מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

abeg האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
עקזעקטלי, די אלע דגמאות קען מען טרעפען אין נ״י אױך ביי א קליינע פראצענט בחורים
דו ווילסט מאכן א הנחה, אז א בחור אינטער די אויפזיכט פון זיינע עלטערן, אדער א געהעריגע דארמעטארי אין ניו יארק, איז דער זעלבער הפקר ווי א בחור אין א לאנד אן קיין באקאנטע, ווייט אוועק פון סיי וועמען ער קען? קאם אן.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

Amazing האט געשריבן:
וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
ריכטיג. @טישטוך איר טרייבט אביסל איבער.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

עכט היימיש האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
עקזעקטלי, די אלע דגמאות קען מען טרעפען אין נ״י אױך ביי א קליינע פראצענט בחורים
דו ווילסט מאכן א הנחה, אז א בחור אינטער די אויפזיכט פון זיינע עלטערן, אדער א געהעריגע דארמעטארי אין ניו יארק, איז דער זעלבער הפקר ווי א בחור אין א לאנד אן קיין באקאנטע, ווייט אוועק פון סיי וועמען ער קען? קאם אן.
נײן 100% אז נישט אבער ס׳קימען קײן נ״י אױך בוחרים װײט אװעק פון דערהײם אן די אויפזיכט פון זיינע עלטערן אין דאס איז א פאבלעים אין כ׳פלאן טאקע נישט צי שיקען מײנע בוחרים קײן א״י אבער װי געזאגט אױב איז טאקע פארהאן אזעלעכע קריספי מעשות אױף אזא מאסיװע פארנעם װאלט געװען גאר אסאך קליפ׳ס פון די מעשות אשר לא יעשה׳ס
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
ריכטיג. @טישטוך איר טרייבט אביסל איבער.
כ׳טרייב שוין גארנישט איבער.

די קליינע פראצענט וואס טוען עס אין אמעריקע זענען אפיציעלע באמעס ע״פ רוב, משא״כ די וואס טוען עס אין ארץ ישראל שפילן וואוילע בחורים אין אמעריקע.

עניוועי, א שאד זיך צו טענה׳ן. די דורכשניטליכע ענטפער איז אייביג ״ס׳נישט ביי יעדן״ - ״דו טרייבסט איבער״ איך האלט זיך אבער פאר עמיצער וואס ווייסט וואס ער רעדט.
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 12:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אידישע מוזיק נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2023 11:31 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוזיק נייעס »

טישטוך האט געשריבן:
אוי אוי אוי...

מאמענט האט אנגעכאפט א הייסע טעמע, א זאך וואס אויב איז עס גוט אראפגעשריבן וועט עס אויפשאקלען די עולם הבחורים אין ארץ ישראל. עס איז ליידער נישט קיין וויצן די מעשיות, ס׳זענען דא בחורים וואס קומען ׳לערנען׳ אין ארץ ישראל אבער פאקטיש דרייען זיי זיך מיט שווים הויזעלעך אין אילת, אדער פארן זיי ארום אין אייראפע צו מקומות הקדושים און מקומות הטמאים צוגלייך. פארשטייט זיך אז ווען מען קומט אהיים באקליידעט מען זיך מיט א וואלענע טלית קטן און א רעקל, ווייל מען דארף דאך טון גוטע שידוכים.

