איך האב געליינט דעם מאמענט די וואך, און איך האב געקריגן שטארקע שולד-געפילן פון דעם פענסטערלעך ארטיקל וואס ר׳ אלי׳ יואל גליק האט געשריבן.
איך וויל אנהייבן מיט דעם אז ר׳ אלי׳ יואל איז א מייסטער שרייבער, און עס איז מיר אין לעבן נישט בייגעפאלן אז ער וועט נעמען פערזענליך עפעס וואס מען שרייבט אנאנים אין א פארום, איבער זיינע שרייב ווערק. טאקע ווייל ער איז פארנומען אזויפיל צו שרייבן וועגן קאנפידענץ און זעלבסשטענדיגקייט האב איך געהאלטן אז איך קען שרייבן אביסעלע מער ברייט ווי סתם אזוי.
איך גלייב אז ער מיינט נישט נאר מיר, עס איז זייער מעגליך אז ער האט געקריגן היץ פון נאך ערטער, אבער איך ווייס אז דא אין אייוועלט האב איך גאנץ אפט מזלזל געווען אין זיינע ארטיקלען, ווען איך האב הנאה געהאט האב איך נישט אזויפיל געשריבן, אבער ווען איך האב געהאט וואס צו זאגן האב איך עס געטון דא מיט זאפט, פארגעסנדיג אז עס איז דא א הארץ אונטער דעם מענטש אויף וועמען איך שרייב פון אונטער מיין קיבאורד.
מיין עגאָ לאזט מיר מיר נישט שרייבן די שורות, אבער איך גיי עס יא שרייבן.
איך בין באגאנגען א גרויסע עולה קעגן ר׳ אלי׳ יואל גליק ווען איך האב אראפגעריסן עטליכע פון זיינע ארטיקלען צווישן די שפאלטן פון דעם פארום, איך האב נישט ארויסגעברענגט קיין סיבות פארוואס, אבער איך קלער אריין איצטער, און עס איז זייער מעגליך אז עס האט מער נישט געפאסט צו אננעמען זיינע טרעפליכע רייד אין פילע ערטער.
ער שרייבט אז מענטשן שיקן אים היציגע אימעילס, און מענטשן זענען מזלזל אין אים, נאר ווייל ער שטעלט זיך ארויס אין פובליק. איך בין נישט פון די, און איך רעספעקטיר אים זייער שטארק ווי מען קען זען אין מיינע תגובות אנהויב פון דעם מאמענט אשכול, ווען ער איז אריינגעגאנגען ארבעטן אין מאמענט. עס קען זיין אז איך האב געהאט קריטיק לעצטנס, אבער עס איז טאקע פארדעם דא אן אימעיל אדרעס וואו מען קען דאס דירעקטירן.
איך גלייב נישט אז ר׳ אלי׳ יואל האט באשלאסן אז צוליב טישטוך אויף אייוועלט וועט ער אפשטעלן זיין קאלום, אבער איך ווייס אז איך האב אים בא׳עוול׳ט און איך דארף אים איבערבעטן. און אויב איך האב חוזק געמאכט ברבים פון אים, וועל איך אויף דעם תשובה טון ברבים.
ר׳ אלי׳ יואל, ביטע, זייט מיר מוחל, און אזוי אויך אלע אנדערע ניקס וואס האבן אייך אפגעשוואכט און גורם געווען אפילו איין עגמת נפש׳דיגע קלאפ אין הארץ.
איך נעם זיך פאר אז איך וועל מיטן אויבערשטנס הילף מער אבאכט געבן בעפאר איך שרייב איבער סיי וועמען דא אויף אייוועלט, און איך בעט נאכאמאל אז הרב גליק זאל נישט לייגן זיין פעדער אין א זייט, צוליב אזעלכע אימפולסיווע און אומדורכגעטראכטע פידבעק.
כ׳האלט נישט אז עס איז מיר, אבער עס האט מיר געבאדערט צו זען אז א שרייבער וואס וויל בסך הכל ארויסברענגען געוויסע נקודות, ווערט א ציל צו שפיזיגע וויצן. איך בין נישט געווען אזוי געהיטן אין דעם נושא ספעציעל אין דעם אשכול, און איך האב באשלאסן אז איך וועל צוריקציען ברבים.
סאבאבא האט געשריבן:איך טראכט אז די סיבה פארוואס מענטשן קענען צומאל נישט פארליידן ר' אלי יואל'ס קאלום איז וויבאלד ער לייגט זיך ארויס דארט נאטורליך גענוי ווי ער איז אריינגערעכנט זיינע שוועריקייטן, שוואכקייטן און געפילען און דאס דערמאנט זיי פון זייער אייגענע שוואכקייטן און געפילען. א מענטש וואס איז נישט געזונט מיט זיך אינעוויינוג האט פיינט ווען ער טרעפט זיך אן און ענליכע שוועריקייטן אדער געפילען ווי ער האט. דאס דערמאנט אים פון זיין אומבאהאלפענע שוואכע זיך.
