נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען נישטערנדיג אויף ספאטיפיי זיך אנצושטויסן אין א וואונדערליכער ארטיסט וועלכער איז געבענטשט געווארן מיט הימלישע טאלאנטן ארויסצוברענגען א ניגון אויף אן אייגנארטיגער שטייגער, אזוי אז עס זאל אריינגיין טיף אין הארצן און אקטיוויזירן די נשמה סטרונעס אז זיי זאלן מיטשפילן מיט די הייליגע און הארציגע מעלאדיעס.
דער נאמען אויף ספאטיפיי איז David Frankel אבער ווען כ׳האב אביסל נאכגעפארשט בין איך דערגאנגען אז די רעדע איז איבער א היימישער אינגערמאן פון אנטווערפען מיטן נאמען משה דוד פרענקעל, וועלכער שפילט נגינה אויף א פיל העכערן שטאפל ווי מיר זענען געוואוינט. איך ווייס אז עס הערט זיך ווי איך לויב אים אויס אויף אן אבנארמאלער שטייגער, אבער ווען איר וועט זיך אריינלייגן אין זיין נגינה וועט איר פארשטיין פארוואס איך בין אזוי באגייסטערט.
ס׳רוב פון זיינע רעקארדירונגען זענען ניגוני חב״ד, סאטמאר, סקולען און קארלין. ער שפילט אויך קארליבאך און פארצייטישע אידישע פאלקס לידער. בעיקר איז ער פאקוסירט אויף די נגינה טייל, אבער אויף געוויסע טרעקס קען ער זיך אויך צוזינגען מיט א זיסע שטימע. עס איז בלויז א געטאר מיט א טשעלא, אבער דער רעדט ווערטער וואס מען דארף דערהערן. ווי ער לייגט אראפ דעם סאטמארער שלום עליכם, אדער ׳גלות גלות׳ מיט אזא בענקענדיגער דביקות, אך!
די לעצטע פאר טעג נוץ איך אים אלס א בארואיגונגס פיל אין אפיס וואו איך קען נישט געווענליך הערן קיין מוזיק צוליב מיין געברויך אין עקסטערע פאקוס. כ׳לייג דא ארויף א לינק כדי איר זאלט אויך קענען געניסן פון דעם מייסטער.
משה דוד פרענקל - ספאטיפיי
ווער עס קען דרייוון און ארויפלייגן וועט טון א גרויסע טובה פארן כלל...

- מיטל מזרח ווינטל
- שר חמש מאות
- תגובות: 604
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
א דאנק @טישטוך פארן גיין פתיחה.
דער בחור [חתן] פארדינט זיך ערליך די לויב ווערטער מיט וואס דו האסט אים באגאסן.
לדעתי רעדט מען דא פון א חידוש וואס איז נאכנישט געווען. זיין אויסטערלישע געפיל באגלייט מיט העכסט פראפעסיאנעלע קלאסישע סטרונעס, טראגט אריין די צוהערער אין א אנדערע וועלט.
זאלן די מבינים אריינקומען.

סאבאבא האט געשריבן:לעצטנס זיך אנגעשטויסען אין דעם יוגענטליכע וואס שפילט חסידישע ניגונים מיטן גיטאר, ווי איך פארשטיי רעדט זיך פון א חסידישע בחור'ל מיט א שטורמישע זעל און א פארווייטאגט הארץ, ער שפילט הערליך.
אינטערסאנט וואס דער עולם זאגט אויף אים:
קה ריבון
ברוך השם יום יום
לכה דודי קארליבאך
שומרי מצוותיה
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם אשכול/תגובה.סאבאבא האט געשריבן:לעצטנס זיך אנגעשטויסען אין דעם יוגענטליכע וואס שפילט חסידישע ניגונים מיטן גיטאר,
דער בחור איז 24 יאר אלט, און האלט זיך אויף אין ירושלים.
ער הייסט משה דוד פרענקל, און ער האט שטודירט מוזיק אויף א הויכע ניווא אין א איניווערסיטעיט אין זיין היימשטאט אנטווערפן.
לעצטנס איז ער ארויסגעקומען מיט א פרישע ווידאו ווי ער איז מסביר אויף א היימישע אידיש "וואס איז דאס מוזיק" באגלייט מיט לעבעדיגע ביישפילן...
ער האט גאר אינטרעסאנטע קליפס ווי ער שפילט סאמע היימישע ניגונים א שטייגער ווי די סאטמערע שלום עליכם, ועוד.
א פלייץ פון טאלאנט און געפיל!
אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין צו דרייוון קען איך אים שיקן די לינקס.
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
משה דוד פרענקל הייסט ער.
געדענק מיר אהים פון ישיבה .....
א אנטווערפנע געבוירנע
געדענק מיר אהים פון ישיבה .....
א אנטווערפנע געבוירנע
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
קיקט אויס אינטערסאנט אויב איינער קען ביטע דרייוון
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
א גרויסן יישר כח פארן מיטטיילן!
כ'האב זיך אביסל צולאכט טרעפנדיג אים אויף עפל מוזיק.. ווען איך האב געזוכט פאר א 'היימישער אינגערמאן'...
אבער הערענדיג, איז דאס טאקע היימיש

