מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

שטויביג האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:איך זוך אלטע מאמענטס.
ווער עס האט אלטע מאמענטס אוועקצוגעבן (פון תש"פ און צוריק) וואלט איך געקומען אפנעמען.
אדאנק.

איך דארף די באשרייבונג פון ארק מאדגעדש כ'מיין נח פאריאר.


קענסט עס באשטעלן ביי די רעדאקציע זיי שיקן אויף די פאסט.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

שבתי בוים האט געשריבן:
שטויביג האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:איך זוך אלטע מאמענטס.
ווער עס האט אלטע מאמענטס אוועקצוגעבן (פון תש"פ און צוריק) וואלט איך געקומען אפנעמען.
אדאנק.

איך דארף די באשרייבונג פון ארק מאדגעדש כ'מיין נח פאריאר.


קענסט עס באשטעלן ביי די רעדאקציע זיי שיקן אויף די פאסט.

פאר פופצן טאלער
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

אפנהארציגע בריוו צו הרב אלי׳ יואל גליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א גוטע וואך!

איך האב געליינט דעם מאמענט די וואך, און איך האב געקריגן שטארקע שולד-געפילן פון דעם פענסטערלעך ארטיקל וואס ר׳ אלי׳ יואל גליק האט געשריבן.

איך וויל אנהייבן מיט דעם אז ר׳ אלי׳ יואל איז א מייסטער שרייבער, און עס איז מיר אין לעבן נישט בייגעפאלן אז ער וועט נעמען פערזענליך עפעס וואס מען שרייבט אנאנים אין א פארום, איבער זיינע שרייב ווערק. טאקע ווייל ער איז פארנומען אזויפיל צו שרייבן וועגן קאנפידענץ און זעלבסשטענדיגקייט האב איך געהאלטן אז איך קען שרייבן אביסעלע מער ברייט ווי סתם אזוי.

איך גלייב אז ער מיינט נישט נאר מיר, עס איז זייער מעגליך אז ער האט געקריגן היץ פון נאך ערטער, אבער איך ווייס אז דא אין אייוועלט האב איך גאנץ אפט מזלזל געווען אין זיינע ארטיקלען, ווען איך האב הנאה געהאט האב איך נישט אזויפיל געשריבן, אבער ווען איך האב געהאט וואס צו זאגן האב איך עס געטון דא מיט זאפט, פארגעסנדיג אז עס איז דא א הארץ אונטער דעם מענטש אויף וועמען איך שרייב פון אונטער מיין קיבאורד.

מיין עגאָ לאזט מיר מיר נישט שרייבן די שורות, אבער איך גיי עס יא שרייבן.

איך בין באגאנגען א גרויסע עולה קעגן ר׳ אלי׳ יואל גליק ווען איך האב אראפגעריסן עטליכע פון זיינע ארטיקלען צווישן די שפאלטן פון דעם פארום, איך האב נישט ארויסגעברענגט קיין סיבות פארוואס, אבער איך קלער אריין איצטער, און עס איז זייער מעגליך אז עס האט מער נישט געפאסט צו אננעמען זיינע טרעפליכע רייד אין פילע ערטער.

ער שרייבט אז מענטשן שיקן אים היציגע אימעילס, און מענטשן זענען מזלזל אין אים, נאר ווייל ער שטעלט זיך ארויס אין פובליק. איך בין נישט פון די, און איך רעספעקטיר אים זייער שטארק ווי מען קען זען אין מיינע תגובות אנהויב פון דעם מאמענט אשכול, ווען ער איז אריינגעגאנגען ארבעטן אין מאמענט. עס קען זיין אז איך האב געהאט קריטיק לעצטנס, אבער עס איז טאקע פארדעם דא אן אימעיל אדרעס וואו מען קען דאס דירעקטירן.

איך גלייב נישט אז ר׳ אלי׳ יואל האט באשלאסן אז צוליב טישטוך אויף אייוועלט וועט ער אפשטעלן זיין קאלום, אבער איך ווייס אז איך האב אים בא׳עוול׳ט און איך דארף אים איבערבעטן. און אויב איך האב חוזק געמאכט ברבים פון אים, וועל איך אויף דעם תשובה טון ברבים.

