לענגס און א ברייטס, אויסשמועסן די צדדים לכאן ולכאן אזוי ווי די לעצטע פאר בלעטער אין די אשכול צייגט, געמאכט א דראמאטישע קאווער און קעפל ווי כאילו עס קומט דא א אויפדעקונג פון יאר הונדערט, און סך הכל א אינטערוויא מיט א ארגענעזאציע אין בעפארברייטונג צו א געלט קאמפיין.
זייער נישט פראפעסיענאל לדעתי.
מאמענט איז נישט אייוועלט.
און וועגן דעם איז וואס?
אממממממ......
מ'קען נישט סתם אריינלייגן מחאות...
וואס פונקטליך זאל מען באשרייבן?? אז בחורים פארן קיין אילת מ'זאל אינטערוויאון אילת איינוואוינער?
מאמענט וועט נישט סתם שרייבן א ארטיקל צו באשמיצן בחורים,
דא אויפן וועלטעל קען מען עס גרינג טוען.
אמר"ש א הערליכע ארטיקל!! תפארת איז רעוואלוציע! שיין באשריבן.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובה דורך פרידן »

סארי געצאלט געלט פאר די מאמענט וועגן די דעקל זיך געשפירט ווי ליינען א בראשור פין א מוסד ווארטעדיג די בעל תפלה זאל ענדיגן די לאנגע תחנון
סארי אפשר פאר א אינסערט איזעס גוט

פרידן האט געשריבן:

פאר עס ווייסט וואס די ארגאניזאציע איז,
אדער איינער וואס האט קינדער וואס לערנען אין ירושלים איז עס גאר אינטערסאנט.
אין פין דא נעם א לעקציע

don't judge the book by his cover...

השמעינו איז אויך אינטערסאנט אבער עס קאסט נישט קיין געלט
צו שרייבן אויפן קעפל אז דא האט מען אויסגעפירט א פארש ארבייט אויף וואס טוט זיך אין דו דירות איז ליגענט און אונאה
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

היפש דיסעפאוינטעט פון די הויפט ארטיקל. זייער א האקעלע טאפיק. אבער אז דו האסט שוין יא באשלאסן צו בארירן אזא האקעלע טעמע, קאווער עס פון אלע ענגעלס.

יעצט האסטו סתם אפגעבוטשערט א ציענדע נושא מיט אזא טריקענער ארטיקל.

---
באזונדער האט זיך עס געליינט - צו מיר - ווי אן עדווערטייזמענט סטיל ארטיקל פאר א - גאר חשוב'ע - ארגאניזאציע.

דאס איז מיין פערזענליכע הרגשה. יעדער האט זיך זיין טעיסט.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

נקדימון האט געשריבן:
היפש דיסעפאוינטעט פון די הויפט ארטיקל. זייער א האקעלע טאפיק. אבער אז דו האסט שוין יא באשלאסן צו בארירן אזא האקעלע טעמע, קאווער עס פון אלע ענגעלס.

יעצט האסטו סתם אפגעבוטשערט א ציענדע נושא מיט אזא טריקענער ארטיקל.

---
באזונדער האט זיך עס געליינט - צו מיר - ווי אן עדווערטייזמענט סטיל ארטיקל פאר א - גאר חשוב'ע - ארגאניזאציע.

דאס איז מיין פערזענליכע הרגשה. יעדער האט זיך זיין טעיסט.
איר זענט שוין די דריטער פערזאן וואס האט אזוי אראפגעלייגט זיין טעיסט, קוקט אויס ווי איר האט ענליכע.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

וויאזוי הייסט די ארגענעזאציע?
רננו צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:57 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רננו צדיקים »

גם אני מצטרף
עס איז אפשר געווען אינטרעסאנט
אבער כמעט קיין שייכות מיט די דעקל
גרעניצט זיך מיט אונאה
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