די בחורים פון היינט זענען שוין נישט אזוי ווי די בחורים פון אמאל אין ירושלים. היינטיגע צייטן זענען שוין דא בחורים דירות אויף רחוב יפו און אין די אומגעגנט (פאר די וואס קענען נישט די געגנט: אזוי ווי דאונטאון ברוקלין) און עס זענען אפילו דא בחורים דירות אין גאר אנדערע ווייטע געגנטער ווי פסגת זאב (א געגנט וואס איז געבויעט געווארן אין אן התנחלות - א פראבלעם פאר חסידי סאטמאר סתם אזוי). די בחורים לערנען אין חבורות וואס זענען חבורה תחת חבורה, און האבן נישט קיין שום השגחה אין קיין שום צייט פון טאג.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט מיר א בחור׳ל אנגעקלינגען בעטן א נדבה פאר זיין חבורה וואס האט געמאכט א קאמפיין, ווען אין די זעלבע צייט איז ער געזיצן אויפן טעראסע אין מאדריד. כ׳האב אים געפרעגט פארוואס ער רופט מיר בכלל, איך זעה דאך קלאר אז זיין ראש החבורה טוט גארנישט אויף, דען ער איז אין שפאניע אן קיין השגחה. זאל ער פארקנאקן ס׳חבורה און אויפהערן באשנארן כלל ישראל.

איך וויל נישט אנהייבן דערציילן ווייל איך וויל זיך נישט הערן ווי א דערביטערטער העיטער, אבער כ׳קען זאגן אויף אזויפיל, אז אויב האט איר בחורים אין יענע יארגענג, שיקט אים נישט צו קיין ׳חבורות׳. די גאנצע מושג פון ׳חבורות׳ איז א ריזיגע סקעם וואס וועט איין טאג אזוי אויפפלאצן אז ס׳וועט שטינקען ביז אמעריקע.

בחורים דירות אין ירושלים זעען אויס ווי טהרה שטיבלעך. מ׳שלאפט דורכן טאג, געוויסע אין די קליידער, ס׳גייט א שטינק אז מ׳קען חלש׳ן, און שמירת שבת איז אויך מוטל בספק ביי א געוויסער מיעוט וואס קען האבן אן השפעה אויפן רוב.

עניוועי, כ׳האף מאמענט קען די אלע פאקטן...
הונדערט פראצענט!
איך האב געלערנט דארט ביז א יאר צוריק...
איך האב א טעראפיסט. זיין נאמען איז מוזיק.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

אידישע מוזיק נייעס האט געשריבן:

גאטניו ---

@מיטל מזרח ווינטל ווען האט איר גראדואירט ? (יאר)
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

טישטוך האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
ריכטיג. @טישטוך איר טרייבט אביסל איבער.
כ׳טרייב שוין גארנישט איבער.

די קליינע פראצענט וואס טוען עס אין אמעריקע זענען אפיציעלע באמעס ע״פ רוב, משא״כ די וואס טוען עס אין אמעריקע שפילן וואוילע בחורים אין אמעריקע.

עניוועי, א שאד זיך צו טענה׳ן. די דורכשניטליכע ענטפער איז אייביג ״ס׳נישט ביי יעדן״ - ״דו טרייבסט איבער״ איך האלט זיך אבער פאר עמיצער וואס ווייסט וואס ער רעדט.
ווי אנדערע האבן שוין ערווענט ביסטו הייליג גערעכט ביי א קליינע פראצענט בחורים וואס דרייען זיך אין ירושלים, און זיי וועט מען כמעט נישט זעהן איין די היימישע צענטערן ווי עס דרייען זיך די בחורים.

פון דער אנדערע זייט איז די לעצטע פאר יאר אנטשטאנען א ריזן טויש אין מיר'ער ישיבה זינט דער רבי אליעזר יודא פינקל האט איבערגענומען די לייצעס. עס איז מער נישט מיר פון אמאל. עס איז דא א השגחה אויף די בחורים, טאקע נישט אזוי שטארק און צמוד ווי אין אנדערע ישיבות, אבער א השגחה איז דא. רוב בחורים זיצן רוב טאג אין ישיבה/ ביהמ"ד, און ווער נישט איז לאו דוקא אז ער איז פון די מיעוט וואס דרייען זיך אין אלע אויבנדערמאנטע ערטער. אדער שטיפן זיי די צייט אין דירה, א שפאציר צו יערי ירושלים, א הייק אין עין גדי און אין ערגסטן פאל געפארן צו א חבר'ס חתונה אין אייראפע אן די טאטנס וויסן.

