מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

קיינמאל האט געשריבן:
איך פארשטיי בכלל נישט דעם רפאל וואהל ער ווייסט בכלל די מצב הפרנסה פון די היימישע עולם דא אין אמעריקע
ער ווייסט אז א דירה קאסט אין אלע היימישע געגענטער א מיליאן טאלער
ער ווייסט אז א שבתדיגע ארדער פון א ארעמע פאמיליע קאסט היינט מער ווי א חודש גראסערי פון אן עושר עטליכע יאר צוריק
ער ווייסט אז g&g בעט שוין היינט איבער פיר מאות פאר א רעקעל
וויפל קאסט מצות פלייש וכ"ו
איך פארשטיי בכלל נישט די זאך פון רעדן פון עניי ארץ ישראל בשעת וואס 80 פערצענט כלל ישראל אין אמעריקע קען נישט לעבן מיט זייער שווער אפגעשפארטע געלט
עניי עירך קודם
זאל ער מאכן א קאסע ארויסצוהעלפן אמעריקע אידן
רפאל וואהל וואוינט שוין אין אמעריקע א שיינע פאר יאר, און ער קען דעם מצב הפרנסה גאר גוט. זיין הויז איז אפן פאר משולחים, פיל פון זיי קען ער נאך פון דארט, און זיין הארץ בלוטיגט פאר א טויש. ער רעדט פון עניי ארץ ישראל, וויבאלד ווי נישט ווי זענען די אמעריקאנע ארימעלייט מער ווייניגער געקאווערט מיט פילע ארגאנעזאציעס, בעת וואס אין ארץ ישראל פאדערט זיך א פונדאמענטאלער טויש.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

טישטוך האט געשריבן:
קיינמאל האט געשריבן:
איך פארשטיי בכלל נישט דעם רפאל וואהל ער ווייסט בכלל די מצב הפרנסה פון די היימישע עולם דא אין אמעריקע
ער ווייסט אז א דירה קאסט אין אלע היימישע געגענטער א מיליאן טאלער
ער ווייסט אז א שבתדיגע ארדער פון א ארעמע פאמיליע קאסט היינט מער ווי א חודש גראסערי פון אן עושר עטליכע יאר צוריק
ער ווייסט אז g&g בעט שוין היינט איבער פיר מאות פאר א רעקעל
וויפל קאסט מצות פלייש וכ"ו
איך פארשטיי בכלל נישט די זאך פון רעדן פון עניי ארץ ישראל בשעת וואס 80 פערצענט כלל ישראל אין אמעריקע קען נישט לעבן מיט זייער שווער אפגעשפארטע געלט
עניי עירך קודם
זאל ער מאכן א קאסע ארויסצוהעלפן אמעריקע אידן
רפאל וואהל וואוינט שוין אין אמעריקע א שיינע פאר יאר, און ער קען דעם מצב הפרנסה גאר גוט. זיין הויז איז אפן פאר משולחים, פיל פון זיי קען ער נאך פון דארט, און זיין הארץ בלוטיגט פאר א טויש. ער רעדט פון עניי ארץ ישראל, וויבאלד ווי נישט ווי זענען די אמעריקאנע ארימעלייט מער ווייניגער געקאווערט מיט פילע ארגאנעזאציעס, בעת וואס אין ארץ ישראל פאדערט זיך א פונדאמענטאלער טויש.
עס איז דא א סברה צו זאגן פארקערט אז אמעריקאנע אידן שעמען זיך מער צוצוקומען צו אנדערע קומט אויס אז זיי מוטשענען זיך מער
אבער די ארץ ישראלדיגע אידן זענען מער צוגעווינט צו שנארען
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

ר' מענדל'ס ארטיקל האט מיר געמאכט וויינען
און מנחם גאלד'ס לעצטע פאראגראף האט מיר געמאכט לאכן...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך מיין אז די גאנצע נושא פון פרנסה אין א"י ווס. אמעריקע זאל גיין אין א נייע אשכול, סיי ווייל עס איז דא אסאך צו שרייבן דערוועגן, און אויכעט ווייל אסאך ניקס וואס קומען געווענליך נישט אריין אין די אשכול וועלן אויך האבן וואס צו מוסיף זיין.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ויתן לך האט געשריבן:
בקשה פון די מאמענט, ביי די היסטאריע באשרייבונג מאמענטאל, אויב מען קען שרייבן אויך די אידישע יארן (און אפשר אויך טעג און חדשים), עס איז מיר שווער צו דארפן יעדע מאל אויסרכענען ווען 1785 איז געווען, און עס ליינט זיך אנדערש ווען די האסט א פרעספעקטיוו ווען די זאך איז געשען לויט די אידישע דעיט
יישר כח
;l;p-
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשעירמאן האט געשריבן:
קען איינער מסביר זיין אין א נאטשעל די טענה פון ר' רפאל אז די געלט ליעקט ארויס? אויב יעדער איז מסודר מיט אן ארבעט וואס א חילוק ווי די געלט פליסט? מאכט עס דען א חילוק דא פאר א יונגערמאן אין אמעריקא - אויב גאלדען פלאו באלאנגט פאר א איד אדער נישט - אויב ער האט נישט קיין זשאב?
די אנדערע חלק אז מען מאכט מיט צו טרעפן א נארמאלע פאסטען איז יא קלאר אויסגעשמועסט
פאר א משל.

