מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

די ארטיקל פון וואהל איז געווען גוט געשריבן, אבער זייער אן אויבערפלכליכן באריכט. עס דארף ווען נאכפאלגן מער דעטאלן. עס האט אויסגעקוקט ווי ער וויל נאך זאגן.

ביי די ארטיקל פון עובדי ז״ל פון מירון, וואלט געווען אינטערסאנט צו ליינען וואס ער האט געטון ביי קאוויד תקופה, און ביי מירון טראגעדיע.

אלי יואל פענסטערעלך איז געווען מלא הרגש!

עקשטיין האט שוין אויפגענומען א בוקקיפער פארן דזשים, קוקט אויס אז זאכן גייען זיך רוקן פאראויס.

מאמענטעלע פון מלקוש איז געווען עפעס מוראדיג, מיין ב״ב האט געבעטן צו טשעקן מזוזת…
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

טיפער מח האט געשריבן:
מענדל אונגארן ארטיקל די וואך האט מען נישט געטארט ליינען שבת! הארצרייסענד איז נישט דאס ווארט!

אראפ געלייגט זיינע הרגשים פון זייענדיג זיבן יאר אלו ווען ער האט פארלוירן א טייערע ברודער זיינעם נאכן זיך מוטשענען מיט די ביטערע מחלה ל״ע!

דער האט צונומען מיין הארץ!!!
גא"מ נישט געוויסט ער קען דאס אויכעט.
אויכעט גוט באשריבען די ערעפלאן קראך.

מנחם גאלד אויכעט קלאר אריינגעקומען ביים אנאליז אין ביי מאמענטעלעך.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פרומע לבוש האט געשריבן:
גא"מ נישט געוויסט ער קען דאס אויכעט.
ער האט דאס שוין אמאל געטאן, ווען עפעס א מגיד שיעור (כ'געדענק נישט זיין נאמען) האט זיך דערטראנקען רח"ל.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

די מאמענט פון די וואך איז געווען פונקטליך ווי זיך פארגעשטעלט. מלא תוכן און אינטערסאנט, זעלטן וואס עס איז דא זערא קריטיק אויף אן אויסגאבע.

ר׳ רפאל וואהל׳ס אינטערוויו פאדערט א חלק ב׳ ווייל וויפיל ער האט געזאגט איז נישט גענוג.

ער האט בארירט די נקודה פון די פארשעמענדע דזשאבס וואס אחב״י החרדים אין ארה״ק נעמען אויף זיך, כ׳וועל נאר געבן א קליינע ביישפיל פון דעם מוצ״שׁ ווען איך האב ארויסשפאצירט פון מיין הויז און איך האב זיך באגעגנט מיטן נייעם בנין רייניגער - א היימישער ליטווישער אינגערמאן - וועלכער האט אויסגעהאנגען שמוציגע שמאטעס, ווילנדיג זיי טרוקענען צו ענדיגן אפווישן די געביידע אריינגאנג.

דער אינגערמאן איז געווען פארבינדן מיט צוויי עירפאונס אין אויער, אבער עפעס האט זיך עס אויסגעפלאגט פאר א רגע און איך האב געהערט ווי ער האלט דארטן מיט א שיעור תורה. דער איד איז זיכער עלטער ווי מיר מיט אפאר יאר און איך בין זיכער אז זיינע אויסגאבן זענען העכער ווי מיינע, אן ערנסטער איד איז ער, און שנארן וויל ער נישט. וואס טוט ער? רייניגט ער א געביידע פון היימישע אידן צוועלעווע ביינאכט מוצאי שבת מיט א שיעור תורה אין די אויערן. איז דאס כבוד התורה?

מה עוד?

איך האב זיך אינטערסירט לעצטנס אין א גויטע צו רייניגן מיין שטוב, און איך האב באקומען פיל מיט נומערן פון היימישע מאמעס וועלכע טוען דאס אלס פרנסה (!) איך האב געקלערט צו מיר - וועל איך קענען לעבן בשלום וויסנדיג אז א היימישע פרוי האט געשוויצט און געקראצט מיינע שמוציגע באלאטעס פאר זיבעציג שקל (ארום צוואנציג דאלער) א שעה? חלילה וחס! קיין נדבות וועלן זיי נישט נעמען ווייל זיי ווילן זיך פארדינען דאס ברויט, אבער איך קען נישט באשעפטיגן מיינע אידישע ברידער און שוועסטער אז זיי זאלן ארבעטן פאר מיר ווי הינט.