פארשטייט זיך אז ס'איז נאכאלץ דא @טושטוך'ס בחורים, אבער דאס זענען נישט די געווענטליכע בחורים וואס קוען אהיים ביינעזמאנים און דו מיינסט ראז זיי קומען פון לערנען צוועלף זעה א טאג... אין ירשולים זענען זיי פולי באמעס, אינדערהיים זענען זיי די 'סעמי באמעס'.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

אידישע מוזיק נייעס האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
אוי אוי אוי...

מאמענט האט אנגעכאפט א הייסע טעמע, א זאך וואס אויב איז עס גוט אראפגעשריבן וועט עס אויפשאקלען די עולם הבחורים אין ארץ ישראל. עס איז ליידער נישט קיין וויצן די מעשיות, ס׳זענען דא בחורים וואס קומען ׳לערנען׳ אין ארץ ישראל אבער פאקטיש דרייען זיי זיך מיט שווים הויזעלעך אין אילת, אדער פארן זיי ארום אין אייראפע צו מקומות הקדושים און מקומות הטמאים צוגלייך. פארשטייט זיך אז ווען מען קומט אהיים באקליידעט מען זיך מיט א וואלענע טלית קטן און א רעקל, ווייל מען דארף דאך טון גוטע שידוכים.

די בחורים פון היינט זענען שוין נישט אזוי ווי די בחורים פון אמאל אין ירושלים. היינטיגע צייטן זענען שוין דא בחורים דירות אויף רחוב יפו און אין די אומגעגנט (פאר די וואס קענען נישט די געגנט: אזוי ווי דאונטאון ברוקלין) און עס זענען אפילו דא בחורים דירות אין גאר אנדערע ווייטע געגנטער ווי פסגת זאב (א געגנט וואס איז געבויעט געווארן אין אן התנחלות - א פראבלעם פאר חסידי סאטמאר סתם אזוי). די בחורים לערנען אין חבורות וואס זענען חבורה תחת חבורה, און האבן נישט קיין שום השגחה אין קיין שום צייט פון טאג.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט מיר א בחור׳ל אנגעקלינגען בעטן א נדבה פאר זיין חבורה וואס האט געמאכט א קאמפיין, ווען אין די זעלבע צייט איז ער געזיצן אויפן טעראסע אין מאדריד. כ׳האב אים געפרעגט פארוואס ער רופט מיר בכלל, איך זעה דאך קלאר אז זיין ראש החבורה טוט גארנישט אויף, דען ער איז אין שפאניע אן קיין השגחה. זאל ער פארקנאקן ס׳חבורה און אויפהערן באשנארן כלל ישראל.

איך וויל נישט אנהייבן דערציילן ווייל איך וויל זיך נישט הערן ווי א דערביטערטער העיטער, אבער כ׳קען זאגן אויף אזויפיל, אז אויב האט איר בחורים אין יענע יארגענג, שיקט אים נישט צו קיין ׳חבורות׳. די גאנצע מושג פון ׳חבורות׳ איז א ריזיגע סקעם וואס וועט איין טאג אזוי אויפפלאצן אז ס׳וועט שטינקען ביז אמעריקע.

בחורים דירות אין ירושלים זעען אויס ווי טהרה שטיבלעך. מ׳שלאפט דורכן טאג, געוויסע אין די קליידער, ס׳גייט א שטינק אז מ׳קען חלש׳ן, און שמירת שבת איז אויך מוטל בספק ביי א געוויסער מיעוט וואס קען האבן אן השפעה אויפן רוב.

עניוועי, כ׳האף מאמענט קען די אלע פאקטן...
הונדערט פראצענט!
איך האב געלערנט דארט ביז א יאר צוריק...
?
וואו?
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

ביטע נישט איבערטרייבען.