לויט פון וואס איך האב פארשטאנען איז עס בעיקר פון מענטשן וואס טראכטן ׳מי שמך לאיש׳ און זיי ציטערן צו אננעמען פון עמיצן וואס האט געקריגן אויטאריטעט אן זייער רשות. סתם א גרויליגע קאמפלעקס און מדה גרועה מאד.
בינעך אין די גיסטע צו שרייבן א ריוויא אויף די וואכעדיגע מאמענט. איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלעס..
רב אשר פריעדמאן האט ענדליך איינגעזען אז ס'איז צייט צו גיין ווייטער, אן אויפרייס קען נישט אויפרייסן צוויי מאל, די מלמדים האט טאקע געשטורעמט א וועלט, אבער געקומען די צייט צו גיין ווייטער. ווי מען זאגט אין די ענגליש-אידיש ווערסיע "נעקסט". די מלמדים סעריע איז געווען זעלטן גוט מיט א ברייטער היקף אויף די גאנצע ווייטאגליכע טעמע אבער אלעס אין די וועלט האט א שיעור.
אלי יואל האט מיר ממש געעפנט דאס הארץ מיט דברים היוצאים מן הלב וויאזוי ער גיבט צוריק א שנעלקע פאר די קריטיקירער אבער מיט אן עדינות כנוסח אלי יואל. די טאלאנט און אמת וואס איז געליגן אין די שורות איז עפעס וואס ס'איז נישט דא קיין סאך אין די היימישע וועלט. אבער דייקא אז אזויפיל זוכן אים צו ווייטון איז דאך ראי' אין די אויסטערלישע כח וואס זיינע ווערטער האבן. איך באקום נישט קיין אימעילס פון די אלע פגעים.
די פראנט קאווער האט מיר אביסל דיסעפוינטעד, די שרייבער פון זיין זייט האט געמאכט א גוטע ארבעט אויף די ארטיקל וואס איז באשטעלט געווארן, אבער צו נעמען א ביזנעס באצאלטע אנאנס אין עס פארשלייערן אין א כלומר'ישע טעמע ווי מען גייט אראפלייגן מיט זאפט אין הומאר די ליטווישע בליקן אויפן חסידישע לעבנס שטייגער איז היפש ליצנות געמאכט פון די ליינער אין צייט וואס נישט מער ווי עטליכע פאראגראפן זענען געווען געווידמענט דערפאר. אבער ווי מען זאגט די דזשאק איז געלונגען, כ'גלייב אז אסאך מענטשן האבן אריינגעשארט די מאמענט אין וועגעלע צוליב די רייצנדע פראנט קאווער. מקח בלייבט מקח...
אינטערוויו מיטן טרעילער דרייווער איז געווען נעקסט לעוול, דער אלטער טראקער האט מיר געעפנט די אויגן צו זען אן ערליכער איד וואס איז מדקדק בקלה כבחמורה און ער איז נישט געבליבן שטעקן צו זיין א קאשיער אין א לאקאלער סופערמארקעט.
ספר תורה און פאליציי ארטיקל בינעך נאכנישט אנגעקומען צו לעזן.
יואל גליק איז נישט קיין שרייבער, ער איז א מעלער, זיינע ארטיקלען זענען געמאלן נישט געשריבן. ס'רייסט אויף דאס הארצן, ווערטער זענען אויסגעגאסן אלטע מיט נייע, צאינה ראינה מיט די אידישע ליכט ביינאזאם, אבער די אלע ווערטער אינאיינעם זעצן זיך אויף די בלעטל און שטעלט זיך אויס ווי א אויג פארכאפנדער בילד און איז נאך צומאל א שענערע מעלעריי ווי די מעלעריי זעלבסט. א חידוש אין די עולם הכתיבה.
פנחס גלויבער איז ווארשיינליך די סאמע בעסטע שרייבער וואס כלל ישראל האט געזען אין די לעצטע 50 יאר, זיינע שורות זענען א שטיק שלימות, ס'איז העכסט אינטעליגענט אבער אויך אראפגעלאזט אז אפילו די שאינו יודע לשאול זאל אויך פארשטיין. די וואך זענען זיינע שורות געווען געווידמענט צו ארויסברענגען די טיפע ווייטאג וואס איז איינגעגעסן ביי אזויפיל אין א בחינה פון הסתרה שבתוך הסתרה. וואונדערבאר.