א אינגערמאן פארציילט מיר דעם פרייטאג אז ער ארבעט פאר עמיצן וואס מענעדזשט געביידעס אין ירושלים, און ער פלעגט באקומען געצאלט פערציג שקלים (עלף דאלאר) א שעה. זיין רענט קאסט אים אפ זעקס א האלב טויזענט שקל פאר א קליינטשיגע דירה׳לע אינדרויסן פון געגנט. ער האט שוין א קינד אין שטוב אויך, זיין ווייב ארבעט אויך א האלבן טאג, און יעדן חודש ענדיגט ער מיט א מינוס. יעצט האט אים זיין מענעדזשער געגעבן די אפציע פון ווערן אליינס א שטיקל אחראי, און ער וועט מאכן זעכציג שקל א שעה, אבער בתנאי אז ער איז אוועילעבל פיר און צוואנציג שעה א טאג. קען דאס ארבעטן? זאגט מיר ביטע...

איין אינגערמאן וואס איך קען גוט, האט זיך געלערנט איי. טי. אויף א הויכן לעוול. ער וויל אבער נישט גיין ארבעטן אין א פרייע ארבעטספלאץ, און דערפאר זיצט ער מיט זיין דעפלאמע און ידיעות אינדערהיים, און ער זוכט צו דעקן זיינע הוצאות. עס פעלט אים גארנישט, א געשליפענער ענגליש האט ער, א גוטן רעזומעי האט ער אויכעט, אבער עס איז נישטא קיין איין כשר׳ע חרדי׳שע פלאץ וואו ער קען עס נוצן. אין אמעריקע וואלט ער באקומען הונדערט צוואנציג אלפים א יאר אויף אנצוהויבן. איר ווייסט וואס זיין דזשאב איז? ער דרייווט פאלעסטינער ארבעטער (מיט פערמיטס כמובן) פון די שטחים אריין קיין ירושלים אין ביתר. זיין הארץ פאלט אים ארויס יעדן אינדערפרי און נאכמיטאג, אבער ער דארף צאלן בילס.

די אלע אויבנדערמאנטע זענען אידן וואס קומען נישט שנארן אין אמעריקע, נאר זיי פרובירן זיך צו דערהאלטן מיט זייער אייגן געלט וואס זיי שוויצן דערפאר. לעבן קאסט זיי טייער און זיי ווערן דערשטיקט אונטער א לאסט פון אויסגאבן וואס זיי קענען בשום אופן נישט דעקן. דאס געלט וואס זיי באקומען פון וואוילטעטיגע ארגאנעזאציעס וואלטן זיי פונלאנג מוחל געווען אויב וואלט מען זיי געגעבן די געלעגנהייט כאטש צו האבן א נארמאלע דזשאב פון וואו צו ציען חיונה. נאר וויבאלד די אומשטענדן אין מדינת ישראל זענען זייער שווער פאר ביזנעס אייגנטימער - ספעציעל פאר חרדים - און די אלע חרדי׳שע פארשטייער אין די רעגירונג זענען פארנומען זיך לעקן צו ביבי נתניהו און די רעכטע נאציאנאליסטן, בלייבט איבער פאר די אידן צו הונגערן פאר א שטיקל ברויט.

איר פארט אמאל אויף וואקאציע? איר גייט אמאל אין קאנטרי?

איר ווייסט אז א וואקאציע ביי אסאך חרדי׳שע משפחות אין ארץ ישראל באשטייט פון טוישן א דירה מיט א צווייטע פאמיליע? יא יא... משפחת ניימאן פון בני ברק וועט טוישן א דירה מיט משפחת זילבערשטיין פון חיפה, און משפחת גרינשפאן פון ירושלים, וועט טוישן א דירה מיט משפחת בן-יעקב פון צפת. אזוי לעבט מען אין ארץ ישראל, שפארזאם און מיט אמונה און ביטחון אז עפעס וועט זיך אויסקאכן.