ס'זענען אויך דא חבורות וואס טוען אויף גדולות ונצורות, ובפרט אויף שוואכע בחורים, וואס קומען סיי ווי קיין א"י, און וועלן סיי ווי הוליען וכו', און די חבורות האלט זיי כאטש ביי עיקרי ה'אידישקייט און עפעס נארמאלקייט.

קלארשטעלונג: איך האב נישט די מינדעסטע שייכות מיט קיין שום חבורה.

@חנן קומט אריין גאנץ שטארק, אבער ווי ס'ווייזט אויס רעדט @טישטוך בעיקר איבער "חבורה בחורים", נישט אזוי ווייט איבער סתם מיר'ע בחורים.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

טישטוך האט געשריבן:
אוי אוי אוי...

מאמענט האט אנגעכאפט א הייסע טעמע, א זאך וואס אויב איז עס גוט אראפגעשריבן וועט עס אויפשאקלען די עולם הבחורים אין ארץ ישראל. עס איז ליידער נישט קיין וויצן די מעשיות, ס׳זענען דא בחורים וואס קומען ׳לערנען׳ אין ארץ ישראל אבער פאקטיש דרייען זיי זיך מיט שווים הויזעלעך אין אילת, אדער פארן זיי ארום אין אייראפע צו מקומות הקדושים און מקומות הטמאים צוגלייך. פארשטייט זיך אז ווען מען קומט אהיים באקליידעט מען זיך מיט א וואלענע טלית קטן און א רעקל, ווייל מען דארף דאך טון גוטע שידוכים.

די בחורים פון היינט זענען שוין נישט אזוי ווי די בחורים פון אמאל אין ירושלים. היינטיגע צייטן זענען שוין דא בחורים דירות אויף רחוב יפו און אין די אומגעגנט (פאר די וואס קענען נישט די געגנט: אזוי ווי דאונטאון ברוקלין) און עס זענען אפילו דא בחורים דירות אין גאר אנדערע ווייטע געגנטער ווי פסגת זאב (א געגנט וואס איז געבויעט געווארן אין אן התנחלות - א פראבלעם פאר חסידי סאטמאר סתם אזוי). די בחורים לערנען אין חבורות וואס זענען חבורה תחת חבורה, און האבן נישט קיין שום השגחה אין קיין שום צייט פון טאג.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט מיר א בחור׳ל אנגעקלינגען בעטן א נדבה פאר זיין חבורה וואס האט געמאכט א קאמפיין, ווען אין די זעלבע צייט איז ער געזיצן אויפן טעראסע אין מאדריד. כ׳האב אים געפרעגט פארוואס ער רופט מיר בכלל, איך זעה דאך קלאר אז זיין ראש החבורה טוט גארנישט אויף, דען ער איז אין שפאניע אן קיין השגחה. זאל ער פארקנאקן ס׳חבורה און אויפהערן באשנארן כלל ישראל.

איך וויל נישט אנהייבן דערציילן ווייל איך וויל זיך נישט הערן ווי א דערביטערטער העיטער, אבער כ׳קען זאגן אויף אזויפיל, אז אויב האט איר בחורים אין יענע יארגענג, שיקט אים נישט צו קיין ׳חבורות׳. די גאנצע מושג פון ׳חבורות׳ איז א ריזיגע סקעם וואס וועט איין טאג אזוי אויפפלאצן אז ס׳וועט שטינקען ביז אמעריקע.

בחורים דירות אין ירושלים זעען אויס ווי טהרה שטיבלעך. מ׳שלאפט דורכן טאג, געוויסע אין די קליידער, ס׳גייט א שטינק אז מ׳קען חלש׳ן, און שמירת שבת איז אויך מוטל בספק ביי א געוויסער מיעוט וואס קען האבן אן השפעה אויפן רוב.