טראכט פון צוויי לענדער, לאמיר טאקע זאגן אמעריקע און כינע, איז א פראבלעם אויב לאונג טוירם פארקויפט כינע מער פאר אמעריקע ווי פארקערט, ווייל דאס מיינט אז צוביסלעך רינט אמעריקאנער געלטער קיין כינע.

ועל זה צווח טראמפ וכו'.

די זעלבע זאך להבדיל אויף א קלענערן פארנעם די היימישע עקאנאמיע, אין אמעריקע, איז עס אויסגעשטעלט, אז מיר האבן - לכאורה, על כל פנים קיין גרויסע טרעיד דעפיציט איז נישט דא - לאמיר עס רופן א טרעיד סורפלוס, מיט די אלגעמיינע עקאנאמיע, ווייל מיר פארקויפן מער פאר די אלגעמיינע גאס ווי פארקערט, מה שאין כן אין ארץ ווי עס איז דא לאמיר עס רופן א ריזן טרעיד דעפיציט.

(אויף דעם משל איז גראדע דא יש אומרים אז עס איז נישט ממש אזוי, און אז עס איז מער קאמפליצירט, וכו', אבער ביים נמשל שטימט עס.)
אוועטאר
מאנדלבאום
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:16 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדלבאום »

קיינמאל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
קיינמאל האט געשריבן:
איך פארשטיי בכלל נישט דעם רפאל וואהל ער ווייסט בכלל די מצב הפרנסה פון די היימישע עולם דא אין אמעריקע
ער ווייסט אז א דירה קאסט אין אלע היימישע געגענטער א מיליאן טאלער
ער ווייסט אז א שבתדיגע ארדער פון א ארעמע פאמיליע קאסט היינט מער ווי א חודש גראסערי פון אן עושר עטליכע יאר צוריק
ער ווייסט אז g&g בעט שוין היינט איבער פיר מאות פאר א רעקעל
וויפל קאסט מצות פלייש וכ"ו
איך פארשטיי בכלל נישט די זאך פון רעדן פון עניי ארץ ישראל בשעת וואס 80 פערצענט כלל ישראל אין אמעריקע קען נישט לעבן מיט זייער שווער אפגעשפארטע געלט
עניי עירך קודם
זאל ער מאכן א קאסע ארויסצוהעלפן אמעריקע אידן
רפאל וואהל וואוינט שוין אין אמעריקע א שיינע פאר יאר, און ער קען דעם מצב הפרנסה גאר גוט. זיין הויז איז אפן פאר משולחים, פיל פון זיי קען ער נאך פון דארט, און זיין הארץ בלוטיגט פאר א טויש. ער רעדט פון עניי ארץ ישראל, וויבאלד ווי נישט ווי זענען די אמעריקאנע ארימעלייט מער ווייניגער געקאווערט מיט פילע ארגאנעזאציעס, בעת וואס אין ארץ ישראל פאדערט זיך א פונדאמענטאלער טויש.
עס איז דא א סברה צו זאגן פארקערט אז אמעריקאנע אידן שעמען זיך מער צוצוקומען צו אנדערע קומט אויס אז זיי מוטשענען זיך מער
אבער די ארץ ישראלדיגע אידן זענען מער צוגעווינט צו שנארען
ס'האט איינער מיט רעכט אנגעמערקט דא אז עס פארלאנגט זיך אן עקסטערער אשכול איבער די טעמע, אבער דערווייל מיינע צוויי צענט.

