"די וואך"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: "די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

עמיקא וטמירא האט געשריבן:זיי האבן אנגעהויבן ניצן שוואכערע קוואלטעיט פאפיר?


ס'האט מיך גראדע אויך געבאדערט, למעשה גלייב איך אז ס'האט מיט'ן פאפיר מאנגל וואס יעדער האט, ווייל כ'זע אז ס'איז נאר שריפט ננישט די אנדערע אפטיילונגען. און אנדערע מאגאזינען האבן עס אויך, למשל מאמענט פלאס איז אויך א שוואכערע פאפיר.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: "די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

בעל הנס האט געשריבן:
עמיקא וטמירא האט געשריבן:זיי האבן אנגעהויבן ניצן שוואכערע קוואלטעיט פאפיר?


ס'האט מיך גראדע אויך געבאדערט, למעשה גלייב איך אז ס'האט מיט'ן פאפיר מאנגל וואס יעדער האט, ווייל כ'זע אז ס'איז נאר שריפט ננישט די אנדערע אפטיילונגען. און אנדערע מאגאזינען האבן עס אויך, למשל מאמענט פלאס איז אויך א שוואכערע פאפיר.

פארוואס איז דא א פאפיר מאנגל?
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: "די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

א פראבלעם וואס מוטשעט אלע דרוקערייען אין אמעריקע. מעגליך אלוועלטליך, כבין נישט באקאנט.
אנגעבליך קאוויד, און ס'איז געווען א סטרייק אין א גרויסער פאפיר פירמע אין פינלאנד.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: "די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

בעל הנס האט געשריבן:א פראבלעם וואס מוטשעט אלע דרוקערייען אין אמעריקע. מעגליך אלוועלטליך, כבין נישט באקאנט.
אנגעבליך קאוויד, און ס'איז געווען א סטרייק אין א גרויסער פאפיר פירמע אין פינלאנד.

טראכט איך יעצט, פאפיר קומט דאך פון האלץ און האלץ קומט פון אוקריינע...............................
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: "די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
צוויבל קוגעל האט געשריבן:איך בין אויך געווען זייער אנטוישט אז די איראקער מערדער האט געפעלט די וואך

אויפן דעקל פון קינדער שריפט שרייבן זיי אז די איראקער מערדער קאמיקס איז צוריק

מיינט אז גייט זיך מער נישט פארקויפן און קרית יואל?
איז עס נישט געווען איינע פון די קרית יואלע וועדס פראבלעמען מיט די וואך?


די תירוץ האב איך שוין געשריבן אין די קינדער שריפט אשכול:

מיט א פרישקייט האט געשריבן:זיי שרייבן אז מהיום והלאה האט עס די פיקוח פון דער צעלימער מנהל אין וומס"ב, איינער הרב איצקאוויטש און ר' לייביש ליש.

באזונדער האט עס די השגחה פון בית הוראה קרית יואל, און די ארטיקלען מיט די עדס ווערט דורכגעקוקט ווענכטליך דורך הגאון רבי יואל יצחק שטערן דומ"ץ דינוב קרית יואל און מו"ץ קיט"ל.

קודאס, דאס איז שוין א שטאפל ארויף!


k86.JPG
k86.JPG (55.88 KiB) געזען 3195 מאל
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: "די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

פורים נאכמיטאג האט געשריבן:
תבלין כנגדו האט געשריבן:אינטערעסאנט א גרויסע צורה פון אדמו"ר מ'וויזשניץ לאנדאן שליט"א, ער פלעגט שטארק מקפיד זיין צו אנהאלטן זיין פאטערס קעגנערשאפט צו בילדער.

קיינמאל נישט מקפיד געווען

להד''ם.... ער האט אינטערגעשריבען די בריוו מיט אלע ברידער קעגען בילדער..
מכתב תמונות לציבור.pdf
(53.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 67 מאל

מכתב מאדמורים לכותבי העת_compressed.pdf
(59.26 KiB) געווארן דאונלאודעד 57 מאל

און ער האט שוין מוחה געווען ברבים אויף דעם..
בדרך אגב אדמו''ר מוויזניץ ירושלים האט אליין אראפ גענומען א עדווערטייזמענט אויפ'ן גאס וואס האט געהאט די בילד פונעם דעקל...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
גאלדשטיין
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 11:42 am

Re: "די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדשטיין »

ערשינען די וואך.jpg
ערשינען די וואך.jpg (144.74 KiB) געזען 2993 מאל
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שריפט- פרשת נשא
פון אראבישן דארף ביז צו דער מירער ישיבה
נאך יארן לאנג וואס ער איז ערצויגן געווארן ווי אן אראבער אָן וואס ער זאל וויסן אז ער איז אייגנטליך א איד, און אויך א בנן של קדושים אן אייניקל פון דעם בעל לכה דודי זצ"ל, דערגייט ר' יהודה אלקבץ שליט"א דעם סוד.
א לאנגן וועג מאכט ר' יהודה אלקבץ, דער אמאליגער מוחאמאד פון סאכנין ביז ווען ער קומט ארויף אויף זיין אפשטאם. אין א שמועס מיט אונז דעקט ער אויף שטאפל נאך שטאפל ווי אזוי ער האט אויף א וואונדערליכן אופן אנטדעקט זיין אפשטאם און זיך צוריקגעקערט דערצו נאכ'ן מיטמאכן א אטענטאט פרואוו.
ביי דעם שמועס באקומען מיר אויך אן אריינבליק אין דער שנאה מיט וואס אראבערס ווערן ערצויגן פון קליינווייז אן צו אידן, די איינגעווארצלטע שנאה און דער גן עדן פון די מוסולמענער, און ווי אזוי דער יום כיפור האט אים צוריקגעברענגט.

פלאת: די גאלדענע טרעפ פונעם חיד"א זי"ע
שבת טיש: א מהומה ביי ברכת כהנים
צוויי צענט: ווערדפולע אייער
רבי לייביש דערציילט: דער חפץ חיים זי"ע זאגט צו עולם הבא
אידישע נייעס: נייע דיינים אין באיאן לאנדאן / א נייער ביהמ"ד אין בארא פארק / לאנדאן הצלה ערהאלטן נייע אמבולאנסן / א קאראנא בלבול אין בני ברק
יו"ט שבועות בחצרות הקודש ארום דער וועלט
אלטע נייעס: א געטרייער 'לענדלארד'
חפצי קודש: סידור השל"ה פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זי"ע
פארצייטישע געשטאלטן: ר' בערל שראגער ע"ה
פי צדיק: די היינטיגע מיסיאנערן / תורה נאר מיט יראת שמים / רעד ווייניגער לערן מער / נישט גיין צו די רבנות / דער בעלזער אייניקל ווערט א גאון
חסידים הראשונים: הרב הגאון החסיד ר' ברוך מיללער זצ"ל
יארצייט: הרה"ק רבי יחזקאל שרגא מערץ זצוק"ל, אב"ד תולעת יעקב
היסטאריע: דער פייער וואס האט אונטערגעצונדן דעם רעוואלוציע קריג
כנגן המנגן: דער מעליצער ידיד נפש
היינט און נעכטן: קען מען באהאלטן דעם טויט פון א וועלט פירער?
ספעיס געיעג: שלום עליכם לבנה
עובר לסוחר: פישער פרייס
נישט סתם א מעשה: ווער שטייט אונטער דעם?
פאקטן: גאז סטאנציעס
מדינה ומדינה: אינדאנעזיע
חברותא: אינוועסטמענט אדער געלט פארשווענדעניש?
אומגלויבליכע געשיכטעס: א פאטאלער טעות פארמיטן אין די לעצטע רגעים
שיריים: וואס קאסט א שווייג?
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

די וואך פרשת בהעלותך - תשפ"ב גליון 626
Dee Voch
די וואך
דער היינטיגער די וואך אויסגאבע איז פארגרעסערט מיט רייכע דעקונג פון די גרויסע און היסטארישע געשענישן וואס זענען פארגעקומען ביים יהדות החרדית אין די פארלאפענע וואך.

20 אויגפארכאפענדע זייטן בילדער פונעם היסטארישן מעמד הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר בית המדרש הגדול ומרכז עולמי באבוב – 45, וועלכע איז פארגעקומען אין בארא פארק בהשתתפות אלפי חסידים און בהשתתפות הונדערטער גדולי ומאורי ישראל בראשות האדמו"ר מבאבוב – 45.

הערליכע דעקונג פונעם מעמד אדירי התורה, אפגעראכטן דורך ישיבה ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד. וואו אלפים מישראל האבן זיך צוזאמגענומען אינעם גיגאנטישן סטעדיום אין פילעדעלפיע ארויסצווייזן כבוד לתורה וללומדיה, בהשתתפות הונדערטער ראשי הישיבות.