עניוועי, כ׳האף מאמענט קען די אלע פאקטן...
און דאס באשטעטיגט נאכמער דעם יעוד הנבואה עוד ישבו וכו'
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

סובסקרייבט... קומט כיף....
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

Borrower האט געשריבן:

@מיטל מזרח ווינטל ווען האט איר גראדואירט ? (יאר)
2016, אבער איך האב חברים און איך האלט מיט אביסל פונדערנאנט.
ליידער איז טישטוך גערעכט, הגם עס רעדט זיך פון קליינע פראצענטן. ס'איז שווער צו זאגן א פונקטליכע נומער, אבער איך וואלט עס געשאצט אויף ארום 10 פראצענט וואס זענען ממש נידעריג ה"י, און נאך 30 פראצענט סתם ליידיגייער.
די איבעריגע 60 פראצענט באשטייט פון חשוב'ע בחורים אויסגעמישט מיט דורכשניטליכע 'פרווה' בחורים.

#לדעתי
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

עכט היימיש האט געשריבן:
דו ווילסט מאכן א הנחה, אז א בחור אינטער די אויפזיכט פון זיינע עלטערן, אדער א געהעריגע דארמעטארי אין ניו יארק, איז דער זעלבער הפקר ווי א בחור אין א לאנד אן קיין באקאנטע, ווייט אוועק פון סיי וועמען ער קען? קאם אן.
ס'מיינט סך הכל אז ער דארף בעסער זען צו באהאלטן וואס ער טוט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
דו ווילסט מאכן א הנחה, אז א בחור אינטער די אויפזיכט פון זיינע עלטערן, אדער א געהעריגע דארמעטארי אין ניו יארק, איז דער זעלבער הפקר ווי א בחור אין א לאנד אן קיין באקאנטע, ווייט אוועק פון סיי וועמען ער קען? קאם אן.
ס'מיינט סך הכל אז ער דארף בעסער זען צו באהאלטן וואס ער טוט.
;l;p-
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

טישטוך האט געשריבן:
... פארשטייט זיך אז ווען מען קומט אהיים באקליידעט מען זיך מיט א וואלענע טלית קטן און א רעקל...

... די בחורים פון היינט זענען שוין נישט אזוי ווי די בחורים פון אמאל אין ירושלים. היינטיגע צייטן זענען שוין דא בחורים דירות אויף רחוב יפו און אין די אומגעגנט...

... די גאנצע מושג פון 'חבורות' איז א ריזיגע סקעם...
כ'מיין אז ס'דא וואס פארזעען די עיקר נקודה וואס @טישטוך וויל ארויסברענגען. מ'רעדט נישט פון די בחורים וואס זענען איינגעשריבן אין מיר, וואס אגב איז שוין דאס אננעמען פראצעדור בכלל נישט אזוי גרינג.

מ'רעדט פון די בחורים וואס דרייען זיך אין חבורות וואס האבן נישט קיין שום אויפזיכט כלל וכלל. ממש ממש גארנישט. די בחורים האבן נישט קיין סקעדזשועל, האבן נישט פארוואס אויפצושטיין און ווען צו גיין שלאפן. ס'איז ממש הפקר פעטרישקע.

ס'שווער זיך מצייר צו זיין אז דער בחור קוקט נישט אויס ווי א נידריג יונג ווען מ'זעהט אים בין הזמנים אין שול. פונקט פארקערט, ער קוקט אויס גאר מסודר און היימיש, אז ס'גלייבט זיך נישט אז קוים וואס ער האט געלייגט תפילין מיט מנין דעם זמן חוץ ווען ס'איז דא א ברייטע פרישטאג פאר ראש חודש צו וואס... (און ס'איז דא וואס האבן תפילין רימיינדער גרופעס - איך האב דאס נישט אויפגעמאכט - יא, היימישע מיט קרייזעלדיגע פיאות און לאנגע רעקלעך).

כ'האלט אין איין פארקריכן, כ'שרייב און מעק ווייל כ'וויל נישט דא ארויסברענגען מער פראבלעמען, נאר פשוט עדות זאגן ביודעי ובמכירי קאמינא אז וואס טישטוך זאגט איז לדאבוננו אמת ויציב.