ר׳ אלי׳ יואל, ביטע, זייט מיר מוחל, און אזוי אויך אלע אנדערע ניקס וואס האבן אייך אפגעשוואכט און גורם געווען אפילו איין עגמת נפש׳דיגע קלאפ אין הארץ.

איך נעם זיך פאר אז איך וועל מיטן אויבערשטנס הילף מער אבאכט געבן בעפאר איך שרייב איבער סיי וועמען דא אויף אייוועלט, און איך בעט נאכאמאל אז הרב גליק זאל נישט לייגן זיין פעדער אין א זייט, צוליב אזעלכע אימפולסיווע און אומדורכגעטראכטע פידבעק.

אויב זענט איר מיט מיר, דאן שרייבט ביטע אויך אונטער אויף דעם פארום. לאמיר זיך פארנעמען צו זיין מער סענסיטיוו צו א מענטש׳ס געפילן.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

וואס האט ער געשריבן?? ער ענדיגט מיט זיין קאלום? נאו וועי, ר' אלי' יואל איז מיין פעיוואריט שרייבער און דאס וועט זיין א שטארקע פארלוסט. דאס איז אן אייגענארטיגע קאלום וואס איז נישטא זיינס גלייכן אין אידיש און אונז דארף מיר דאס האבן.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

סאבאבא האט געשריבן:וואס האט ער געשריבן?? ער ענדיגט מיט זיין קאלום? נאו וועי, ר' אלי' יואל איז מיין פעיוואריט שרייבער און דאס וועט זיין א שטארקע פארלוסט. דאס איז אן אייגענארטיגע קאלום וואס איז נישטא זיינס גלייכן אין אידיש און אונז דארף מיר דאס האבן.

ניין. ער ענדיגט נישט.

ער האט געשריבן אז ער האט געוואלט אויפהערן איין וואך, אבער ער האט באשלאסן אז נישט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אליהו יואל, א באמבע געווען די וואך. אייזן שטארק, און קלאר צום נקודה. כה לחי!

@טישטוך, יעצט געליינט דיין וידוי. זייער אפנהארציג און ריכטיג. האפנטליך וועט עס ברענגן אנדערע צו טראכטן פאר מען שרייבט. איך קען זיך אויך פארלירן צומאל און גיין מער פערזענליך און מען וועט מער אבאכט געבן מהיום והלאה.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Where can I sign up for subscription?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ווער האט עים אזוי בייזוויליג געטשעפעט טישטיך סאיז נישט דיר קאם אן . און וואס האט ער שוין געזאגט ?
לעצט פארראכטן דורך fiena nieas אום מוצ"ש יאנואר 22, 2022 7:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

fiena nieas האט געשריבן:וואסער ווער האט עים אזוי בייזוויליג געטשעפעט טישטיך סאיז נישט דיר קאם אן . און וואס האט ער שוין געזאגט ?

כ׳האלט נישט אז עס איז מיר, אבער עס האט מיר געבאדערט צו זען אז א שרייבער וואס וויל בסך הכל ארויסברענגען געוויסע נקודות, ווערט א ציל צו שפיזיגע וויצן. איך בין נישט געווען אזוי געהיטן אין דעם נושא ספעציעל אין דעם אשכול, און איך האב באשלאסן אז איך וועל צוריקציען ברבים.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