פרומע לבוש האט געשריבן:
פישל גרין האט געשריבן:
פרומע לבוש האט געשריבן:
פישל גרין האט געשריבן:
די מאמענט האט מיך פעסט דיסעפוינטעד, גענומען א ערנסטע נושא וואס מ'קען ביישרייבן א לענגס און א ברייטס, אויסשמועסן די צדדים לכאן ולכאן אזוי ווי די לעצטע פאר בלעטער אין די אשכול צייגט, געמאכט א דראמאטישע קאווער און קעפל ווי כאילו עס קומט דא א אויפדעקונג פון יאר הונדערט, און סך הכל א אינטערוויא מיט א ארגענעזאציע אין בעפארברייטונג צו א געלט קאמפיין.
זייער נישט פראפעסיענאל לדעתי.
מאמענט איז נישט אייוועלט.
און וועגן דעם איז וואס?
אממממממ......
מ'קען נישט סתם אריינלייגן מחאות...
וואס פונקטליך זאל מען באשרייבן?? אז בחורים פארן קיין אילת מ'זאל אינטערוויאון אילת איינוואוינער?
מאמענט וועט נישט סתם שרייבן א ארטיקל צו באשמיצן בחורים,
דא אויפן וועלטעל קען מען עס גרינג טוען.
אמר"ש א הערליכע ארטיקל!! תפארת איז רעוואלוציע! שיין באשריבן.
נישט קיין פראבלעם, אז זיי קענען עס נישט דעקן געהעריג זאלן זיי נישט שרייבן קיין ארטיקל דערוועגן בכלל, עס איז נאך דא גענוג סטעיטס צו קאווערן אינעם גלות אמעריקע פראיעקט, און אז זיי ווילן ביישרייבן די הייליגע ארגענעזאציע תפארת בחורים אויך נישט קיין פראבלעם, לייג נאר אויפן דעקל א בילד פון די דריי צדיקים און שרייב "די ארגענעזאציע וואס ראטעוועט בחורים פון שאול תחתית" וואטעווער, שרייבן אויף א פארמאכטע ראלל געפילטע פיש אז דאס איז פרישע בענענעס וואלט אין גראסערי געהייסן געהעריגע גניבה.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך בין זייער אויפגערעגט אויף די רעספאנס פון גאלד איבער די גרים/מבקשים אין אפענע שמועסן אשכול.
אני הוא הנער, נער המדבר
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקרן »

אן אריינגיין און די גאנצע דעבאטע
איך וויל נאר אדרעסירן די טענה היתכן מ'האט נאר בארירט א ארגאנזעציע
ביודעי ומכירי ס'איז נישט נאך אן ארגאנזציע
דאס האט געטוישט לטובה די גאנצע מצב ביי בחורים און ירושלים ואדרבה פרעגט אייך אליין נאך ואין להאריך
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

געטראכט צו קויפן, ב"ה נישט געפאלן פאר די אונאה שפיל. נישט די ערשטע מאל זיי טוען עס, דערפאר קויף איך נאר נאכן הערן אז די ארטיקל איז גוט, נישט נאר די דעקל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בניהו האט געשריבן:
איך בין זייער אויפגערעגט אויף די רעספאנס פון גאלד איבער די גרים/מבקשים אין אפענע שמועסן אשכול.
דער גאנצער שמועס איז מאדנע. מען קען שוין נישט רעדן ווי רעספעקטפול מענטשן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פעיק ניוז האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
איך בין זייער אויפגערעגט אויף די רעספאנס פון גאלד איבער די גרים/מבקשים אין אפענע שמועסן אשכול.
דער גאנצער שמועס איז מאדנע. מען קען שוין נישט רעדן ווי רעספעקטפול מענטשן?
ריכטיג, וועגן דעם האבעך געשריבן אשכול… לעצטנס איז עס אביסעלע אוף טרעק. די ספעציפישע איז אבער פשוט נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איך האב געלערנט אין ארץ ישראל 10 יאר צוריק, שוין דעמאלטס געווען אלעס וואס ווערט דא דערמאנט, די וועלט פאלט אין אלגעמיין און די ארץ ישראל'דיגע בחורים פראבלעם פאלט מיט אויפן זעלבן ספיד.