אזוי אויך וועט איר אינעם היינטיגן אויסגאבע געפונען בילדער פון אלע געשענישן ביים יהדות החרדית אין די פארלאפענע וואך, צווישן זיי:

שמחת התנאים בחצר בעלזא.

שמחת החתונה בבית סערט וויזניץ און וויזניץ.

שמחת הבר מצוה לנכד האדמו"ר מצאנז.

שמחת החתונה בבית קראלי.

שמחת החתונה בבית פשעווארסק.

שמחת החתונה בבית מחנובקא בעלזא.

שמחת האירוסין פון החתן בן האדמו"ר מבאיאן.

שמחת הברית פון נכד האדמו"ר מסקווירא.

שמחת הפארשפיל פון נכד האדמו"ר מסקאליע.

שמחת הפארשפיל פון בן כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה זצ"ל.

שמחת התנאים לבת האדמו"ר מבאטאשאן.

דינער אין בארא פארק לטובת כולל חבת ירושלים.

מעמד קביעת מזוזה אין ביהמ"ד אין שכונת ויואל משה, קרית יואל.

האדמו"ר מבאבוב ביים קביעת מזוזה אין די נייע הויפטקווארטיר פון יחד ד'באבוב.

יארצייט פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע.

מעמד גמר הקנין אין קהילת עבודת הלב אין ירושלים.

האדמו"ר מאמשינוב ביים יארצייט פון הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זי"ע.

דינער לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי.

מעמד הכנסת ס"ת צום ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן.

מעמד הכנסת ס"ת דורך האדמו"ר מהיבנוב.

חומש סעודה אין ת"ת סאטמאר בארא פארק.

מעמד קביעות מזוזה און חנוכת הבית פאר די נייע אפיסעס פונעם מוסד החינוך ללמד.

מסע הלוי' פון הגאון רבי מיכאל בענדער זצ"ל משגיח ישיבת סטעמפארד.

Dee Voch
שריפט

מה טובי' כתביך
רייכער שמועס מיט'ן לעגענדארן, לאנגיעריגן תורה'דיגן שריפטשטעלער הרב טובי' פריינד פון מודיעין עלית, וועלכער איז באקאנט מיט זיינע שמועסן מיט גדולי ישראל און זקני החסידים | לפני מלכים ואדמורי"ם יתיצב

הרב טובי' פריינד איז היינט פון די סאמע פראמינענטסטע און אנגעזעענסטע שרייבער אין דער "המודיע" צייטונג, וואו ער טוט שוין פאר יארן לאנג אהערשטעלן הערליכע תוכנ'דיגע שמועסן און ארטיקלען פאר די ליינער.

עס איז גענצליך איבריג פארצושטעלן פאר די "וואך אין שריפט" ליינער ווער הרב ר' טובי' איז, ווען ער טוט גאר אפט צושטעלן פאר די ליינער העכסט-תוכנ'פולע ארטיקלען און שמועסן פונעם העכסטן קאליבער, פון וואס די ליינער האבן ב"ה העכסט הנאה.

ר' טובי' איז נישט דער שרייבער וואס איז דא בלויז צו מאכן אבי אן אינטערוויו צי אן ארטיקל. ער איז דא מיט א מטרה פון למען ידעו דור אחרון, נעמליך, דער יונגער דור זאל באקומען עטוואס א השגה ווער עס זענען אונזערע מנהיגים און זקנים פני העדה, און דאס ברענגט אים צו קלאפן אויף די טירן פון גדולי ישראל און זקני הדור צו הערן דעם דרך ישרה שיבור לו האדם.

צווישן זיינע פילצאליגע ארטיקלען וועט איר נישט געפינען קיין איין "לופטיגער" ארטיקל פון "וואסער-מאלעריי", נאר אלעס איז מלא וגדוש מיט תורה, יראת שמים און חסידות.

אין א ווארעמען שמועס מיט "די וואך אין שריפט" שילדערט הרב ר' טובי' זיין ביאגראפיע, זיין מוצלח'דיגע שרייב קאריערע און עסקנות אונטערנעמונגען.


פלאות: עניני ראש חודש

שבת טיש: א שפיל מיט פייער!