.אבער איך מיין אז ר'אליהו יואל דארף זיך אביסל אנטון דיקע הויט און זיך נישט דערשרעקן פון א ווינטעלע ער איז אן עדאלט און נישט קיין קינד און דארף נישט ווערן דערשראקן פון טשעפערייען. ער איז געניג קליג אויך צו וויסן וואס צו ענטפערן וואס מען דארף.
לעצט פארראכטן דורך fiena nieas אום מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'בין שטארק סורפרייזד געווען ליינענדיג ר' אלי' יואל'ס ארטיקל. כ'האב געזעהן בחוש ווי איינער וועלכער פראבירט אנצורירן הייקעלע נקודות אן טשעפען א פליג אויף די וואנט, ווערט געשטויסן און גע'בולי'ט, פון אנאנימע שרייבער וועלכע האבן נישט די גאטס צו אויפמערקן זייער שכן אין ביהמ"ד, אבער נוצן אויס א פאבליק פראקסי צו נגח'נען יענעם על לא עול בכפו (כ'געדענק נישט איינער זאל האבן טענות אז דער קאלום האט געשריבן עפעס אוממענטשליך, אומאיידל, קאנטראווערסיאל אדער נישט אויסגעהאלטן. ס"ה האט ער געטשוזד א סטייל און שפראך וואס מאנכע קענען נישט רעזאנעיטן דערמיט).

קודאס פאר ר' אלי' יואל'ס ארויסקומען בשער בת רבים, אנשטאט ווילד אפענטפערן און חוזק מאכן (ע"ע ****), האט ער געמאלדן ברחל בתך הקטנה 'רבותי, עס טוט מיר וויי, און כ'האב נישט קיין מושג וואס אזוינס כ'האב געטוהן אז כ'דעזערוו עס'. אלל קארדס אן דעק, דאס איז קלאסיש!!.

לעסט באט נאט ליעסט, קודאס טישטוך. דיין קאנפעסיע דעזערווט א פוליצער פרייז. כ'ווייס נישט צו אין שרייבעריי, שפראך אדער קריעיטיוויטי, אבער זיכער אין מענטשליכקייט און אידישקייט.
לעצט פארראכטן דורך צולייגער אום מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געשטימט פאר ראשעק הול
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צולייגער איט איז! ;l;p-
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

fiena nieas האט געשריבן:.אבער איך מיין אז ר'אליהו יואל דארף זיך אביסל אנטון דיקע הויט און זיך נישט דערשרעקן פון א ווינטעלע ער איז אן עדאלט און נישט קיין קינד און דארף נישט ווערן דערשראקן פון טשעפערייען. ער איז געניג קליג אויך צו וויסן וואס צו ענטפערן וואס מען דארף.

אביסל אנטון דיקע הויט?
א ווינטעלע?
נישט קיין קינד?

וואס רעדטסטו דא? מען קען מיינען אז איינער האט געמאכט א קליינע וויצל. אסאך מענטשן דערקוטשענען אים, בפרט אויף אימעיל, ווי ער אליינס שרייבט.

ער האט שוין דיקע הויט. מענטשן זענען שלעכט אויף יענעמ'ס חשבון, און ווען יענעמ'ס דיקע הויט קען שוין נישט פארנעמען, הייסט מען אים אנטון נאך דיקערע הויט? הייסט "ער" דארף זיך מתקן זיין, נישט די בולי'ס?

אתמההההההההה!!!!!
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

איך טראכט אז די סיבה פארוואס מענטשן קענען צומאל נישט פארליידן ר' אלי יואל'ס קאלום איז וויבאלד ער לייגט זיך ארויס דארט נאטורליך גענוי ווי ער איז אריינגערעכנט זיינע שוועריקייטן, שוואכקייטן און געפילען און דאס דערמאנט זיי פון זייער אייגענע שוואכקייטן און געפילען. א מענטש וואס איז נישט געזונט מיט זיך אינעוויינוג האט פיינט ווען ער טרעפט זיך אן און ענליכע שוועריקייטן אדער געפילען ווי ער האט. דאס דערמאנט אים פון זיין אומבאהאלפענע שוואכע זיך.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

סאבאבא האט געשריבן:איך טראכט אז די סיבה פארוואס מענטשן קענען צומאל נישט פארליידן ר' אלי יואל'ס קאלום איז וויבאלד ער לייגט זיך ארויס דארט נאטורליך גענוי ווי ער איז אריינגערעכנט זיינע שוועריקייטן, שוואכקייטן און געפילען און דאס דערמאנט זיי פון זייער אייגענע שוואכקייטן און געפילען. א מענטש וואס איז נישט געזונט מיט זיך אינעוויינוג האט פיינט ווען ער טרעפט זיך אן און ענליכע שוועריקייטן אדער געפילען ווי ער האט. דאס דערמאנט אים פון זיין אומבאהאלפענע שוואכע זיך.