אין אמעריקא איז דא פאד סטעמפס און נאך כמה וכמה געהילף פראגראמען פון פעטער שמואל
אין ארץ ישראל אויב האסטו נישט וואס צו עסן - איז נישט! כפשוטו! מ'מוז אנקומען צו די חסד ארגעניזאציעס וואס גיבן באמת און נישט וואס זאגן אז זיי גיבן ('זאגן' מיינט אויך אפשפרעכן מיט אויבנאויפדיגע טאראראם,אן עקסטער באהאנדלונג ואכמ"ל), און עס זענען דא ב"ה אזוינע ארגענעזאציעס וואס זיי האלטן פשוט ביים לעבן טויזנטער משפחות.

אויף צו באקומען הילף אויף רענט ברויך מען אדורך גיין שבעה מדורי גהינם מיט כל מיני 'עיקולי ופשורי' ס'זאל קלעקן אנפילן א לאך פון א צאהן, און רוב געלונגט עס נישט.

וויפיל איז דאס די סאשעל סערקוריטי געלט פאר קינדער (ביטוח לאומי פאר קינדער) חוזק שבחוזק!

ציינער באהאנדלונג - בלויז פאר קינדער ביז 18! און דאס איז אויך טיילווייז. און באשטייט פון שוסטעריי בחינם שמאטע ארבייט פלאס אן אפוינטמענט פאר דריי פיר מאנאטן מיט האפענונג אז דער דענטיסט גיין נישט אויף וויקעישן, אויב ברויך מען אבער ברעיסעס דאן ברויך מען ארויסנעמען א מארגעדזש.

אגב, די וואס האבן דא אנגעמערקט דער ענין פון 'קויפן דירות' וואס עקזיסטירט שוין כמעט נישט אזא זאך - ווי @טישטוך האט אנגעמערקט.
ווייסט איינער וויפיל אידן וואוינען אין ארץ ישראל און וויפיל פראצענט פון זיי שנארן?

מ'האט ג'טענה'ט אז חתנים קומען ארויס מיט א 'געוואלד' און קויפן זיך דירות.
דער פאקט איז אמת. אבער, זייער א קליין פראצענט.
אבער, ווייסט איינער וויפיל חתנים האבן חתונה א יאהר און וויפיל פראצענט פון זיי קומען בכלל ארויס קיין אמעריקא נאך געלט?
וועלכע געהעריגע ישיבה לאזט ארויס א חתן נאך געלט (אויסער סאטמאר וואס האבן אן עקסטער סדר מיט זיי, און כולי האי ואולי...)?
וויפיל פראצענט טאטעס לאזן ארויס זייערע זין נאך געלט?
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דער מאמענט די וואך איז געווען א הערליכער, כוואלט סתם אזוי געראטן מאמענט צו נעמען א ליניע פון זיך אפגעבן מיט סאציאלע טעמעס וואס זענען נאנט צום הארצן און ברענגען ארגינעלע מיינונגען, זיי שטעלן שטענדיג פאר ארגינעלע קוואליטעט אבער אקטועלע נושאים האבן עפעס א גלאנץ.

איין קליינע נקודה איבער די אלע וואס טענה'ן אז משוחלים טריפן ארום אויף אונזער חשבון קויפנדיג דירות וכדומה, דאס איז א פשוט'ע אומוויסנהייט.

אלס איינער וואס קען די פאנדרעיזינג וועלט פון אינעווייניג קען איך אונטערשרייבן אז א נארמאלער חתן גייט נישט ארויס מיט מער פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלאר פונעם גאנצן געשעפט און דאס איז שוין ווען ער האט מאסיווע סוקסעסן, אדרבה, קוקט אליינס נאך די נומערן און קומט צוריק מיט מסקנות.

אוודאי זענען דא אויסנאמען, חתנים וועלכע האבן כאריזמע און בייסן אריין אין גבירים און שניידן גרויסע מוציא'ס, אבער אין דעם פאל וועט געווענטליך נישט אנגיין פארן גביר אויף וואספארא סטאנדארט יענער האט חתונה, ער פארגינט אים עס מיטן גאנצן הארץ. אבער אין נארמאלע פעלער וועט דער חתן אהיימגיין מיט א מינימאלע סכום וואס קלעקט קוים פאר א ארעמע חתונה און ארעמע שטאפיר.

אין עוורידזש איז נישטא קיין גרויסע נותנים, איבער גאנץ ניו יארק זענען דא אונטער פינעף נגידים וואס גיבן מער פון דריי הונדערט דאלאר פער חתן, דער העכסטער גיבט פינף הונדערט, און אויב מיינט איר אז די געלט זענען הענגעדיגע פרוכט האב איך פאר אייך נייעס אז צוצוקומען צו יעדן פון די פינף דארף מען שפענדן עטליכע טעג פון נאכלויפן און בעטן ביז מען באקומט דאס געלט, רוב חתנים זענען מוותר אויפן זכות און גייען ענדערשט ארום ביי די מנינים אין די צייט.