און ניין, ס'איז אוממעגליך צו וויסן אויף א בחור פונדרויסן, כמעט. ס'איז דא קליפס ביז די לבנה און צוריק 7 מאל (קרעדיט: פאקטן און ציפערן אפטיילונג אין די מאגאזינען...), אבער דאס גייט נישט ארום. די איינציגסטע מאל וואס מ'קען עפעס זעהן איז אויב די חברים מאכן אזא קליפ פונעם בחור ווען ער ווערט א חתן, וואו יעדער לייגט אריין די בילדער וואס מ'האט פונעם בחור, און אויב שיקט עס איין חבר ארויס פון די חבורה גרופע ווערט אויפגעדעקט די בושות פאר די וועלט.

ווי אויך נוצן די בחורים עפפס וואס מ'קען נאר זעהן די ווידיא איין מאל אן די מעגליכקייט צו סעיוון (ווי סנעפטשעט וכדו') ממילא פליען די קליפס ארום צווישן זיי אבער ס'קומט נישט ארויס.

די מצב איז אסאך ערגער ווי מ'מיינט. כ'ווייס וואס כ'רעד. ס'איז נישט די רוב פון אלע בחורים וואס לערנען אין ארץ, אבער פון די בחורים וואס לערנען אין חבורות איז עס זיכער יא די רוב.
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

איך ווייס נישט אין וועלעכע דירות די האסט זיך געדרייט אבער ב"ה כלל ישראל שיינט און וואקסט און איז דא טויזענטער ערליכע חסידישע בחורים וואס ווילען זיין גוט און זענען גוט.
פארשטייט זיך אז אזוי ווי אייביג איז דא די באמעס (וואס אויף זיי קען מען אויך מלמד זכות זיין נאר דא איז נישט די פלאץ פאר דעם).
אבער פאר די רוב בחורים איז א מוראדיגע תועלת צו לערנען אין א"י עס ברענגט זיי ארויף ברוחניות ובגשמיות.
דיסקלעימער: איך בין נישט דער וואס הייסט יא אדער נישט צי שיקן לערנען דארט.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

abeg האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
עקזעקטלי, די אלע דגמאות קען מען טרעפען אין נ״י אױך ביי א קליינע פראצענט בחורים
דו ווילסט מאכן א הנחה, אז א בחור אינטער די אויפזיכט פון זיינע עלטערן, אדער א געהעריגע דארמעטארי אין ניו יארק, איז דער זעלבער הפקר ווי א בחור אין א לאנד אן קיין באקאנטע, ווייט אוועק פון סיי וועמען ער קען? קאם אן.
נײן 100% אז נישט אבער ס׳קימען קײן נ״י אױך בוחרים װײט אװעק פון דערהײם אן די אויפזיכט פון זיינע עלטערן אין דאס איז א פאבלעים אין כ׳פלאן טאקע נישט צי שיקען מײנע בוחרים קײן א״י אבער װי געזאגט אױב איז טאקע פארהאן אזעלעכע קריספי מעשות אױף אזא מאסיװע פארנעם װאלט געװען גאר אסאך קליפ׳ס פון די מעשות אשר לא יעשה׳ס
די וואס מען שיקט קיין אמעריקע דרייען זיך צווישן בחורים וואס זענען יא אינטער געהעריגע אויפזיכט און פירן זיך אויף נארמאל, משא"כ די וואס מען שיקט קיין א"י
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
רננו צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:57 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רננו צדיקים »

א בחור וואס האט זיך געדרייט דארט אין די אזויגערופענע 'חבורות' און האט זיך בס"ד שפעטער אוועקגעשטעלט
האט זיך לעצטענס אויסגעדריקט 'א בחור וואס קומט אהיים פון דארט איז א בעל תשובה, און אויב איז ער נישט,
איז ער נאך א בעל עבירה'......
שארף, אבער דאס איז וואס ער האט געזאגט
אוועטאר
כרך נחמד
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 1:08 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרך נחמד »