צוויי צענט: דער קופאן

רבי לייביש דערציילט: צו וואו יאגט זיך מענדל דער חזן?

אידישע נייעס: נייער ישוב אין הילסייד, ניו דזשערזי / צדקה פאר'ן פארשטארבענעם ארבעטער / נישט אויסטון דעם הוט ביים טאנצן / א מייזעלע אלס שליח / א מאנגל אין קעטשאפ

אלטע נייעס: א טייערער תהילים

חפצי קודש: שטעקן פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע

ארכיוון: הנחת אבן הפינה פון ביהמ"ד סערט וויזניץ אין ירושלים

פי צדיק: אויפקלערן בחורים נישט צו רייכערן / ווער איז משלים מנין פאר וועם? / אויספאלגן די רעגולאציעס און אנווייזונגען / עסן בשר בהמה אום שבת

חסידים הראשונים: הרה"ג החסיד ר' ברוך מיללער זצ"ל

יארצייט: הגאון רבי שמואל זאנוויל וויינטרויב זצ"ל ר"י 'בית יוסף נאווארדאק'

היסטאריע: די מלחמה פון 1812

כנגן המנגן: ניגוני ראזוואדאוו

היינט און נעכטן: א מיסטעריעזע 'דראון אטאקע' אויף אמעריקאנער שיפן

פאקטן: כינעזער מיליטער

ספעיס: געסט פון דער לבנה / די אסטראנאטן פארענדיגן זייער מיסיע אויף דער לבנה און קערן זיך צוריק אהיים

עובר לסוחר: דזשאנסאהן און דזשאנסאהן

נישט סתם א מעשה: ווען אלע דאמינאוס פאלן אין פלאץ

חברותא: שפארן געלט אדער שפענדן צייט

מדינה ומדינה: בעלארוס

שיריים: ווען דער רעדנער שווייגט...

Dee Voch
קינדער שריפט
הינטער די קוליסן: א באזוך אין א פּיטאַ פאבריק

דעם רבינ'ס טיש: איך בין מקנא מיין שוועסטער, ווייל זי האט נישט קיין סקול זונטאג

מדרש דערציילט: אין קאלך אויוון מיט משיחי שקר

חדר וועלט: א ראבער-בענד שמירת עינים פראיעקט / תהילים מיט טויזנטער קינדער / א דערהויבן מעמד ביים רבי'ן אין שטוב

שריפט און בילד: דאס העכסטע אייראפעאישע דערפל

ספרים שאנק: עטרת צבי

נאטירליך: וויאזוי פאסירט א וואולקאן אויסברוך?

לאמיר לערנען: פארוואס דארף מען ווארטן 6 שעה נאכ'ן עסן פליישיג?

קליינע ווי גרויסע: שווערע פראגעס פונעם בעל דרשן

כלים וכלים: א שפיז / פאנצער און אייזערנע זאקן

סייענס: וויאזוי ארבעט א קייט רעאקציע?

ליין און לערן: מאכן אן עראפלאן פון א מורישקע

נאש קעסטל: פראווע אייזקרעם

אות ביי אות: א טאג אן א טובה איז נישט געלעבט

וואך אין קאך: א חדר באס פרישטאג

קאליר'יונג: א וואזע בלומען

לערן דיך מאלן: דער בין סוחר

מייסטערהאנטיג: באבל בלאזער
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
המשתדל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 31, 2021 11:26 am

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המשתדל »

"הינטער די קוליסן" אין קינדער שריפט, איז א נייע קאלום?
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

המשתדל האט געשריבן:"הינטער די קוליסן" אין קינדער שריפט, איז א נייע קאלום?

קוקט אויס, איך מיין אויך אזוי, גאנץ א גוטע איידיע.
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

גאלדשטיין
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 11:42 am

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדשטיין »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (142.11 KiB) געזען 2409 מאל
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

IMG-20220623-WA0224.jpg
IMG-20220623-WA0224.jpg (155.38 KiB) געזען 2283 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
IMG-20220623-WA0224.jpg

זיי האבן פארגעסן צו שרייבען 'שמור למצוה טאנץ'?