כ'האב אויכט געניג גערעדט מיט אנדערע וואס האבן געלערנט אין ארץ ישראל פאר 20 יאר צוריק און ס'איז נישט געווען בעסער דאן בכלל.

כ'האב אויכט געלערנט אין א ישיבה אין לעיקוואד פאר 12 יאר צוריק און כ'האב מיטגעהאלטן ענליכע פאסירונגען דארט.

דאס נעמען א פארגרעסערונג גלאז און פאקעסירן בלויז אויף איין צייט און איין מקום איז נישט די וועג.

וואס יא, עס איז אויף א וועג היינט אסאך א בעסערע מצב ווי אמאל, אמאל איז אינגאנצן נישט געווען קיין השגחה אויף די בחורים און זיכער נישט קיין חבורות, א בחור וואס האט געוואלט זיך צושטעלן האט עס געטוהן בלויז פון זיין פרייע ווילן, קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין זייט. היינט זענען די סארט בחורים פון וועם מ'רעדט דא בחורים וואס זענען נישט אינטערסירט צו זיין אין קיין סיסטעם און טוהן וואס זיי ווילן.
איך בין מיט דיר אין רוב פונקטן וואס דו זאגסט.

דאס אז אמאל איז געווען פונקט אזוי פראבלעמאטיש בין איך מיט דיר. איך האב געלערנט דארט פאר 13 יאר צוריק. איך קען בלויז רעדן פון אמאל און נישט פון היינט ווייל איך בין דאך שוין נישט דארט.

איך גלייב אז מה שהיה הוא שיהיה. מיט איין חילוק, עס איז דאן נאכנישט געווען אזוי נפרץ אינטערנעט צווישן בחורים. די אייפאונס האבן דעמאלטס נאך געהאלטן ביי די ערשטע גענעראציע און די רייסערס האבן געהאט בלעקבעריס. סאו די גאר גרינגע צוטריט צו אינטערנעט איז נישט געווען. איך זאג נישט אז קיינער האט נישט געהאט, איך זאג נאר אז עס איז געווען אסאך שווערער צו האבן ווי היינט.

אבער יפו, אילת, טאבא, וכדו׳ זענען שוין אין סטייל פון ששת ימי בראשית און די אלטע טראבל מעיקערס האבן דאס שוין געטון. אין כל חדש תחת השמש.

וואס יא? על זה דוה לבי, מיך וואונדערט פארוואס די פאוקוס איז אויף די עבירות וואס בחורים טון אדער טון נישט, אינדערצייט וואס דער עיקר לאנג טערמינעגער חורבן איז גאר עפעס אנדערש. די חורבן און אפעקט פון די לעבנסשטייגער פון א מירער בחור (מען רעדט יעצט פון די עוורידזש בחור און נישט פונעם מציון) איז גייסטיש. דער בחור לעבט א לעבנסשטייגער אן האבן די מיניאמאלע גייסטישע געברויכן. די פוסטעניש, די ליידיגקייט, די מאנגל אין סיפוק, די דעפרעסיע, די צומישעניש, די חוסר סדר, די צופארעניש. נישטא קיין אנהויב און נישט קיין סוף. טאג איז נאכט און נאכט איז טאג. די אומפראדאקטיוויטעט, די אומקלארקייט, די חוסר הצלחה, אא״וו.