רננו צדיקים האט געשריבן:
א בחור וואס האט זיך געדרייט דארט אין די אזויגערופענע 'חבורות' און האט זיך בס"ד שפעטער אוועקגעשטעלט
האט זיך לעצטענס אויסגעדריקט 'א בחור וואס קומט אהיים פון דארט איז א בעל תשובה, און אויב איז ער נישט,
איז ער נאך א בעל עבירה'......
שארף, אבער דאס איז וואס ער האט געזאגט
קיינער בלייבט נישט אזוי, ע"פ רוב, מ’טוישט זיך
רננו צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:57 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רננו צדיקים »

כרך נחמד האט געשריבן:
רננו צדיקים האט געשריבן:
א בחור וואס האט זיך געדרייט דארט אין די אזויגערופענע 'חבורות' און האט זיך בס"ד שפעטער אוועקגעשטעלט
האט זיך לעצטענס אויסגעדריקט 'א בחור וואס קומט אהיים פון דארט איז א בעל תשובה, און אויב איז ער נישט,
איז ער נאך א בעל עבירה'......
שארף, אבער דאס איז וואס ער האט געזאגט
קיינער בלייבט נישט אזוי, ע"פ רוב, מ’טוישט זיך
דאס גענוי האט ער געזאגט
נאר געמיינט צו זאגן אז רוב פון די וואס זענען נישט מודה, איז עס ווייל זיי זענען נאך אין יענע מצב....
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

איך האב געלערנט אין א"י א שיינע שטיק צייט און איך האלט אז מען טרייבט איבער, עס איז א מיעוט שבמיעוט אפאר פארדראגדע חברה דעטס אל.

איך רעדט נישט פון נישט האבן קיין סדר היום דאס איז יא איינגעריסן.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

רעדסט נישט אויף די בחורים אין ארץ ישראל זיי זענען צדיקים ! זיי פאסטן משבת לשבת עסן גארנישט א גאנצן טאג נאר נאכן אויפשטיין פארן שקיעה זענען זיי עפעס טועם...
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

דאווענען מיט מנין איז א מיעוט המצוי...

דאווענען בעפאר חצות איז א מיעוט שאינו מצוי...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
... פארשטייט זיך אז ווען מען קומט אהיים באקליידעט מען זיך מיט א וואלענע טלית קטן און א רעקל...

... די בחורים פון היינט זענען שוין נישט אזוי ווי די בחורים פון אמאל אין ירושלים. היינטיגע צייטן זענען שוין דא בחורים דירות אויף רחוב יפו און אין די אומגעגנט...

... די גאנצע מושג פון 'חבורות' איז א ריזיגע סקעם...
כ'מיין אז ס'דא וואס פארזעען די עיקר נקודה וואס @טישטוך וויל ארויסברענגען. מ'רעדט נישט פון די בחורים וואס זענען איינגעשריבן אין מיר, וואס אגב איז שוין דאס אננעמען פראצעדור בכלל נישט אזוי גרינג.

מ'רעדט פון די בחורים וואס דרייען זיך אין חבורות וואס האבן נישט קיין שום אויפזיכט כלל וכלל. ממש ממש גארנישט. די בחורים האבן נישט קיין סקעדזשועל, האבן נישט פארוואס אויפצושטיין און ווען צו גיין שלאפן. ס'איז ממש הפקר פעטרישקע.

ס'שווער זיך מצייר צו זיין אז דער בחור קוקט נישט אויס ווי א נידריג יונג ווען מ'זעהט אים בין הזמנים אין שול. פונקט פארקערט, ער קוקט אויס גאר מסודר און היימיש, אז ס'גלייבט זיך נישט אז קוים וואס ער האט געלייגט תפילין מיט מנין דעם זמן חוץ ווען ס'איז דא א ברייטע פרישטאג פאר ראש חודש צו וואס... (און ס'איז דא וואס האבן תפילין רימיינדער גרופעס - איך האב דאס נישט אויפגעמאכט - יא, היימישע מיט קרייזעלדיגע פיאות און לאנגע רעקלעך).