:smile:
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
מארקעטער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 10, 2022 12:34 am

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארקעטער »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
IMG-20220623-WA0224.jpg

ווער איז עס? און וואס האט 'די וואך' מיט אים?
Think with your brain, not with your pain (יונתן שווארץ)
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

ער נעמט קעיר פון אלע בילדער און נאך פונקציעס פון 'די וואך' פון ארץ ישראל'דיגע הויפן
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
שטיין ביין
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:25 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין ביין »

moishy56 האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
IMG-20220623-WA0224.jpg

זיי האבן פארגעסן צו שרייבען 'שמור למצוה טאנץ'?
:smile:

יא יא......
דו דארפט טון וואס פאר דיר געפעלט. וועסטו געוועלטיגן אויף דער וועלט....
משה'ניו
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 10:05 am

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'ניו »

שטיין ביין האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
IMG-20220623-WA0224.jpg

זיי האבן פארגעסן צו שרייבען 'שמור למצוה טאנץ'?
:smile:

יא יא......

ס'איז גראדע יא געשטאנען, מ'זעט עס נאר נישט אויפן בילד.
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

די וואך
אינעם היינטיגן די וואך אויסגאבע וועט איר געפונען פילצאליגע געשענישן ביים יהדות החרדים, צווישן זיי:
גדולי ישראל ביים כינוס כלל ישראל לנשים.
האדמו"ר מסקווירא ארויסקומענדיג פון מאימאנעדיס שפיטאל, נאכן מבקר חולה זיין גיסו האדמו"ר מראחמיסטריווקא לרפו"ש
מעמד הכנסת ס"ת אריינגעגעבן דורך הגה"צ רבי משה קאהן ר"י תולדות אהרן.
האדמורי"ם מפינסק קארלין און תולדות אברהם יצחק אויף אפרוה אין דאוואס, שווייץ
האדמו"ר מצאנז באזוכט ביי גיסו גאב"ד קרית צאנז ירושלים.
מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד וויזניץ אין בארא פארק.
שמחת החתונה און שבע ברכות לבן האדמו"ר מסאדיגורה זצ"ל.
שמחת החתונה פון החתן נכד האדמו"ר ממאדזיץ.
שמחת החתונה פאר אור אייניקל פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.
שמחת החתונה לבן הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת 'עטרת שלמה'.
האדמו"ר מאלכסנדר אויף שב"ק אין ירושלים.
עצרת הספד על פטירת כ’’ק מרן אדמו"ר מליזענסק זצ"ל מייסד וראש ישיבת נועם אלימלך.
האדמו"ר מסאדיגורה לאנדאן באזוכט אין ניו יארק.
שמחת הברית פאר אן אייניקל פון האדמו"ר מבאבוב.
שמחת השבע ברכות בבית אמשינוב און פרימישלאן.
שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ אב"ד סאנטוב.
חומש סעודות אין ת"ת קראסנא וומ"ס, מונקאטש מאנסי, ספינקא ב"פ, ר' חיים ברלין פלעטבוש, צאנז קלויזנבורג לעיקוואוד, קאליש ב"פ, סאטמאר לעיקוואוד, ראחמיסטריווקא לעיקוואוד, און נאך.
הילולת השרף מטאהש זי"ע אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים אין טאהש, אונגארן
בייק רעגיסטראציע דורך חברים ד'ראקלענד.
סייענס פארשטעלונג ביי די לימודי חול אין ת"ת באבוב -45 אין בארא פארק.
תלמוד תורה סקווירא וויליאמסבורג ענגליש דעפארטמענט פארשטעלונג.
און נאך פילצאליגע געשענישן
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שריפט
א שטאט אין וואלד
א קינדער אנשטאלט פארשלייערט אין מיסטעריע און קארופציע / קאפיטלעך תהלים אינעם פארלאזטן בית החיים אין וואלד / אליעזר הערש ראזענפעלד אויף א שפאציר אין דער מיסטעריעזער און פארלאזטער "לעטשווארט ווילעדזש", אין הויף פון מאנסי, וואו ער אנטפלעקט אן אומבאקאנטן, שטוינענדן קאפיטל היסטאריע