ועל זה דוה ליבי. איך האב נישט געליינט דעם ארטיקל און איך ווייס נישט אויב מען האט בארירט דעם נקודה. אבער דאס איז ליידער מיין אייגענע ערפארונג. איך האב אזוי געלעבט 3 גאנצע יאר. דריי טייערע יארן. איך בין געווען אינדרויסן א פרומער און גוטע בחור, איך בין לגמרי נישט געווען אריינגעעטון אין טראבל. מיין גאנצע דירה איז געווען אזוי ווי מיר. גערייכערט און דורכגעשמועסט יעדע פאליטיק אין די וועלט ביז 6 פארטאגס. קיין שייכות מיט אינטערנעט, קיין שייכות מיט שמוץ. אבער איך האב אפגעשימעלט און אפגעפוסטעוועט. עס האט מיר גענומען אפאר יאר ארויסצוקומען פון דעם צודרייטן אומפראדאקטיוון לייף סטייל.

איך גלייב אז דער וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל וועט פארשטיין וואס איך רעד.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ממש אזוי האט געשריבן:

וואס יא? על זה דוה לבי, מיך וואונדערט פארוואס די פאוקוס איז אויף די עבירות וואס בחורים טון אדער טון נישט, אינדערצייט וואס דער עיקר לאנג טערמינעגער חורבן איז גאר עפעס אנדערש. די חורבן און אפעקט פון די לעבנסשטייגער פון א מירער בחור (מען רעדט יעצט פון די עוורידזש בחור און נישט פונעם מציון) איז גייסטיש. דער בחור לעבט א לעבנסשטייגער אן האבן די מיניאמאלע גייסטישע געברויכן. די פוסטעניש, די ליידיגקייט, די מאנגל אין סיפוק, די דעפרעסיע, די צומישעניש, די חוסר סדר, די צופארעניש. נישטא קיין אנהויב און נישט קיין סוף. טאג איז נאכט און נאכט איז טאג. די אומפראדאקטיוויטעט, די אומקלארקייט, די חוסר הצלחה, אא״וו.
לייג אריין דא די נאמען פון כמעט יעדע ישיבה אין אמעריקע
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מיר געפעלט דער לוטפישער מיטן טשופּ און ער איז דער פלאמעדיגער יראת שמים….

איך מיין איך ווייס צו וועלכע חבר מענדל אונגאר איז געגאנגען באזוכן. א סקווירא חבר וואס הייסט לעפקאוויטש.

איינער דארף ארלעדיגן אלי׳ יואל גליק זאל צוריק מופן אין שטאט… זייט ער וואוינט אין אפסטעיט איז ער עפעס אנדערש….. כ׳ווייס נישט צו אויב גוט אדער שלעכט, אבער איין זאך ווייסעך יא, ער פלעגט נישט שרייבן אז ס׳האט געשנייט און ער האט געזעהן הערשן מיט ווייסע קאפלעך. אפשר זאל זיך די קעפל טוישן צו ״מיין בליק אויפן נאטור״
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ממש אזוי האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איך האב געלערנט אין ארץ ישראל 10 יאר צוריק, שוין דעמאלטס געווען אלעס וואס ווערט דא דערמאנט, די וועלט פאלט אין אלגעמיין און די ארץ ישראל'דיגע בחורים פראבלעם פאלט מיט אויפן זעלבן ספיד.

כ'האב אויכט געניג גערעדט מיט אנדערע וואס האבן געלערנט אין ארץ ישראל פאר 20 יאר צוריק און ס'איז נישט געווען בעסער דאן בכלל.

כ'האב אויכט געלערנט אין א ישיבה אין לעיקוואד פאר 12 יאר צוריק און כ'האב מיטגעהאלטן ענליכע פאסירונגען דארט.

דאס נעמען א פארגרעסערונג גלאז און פאקעסירן בלויז אויף איין צייט און איין מקום איז נישט די וועג.

וואס יא, עס איז אויף א וועג היינט אסאך א בעסערע מצב ווי אמאל, אמאל איז אינגאנצן נישט געווען קיין השגחה אויף די בחורים און זיכער נישט קיין חבורות, א בחור וואס האט געוואלט זיך צושטעלן האט עס געטוהן בלויז פון זיין פרייע ווילן, קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין זייט. היינט זענען די סארט בחורים פון וועם מ'רעדט דא בחורים וואס זענען נישט אינטערסירט צו זיין אין קיין סיסטעם און טוהן וואס זיי ווילן.
איך בין מיט דיר אין רוב פונקטן וואס דו זאגסט.