לויט פון וואס איך האב פארשטאנען איז עס בעיקר פון מענטשן וואס טראכטן ׳מי שמך לאיש׳ און זיי ציטערן צו אננעמען פון עמיצן וואס האט געקריגן אויטאריטעט אן זייער רשות. סתם א גרויליגע קאמפלעקס און מדה גרועה מאד.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער הנאה געהאט פון די וועכענטליכע מאמענט. שיינע אינפארמאטיווע ארטיקלען.

אלי' יואל גליק'ס חלונות, נעבעך, ס'זענען פאראהן שלעכטע מענטשן וואס רייסן אראפ א צווייטנס טאלאנט, און בפרט אזא גוט גייענדע קאלום וואס ווערט געליינט דורך טויזענטע נאכפאלגער אויף א וועכענטליכע פארנעם.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Iphone האט געשריבן:Where can I sign up for subscription?
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

בינעך אין די גיסטע צו שרייבן א ריוויא אויף די וואכעדיגע מאמענט. איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלעס..

רב אשר פריעדמאן האט ענדליך איינגעזען אז ס'איז צייט צו גיין ווייטער, אן אויפרייס קען נישט אויפרייסן צוויי מאל, די מלמדים האט טאקע געשטורעמט א וועלט, אבער געקומען די צייט צו גיין ווייטער. ווי מען זאגט אין די ענגליש-אידיש ווערסיע "נעקסט". די מלמדים סעריע איז געווען זעלטן גוט מיט א ברייטער היקף אויף די גאנצע ווייטאגליכע טעמע אבער אלעס אין די וועלט האט א שיעור.

אלי יואל האט מיר ממש געעפנט דאס הארץ מיט דברים היוצאים מן הלב וויאזוי ער גיבט צוריק א שנעלקע פאר די קריטיקירער אבער מיט אן עדינות כנוסח אלי יואל. די טאלאנט און אמת וואס איז געליגן אין די שורות איז עפעס וואס ס'איז נישט דא קיין סאך אין די היימישע וועלט. אבער דייקא אז אזויפיל זוכן אים צו ווייטון איז דאך ראי' אין די אויסטערלישע כח וואס זיינע ווערטער האבן. איך באקום נישט קיין אימעילס פון די אלע פגעים.

די פראנט קאווער האט מיר אביסל דיסעפוינטעד, די שרייבער פון זיין זייט האט געמאכט א גוטע ארבעט אויף די ארטיקל וואס איז באשטעלט געווארן, אבער צו נעמען א ביזנעס באצאלטע אנאנס אין עס פארשלייערן אין א כלומר'ישע טעמע ווי מען גייט אראפלייגן מיט זאפט אין הומאר די ליטווישע בליקן אויפן חסידישע לעבנס שטייגער איז היפש ליצנות געמאכט פון די ליינער אין צייט וואס נישט מער ווי עטליכע פאראגראפן זענען געווען געווידמענט דערפאר. אבער ווי מען זאגט די דזשאק איז געלונגען, כ'גלייב אז אסאך מענטשן האבן אריינגעשארט די מאמענט אין וועגעלע צוליב די רייצנדע פראנט קאווער. מקח בלייבט מקח...

אינטערוויו מיטן טרעילער דרייווער איז געווען נעקסט לעוול, דער אלטער טראקער האט מיר געעפנט די אויגן צו זען אן ערליכער איד וואס איז מדקדק בקלה כבחמורה און ער איז נישט געבליבן שטעקן צו זיין א קאשיער אין א לאקאלער סופערמארקעט.

ספר תורה און פאליציי ארטיקל בינעך נאכנישט אנגעקומען צו לעזן.