דער דונערא סקאנדאל

ווען די בריטישע מלוכה האט פארדעכטיגט אומשולדיגע אידישע פליטים אלס שפיאנען

פלאות: דער עונש פון קרח איז געווען א נס
צוויי צענט: פארבאטענע לימאנאדע
רבי לייביש דערציילט: וואס זוכט אן אראבער ביי שחרית?
אלטע נייעס: א גניבה אין רבינ'ס הויף
ארכיוון: הנחת אבן הפינה פון ביהמ"ד אונגוואר אין בארא פארק
פארצייטישע געשטאלטן: ר' געצל צוקערמאן
חפצי קודש: דער בעכער פון הרה"ק מצאנז זי"ע
פי צדיק: דער רב וואלט געקענט מאכן א גאנצע ספרים-שאנק / די צוואה ווער ס'זאל מחנך זיין דעם רבי'ן / דער גוי וואס קען ש"ס ופוסקים / לערנען גאנצע מסכתות / די סיבה פון געוואלדטאטן
חסידים הראשונים: הגה"ח ר' שואל לייב גאנץ ז"ל
יארצייט: הגאון הגדול רבי שניאור קאטלער זצ"ל ר"י ביהמ"ד גבוה
כנגן המנגן: מה אשיב פון בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע
היסטאריע: האנג קאנג גייט אריבער פון ענגלאנד צו כינע
ספעיס: אן ערנסטן עקסידענט אין ספעיס
עובר לסוחר: ווערייזאן
נישט סתם א מעשה: פאפירענע עראפלאנען
חברותא: א גוטער סעילסמאן אדער באדערן מענטשן
מדינה ומדינה: פוילן
שיריים: זכרונות פון היינט
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

קינדער שריפט
הינטער די קוליסן: א באזוך אין טאפ-ברעד בעקעריי
פון רבינ'ס טיש: איך האב נישט קיין חבר אין מיין באנק
מדרש: דער לאך פון קרח
נאטירליך: מענטשליכע קלוגשאפט
ספרים שאנק: מדרש תנחומא
שריפט און בילד: די שטוינענדע וואסערפאלן אין פאמוקאלע, טערקיי
לאמיר לערנען: פארוואס צעברעכט מען א גלאז אונטער דער חופה?
קליינע ווי גרויסע: ביים אפענעם ארון קודש
כלים וכלים: א מדורה / קוילן / אן אש שאוול
סייענס: א לופטיגע רענצל
ליין און לערן: א געלונגענע בילד
נאש קעסטל: אייסעס
אות ביי אות: אות כ', שכר פון כיבוד אב
וואך אין קאך: באטערפליי פרענקס
קאליריונג: א פויגעלע
לערן דיך מאלן: שבת'דיגע זמירות
מייסטערהאנטיג: א ספינער
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

בילד
די וואך
אינעם היינטיגן די וואך אויסגאבע וועט איר געפונען פילע געשענישן וואס זענען פארגעקומען אין לויף פון די פארלאפענע וואך ביים יהדות החרדית, צווישן זיי:

האדמו״ר מסאטמאר אויף שב"ק אין קרית יואל, לרגל שבת חנוכת הבית פון בית המדרש בית כהנא.
האדמו"ר מוויזניץ באזוכט אין אנטווערפן.
האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק און פינסק קארלין אויף אפרוה אין דאוואס שווייץ.
האדמו"ר מוויזניץ באזוכט אין ניו יארק און אין מאנטריאל.

יערליכער סיום הש"ס דורך חברה ש"ס ד'באבוב - 45.
קביעת מזוזה פאר נייעם בנין ישיבה קטנה אין קרית יואל.

שמחת החתונה בחצרות בוהוש און לעלוב.
שמחת הבר מצוה בחצרות וויזניץ און וויען.

עצרת תפילה והתעוררות לרפואת זקן האדמורי"ם האדמו"ר מראחמיסטריווקא לרפו"ש.
מעמד פתיחת שערים פארן נייעם ביהמ"ד סאטמאר אויף 43 אין בארא פארק.

האדמו"ר מסערט וויזניץ איז מתפלל ביי קברי צדיקים אין צפת.
סעודת שלושים פון כ"ק מרן אדמו"ר מכוונת הלב זצ"ל.
יערליכע סיום אויף ספר תניא אין בארא פארק דורך ארגון לימוד התניא.
הגאון רבי שלמה קנייבסקי באזוכט ביי גדולי ישראל אין ניו יארק.

דינער השנתי לטובת ישיבת דרכי חיים.
חומש סעודות אין ת"ת וויען מאנסי, סקווירא וומ"ס, קרית יואל, באבוב – 45 מאנסי, צאנז קרית צאנז, צאנז מאנסי, צאנז ירושלים, פיטסבורג אשדוד.