דאס אז אמאל איז געווען פונקט אזוי פראבלעמאטיש בין איך מיט דיר. איך האב געלערנט דארט פאר 13 יאר צוריק. איך קען בלויז רעדן פון אמאל און נישט פון היינט ווייל איך בין דאך שוין נישט דארט.

איך גלייב אז מה שהיה הוא שיהיה. מיט איין חילוק, עס איז דאן נאכנישט געווען אזוי נפרץ אינטערנעט צווישן בחורים. די אייפאונס האבן דעמאלטס נאך געהאלטן ביי די ערשטע גענעראציע און די רייסערס האבן געהאט בלעקבעריס. סאו די גאר גרינגע צוטריט צו אינטערנעט איז נישט געווען. איך זאג נישט אז קיינער האט נישט געהאט, איך זאג נאר אז עס איז געווען אסאך שווערער צו האבן ווי היינט.

אבער יפו, אילת, טאבא, וכדו׳ זענען שוין אין סטייל פון ששת ימי בראשית און די אלטע טראבל מעיקערס האבן דאס שוין געטון. אין כל חדש תחת השמש.

וואס יא? על זה דוה לבי, מיך וואונדערט פארוואס די פאוקוס איז אויף די עבירות וואס בחורים טון אדער טון נישט, אינדערצייט וואס דער עיקר לאנג טערמינעגער חורבן איז גאר עפעס אנדערש. די חורבן און אפעקט פון די לעבנסשטייגער פון א מירער בחור (מען רעדט יעצט פון די עוורידזש בחור און נישט פונעם מציון) איז גייסטיש. דער בחור לעבט א לעבנסשטייגער אן האבן די מיניאמאלע גייסטישע געברויכן. די פוסטעניש, די ליידיגקייט, די מאנגל אין סיפוק, די דעפרעסיע, די צומישעניש, די חוסר סדר, די צופארעניש. נישטא קיין אנהויב און נישט קיין סוף. טאג איז נאכט און נאכט איז טאג. די אומפראדאקטיוויטעט, די אומקלארקייט, די חוסר הצלחה, אא״וו.

ועל זה דוה ליבי. איך האב נישט געליינט דעם ארטיקל און איך ווייס נישט אויב מען האט בארירט דעם נקודה. אבער דאס איז ליידער מיין אייגענע ערפארונג. איך האב אזוי געלעבט 3 גאנצע יאר. דריי טייערע יארן. איך בין געווען אינדרויסן א פרומער און גוטע בחור, איך בין לגמרי נישט געווען אריינגעעטון אין טראבל. מיין גאנצע דירה איז געווען אזוי ווי מיר. גערייכערט און דורכגעשמועסט יעדע פאליטיק אין די וועלט ביז 6 פארטאגס. קיין שייכות מיט אינטערנעט, קיין שייכות מיט שמוץ. אבער איך האב אפגעשימעלט און אפגעפוסטעוועט. עס האט מיר גענומען אפאר יאר ארויסצוקומען פון דעם צודרייטן אומפראדאקטיוון לייף סטייל.

איך גלייב אז דער וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל וועט פארשטיין וואס איך רעד.

ביסט געווען ביי ר'לייביש טייטלבוים'ס לוויה?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

די וואך געזעהן דעם גאנצן מאמענט צום ערשטן מאל

איך פרוביר נאך צו דערגיין פארוואס עס איז דא אשכול מיט 550 זייטן, 1.5 מיליאן וויוס פונקט איבער די אויסגאבע

נישט אז עס איז עפעס שלעכט, די אויסגאבע פאר זיך איז מסתמא בעסער פון אנדערע - הגם אנדערע זענען נישט אזויפיל אונטערשטעליג

עס איז מיר נאר א וואונדער די שטארקע אינוועסטמענט וואס דער עולם דא האט אין די מאמענט, בעת איך גלייב אז אייוועלט איז באמת סאך אינטערעסאנטער.