יואל גליק איז נישט קיין שרייבער, ער איז א מעלער, זיינע ארטיקלען זענען געמאלן נישט געשריבן. ס'רייסט אויף דאס הארצן, ווערטער זענען אויסגעגאסן אלטע מיט נייע, צאינה ראינה מיט די אידישע ליכט ביינאזאם, אבער די אלע ווערטער אינאיינעם זעצן זיך אויף די בלעטל און שטעלט זיך אויס ווי א אויג פארכאפנדער בילד און איז נאך צומאל א שענערע מעלעריי ווי די מעלעריי זעלבסט. א חידוש אין די עולם הכתיבה.

פנחס גלויבער איז ווארשיינליך די סאמע בעסטע שרייבער וואס כלל ישראל האט געזען אין די לעצטע 50 יאר, זיינע שורות זענען א שטיק שלימות, ס'איז העכסט אינטעליגענט אבער אויך אראפגעלאזט אז אפילו די שאינו יודע לשאול זאל אויך פארשטיין. די וואך זענען זיינע שורות געווען געווידמענט צו ארויסברענגען די טיפע ווייטאג וואס איז איינגעגעסן ביי אזויפיל אין א בחינה פון הסתרה שבתוך הסתרה. וואונדערבאר.

מאמענטלעך איז געווען זייער אויפגעהייטערט די וואך, נישט אזויפיך טעאריע און פאעזיע נאר אויך עפעס עקטואל.

כוואליעס פון ר' ברוך גפן איז א באמבע יעדע וואך באזונדער, דער לויטערע קריעטיווע פענע וואס ליגט הינטער די שרייענדע שורות שעפט פון א מים שאין להם סוף און פירט אריין אין אזויפיל קוועלער וואס מאכט רייך די מח מיט מחשבה צו אריינקלערן דערין.

הרב חיים שלמה בערגערס שרייב ווערק גלייך איך שטארק געווענליך, ס'איז פיל מיט כאריזמא און פארצייטישקייט. אבער אין די לעצטע דריי וואכן איז ער במחילת כבודו אריינגעפאלן אין א שטיקל דיטש, די גוטע נייעס איז אזא פאר אלעמען איז דא א וועג ארויס.
צו נעמען א פערזענליכע ויכוח צווישן א טאטע און א זוהן וואס האט ווארשיינליך נאך צענדליגע דעטאלן אין צוגאב צו דאס וואס ער נעמט ארויס דערפון איז אין מיין מיינונג נישט עטיש. נאכדערצו ווען ער האט געשריבן אז דער אינגערמאן האלט מיר די הייסע סעריע. וואכנאכט ארויף וואכנאכט אראפ, כעת האלט מען שוין נאכן פדיון הבן, צייט צו גיין ווייטער. כ'האף אז מיינע אויגן גייען נישט טרעפן נאכאמאל די ווארט וואכנאכט אינעם קומענדיגע נאמבער. נאכאמאל איך קוק שטארק ארויף דעם שרייבער און זיינע שרייב ווערק, אבער אין א דיטש קען יעדער אריינפאלן.

מנחם גאלד'ס אנאליז איז געווען שיין און גוט צענומען כאטש וואס ס'שטימט נישט מיט מיין אגענדע.

שמעון שטרייכערס דראמאטישע וועגן פון שרייבן נייעס איז עפעס וואס האט מיר געהאלטן פארגאפט. ס'איז א קונץ צו קענען נעמען א פשוטע נייעס געשיכטע און עס פארוואנדלען אין א גאנצע געשיכטע מיט פרקים און איבערלעבענישן.

סטאנציע איז א פרישער חידוש וואס גייט ווארשיינליך ווערן פון די שטערקסטע בלעטער אין די מאמענט און גייט ווערן געליינט פון די ערשטע כאטש וואס עס ליגט די לעצטע. ס'איז לייכט און אויפפרישנד, פיל מיט קאליר, ס'איז נישט איין נושא וואס ריקט זיך נישט אוועק פון די אויגן, די אויגן פליען ארום פון איין טעמע ביזן צווייטן וואס האלט די מצב אויפגעלייגט.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

@תבלין קומט אריין קלאר......