איך האב לעצטנס געהאלפן א אינגערמאן גרינדן אן ארגאנעזאציע וואס שטעלט צו ארבעטס געלעגנהייטן פאר אינגעלייט. ס׳זענען געווען דארטן אינגעלייט וואס האבן געהאלטן בעפאר א נערוון בראך אדער א גט, אדער ביידע ר״ל, און זינט זיי האבן באקומען א דזשאב האבן זיך זאכן מסדר געווען. אבער דאס איז נאר א נחמה פורתא, וויבאלד די דזשאבס וואס מען שטעלט צו דארטן זענען ווידער ווי אויבנדערמאנט - נידריג באצאלטע און ביליגע שקלאף ארבעט. (דאס איז אויסדרוקליך נישט קיין קאמפיין אבער ווער עס וויל העלפן דורכן געבן געלט אדער דורכן אויפנעמען אן ארץ ישראל׳דיגער ארבעטער, קען מיר פרעגן אין אישי און כ׳וועל געבן די אינפארמאציע פונעם ארגאנעזאציע. ביטע נישט פרעגן סתם פאר נייגער).

דא מוז קומען א טויש פון גראונד זערא. די געלטער וואס מען פליסט דא אריין פאר אלע וואוילטעטיגע ארגאנעזאציעס מוזן אנקומען אין הענט וואס וועלן עס אינוועסטירן אין א עתיד פאר אונזערע חרדי׳שע ברידער. די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי דערהאלטן זיך איז נאר דורך דעם פאקט אז זיי באקומען שטיצע פון די אמעריקאנע אידן, הלואי ווען מען קען זיי אנהייבן געבן ארבעט אדער שטיצן א מוסד וואס זאל זיי העלפן אליינס עפענען ביזנעסער.

--

די ארטיקל פון ר׳ פנחס גלויבער די וואך איבער דעם אנטיסעמיטיש פראגראמירטער טיפש מיסטער עי איי, איז געווען קריטיש צו ליינען, ווען באלד מוצ״שׁ האבן מיר זיך באגעגנט מיט די שרעקליכע נייעס ה״י. עס איז געווען גוטע אינפארמאציע צו האלטן פאר די אויגן בשעת׳ן הערן וואס די פאלעסטינער טעראריסטן האבן געטון, און עס העלפט האלטן דאס קאפ גראד ווען מען באגעגנט זיך א טאג דערויף מיט די געזלייטינג ארטיקלען און העדליינס אין די ניו יארק טיימס, וואס ווערן אויך געשריבן דורך אזעלכע הומאנישע עי איי׳ס וואס זענען געפיטערט מיט שקרים וכזבים.

--

ר׳ אלי׳ יואל׳ס ארטיקל איז געווען אזוי ווי א פעינטינג פון געפילן אין פארעם פון ווערטער. איך האב געכליפעט ווען איך האב געליינט וויאזוי ער שילדערט פון זיין פרוכטבארע פאנטאזיע די לעצטע מינוטן פון די צוויי בעלי צדקה ז״ל פון קליוולאנד, ספעציעל האט מיר באנומען אז בשעת׳ן ליינען די שורות האבן די בילדער פון זיי געשמייכלט אריין אין מיין פרצוף, ווי זאגנדיג, הער אויף וויינען, מיר זענען אין אן עולם שכולו טוב.

--

ר׳ מענדל אונגער האט מיר ערנסט באנומען מיט די שילדערונג פון זיין ברודער׳ס פטירה ע״ה. די כליפערייען אין די פינסטערע נעכט, די דינייעל אין אנהויב און די רעגעניש צום סוף, עס האט באטרעטן מיין נשמה. איך האב שוין לאנג געקלערט אז סטאנציע טאר נישט זיין א דזשורנאליסטיש ווינקל, עס מוז זיין אן ארט פאר מענדל אויסצוגיסן זיין הארץ אין א טינטיגע פארמאט.

--

מנחם גאלד רייסט אריין אין מעקארטי, טרייבט שפאס פון פעלאוסי, און באווייזט וואך איין וואך אויס צו צעמישן די ליינער, אז מען זאל נישט קענען כאפן פון וועלכן פאזיציע ער קומט. אבער אין אמת׳ן אריין איז דאס ריין דזשורנאליזם, ווען דער שרייבער קומט אגענדעלאז און ער לאזט די פאקטן רעדן צום מח דורך זיין צינור. איך געניס דערפון יעדן וואך! (ווען ער רייסט אריין מיט א מאמענטעלע איז עס צומאל בעסער ווי אלע לאנגע ארטיקלען, דזשאסט סעיאינג).

