די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

ניס קראכער האט געשריבן:געליינט דען ארטיקל קעגן די היינטיגע מהלך הלימוד אין כיתה ב'
שמעקט פון אן אנטי קאמאן קאר ארטיקל

וואס עפעס קאמאן-קאור?

דער איד רב מאטיאש (כ'האב פארגעסן זיין ערשטע נאמען) איז אן אנגעזעהענער ספעציאליסט אין קריאה,
ער שרייבט אויך אסאך בריוון אין דער איד, וואו ער שמועסט שיין אויס זיינע שיטות און מיינונגען.

כ'זאג נישט אז דאס איז דער פראבלעם פונעם דור,
אבער ס'קען שטארק זיין אז ער ווייסט וואס ער רעדט,
און קאמאן-קאור קומט לגמרי נישט אריין דא.
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

ניס קראכער האט געשריבן:געליינט דען ארטיקל קעגן די היינטיגע מהלך הלימוד אין כיתה ב'
שמעקט פון אן אנטי קאמאן קאר ארטיקל

די שרייבר איז הרב מאטיאש מומחה בקריאה

ער שרייבט א טעראיע אז וועגען דעם האבן היינטיגע בחורים נישט קיין חשק צו לערנען תורה ווי אויך נישט קיין ווארעמקייט צו דאווענען איז ווייל אין כתה ב ג און ד האט מען מיט זיי געלערנט די כללים פון לשון קודש

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די דרך הלימוד הגם עס איז נישט קלאר וואס די שייכות די ביידע האבן מיין איך אז ער מאכט בכלל נישט קיין סענס ווייל ווי איך פארשטיי איז די מהלך צו לערנען די כללים פון לשון קודש נאר אין די קלענערע חדרים אין סאטמר איז נאכנישט אריינגעקומען ממילא איז זיין טעאריע לכאורה מופרך מיניה וביה אז רוב בחורים זענען אדורך די כשרע מהלך און אף על פי כן - ווי ער שרייבט - האבן זיי נישט די חשקות התורה

האקט.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

וועלכער מאטיאש?
דער וואס 'דער איד' לייגט זיינע ארטיקלען ביי די בריוון?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אים באדערט עפעס אז דאס קינד קען שרשים ושימושים, און נישט ער קויפט אלעס אפ באמונה ווי אזוי די מלמד זאגט אים אז דאס איז עס טייטש

איך פארשטיי בכלל נישט וואס אים באדערט, בס"ה לערנט מען אויס דעם קינד צו קענען ליינען אליינס לה"ק
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

איז אין סאטמאר איז נישט דא קיין ארויסגעפאלנע ווייל מען לייגט נישט קיין דגוש אויף שרשים ושימושים"?

------------
איר פרעג נאר
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

לעמאן סאדע האט געשריבן:איז אין סאטמאר איז נישט דא קיין ארויסגעפאלנע ווייל מען לייגט נישט קיין דגוש אויף שרשים ושימושים"?

------------
איר פרעג נאר

אין מוסדות סאטמאר אין וומ''ס (מהר''א) לערנט מען שרשים ושימושים מיט א שטארקע הצלחה,

ווער ס'ווייסט איז הרה''ג ר' שמואל דוד סאקס שליט''א א גרויסע חסיד פון דעם מהלך הלימוד, דאכצעך מיר אז ער איז דער וואס האט דאס אריינגעברענגט אין סאטמאר מוסדות,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

ניס קראכער האט געשריבן:אים באדערט עפעס אז דאס קינד קען שרשים ושימושים, און נישט ער קויפט אלעס אפ באמונה ווי אזוי די מלמד זאגט אים אז דאס איז עס טייטש

איך פארשטיי בכלל נישט וואס אים באדערט, בס"ה לערנט מען אויס דעם קינד צו קענען ליינען אליינס לה"ק

כ'לייען שוין יארן מעלות מ'ראשקע ל'דאשקע, דאס איז דאס ערשטע מאל וואס כ'האב נישט קיין אנונג פשט פון אן ארטיקל.
אז איינער קען מסביר זיין וואס דער פראבלעם איז ביטע.
אוועטאר
פארפלאמטער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:54 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאמטער »

איך פארטרעט נישט דעם שרייבער בכלל, אבער לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען פון זיין ארטיקל איז זיין פראבלעם אז ווען מען לערנט א קינד צו טראכטן די טייטש פון די ווערטער לויט די כללים גיבט מען איבריג ארבעט פאר זיין מוח, און ער האט ווייניגער פלאץ זיך צו קאנצעטרירן צו פארשטיין דעם אינהאלט.