זייער שיינע אנאליז.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

האמת אגיד אז כהאב נאכנישט געליינט דעם וואכעדיגן מאמענט, סאו מעיבי בין איך נישט דער מענטש וואס מעג קאמענטירן בכלל וואו שוין זיך ארומגעהרגט אין די פריערדיגע בלעטער.

אבער לפי ווי איך פאשטיי איז נישט אלי יואלס פראבלעם דאס אז מאנכע קריטיקירן זיין שרייבן סטיל וכדומה, נאר מענטשן האבן א פראבלעם אז ער זאגט דעות, איך גלייב אז סקומט אין ליכט פון זיין ארטיקל איבער היטן די קינדער וועלכע איז א חידוש גדול, צו דעקן א קאנטרעווערסיאלע נושא וואס איז אין די נייעס אויף א הייליגע און איידעלע וועג מיט שטארקע נקודות למחשבה איז נישט קיין פשוטע זאך, ספאדערט אסאך טאלאנט און חכמה און אלי יואל האט געמאכט א מייסטער ארבעט, בנוגע די ענינים אין זיין שרייבן סטיל אויף וועלכע מקען האבן קריטיק דא דארט ווי כוועל מרחיב זיין שפעטער גלייב איך נישט אז סרירט אים שטארק צו און בסופו של דבר דארף מען פארשטיין אז מען קריטיקירט נאר אין ליכט פון די הויכע פאראמעטער אין וועלכיע מען האט געשטעלט זיין קאלום, אלי יואל איז פון די טאפ דריי היימישע אידישע שרייבער און מען ערווארט עולם ומלואו איעדע וואך בעת סקומט נאר איעדע צווייטע וואך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מתמודד האט געשריבן: אלי יואל איז פון די טאפ דריי היימישע אידישע שרייבער און מען ערווארט עולם ומלואו איעדע וואך בעת סקומט נאר איעדע צווייטע וואך.

בעצם איז ער די "טאפ" שרייבער אין די סטייל אין כדוגמתו די אנדערע 2 יאפ וואלט איך ג'געסט איז יואל אשר לאבין און ש"ש זילבער יעדע פון די זענען טאפ אין זייער סטייל.

הלוואי זאל אלי' יואל שרייבן א גאנצע גליון מיט זיין סטייל דוגמת מעלות/חזק און נפשי איך וואלט געצאלט דאבל די פרייז עס צו קריגן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך שטים צו מיט יעדן ווארט פון תבלינ׳ס אנאליז, אבער איין זאך איז קריטיש ארויסצוברענגען: דער פאליציי ארטיקל איז געווען איינס און א גוטס!

קודם האב איך געמיינט אז עס קומט אזא ׳נאך-א-ארטיקל׳ סטיל זאך, בלויז אנצופילן בלעטער, אבער עס איז געווען ציענד, אינטערסאנט, און איך מיין אז יעדער איינער וואס דרייווט א קאר האט זיך געקענט געפינען צווישן די שורות. איך געדענק שוין נישט ווער עס האט עס געשריבן, איך מיין אז מנשה רייך, אבער עס איז געווען זייער אינטערסאנט.

אויך די סטאנציע מיט ר׳ עזרא איז געווען מורא׳דיג, עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך געפין אויס אז ער האלט זיך נישט פאר אן עסקן נאר ער איז א באצאלטער לאבאיסט. איך האב אים שוין געוואלט באקרוינען מיטן נאמען ר׳ יוסלמאן פון ליסקא, זעט אויס אז מען וועט דארפן ווארטן אויפן ריכטיגן קאנדידאט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טישטוך האט געשריבן:איך שטים צו מיט יעדן ווארט פון תבלינ׳ס אנאליז, אבער איין זאך איז קריטיש ארויסצוברענגען: דער פאליציי ארטיקל איז געווען איינס און א גוטס!

