מיט א פרישקייט האט געשריבן:אקטיוויסט האט געשריבן:מיט א פרישקייט האט געשריבן:איראקער מערדער?
יאפ! ווי די ווייסט ליינסט עס אויך?!
אוודאי. די קינדער שריפט איז געהעריג געמאכט פאר ערוואקסענע, הערליכע תוכנ'דיגע ארטיקלען איינס ביי איינס. די קאמיקס קוקט מען ווען די קינדער זעען נישט..
גראדע האלט איך אויך אזוי, אז די 'קינדער שריפט' איז פול מיט שיינע ארטיקלען אויך פאר ערוואקסענע, ספעציעל ר' שמעון יואל קליינס ארטיקלען, אבער נישט נאר זיינע.
(סוף כל סוף זענען מיר דאך אלע קינדער)
לגבי די קאמיקס, טאמער האלט די רעדאקציע אז ס'איז צו ווילד פאר אונזערע איידעלע קינדער, איז געראטן זיי זאלן בפירוש שרייבן אז זיי שטעלן דאס אפ וויבאלד דאס איז נישט פאסיג צו אונזער איידעלע חינוך...
דאס אליין קען זיין א געוואלדיגע חינוך לעקציע, וואס איז גאר פאסיג פאר אונזערע קינדער צו ליינען אין קינדער שריפט.