די חתנים גייען דורך שבעה מדורי גיהנום, איר קענט דאס אליין עקספרימענטירן, אויב האט איר א באקאנטער פון א"י וואס קומט נאך געלט רעדט מיט אים ווען ער קומט אן און רעדט מיט אים ווען ער גייט אוועק, איר וועט נישט גלייבן דעם טויש, פון נארמאלע אפטימיסטישע מענטשן ווערן זיי פארוואנדלט אין לעבעדיגע קנעכט, מענטשן וואס פארלירן יעדע אונס פון זעלבסט ווירדע און זעלבסט רעספעקט.

אונזער געמיינדע באהאנדלט די משולחים מיט הארץ אבער די באדינונגען זענען ליידער נישט הומעניטאריש, עס איז דא אסאך צו רעדן איבער דעם און דער נושא פארלאנגט א באלדיגער טויש, לעת עתה ווען איר זעהט א משולח אין שוהל פרובירט אים ארויסצוהעלפן אויף וויפיל איר קענט, איר זענט מחיה א אידיש קינד וואס איז אין א שווערן מצב.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

Borrower האט געשריבן:
טיפער מח האט געשריבן:
מענדל אונגארן ארטיקל די וואך האט מען נישט געטארט ליינען שבת! הארצרייסענד איז נישט דאס ווארט!

אראפ געלייגט זיינע הרגשים פון זייענדיג זיבן יאר אלו ווען ער האט פארלוירן א טייערע ברודער זיינעם נאכן זיך מוטשענען מיט די ביטערע מחלה ל״ע!

דער האט צונומען מיין הארץ!!!
געטראכט אקוראט. - נישט געטארט ליינען שבת
אויך נישט בשעת'ן עסן, ס'קען ווערן צוגעזאלצן דאס עסן. כ'רעד פון ערפארונג. געליינט נעכטן אינמיטן עסן, כ'האב עס פשוט געדארפ רוקן אין א זיט כדי איך זאל ווייטער קענען עסן נארמאל.. גאר שטארק עמאציאנאל!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

איך האב געפרעגט נעכטן - איצט זע איך אז סגעמעקט געווארן - מנהל ?????
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

Time to switch this noisa here
viewtopic.php?f=152&t=59134
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גאר א שיינער מאמענט געווען. וואהל רירט אן א ברענדיגער טעמע. ער זאגט גיטע זאכן. דארף מען ווארטן און זען וואס ער שלאגט פאר.

מענדל אונגאר'ס בכיה אויף זיין ברודער איז גאר רירענד. זייער עמאציאנעל.

קריטישע מאמענטן פון פינחס האפמאן איז אויך גאר גיט געווען.

אלעס איז גיט געווען.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

האָאָ @נקדימון איז דא!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

Borrower האט געשריבן:
איך האב געפרעגט נעכטן - איצט זע איך אז סגעמעקט געווארן - מנהל ?????
געמעקט געווארן?! וואס?....
:lol: :lol: :lol:
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

די אפענע שמועסן.. ווי יענער רייסט אים אזוי אראפ און פראקט אויס ברבים.....
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע: ווי טאקע?

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

זלמן שפירא'ס מלכ(ק)וש ..... :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :grin: :grin: :grin:
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

גיב א לאך האט געשריבן:
זלמן שפירא'ס מלכ(ק)וש ..... :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :grin: :grin: :grin:
כ'זעה נישט וואס די ווערטל איז דא. ס'איז א מורא'דיגע מעשה!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ בשלח תשפ״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

שלשה אחים האט געשריבן:
מאמענט פר׳ בשלח תשפ״ג
חודש׳ליכע תורה זשורנאל ״לבלר #52״ לחודש שבט — בייגעלייגט אינעם ״מאָמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך
אטעטשמענטס
לבלר 52 שבט תשפ״ג.jpeg
לבלר 52 שבט תשפ״ג.jpeg (386.37 KiB) געזען 926 מאל
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ בשלח תשפ״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

מאמענט פר׳ בשלח תשפ״ג
אטעטשמענטס
מאָמענט מאגאזין בשלח תשפ״ג.jpeg
מאָמענט מאגאזין בשלח תשפ״ג.jpeg (363.8 KiB) געזען 923 מאל
מאָמענט פלאס בשלח תשפ״ג.jpeg
מאָמענט פלאס בשלח תשפ״ג.jpeg (320.35 KiB) געזען 923 מאל
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

..Subscribed
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

שוויציגע ביר האט געשריבן:
..Subscribed
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אוי אוי אוי...