איך טראכט אז צו זיין פארנומען מיט א געדרוקטע אויסגאבע מאכט דאך סענס, בעיקר אלס די פאר'כישוף'טקייט פארן געדרוקטן ווארט, און די ידיעה אז טויזנטער אנדערע ליינער זעהן עס אויך, די הרגשה אז דאס איז עפעס מער ריעל און מציאות'דיג ווי די ווירטואלע וועלט, מער ווי עניטינג עלס.

לגבי מאמענט (ווס. אנדערע) מוז זיין אז די כסדר'דיגע אריינגעווארפענע שפריצן פון א.ג. "קאנטראווערסיע" העלפט זייער צו האלטן די ליינער באזע ענגעיזשט אויף א פארנעם וואס מען זעהט זעלטן ביי אנדערע אויסגאבעס (איך הייב אן טראכטן אז די כסדרדיגע 'מוחים' זענען ענדערש אויף פעיראל ביי זיי ווי די וואס נעמען זיך אן פאר זיי...)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מי חכם האט געשריבן:
די וואך געזעהן דעם גאנצן מאמענט צום ערשטן מאל

איך פרוביר נאך צו דערגיין פארוואס עס איז דא אשכול מיט 550 זייטן, 1.5 מיליאן וויוס פונקט איבער די אויסגאבע

נישט אז עס איז עפעס שלעכט, די אויסגאבע פאר זיך איז מסתמא בעסער פון אנדערע - הגם אנדערע זענען נישט אזויפיל אונטערשטעליג

עס איז מיר נאר א וואונדער די שטארקע אינוועסטמענט וואס דער עולם דא האט אין די מאמענט, בעת איך גלייב אז אייוועלט איז באמת סאך אינטערעסאנטער.

איך טראכט אז צו זיין פארנומען מיט א געדרוקטע אויסגאבע מאכט דאך סענס, בעיקר אלס די פאר'כישוף'טקייט פארן געדרוקטן ווארט, און די ידיעה אז טויזנטער אנדערע ליינער זעהן עס אויך, די הרגשה אז דאס איז עפעס מער ריעל און מציאות'דיג ווי די ווירטואלע וועלט, מער ווי עניטינג עלס.

לגבי מאמענט (ווס. אנדערע) מוז זיין אז די כסדר'דיגע אריינגעווארפענע שפריצן פון א.ג. "קאנטראווערסיע" העלפט זייער צו האלטן די ליינער באזע ענגעיזשט אויף א פארנעם וואס מען זעהט זעלטן ביי אנדערע אויסגאבעס (איך הייב אן טראכטן אז די כסדרדיגע 'מוחים' זענען ענדערש אויף פעיראל ביי זיי ווי די וואס נעמען זיך אן פאר זיי...)
אויב האסטו עס געזעהן נאר די וואך קענסטו נישט דזאדזשען ווייל עס איז דווקא געווען גאר שוואך רוב ארטיקלען זענען געווען גאר טריקן אדער איבערגעחזרטע ארטיקלען ווי די חזו''א, איין זאפטיגס איז געווען די שילוח ארטיקל פון ש''ש זילבר כמעט א דבר השלם
א'מונה ב'טחון ג'עלט
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

די שילוח ארטיקל איז דאך אויך ממש יעצט געווען אין דער גלאק (אפשר אן די נייע הוספה פון פראפעסאר גליל)

און דאונט געט מי סטארטעד איבער דעם חזו"א ארטיקל

"מאמענט האט באוויזן צו לייגן א האנט" אויף א צעטל וואס געפונט זיך שוין פאר יארן אלל אווער דעם געוועב? און זיי האבן געכאפט א אינסייד שמועס און אפילו באקומען א אומאפגעדרוקטע אויסצוג פונקט פון סורסקי וואס איז בכלל נישט נחשד אויף זיך האלטן צו פאקטן?