--

הרב עובדי׳ חבה זצ״ל האב איך געקענט פערזענליך. איך פלעג נעמען פון אים ברכות און מנדב זיין פאר זיינע סעודות וואס ער האט דארטן מנדב געווען. איך האב זוכה געווען צו הערן פון אים זיין מעשה עטליכע מאל, און איך האב אויך באוויזן צו רעקארדירן א טייל דערפון. יהא זכרו ברוך, א דמות פון אמונת צדיקים געקליידעט אין א מיסטישער מיסטריעזער מאן.

--

איינער קען מיר אריינשיקן דעם ארטיקל וואס באליידיגט יואל גליק? איך בין זייער נייגעריג.

--

ביטע ליינט איבער מיינע שורות אויף ר׳ רפאל וואהל׳ס אינטערוויו, ווייל דאס איז דער עיקר פון דעם תגובה...
מעכי דער דריטער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 9:22 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכי דער דריטער »

טישטוך האט געשריבן:
די מאמענט פון די וואך איז געווען פונקטליך ווי זיך פארגעשטעלט. מלא תוכן און אינטערסאנט, זעלטן וואס עס איז דא זערא קריטיק אויף אן אויסגאבע.

טישטוך, ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מעכי דער דריטער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 9:22 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכי דער דריטער »

פאר מנחם גאלד קומט זיך אויך אן עקסטערע מעדאל פאר'ן אזוי נאטורליך אפשרייבן דעם פסק אויף זיך אין אפענע שמועסן.. עס געבט די איינדרוק אז די שמועסן זענען טאקע 'אפען'....

ביידעוועי, דער פסק געבער איז נישט ווייניג גערעכט. וואו קומט דאס טאקע צו א היימישער יונגערמאן צו זיין אזוי אויסגעקאכט אין פאליטיק?!...
מעכי דער דריטער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 9:22 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכי דער דריטער »

אז מ'רעדט שוין..
בכלל איז מאמענט'ס אפענקייט און אויפריכטיגקייט א פרישע שטאפל אין דזשורנאליזם. מאנכע וועלן עס אפשר באטראכטן אלס חסרון און אלס אויפגעקלערטקייט.. שמעקט אביסל פון ליבעראליזם און פרייהייט פון אויסדרוק באוועגונג, אבער אלס ליינער האב איך עס ליב. דזשאסט סעיניג..
פאריגע וואך איז געווען אין די בריוון אפטיילונג א גאנצע באהאנדלונג (אומצענזורירט. אפשר יא, ווער ווייסט?!) ווי איינער רייסט ארונטער זלמן שפירא'ס סטאנציע סטייל פראגן. דער שרייבער פראקט אים אויס ברבים אויף וואס זלמן בלייבט נישט שולדיג.
אזוי ווי 'מאמענט' האט נישט קיין לייק-אפציע אין זייער אויסגאבע, געב איך זיי עס דא, בלויז פאר דעם בריוו אויסטויש אהין און צוריק... ;l;p-
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

טיפער מח האט געשריבן:
מענדל אונגארן ארטיקל די וואך האט מען נישט געטארט ליינען שבת! הארצרייסענד איז נישט דאס ווארט!

אראפ געלייגט זיינע הרגשים פון זייענדיג זיבן יאר אלו ווען ער האט פארלוירן א טייערע ברודער זיינעם נאכן זיך מוטשענען מיט די ביטערע מחלה ל״ע!