קודם האב איך געמיינט אז עס קומט אזא ׳נאך-א-ארטיקל׳ סטיל זאך, בלויז אנצופילן בלעטער, אבער עס איז געווען ציענד, אינטערסאנט, און איך מיין אז יעדער איינער וואס דרייווט א קאר האט זיך געקענט געפינען צווישן די שורות. איך געדענק שוין נישט ווער עס האט עס געשריבן, איך מיין אז מנשה רייך, אבער עס איז געווען זייער אינטערסאנט.

אויך די סטאנציע מיט ר׳ עזרא איז געווען מורא׳דיג, עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך געפין אויס אז ער האלט זיך נישט פאר אן עסקן נאר ער איז א באצאלטער לאבאיסט. איך האב אים שוין געוואלט באקרוינען מיטן נאמען ר׳ יוסלמאן פון ליסקא, זעט אויס אז מען וועט דארפן ווארטן אויפן ריכטיגן קאנדידאט.

יא די פאליציי איז געווען גאר פיין
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

כיהודא ועוד לקרא, איז געווען א שיינער מאמענט די וואך. אנגעהויבן ביי די געפילשע וואס רעדט צום הארץ און מח, אלי יואל פענסטערלעך אזוי שיין צונומען און גערעכט מיליאן פראצענט. איך האלט אז ווען די קריטיק וואלט געקומען כאטש האלב פון קאמפלימענטן צו אידישע קינדער וואס גיבן ארויס טאלאנטן וואלט די וועלט געווען אסאך א בעסערע פלאץ.
זייער אסאך קריטיק און מחאות קומען פון א פלאץ ווי באלד איך קען נישט צוקומען דערצו, טארסטו אויך נישט.
פנחס גלויבער אייזן, אזוי גוט גערעדט צום נפש.
כוואליעס איז עפעס וואס דערקוויקט די מח.
דערנאך די אינפראמאציע ארטיקלען איז געווען גוט איינס ביי איינס. די טראק דרייווער, די פאליס אפשטעלן זייער שטארק. די ליטוויששער מיט קעפיטאל עם.
די רוחניות חלק, אויך זייער גוט, דהיינו אשר פריעדמאן, הרב בערגער,
ביזנעס חלק און אפענע שמועסן איז אינטערסאנט דיפרענט וואס קיין איין אויסגאבע האט נישט די מהלכים.
לוחות וואונדער איך מיך אויב מענטשן ליינען דאס. פאר די סארט קויף איך אדער פרינט איך ארויס גליונות פון לדעת.

בכלליות א גרויסן ישר כח פאר צושטעלן ערליכע כשרע ליין מאטריאל פאר מיין וועכענטליכער עונג שבת. קיפ ער אפ יו גוד ווארק.
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
געפרואווטער האט געשריבן:כבפראביר צו פארשטיין וואס איז אזא חידוש מיט די מעין ארטיקל אז סאיז בכלל א נייעס, טוען חסידים ווייניג ביזנעס מיט ליטפאקס ?
אחוץ אויב סאיז א באצאלטע אנאנס.

העמיר זעהן נאכן ליינען .


תבלין כנגדו האט געשריבן:
די פראנט קאווער האט מיר אביסל דיסעפוינטעד, די שרייבער פון זיין זייט האט געמאכט א גוטע ארבעט אויף די ארטיקל וואס איז באשטעלט געווארן, אבער צו נעמען א ביזנעס באצאלטע אנאנס אין עס פארשלייערן אין א כלומר'ישע טעמע ווי מען גייט אראפלייגן מיט זאפט אין הומאר די ליטווישע בליקן אויפן חסידישע לעבנס שטייגער איז היפש ליצנות געמאכט פון די ליינער אין צייט וואס נישט מער ווי עטליכע פאראגראפן זענען געווען געווידמענט דערפאר. אבער ווי מען זאגט די דזשאק איז געלונגען, כ'גלייב אז אסאך מענטשן האבן אריינגעשארט די מאמענט אין וועגעלע צוליב די רייצנדע פראנט קאווער. מקח בלייבט מקח...



געווען א הערליכע מאמענט אבער די מעין ארטיקל אדווערטייזמענט האט מיך געשטערט.
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”