די וועג וויאזוי מען האט געלערנט ביז יעצט איז געווען, אז דאס קינד האט זיך אויסגעלערנט לשה"ק דורכן לערנען, דהיינו, נאכדעם וואס זיין רבי האט מיט איהם געלערנט עטליכע יאר חומש און גמרא איז געווארן פראגראמירט אין זיין מוח (בעק מיינד, אין פסיכאלאגישע שפראך) וואס די טיישט פון יעדע ווארט איז, און ער האט דאס געקענט ממילא, אן דארפן טראכטן יעדעס מאל.

הגע בעצמך, איינער האט דיר אויסגעלערנט צו רעדן אידיש? וויאזוי קען א קליין קינד פון צוויי יאר רעדן אידישע ווערטער און אפילו זאגן גאנצע זאצן?

וכדי להמחיש הענין, שטעל דיך פאר אויב פאר דו זאגסט א ווארט אין אידיש דארפסטו טראכטן וועלכע ווארט צו נוצן לויט די כללים, דער קאפ וועט דיר אראפקומען פון שווינדל...

יו קען אגרי אור דיסאגרי, יור טשויס.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

ניס קראכער האט געשריבן:געליינט דען ארטיקל קעגן די היינטיגע מהלך הלימוד אין כיתה ב'
שמעקט פון אן אנטי קאמאן קאר ארטיקל

איך געדענק נישט די פרטים פון דעם ארטיקל, אבער איך ווייס אז עס זענען פארהאן קריאה מומחים וועלכע האלטן נישט פון די נייע מהלך.

ס'זענען פארהאן מיינונגן אויף ביידע זייטן, און האט גארנישט מיט די קאמאן מען... דעבאטע.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פארפלאמטער האט געשריבן:איך פארטרעט נישט דעם שרייבער בכלל, אבער לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען פון זיין ארטיקל איז זיין פראבלעם אז ווען מען לערנט א קינד צו טראכטן די טייטש פון די ווערטער לויט די כללים גיבט מען איבריג ארבעט פאר זיין מוח, און ער האט ווייניגער פלאץ זיך צו קאנצעטרירן צו פארשטיין דעם אינהאלט.

די וועג וויאזוי מען האט געלערנט ביז יעצט איז געווען, אז דאס קינד האט זיך אויסגעלערנט לשה"ק דורכן לערנען, דהיינו, נאכדעם וואס זיין רבי האט מיט איהם געלערנט עטליכע יאר חומש און גמרא איז געווארן פראגראמירט אין זיין מוח (בעק מיינד, אין פסיכאלאגישע שפראך) וואס די טיישט פון יעדע ווארט איז, און ער האט דאס געקענט ממילא, אן דארפן טראכטן יעדעס מאל.

הגע בעצמך, איינער האט דיר אויסגעלערנט צו רעדן אידיש? וויאזוי קען א קליין קינד פון צוויי יאר רעדן אידישע ווערטער און אפילו זאגן גאנצע זאצן?

וכדי להמחיש הענין, שטעל דיך פאר אויב פאר דו זאגסט א ווארט אין אידיש דארפסטו טראכטן וועלכע ווארט צו נוצן לויט די כללים, דער קאפ וועט דיר אראפקומען פון שווינדל...

יו קען אגרי אור דיסאגרי, יור טשויס.