דער האט צונומען מיין הארץ!!!
געטראכט אקוראט. - נישט געטארט ליינען שבת
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

קען איינער מסביר זיין אין א נאטשעל די טענה פון ר' רפאל אז די געלט ליעקט ארויס? אויב יעדער איז מסודר מיט אן ארבעט וואס א חילוק ווי די געלט פליסט? מאכט עס דען א חילוק דא פאר א יונגערמאן אין אמעריקא - אויב גאלדען פלאו באלאנגט פאר א איד אדער נישט - אויב ער האט נישט קיין זשאב?
די אנדערע חלק אז מען מאכט מיט צו טרעפן א נארמאלע פאסטען איז יא קלאר אויסגעשמועסט
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p3997776

כ'האב נאכנישט געליינט די אינטערוויו מיט ר' רפאל, כ'בין נייגעריג אויב ער אדרעסירט דאס וואס איך האב דארט געפרעגט.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

איך פארשטיי בכלל נישט דעם רפאל וואהל ער ווייסט בכלל די מצב הפרנסה פון די היימישע עולם דא אין אמעריקע
ער ווייסט אז א דירה קאסט אין אלע היימישע געגענטער א מיליאן טאלער
ער ווייסט אז א שבתדיגע ארדער פון א ארעמע פאמיליע קאסט היינט מער ווי א חודש גראסערי פון אן עושר עטליכע יאר צוריק
ער ווייסט אז g&g בעט שוין היינט איבער פיר מאות פאר א רעקעל
וויפל קאסט מצות פלייש וכ"ו
איך פארשטיי בכלל נישט די זאך פון רעדן פון עניי ארץ ישראל בשעת וואס 80 פערצענט כלל ישראל אין אמעריקע קען נישט לעבן מיט זייער שווער אפגעשפארטע געלט
עניי עירך קודם
זאל ער מאכן א קאסע ארויסצוהעלפן אמעריקע אידן
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טשעירמאן האט געשריבן:
קען איינער מסביר זיין אין א נאטשעל די טענה פון ר' רפאל אז די געלט ליעקט ארויס? אויב יעדער איז מסודר מיט אן ארבעט וואס א חילוק ווי די געלט פליסט? מאכט עס דען א חילוק דא פאר א יונגערמאן אין אמעריקא - אויב גאלדען פלאו באלאנגט פאר א איד אדער נישט - אויב ער האט נישט קיין זשאב?
די אנדערע חלק אז מען מאכט מיט צו טרעפן א נארמאלע פאסטען איז יא קלאר אויסגעשמועסט
די פאוינט איז אז וועגן דעם האט קיינער נישט קיין ארבעט ווייל אלע ארבעט גייט ארויס למשל די מילך פעקטערי ווען סבאלאנגט ווען פאר א היימישע יוד וואלטן אלע ארבייטארערס געווען היימישע יודן און אזוי ווייטער
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

מעכי דער דריטער האט געשריבן:
אז מ'רעדט שוין..
בכלל איז מאמענט'ס אפענקייט און אויפריכטיגקייט א פרישע שטאפל אין דזשורנאליזם. מאנכע וועלן עס אפשר באטראכטן אלס חסרון און אלס אויפגעקלערטקייט.. שמעקט אביסל פון ליבעראליזם און פרייהייט פון אויסדרוק באוועגונג, אבער אלס ליינער האב איך עס ליב. דזשאסט סעיניג..
פאריגע וואך איז געווען אין די בריוון אפטיילונג א גאנצע באהאנדלונג (אומצענזורירט. אפשר יא, ווער ווייסט?!) ווי איינער רייסט ארונטער זלמן שפירא'ס סטאנציע סטייל פראגן. דער שרייבער פראקט אים אויס ברבים אויף וואס זלמן בלייבט נישט שולדיג.
אזוי ווי 'מאמענט' האט נישט קיין לייק-אפציע אין זייער אויסגאבע, געב איך זיי עס דא, בלויז פאר דעם בריוו אויסטויש אהין און צוריק... ;l;p-
איך זעה אין מאמענט אויך א געוויסע קרעטשמערישקייט און א געוויסע חוסר פראפעשאנעליזם, איך טראכט אז אריינלייגן אזא שארפע בריוו קעגן א שרייבער, ווען מען רעדט בכלל נישט פון עפעס א הייסע טאפיק - קומט אביסל פון דעם.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

טישטוך האט געשריבן:
די מאמענט פון די וואך איז געווען פונקטליך ווי זיך פארגעשטעלט. מלא תוכן און אינטערסאנט, זעלטן וואס עס איז דא זערא קריטיק אויף אן אויסגאבע.