מאמענט האט אנגעכאפט א הייסע טעמע, א זאך וואס אויב איז עס גוט אראפגעשריבן וועט עס אויפשאקלען די עולם הבחורים אין ארץ ישראל. עס איז ליידער נישט קיין וויצן די מעשיות, ס׳זענען דא בחורים וואס קומען ׳לערנען׳ אין ארץ ישראל אבער פאקטיש דרייען זיי זיך מיט שווים הויזעלעך אין אילת, אדער פארן זיי ארום אין אייראפע צו מקומות הקדושים און מקומות הטמאים צוגלייך. פארשטייט זיך אז ווען מען קומט אהיים באקליידעט מען זיך מיט א וואלענע טלית קטן און א רעקל, ווייל מען דארף דאך טון גוטע שידוכים.

די בחורים פון היינט זענען שוין נישט אזוי ווי די בחורים פון אמאל אין ירושלים. היינטיגע צייטן זענען שוין דא בחורים דירות אויף רחוב יפו און אין די אומגעגנט (פאר די וואס קענען נישט די געגנט: אזוי ווי דאונטאון ברוקלין) און עס זענען אפילו דא בחורים דירות אין גאר אנדערע ווייטע געגנטער ווי פסגת זאב (א געגנט וואס איז געבויעט געווארן אין אן התנחלות - א פראבלעם פאר חסידי סאטמאר סתם אזוי). די בחורים לערנען אין חבורות וואס זענען חבורה תחת חבורה, און האבן נישט קיין שום השגחה אין קיין שום צייט פון טאג.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט מיר א בחור׳ל אנגעקלינגען בעטן א נדבה פאר זיין חבורה וואס האט געמאכט א קאמפיין, ווען אין די זעלבע צייט איז ער געזיצן אויפן טעראסע אין מאדריד. כ׳האב אים געפרעגט פארוואס ער רופט מיר בכלל, איך זעה דאך קלאר אז זיין ראש החבורה טוט גארנישט אויף, דען ער איז אין שפאניע אן קיין השגחה. זאל ער פארקנאקן ס׳חבורה און אויפהערן באשנארן כלל ישראל.

איך וויל נישט אנהייבן דערציילן ווייל איך וויל זיך נישט הערן ווי א דערביטערטער העיטער, אבער כ׳קען זאגן אויף אזויפיל, אז אויב האט איר בחורים אין יענע יארגענג, שיקט אים נישט צו קיין ׳חבורות׳. די גאנצע מושג פון ׳חבורות׳ איז א ריזיגע סקעם וואס וועט איין טאג אזוי אויפפלאצן אז ס׳וועט שטינקען ביז אמעריקע.

בחורים דירות אין ירושלים זעען אויס ווי טהרה שטיבלעך. מ׳שלאפט דורכן טאג, געוויסע אין די קליידער, ס׳גייט א שטינק אז מ׳קען חלש׳ן, און שמירת שבת איז אויך מוטל בספק ביי א געוויסער מיעוט וואס קען האבן אן השפעה אויפן רוב.

עניוועי, כ׳האף מאמענט קען די אלע פאקטן...
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

כ׳האלט אז אױב איז אמת װאס איר שרײבט דא װאלט שױן געװען קליפס פון די מעשות, הײנט איז א אפענע װעלט אין פון יעדע נארישקײט איז דא קליפ׳ס אין כ׳האב כמעט נאכנישט געזעהן קליפס ארימפליען פון די אלע זאכן,אין דאס אלײנס אז א מענטש װײסט אז כל מעשיך בקלפ'ס נכתבים מאכט אז מענטשן זאלן זיך צוריקהאלטען פון טאהן איממאראלישע אין אימעטישע זאכן װאל ס׳איז די א ריזיגע טשאנס אז ס׳איז דא אױגעלעך
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 12:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Amazing האט געשריבן:
וואס טישטוך שרייבט איז 100% אמת אבער דאס שפילט זיך נאכאלס אפ ביי א קליינע פראצענט בחורים רוב בחורים בפרט די וואס זענען געווען גוטע בחורים אין אמעריקא טוען נישט די זאכן
עקזעקטלי, די אלע דגמאות קען מען טרעפען אין נ״י אױך ביי א קליינע פראצענט בחורים
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”