אויב אזוי זאגט ער דאך יא דברים של טעם.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

אינטרעסאנט ווי ער שמעלצט עס צאם מיט די שידוכים קריסיס
סאונד ווי ער קריכט אויף גראדע ווענט
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

איז דאס דער באקאנטער מאטיאש א קריאה ספעציעליסט ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארפלאמטער האט געשריבן:די וועג וויאזוי מען האט געלערנט ביז יעצט איז געווען, אז דאס קינד האט זיך נישט אויסגעלערנט לשה"ק דורכן לערנען.

כצ"ל.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דער נושא, וואס איך האב נישט קיין אנונג, אבער דער ארטיקל איז צוזאמגעהאקט געבראטענע שטותים. א חידוש "מעלות" האט זיך אזוי אראפגעלאזט.

בחורים האבן נישט קיין חשק צו לערנען, נישט דא קיין מלמדים און מגידי שיעור, מ'טוט נישט קיין שידוכים, עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכת דמים... ס'שטימט אפילו נישט, ווייל די מלמדים און מגידי שיעור וואס זענען נישט דא האבן געלערנט אויפ'ן "כשר'ן" מהלך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובה דורך נשמת השכל »

גרשון האט געשריבן:

נישט געליינט ס'ארטיקל. אפשר גיסטו מיר אראפ אין קורצן וואס ער טוט טענה'ן?!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ער טענה'ט קעגן וואס מ'לערנט היינט מיט קינדער שרשים און שימושים, אנשטאט זיי זאלן עס אליין אויפכאפן מיט'ן לערנען.

איך שטעל מיך פאר אז אויב אלע חדרים האבן עס אדאפטריט (ווי ער שרייבט), האט עס א סיבה, אין מיין קאפ קוקט עס אויך אויס גאנץ א גוטער מהלך, אבער ער רעזערווירט מסתמא דאס רעכט צו האלטן וואס ער האלט. ס'איז נאר מאדנע ווי ער פאקט אן אלע פראבלעמען פונעם דור אויף דעם. די פתיחה פונעם ארטיקל איז אז ער האט זיך ענדליך דערגרונטעוועט צום שורש פונעם שידוכים קריזיס: דער וועג ווי אזוי מ'לערנט אין כיתה ב'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גרשון האט געשריבן:ער טענה'ט קעגן וואס מ'לערנט היינט מיט קינדער שרשים און שימושים, אנשטאט זיי זאלן עס אליין אויפכאפן מיט'ן לערנען.

איך שטעל מיך פאר אז אויב אלע חדרים האבן עס אדאפטריט (ווי ער שרייבט), האט עס א סיבה, אין מיין קאפ קוקט עס אויך אויס גאנץ א גוטער מהלך, אבער ער רעזערווירט מסתמא דאס רעכט צו האלטן וואס ער האלט. ס'איז נאר מאדנע ווי ער פאקט אן אלע פראבלעמען פונעם דור אויף דעם. די פתיחה פונעם ארטיקל איז אז ער האט זיך ענדליך דערגרונטעוועט צום שורש פונעם שידוכים קריזיס: דער וועג ווי אזוי מ'לערנט אין כיתה ב'.

ער טענה'ט אז מיט'ן עס אויסלערנען דערלערנט מען זיך עס דייקא נישט?

און וואס האט דאס מיט די שידוכים צוטאהן? אז די יוגנט איז נישט מצליח בלימודים ממילא גליטשט מען אוועק?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איך בין מסכים צו וואס גרשון זאגט. הלואי זאלן די קינדער קענען אביסל מער שרשים פון לשוה"ק. לאו דוקא אין כתה ב', אבער כאטש אין כתה ו' אדער אין כתה ט' זאל מען עס לערנען. רוב קינדער קענען נישט שרייבן קיין פאראגראף אן קיין טעותים.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נשמת השכל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ער טענה'ט קעגן וואס מ'לערנט היינט מיט קינדער שרשים און שימושים, אנשטאט זיי זאלן עס אליין אויפכאפן מיט'ן לערנען.