אדרבה, אויב זוכן זיי יא אביסל קאנטראווערסיע וואלטן זיי געקענט אויסקלארן דעם מציאות אז דער חזו"א פלעגט אוודאי יא אריינקוקן אין ספרי רפואה (ווי געשמאק עס הערט זיך ביי א מלו"מ אדער אין חדר אלס קינד, איז אבער דער פאקט אז מען מוז לערנען כדי צו קענען, דער רמב"ם האט געלערנט רפואה נישט פון די גמרא נאר פון ספרי רפואה, און דער גר"א האט אויך געלערנט ספרי חכמה צו קענען חכמות, 'סוד ה' ליריאיו' נוצט מען אין די גמרא נאר ממש אמאל אמאל אלס א איבעית אימא, דאס איז נישט די וועג וויאזוי זאכן ארבעטן געווענליך). און אוודאי אזא גאון מבהיל ווי דער חזון איש האט פון בליקן אביסל באוויזן צו באקומען אזא גאונות'דיגע הבנה וואס זאל פארוואונדערן די פראפעסארן אז איינער וואס איז נישט געגאנגען שטודירן אויף א מסודר'דיגער אופן זאל דאס קענען באווייזן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

מי חכם האט געשריבן:
די וואך געזעהן דעם גאנצן מאמענט צום ערשטן מאל

איך פרוביר נאך צו דערגיין פארוואס עס איז דא אשכול מיט 550 זייטן, 1.5 מיליאן וויוס פונקט איבער די אויסגאבע

נישט אז עס איז עפעס שלעכט, די אויסגאבע פאר זיך איז מסתמא בעסער פון אנדערע - הגם אנדערע זענען נישט אזויפיל אונטערשטעליג

עס איז מיר נאר א וואונדער די שטארקע אינוועסטמענט וואס דער עולם דא האט אין די מאמענט, בעת איך גלייב אז אייוועלט איז באמת סאך אינטערעסאנטער.

איך טראכט אז צו זיין פארנומען מיט א געדרוקטע אויסגאבע מאכט דאך סענס, בעיקר אלס די פאר'כישוף'טקייט פארן געדרוקטן ווארט, און די ידיעה אז טויזנטער אנדערע ליינער זעהן עס אויך, די הרגשה אז דאס איז עפעס מער ריעל און מציאות'דיג ווי די ווירטואלע וועלט, מער ווי עניטינג עלס.

לגבי מאמענט (ווס. אנדערע) מוז זיין אז די כסדר'דיגע אריינגעווארפענע שפריצן פון א.ג. "קאנטראווערסיע" העלפט זייער צו האלטן די ליינער באזע ענגעיזשט אויף א פארנעם וואס מען זעהט זעלטן ביי אנדערע אויסגאבעס (איך הייב אן טראכטן אז די כסדרדיגע 'מוחים' זענען ענדערש אויף פעיראל ביי זיי ווי די וואס נעמען זיך אן פאר זיי...)
מי חכם וישמור אלה, ויתבוננו
יש מנהיג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:02 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מנהיג »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
די וואך געזעהן דעם גאנצן מאמענט צום ערשטן מאל

איך פרוביר נאך צו דערגיין פארוואס עס איז דא אשכול מיט 550 זייטן, 1.5 מיליאן וויוס פונקט איבער די אויסגאבע

נישט אז עס איז עפעס שלעכט, די אויסגאבע פאר זיך איז מסתמא בעסער פון אנדערע - הגם אנדערע זענען נישט אזויפיל אונטערשטעליג

עס איז מיר נאר א וואונדער די שטארקע אינוועסטמענט וואס דער עולם דא האט אין די מאמענט, בעת איך גלייב אז אייוועלט איז באמת סאך אינטערעסאנטער.