הערליכע דעקונג פון טויזענטער אידן ביים פארלאזן די שטאט אויפן וועג צו די קעמפס און קאנטרי'ס.
אטעטשמענטס
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (161.79 KiB) געזען 1090 מאל
לעצט פארראכטן דורך חאטצקל אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שריפט
מאנטיסעלא דער עתיד פונעם בליענדן יהדות החרדית אין ניו יארק

אן אינהאלטסרייכער באזוך אינעם נייעם באוואוינטן ישוב מאנטיסעלא / מיר זעען דארט א זעלטענעם מקום מוכשר מיט רייכן אינפראסטרוקטור צו בויען שווערע טויזנטער רחבות'דיגע הייזער פאר שפאט-ביליגע פרייזן וואס מ'געפינט נישט אין קיין שום אנדערן אידישן ישוב אינעם טריי סטעיט ראיאן / מיר כאפן א שמועס מיט'ן ענערגישן עסקן מו"ה ר' יצחק לאפפלער הי"ו / דאס לעבן און שאפן אין מאנטיסעלא

פלאות: גדולי ישראל וואס האבן עוסק געווען בתורה בשעת זייער פטירה
צוויי צענט: דער ביזנעס-טיפ
רבי לייביש דערציילט: געפאלגט און געראטעוועט
אידישע נייעס: א סיום אינדערהיים / די נאכגעמאכטע מנורה / נסים אין דושינסקיא / דער רבי שיקט א רפואה אין חלום / הכתרה פאר 160 נייע מורי הוראה / א פייערדיגע חתונה / און פיל מער
אלטע נייעס: פוילישער פרעזידענט קומט צוהילף פאר א מלמד דרדקי
ישיבה וועלט: הונדערטער בחורים ביי א פארברענג מיט רבי אלימלך / א קביעות מזוזה אין ישיבה מיט'ן רבי'ן / א שבת אין היטשען
ארכיוון: הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל אין אנטוווערפן
פארצייטישע געשטאלטן: זקנים פון די קעטסקילס
חפצי קודש: שטעקן פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע
חסידים ראשונים: הגה"ח ר' שואל לייב גאנץ ז"ל
30'סטער יארצייט פון הרה"ק בעל 'לב שמחה' מגור זצוק"ל
כנגן המנגן: ניגוני חסידי חב"ד
היינט און נעכטן: אן ענדע צו וויקיליעקס
היסטאריע: דער 'מארקא פאלא בריק' אינצידענט, וואס האט געפינט צום קריג צווישן יאפאן און כינע
ספעיס קרישקעלעך: פון אן ערנסטן עקסידענט צו א שוידערליכער קאטאסטראפע
פאקטן: ברעיסעס
עובר לסוחר: וואלמארט
חברותא: 'ליעסן' אדער קויפן?
מדינה ומדינה: ארגענטינע
שיריים: געזעגענען און באגעגענען
אטעטשמענטס
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (116.33 KiB) געזען 1106 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (116.33 KiB) געזען 1106 מאל
לעצט פארראכטן דורך חאטצקל אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: "די וואך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

קינדער שריפט
הינטער די קוליסן: א באזוך אין וויינגארטן
דעם רבינ'ס טיש: כ'וויל מיך טוישן אבער איך שעם מיך
מדרש דערציילט: א פרה אדומה בזכות כיבוד אב ואם
חדר וועלט: א פארהער ביים רב / א פארשטעלונג ביים סיום
שריפט און בילד: די לענגסטע הייל אין וויעטנאם
ספרים שאנק: דברי ישראל
נאטירליך: שעפעלעך אונטער קאנטראל. וויאזוי האלט איין פאסטוך קאנטראל אויף הונדערטער שעפעלעך?
לאמיר לערנען: פארוואס גייען מיר חסידים מיט קליידער רעכטס אויף לינקס?
קליינע ווי גרויסע: א שעדליכע נאכטמאל
כלים מכלים שונים: א גלאט-מאכער / א זעג / א בויערער
סייענס: א פייערדיגע זון
ליין און לערן: די פארבלאנדזשעטע באלי
נאש קעסטל: אייסעס
אות ביי אות: לשון הרע וואס זעט אויס ווי אמת
וואך אין קאך: דזשעלאו פרוכט
קאליריונג: צירקל קונסט
מייסטערהאנטיג: בלום ליין-צייכן
אטעטשמענטס
unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (131.84 KiB) געזען 3069 מאל
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”