איך שטעל מיך פאר אז אויב אלע חדרים האבן עס אדאפטריט (ווי ער שרייבט), האט עס א סיבה, אין מיין קאפ קוקט עס אויך אויס גאנץ א גוטער מהלך, אבער ער רעזערווירט מסתמא דאס רעכט צו האלטן וואס ער האלט. ס'איז נאר מאדנע ווי ער פאקט אן אלע פראבלעמען פונעם דור אויף דעם. די פתיחה פונעם ארטיקל איז אז ער האט זיך ענדליך דערגרונטעוועט צום שורש פונעם שידוכים קריזיס: דער וועג ווי אזוי מ'לערנט אין כיתה ב'.

ער טענה'ט אז מיט'ן עס אויסלערנען דערלערנט מען זיך עס דייקא נישט?

און וואס האט דאס מיט די שידוכים צוטאהן? אז די יוגנט איז נישט מצליח בלימודים ממילא גליטשט מען אוועק?

עפעס אזוי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

נישט דוקא גליטשט מען, זאגט ער דארט, נאר אז די עוורידזש בחור האט נישט די תוכן פין אמאל.
אין עוד מלבדו
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אין אנדערע נייעס גייט ארויסקומען א "חזק" אום אדר א' לכבוד די עיבור יאר, אדר ב' גייט ווייטער ארויסקומען מעלות.

די לעצטע מאל זיי האבן ארויסגעגעבן "חזק" איז דאכט זיך געווען תשע"א אדער גאר תשס"ח.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ממה נפשך האט געשריבן:אין אנדערע נייעס גייט ארויסקומען א "חזק" אום אדר א' לכבוד די עיבור יאר, אדר ב' גייט ווייטער ארויסקומען מעלות.

די לעצטע מאל זיי האבן ארויסגעגעבן "חזק" איז דאכט זיך געווען תשע"א אדער גאר תשס"ח.

ביים פארגאנגענע שנת עיבור האבן זיי נישט ארויסגעגעבן א חזק?
דאכצעך מיר אז יא

------------
אפדעיט: גערעכט
viewtopic.php?p=1865825#p1865825
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:נישט דוקא גליטשט מען, זאגט ער דארט, נאר אז די עוורידזש בחור האט נישט די תוכן פין אמאל.

און וואס פינקטלעך האט עס צו טאן מיט די דרך הלימוד אין כיתה ב'?

די אלע וואס האבן נאך געלערנט די אלטע דרך הלימוד האבן אויך נישט די זעלבע תוכן ווי דעם דור בעפאר
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וואס זאגט די עולם צו די פארזעצונג מיט די צוטיילטע סעקאנד מערידזש עלטערן ?
כ'פיל אז סאום האו רילעיט עס נישט צו אונזער עולם און ס'ברענגט נאר אזא מרה שחורה ווען מ'ליינט עס...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

eller האט געשריבן:וואס זאגט די עולם צו די פארזעצונג מיט די צוטיילטע סעקאנד מערידזש עלטערן ?
כ'פיל אז סאום האו רילעיט עס נישט צו אונזער עולם און ס'ברענגט נאר אזא מרה שחורה ווען מ'ליינט עס...

איך רייס עס ארויס כמעט יעדען חודש, בפרט די אנהייב איז בכלל נישט געוואונטשן פאר א היימיש קינד צו ליינען.

(שיין אז זיי האבן זיך גערעכענט און געלייגט אינמיטן)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

גרשון האט געשריבן:
פארפלאמטער האט געשריבן:די וועג וויאזוי מען האט געלערנט ביז יעצט איז געווען, אז דאס קינד האט זיך נישט אויסגעלערנט לשה"ק דורכן לערנען.

כצ"ל.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דער נושא, וואס איך האב נישט קיין אנונג, אבער דער ארטיקל איז צוזאמגעהאקט געבראטענע שטותים. א חידוש "מעלות" האט זיך אזוי אראפגעלאזט.
.

דאס איז טאקע א חידוש געעווענטליך טרעפט מען נישט אין מעלות אזעלכע ארטיקלעך געשריבען מיט האס
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”