איך טראכט אז צו זיין פארנומען מיט א געדרוקטע אויסגאבע מאכט דאך סענס, בעיקר אלס די פאר'כישוף'טקייט פארן געדרוקטן ווארט, און די ידיעה אז טויזנטער אנדערע ליינער זעהן עס אויך, די הרגשה אז דאס איז עפעס מער ריעל און מציאות'דיג ווי די ווירטואלע וועלט, מער ווי עניטינג עלס.

לגבי מאמענט (ווס. אנדערע) מוז זיין אז די כסדר'דיגע אריינגעווארפענע שפריצן פון א.ג. "קאנטראווערסיע" העלפט זייער צו האלטן די ליינער באזע ענגעיזשט אויף א פארנעם וואס מען זעהט זעלטן ביי אנדערע אויסגאבעס (איך הייב אן טראכטן אז די כסדרדיגע 'מוחים' זענען ענדערש אויף פעיראל ביי זיי ווי די וואס נעמען זיך אן פאר זיי...)
מי חכם וישמור אלה, ויתבוננו
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מי חכם האט געשריבן:
און דאונט געט מי סטארטעד איבער דעם חזו"א ארטיקל

"מאמענט האט באוויזן צו לייגן א האנט" אויף א צעטל וואס געפונט זיך שוין פאר יארן אלל אווער דעם געוועב? און זיי האבן געכאפט א אינסייד שמועס און אפילו באקומען א אומאפגעדרוקטע אויסצוג פונקט פון סורסקי וואס איז בכלל נישט נחשד אויף זיך האלטן צו פאקטן?
נאר דער דעטאל דארף מען פאררעכטן, ווייל איך האב ארומגעזוכט דאס בילד איבעראל (און איך ווייס וואו און ווי צו זוכן) און כ׳האב עס נישט געקענט געפונען אין קיין איין ארט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פרומע לבוש האט געשריבן:
פישל גרין האט געשריבן:
פרומע לבוש האט געשריבן:
פישל גרין האט געשריבן:
די מאמענט האט מיך פעסט דיסעפוינטעד, גענומען א ערנסטע נושא וואס מ'קען ביישרייבן א לענגס און א ברייטס, אויסשמועסן די צדדים לכאן ולכאן אזוי ווי די לעצטע פאר בלעטער אין די אשכול צייגט, געמאכט א דראמאטישע קאווער און קעפל ווי כאילו עס קומט דא א אויפדעקונג פון יאר הונדערט, און סך הכל א אינטערוויא מיט א ארגענעזאציע אין בעפארברייטונג צו א געלט קאמפיין.
זייער נישט פראפעסיענאל לדעתי.
מאמענט איז נישט אייוועלט.
און וועגן דעם איז וואס?
אממממממ......
מ'קען נישט סתם אריינלייגן מחאות...
וואס פונקטליך זאל מען באשרייבן?? אז בחורים פארן קיין אילת מ'זאל אינטערוויאון אילת איינוואוינער?
מאמענט וועט נישט סתם שרייבן א ארטיקל צו באשמיצן בחורים,
דא אויפן וועלטעל קען מען עס גרינג טוען.
אמר"ש א הערליכע ארטיקל!! תפארת איז רעוואלוציע! שיין באשריבן.
''מאמענט פארשט די פאלעמיק'' באדייט אז זיי פירן דורך א מאסיווע דזשורנאליסטישע אויפדעקונג ווי כאילו זיי ווערן אריינגעלאזט אין די טיפע קעלערן פון די בחורים דירות, שמועסן מיט די בחורים, מיט די טאטע'ס פון די בחורים, מיט די משגיחים אא''וו. דאס איז נישט וואס זיי האבן געטון. איך זאג נישט אז די ארטיקל איז א באצאלטע ארטיקל פון די ארגאניזאציע, ס'קען זיין אז זיי האבן פשוט געוואלט באשרייבן די ארגאניזאציע, אבער ס'איז נישט דער רושם וואס דער דעקל געבט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”