איך האב זיך אינטערסירט לעצטנס אין א גויטע צו רייניגן מיין שטוב, און איך האב באקומען פיל מיט נומערן פון היימישע מאמעס וועלכע טוען דאס אלס פרנסה (!) איך האב געקלערט צו מיר - וועל איך קענען לעבן בשלום וויסנדיג אז א היימישע פרוי האט געשוויצט און געקראצט מיינע שמוציגע באלאטעס פאר זיבעציג שקל (ארום צוואנציג דאלער) א שעה? חלילה וחס! קיין נדבות וועלן זיי נישט נעמען ווייל זיי ווילן זיך פארדינען דאס ברויט, אבער איך קען נישט באשעפטיגן מיינע אידישע ברידער און שוועסטער אז זיי זאלן ארבעטן פאר מיר ווי הינט.
דיין שפראך איז אייביג געשמאק צום ליינען.

קליינע הערה, במחילת כבודכם מיין איך אז דאס איז רחמנות נישט אין פלאץ, די פרוי ווייל יא ארבעטן ביי דיר ווייל די געלט איז איר וויכטיגער ווי איר כבוד , און דו דארפסט היטן אויף איר כבוד ווען זי עפרישיעט עס, נישט ווען עס איז קעגן איר רצון.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

בקיצור, רצונו של אדם זהו כבודו

אונטערהונגערן און חובות'ן איז זיכער נישט קיין כבוד
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
קידוש החמה
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 3:58 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קידוש החמה »

טיפער מח האט געשריבן:
מענדל אונגארן ארטיקל די וואך האט מען נישט געטארט ליינען שבת! הארצרייסענד איז נישט דאס ווארט!

אראפ געלייגט זיינע הרגשים פון זייענדיג זיבן יאר אלו ווען ער האט פארלוירן א טייערע ברודער זיינעם נאכן זיך מוטשענען מיט די ביטערע מחלה ל״ע!

דער האט צונומען מיין הארץ!!!
געשפירט די זעלבע. ער האט געמאכט אן אויסטערלישע עמנציאלע ארבעט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פרומע לבוש האט געשריבן:
גא"מ נישט געוויסט ער קען דאס אויכעט.
ער האט דאס שוין אמאל געטאן, ווען עפעס א מגיד שיעור (כ'געדענק נישט זיין נאמען) האט זיך דערטראנקען רח"ל.
דו רעדסט פון אליהו יואל און ער רעדט פון אונגר
בבלי
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 26, 2021 11:48 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבלי »

טישטוך האט געשריבן:
די מאמענט פון די וואך איז געווען פונקטליך ווי זיך פארגעשטעלט. מלא תוכן און אינטערסאנט, זעלטן וואס עס איז דא זערא קריטיק אויף אן אויסגאבע.
טישטוך איז קינג!!!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

בקשה פון די מאמענט, ביי די היסטאריע באשרייבונג מאמענטאל, אויב מען קען שרייבן אויך די אידישע יארן (און אפשר אויך טעג און חדשים), עס איז מיר שווער צו דארפן יעדע מאל אויסרכענען ווען 1785 איז געווען, און עס ליינט זיך אנדערש ווען די האסט א פרעספעקטיוו ווען די זאך איז געשען לויט די אידישע דעיט
יישר כח
חבר
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

געוואלט אריינקומען אויסדרוקן מיינע געפילן פון די דעם וואכענדיגע מאמענט, און כזעה אלעס האט מען שוין דא געשריבן.
כה לחי
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

בקשה צו מאמענט ביטע צו שרייבען דעם יודישען דאטום אויפן הויפט אפטיילונג, שכח!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קיינמאל האט געשריבן:
איך פארשטיי בכלל נישט דעם רפאל וואהל ער ווייסט בכלל די מצב הפרנסה פון די היימישע עולם דא אין אמעריקע
ער ווייסט אז א דירה קאסט אין אלע היימישע געגענטער א מיליאן טאלער
ער ווייסט אז א שבתדיגע ארדער פון א ארעמע פאמיליע קאסט היינט מער ווי א חודש גראסערי פון אן עושר עטליכע יאר צוריק
ער ווייסט אז g&g בעט שוין היינט איבער פיר מאות פאר א רעקעל
וויפל קאסט מצות פלייש וכ"ו
איך פארשטיי בכלל נישט די זאך פון רעדן פון עניי ארץ ישראל בשעת וואס 80 פערצענט כלל ישראל אין אמעריקע קען נישט לעבן מיט זייער שווער אפגעשפארטע געלט
עניי עירך קודם
זאל ער מאכן א קאסע ארויסצוהעלפן אמעריקע אידן
אין א סייט נאוט, וואל וואוינט היינט צו טאגס דא אין אמעריקע סאו איך גלייב ער האט אביסל א ברייטערע בליק מיטן זעען און קענען ביידע.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