כ'האלט אין איין פארקריכן, כ'שרייב און מעק ווייל כ'וויל נישט דא ארויסברענגען מער פראבלעמען, נאר פשוט עדות זאגן ביודעי ובמכירי קאמינא אז וואס טישטוך זאגט איז לדאבוננו אמת ויציב.

און ניין, ס'איז אוממעגליך צו וויסן אויף א בחור פונדרויסן, כמעט. ס'איז דא קליפס ביז די לבנה און צוריק 7 מאל (קרעדיט: פאקטן און ציפערן אפטיילונג אין די מאגאזינען...), אבער דאס גייט נישט ארום. די איינציגסטע מאל וואס מ'קען עפעס זעהן איז אויב די חברים מאכן אזא קליפ פונעם בחור ווען ער ווערט א חתן, וואו יעדער לייגט אריין די בילדער וואס מ'האט פונעם בחור, און אויב שיקט עס איין חבר ארויס פון די חבורה גרופע ווערט אויפגעדעקט די בושות פאר די וועלט.

ווי אויך נוצן די בחורים עפפס וואס מ'קען נאר זעהן די ווידיא איין מאל אן די מעגליכקייט צו סעיוון (ווי סנעפטשעט וכדו') ממילא פליען די קליפס ארום צווישן זיי אבער ס'קומט נישט ארויס.

די מצב איז אסאך ערגער ווי מ'מיינט. כ'ווייס וואס כ'רעד. ס'איז נישט די רוב פון אלע בחורים וואס לערנען אין ארץ, אבער פון די בחורים וואס לערנען אין חבורות איז עס זיכער יא די רוב.
סארי פאר מיין גראבע עמארעאצעס, אפשר איז עס פאני און נאאיוו צו פרעגן, אבער איך פרעיג עכט פשוט. די טאטע צאלט דאך גראב שכר לימוד, טויזנטער טויזנטער פאר'ן זמן, און עס קומט אים נישט אויס צו הערן קיין כי הוא זה פונעם מנהל, פון די מגי"ש, סטעף, אז ער וואלגערט זיך אינדרויסן אזויפיל?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך האב געלערנט אין ארץ ישראל 10 יאר צוריק, שוין דעמאלטס געווען אלעס וואס ווערט דא דערמאנט, די וועלט פאלט אין אלגעמיין און די ארץ ישראל'דיגע בחורים פראבלעם פאלט מיט אויפן זעלבן ספיד.

כ'האב אויכט געניג גערעדט מיט אנדערע וואס האבן געלערנט אין ארץ ישראל פאר 20 יאר צוריק און ס'איז נישט געווען בעסער דאן בכלל.

כ'האב אויכט געלערנט אין א ישיבה אין לעיקוואד פאר 12 יאר צוריק און כ'האב מיטגעהאלטן ענליכע פאסירונגען דארט.

דאס נעמען א פארגרעסערונג גלאז און פאקעסירן בלויז אויף איין צייט און איין מקום איז נישט די וועג.

וואס יא, עס איז אויף א וועג היינט אסאך א בעסערע מצב ווי אמאל, אמאל איז אינגאנצן נישט געווען קיין השגחה אויף די בחורים און זיכער נישט קיין חבורות, א בחור וואס האט געוואלט זיך צושטעלן האט עס געטוהן בלויז פון זיין פרייע ווילן, קיינער האט נישט געקוקט אויף זיין זייט. היינט זענען די סארט בחורים פון וועם מ'רעדט דא בחורים וואס זענען נישט אינטערסירט צו זיין אין קיין סיסטעם און טוהן וואס זיי ווילן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”