קויפט איר די וואך?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קויפט איר די וואך?

איך קויף יעדע וואך.
55
34%
איך קויף עס אפט.
2
1%
איך קויף עס פון צייט צו צייט.
11
7%
איך קויף עס נאר ימים טובים.
29
18%
איך קויף עס קיינמאל נישט.
65
40%
 
סך הכל שטימען: 162

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: קויפט איר די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

איך פלעג עס קויפן יעדע וואך צוליב די שריפט. אבער נאכדעם האט די קוואליטעט און די סטיל פון די ארטיקלען אנגעהויבן פארן אויף אראפ. אלעס האט זיך אנגעפאנגען דרייען ארום רבנים און רבינס. איך מאך נישט אוועק די ענין, אבער מיר ציעט נישט דאס צו ליינען. חוץ פון דעם וואס אסאך ארטיקלען זענען געמאלן וואסער.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: קויפט איר די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

אלס איינער וואס לייענט אסאך, בין איך א געטרייער לייענער פון אנפאנג. ס'איז פון מיינע בעסטע (אויב נישט דער בעסטער) מאגאזין. הגם, וואס כ'וואלט געגליכן ווען זיי דעקן ווען מער זאכן ווי נייעס און מער סארטן אינטערוויוס
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קויפט איר די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

עס איז זייער אן אינטערסאנטער און תוכנ'פולער אויסגאבע.

איינס פון די סיבות פארוואס איך קויף עס איז ווייל דאס איז נאך א נערמאלע אויסגאבע און עס האלט זיך אויף די הויכע ניווא, ממילא באדערט מיר טאקע אז לעצטנס האבן זיי אנגעפאנגען צו לייגן אויף די מעין פעיזש פון די שריפט א גרויסע פנים א שטייגער ווי יא...

חוץ די נערמאלקייט פון די אויסגאבע, איז דאס אויסטערליש רייך, יעדע ארטיקל באזונדער איז געוואלדיג.

כה לחי.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
crunchy
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע: ביים רבי’נס טיש

Re: קויפט איר די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

טאטלע האט געשריבן:פאר די שריפט

גא"מ
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קויפט איר די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:איך פלעג עס קויפן יעדע וואך צוליב די שריפט. אבער נאכדעם האט די קוואליטעט און די סטיל פון די ארטיקלען אנגעהויבן פארן אויף אראפ. אלעס האט זיך אנגעפאנגען דרייען ארום רבנים און רבינס. איך מאך נישט אוועק די ענין, אבער מיר ציעט נישט דאס צו ליינען. חוץ פון דעם וואס אסאך ארטיקלען זענען געמאלן וואסער.

דאס איז דייקא די סיבה פארוואס איך קויף עס יעדע וואך. זיי שרייבן בעיקר איבער פריעדיגע גדולים אדער סתם אינטערעסאנטע אידישע נושאים. ס׳איז אין אלגעמיין נישטא קיינער וואס שרייבט אזוי תוכנ׳דיג ווי די וואך.

הלאוי זאלן דאס אנדערע נאכטוהן.
אני הוא הנער, נער המדבר
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: קויפט איר די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

יצחק אייזיק האט געשריבן:איך האב א מנהג נישט אריינצוברענגען קיין מאגאזינען ביי מיר אין שטוב. מיינע עלטערן האט געהאט אזא מנהג אבער איך האב מתחילה מקיל געווען. נאכן זיך אנטרעפן עטליכע מאל מיט ארטיקלען שאין רו"ח נוחה מהם, בפרט ווען אן ענגלישע אויסגאבע האט געלייגט א צורת אשה אויפן דעקל, האב איך געמאכט א קבלה אז 'דעטס איט'.

(צוויי אויסנאמען, ימים טובים קען איך פשוט נישט אויסלאזן די תוכן פון אזויפיל אויסגאבעס, און ווען איך פאר אוועק אויף שבת, דעמאלטס איז עס נישט ביי מיר אין שטוב...)

למעשה היות מיינע עלטערן האבן געהאט אויסנאמען, ווי מעלות, באלייכטונגען וכדו' מאך איך אויך אויסנאמען, בעיקר צופרידנשטעלן די ב"ב און קינדער. 'די וואך' איז לענ"ד די ריינסטע אידישע מאגאזין פאר יעדן עלטער. די קאווער סטאריס זענען גאר אידישליך און אויסגעהאלטן, די קאלומס זענען גאר באלערנד און שיין, און די קינדער שריפט האט זייער א תוכנ'דיגע אינהאלט. די בילדער אויסגאבע איז נאר א באנוס... איך שפיר אז דאס קען איך אריינלאזן אן קיין הארץ קלאפענישן.

עס פעלט טאקע א געוויסע ברייטקייט ווען ס'קומט צו נושאים, אבער איך זע עס אלס מעלה. איך גלייב זיי וואלטן זיך געקענט ארויפארבעטן צו זיין כאחד המאגאזינען, נאר זיי ווילן צופרידן שטעלן די ערליכע ליינער באזע און זיך האלטן צו א העכערע ניווא. כה לחי!


אייערע עלטערן ליינען איי וועלט? די דאבל סטאנדארן פאר זיך און פאר די קינדער איז עפעס דעד איי לאוו טו סי…
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קויפט איר די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

טיפער מח האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:איך האב א מנהג נישט אריינצוברענגען קיין מאגאזינען ביי מיר אין שטוב. מיינע עלטערן האט געהאט אזא מנהג אבער איך האב מתחילה מקיל געווען. נאכן זיך אנטרעפן עטליכע מאל מיט ארטיקלען שאין רו"ח נוחה מהם, בפרט ווען אן ענגלישע אויסגאבע האט געלייגט א צורת אשה אויפן דעקל, האב איך געמאכט א קבלה אז 'דעטס איט'.

(צוויי אויסנאמען, ימים טובים קען איך פשוט נישט אויסלאזן די תוכן פון אזויפיל אויסגאבעס, און ווען איך פאר אוועק אויף שבת, דעמאלטס איז עס נישט ביי מיר אין שטוב...)

למעשה היות מיינע עלטערן האבן געהאט אויסנאמען, ווי מעלות, באלייכטונגען וכדו' מאך איך אויך אויסנאמען, בעיקר צופרידנשטעלן די ב"ב און קינדער. 'די וואך' איז לענ"ד די ריינסטע אידישע מאגאזין פאר יעדן עלטער. די קאווער סטאריס זענען גאר אידישליך און אויסגעהאלטן, די קאלומס זענען גאר באלערנד און שיין, און די קינדער שריפט האט זייער א תוכנ'דיגע אינהאלט. די בילדער אויסגאבע איז נאר א באנוס... איך שפיר אז דאס קען איך אריינלאזן אן קיין הארץ קלאפענישן.

עס פעלט טאקע א געוויסע ברייטקייט ווען ס'קומט צו נושאים, אבער איך זע עס אלס מעלה. איך גלייב זיי וואלטן זיך געקענט ארויפארבעטן צו זיין כאחד המאגאזינען, נאר זיי ווילן צופרידן שטעלן די ערליכע ליינער באזע און זיך האלטן צו א העכערע ניווא. כה לחי!


אייערע עלטערן ליינען איי וועלט? די דאבל סטאנדארן פאר זיך און פאר די קינדער איז עפעס דעד איי לאוו טו סי…

די גדרים וסייגים איז פאר מיר, לאו דווקא פאר די קינדער. וואו זעסטו אז ס'איז פאר די קינדער?

די ענגלישע מאגאזינען זענען נישט האלב אזוי צענזורירט ווי אייוועלט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”