fiena nieas האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:
קען איינער מסביר זיין אין א נאטשעל די טענה פון ר' רפאל אז די געלט ליעקט ארויס? אויב יעדער איז מסודר מיט אן ארבעט וואס א חילוק ווי די געלט פליסט? מאכט עס דען א חילוק דא פאר א יונגערמאן אין אמעריקא - אויב גאלדען פלאו באלאנגט פאר א איד אדער נישט - אויב ער האט נישט קיין זשאב?
די אנדערע חלק אז מען מאכט מיט צו טרעפן א נארמאלע פאסטען איז יא קלאר אויסגעשמועסט
די פאוינט איז אז וועגן דעם האט קיינער נישט קיין ארבעט ווייל אלע ארבעט גייט ארויס למשל די מילך פעקטערי ווען סבאלאנגט ווען פאר א היימישע יוד וואלטן אלע ארבייטארערס געווען היימישע יודן און אזוי ווייטער
איז עס בעסיקלי פראבלעים נומבער איינס אז סאיז נישט דא קיין זשאבס..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
חבר
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

טשעירמאן האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:
קען איינער מסביר זיין אין א נאטשעל די טענה פון ר' רפאל אז די געלט ליעקט ארויס? אויב יעדער איז מסודר מיט אן ארבעט וואס א חילוק ווי די געלט פליסט? מאכט עס דען א חילוק דא פאר א יונגערמאן אין אמעריקא - אויב גאלדען פלאו באלאנגט פאר א איד אדער נישט - אויב ער האט נישט קיין זשאב?
די אנדערע חלק אז מען מאכט מיט צו טרעפן א נארמאלע פאסטען איז יא קלאר אויסגעשמועסט
די פאוינט איז אז וועגן דעם האט קיינער נישט קיין ארבעט ווייל אלע ארבעט גייט ארויס למשל די מילך פעקטערי ווען סבאלאנגט ווען פאר א היימישע יוד וואלטן אלע ארבייטארערס געווען היימישע יודן און אזוי ווייטער
איז עס בעסיקלי פראבלעים נומבער איינס אז סאיז נישט דא קיין זשאבס..
איך האב געליינט דעפ וואל, ער קומט אבער נישט מיט קיין לעזונג צום פראבלעם.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טשעירמאן האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:
קען איינער מסביר זיין אין א נאטשעל די טענה פון ר' רפאל אז די געלט ליעקט ארויס? אויב יעדער איז מסודר מיט אן ארבעט וואס א חילוק ווי די געלט פליסט? מאכט עס דען א חילוק דא פאר א יונגערמאן אין אמעריקא - אויב גאלדען פלאו באלאנגט פאר א איד אדער נישט - אויב ער האט נישט קיין זשאב?
די אנדערע חלק אז מען מאכט מיט צו טרעפן א נארמאלע פאסטען איז יא קלאר אויסגעשמועסט
די פאוינט איז אז וועגן דעם האט קיינער נישט קיין ארבעט ווייל אלע ארבעט גייט ארויס למשל די מילך פעקטערי ווען סבאלאנגט ווען פאר א היימישע יוד וואלטן אלע ארבייטארערס געווען היימישע יודן און אזוי ווייטער
איז עס בעסיקלי פראבלעים נומבער איינס אז סאיז נישט דא קיין זשאבס..
סאיז תלוי הא בהא אז יעדער האט דזאבס איז דא געלט און אז סאיז דא געלט עפענט מען ביזנעסער און מען ניצט היימישע ארבעטרערס און זיי האבן געלט צו שטיצן ווייטער היימישע וואס נעמען ווייטער אויף היימישע אזוי דרייט זיך דאס רעדל
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”