כוואליעס פון ר' ברוך גפן איז א באמבע יעדע וואך באזונדער, דער לויטערע קריעטיווע פענע וואס ליגט הינטער די שרייענדע שורות שעפט פון א מים שאין להם סוף און פירט אריין אין אזויפיל קוועלער וואס מאכט רייך די מח מיט מחשבה צו אריינקלערן דערין.
הרב חיים שלמה בערגערס שרייב ווערק גלייך איך שטארק געווענליך, ס'איז פיל מיט כאריזמא און פארצייטישקייט. אבער אין די לעצטע דריי וואכן איז ער במחילת כבודו אריינגעפאלן אין א שטיקל דיטש, די גוטע נייעס איז אזא פאר אלעמען איז דא א וועג ארויס. צו נעמען א פערזענליכע ויכוח צווישן א טאטע און א זוהן וואס האט ווארשיינליך נאך צענדליגע דעטאלן אין צוגאב צו דאס וואס ער נעמט ארויס דערפון איז אין מיין מיינונג נישט עטיש. נאכדערצו ווען ער האט געשריבן אז דער אינגערמאן האלט מיר די הייסע סעריע. וואכנאכט ארויף וואכנאכט אראפ, כעת האלט מען שוין נאכן פדיון הבן, צייט צו גיין ווייטער. כ'האף אז מיינע אויגן גייען נישט טרעפן נאכאמאל די ווארט וואכנאכט אינעם קומענדיגע נאמבער. נאכאמאל איך קוק שטארק ארויף דעם שרייבער און זיינע שרייב ווערק, אבער אין א דיטש קען יעדער אריינפאלן.
שמעון שטרייכערס דראמאטישע וועגן פון שרייבן נייעס איז עפעס וואס האט מיר געהאלטן פארגאפט. ס'איז א קונץ צו קענען נעמען א פשוטע נייעס געשיכטע און עס פארוואנדלען אין א גאנצע געשיכטע מיט פרקים און איבערלעבענישן.
סטאנציע איז א פרישער חידוש וואס גייט ווארשיינליך ווערן פון די שטערקסטע בלעטער אין די מאמענט און גייט ווערן געליינט פון די ערשטע כאטש וואס עס ליגט די לעצטע. ס'איז לייכט און אויפפרישנד, פיל מיט קאליר, ס'איז נישט איין נושא וואס ריקט זיך נישט אוועק פון די אויגן, די אויגן פליען ארום פון איין טעמע ביזן צווייטן וואס האלט די מצב אויפגעלייגט.
האמת אגיד אז כהאב נאכנישט געליינט דעם וואכעדיגן מאמענט, סאו מעיבי בין איך נישט דער מענטש וואס מעג קאמענטירן בכלל וואו שוין זיך ארומגעהרגט אין די פריערדיגע בלעטער.
אבער לפי ווי איך פאשטיי איז נישט אלי יואלס פראבלעם דאס אז מאנכע קריטיקירן זיין שרייבן סטיל וכדומה, נאר מענטשן האבן א פראבלעם אז ער זאגט דעות, איך גלייב אז סקומט אין ליכט פון זיין ארטיקל איבער היטן די קינדער וועלכע איז א חידוש גדול, צו דעקן א קאנטרעווערסיאלע נושא וואס איז אין די נייעס אויף א הייליגע און איידעלע וועג מיט שטארקע נקודות למחשבה איז נישט קיין פשוטע זאך, ספאדערט אסאך טאלאנט און חכמה און אלי יואל האט געמאכט א מייסטער ארבעט, בנוגע די ענינים אין זיין שרייבן סטיל אויף וועלכע מקען האבן קריטיק דא דארט ווי כוועל מרחיב זיין שפעטער גלייב איך נישט אז סרירט אים שטארק צו און בסופו של דבר דארף מען פארשטיין אז מען קריטיקירט נאר אין ליכט פון די הויכע פאראמעטער אין וועלכיע מען האט געשטעלט זיין קאלום, אלי יואל איז פון די טאפ דריי היימישע אידישע שרייבער און מען ערווארט עולם ומלואו איעדע וואך בעת סקומט נאר איעדע צווייטע וואך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
מתמודד האט געשריבן: אלי יואל איז פון די טאפ דריי היימישע אידישע שרייבער און מען ערווארט עולם ומלואו איעדע וואך בעת סקומט נאר איעדע צווייטע וואך.
בעצם איז ער די "טאפ" שרייבער אין די סטייל אין כדוגמתו די אנדערע 2 יאפ וואלט איך ג'געסט איז יואל אשר לאבין און ש"ש זילבער יעדע פון די זענען טאפ אין זייער סטייל.
הלוואי זאל אלי' יואל שרייבן א גאנצע גליון מיט זיין סטייל דוגמת מעלות/חזק און נפשי איך וואלט געצאלט דאבל די פרייז עס צו קריגן