- לאנגע לאקשן
- שר מאה
- תגובות: 245
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:27 pm
- בריטישע קעניג
- שר חמש מאות
- תגובות: 730
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
וואוו
דער האט א הבנה
געשמאק צו צוהערן. קלאר און גלאט.
דער האט א הבנה
געשמאק צו צוהערן. קלאר און גלאט.
I hope I leave things behind a little bit better than I found them (King Charles III)
- אלטע קוגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5014
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
- לאקאציע: דארטן
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
ער שפילט אראפ יעדע קליינע קרעכטץ פין יעדע ניגון!!מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:לעצטנס זיך אנגעשטויסען אין דעם יוגענטליכע וואס שפילט חסידישע ניגונים מיטן גיטאר, ווי איך פארשטיי רעדט זיך פון א חסידישע בחור'ל מיט א שטורמישע זעל און א פארווייטאגט הארץ, ער שפילט הערליך.
אינטערסאנט וואס דער עולם זאגט אויף אים:
קה ריבון
ברוך השם יום יום
לכה דודי קארליבאך
שומרי מצוותיהמיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם אשכול/תגובה.סאבאבא האט געשריבן:לעצטנס זיך אנגעשטויסען אין דעם יוגענטליכע וואס שפילט חסידישע ניגונים מיטן גיטאר,
דער בחור איז 24 יאר אלט, און האלט זיך אויף אין ירושלים.
ער הייסט משה דוד פרענקל, און ער האט שטודירט מוזיק אויף א הויכע ניווא אין א איניווערסיטעיט אין זיין היימשטאט אנטווערפן.
לעצטנס איז ער ארויסגעקומען מיט א פרישע ווידאו ווי ער איז מסביר אויף א היימישע אידיש "וואס איז דאס מוזיק" באגלייט מיט לעבעדיגע ביישפילן...
ער האט גאר אינטרעסאנטע קליפס ווי ער שפילט סאמע היימישע ניגונים א שטייגער ווי די סאטמערע שלום עליכם, ועוד.
א פלייץ פון טאלאנט און געפיל!
אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין צו דרייוון קען איך אים שיקן די לינקס.
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
זייער אינטערעסאנט
איך בין נייגעריג צו הערן מער איבער אים
איך בין נייגעריג צו הערן מער איבער אים
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3354
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
פון היינט פריש וואס ער ברענגט צום טיש:
ניגוני ר' משה אריה לייב ליטש רוזנבאום, תלמיד מובהק של החתם סופר, דיין בבית דין של הכתב סופר.
די ניגונים האב איך אויפגענומען דורך די בקשה פון משפחת רוזנבאום - אייניקלעך פונ'עם מחבר .
די ניגונים ווערן געזונגען ביי זיי אין די משפחה וואך איין וואך אויס.
די ווערטער פון די ניגונים שטאמען פון זיין גרויס לומדות ווי ער שטעלט צוזאמען דברי חז''ל און סודות התורה, איבערגעבנדיג זיין זיסע טעם אין יידישקייט.
ניגון לשבת קודש: מדשן בתיך 0:00
ניגון לסעודה שלישית: מהלל אקרא 2:50
ניגון למואי שבת: מלך מלכי המלכים 4:28
שיר לשלוש רגלים: מהר שלך 6:55
שיר לחנוכה: לד' אורי וישעי 8:42
שיר שני לחנוכה: אורי וישעי 12:52
שיר לפורים: אכלו רעים 15:35

- ווער איז שטערקער?!
- שר האלפיים
- תגובות: 2906
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
ש’כח. אבער האסט פארגעסן צו לייגן די עצם ווידיאופאנטאזיע פליער האט געשריבן:פון היינט פריש וואס ער ברענגט צום טיש:
ניגוני ר' משה אריה לייב ליטש רוזנבאום, תלמיד מובהק של החתם סופר, דיין בבית דין של הכתב סופר.
די ניגונים האב איך אויפגענומען דורך די בקשה פון משפחת רוזנבאום - אייניקלעך פונ'עם מחבר .
די ניגונים ווערן געזונגען ביי זיי אין די משפחה וואך איין וואך אויס.
די ווערטער פון די ניגונים שטאמען פון זיין גרויס לומדות ווי ער שטעלט צוזאמען דברי חז''ל און סודות התורה, איבערגעבנדיג זיין זיסע טעם אין יידישקייט.
ניגון לשבת קודש: מדשן בתיך 0:00
ניגון לסעודה שלישית: מהלל אקרא 2:50
ניגון למואי שבת: מלך מלכי המלכים 4:28
שיר לשלוש רגלים: מהר שלך 6:55
שיר לחנוכה: לד' אורי וישעי 8:42
שיר שני לחנוכה: אורי וישעי 12:52
שיר לפורים: אכלו רעים 15:35
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3354
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
רבי חצקל ברוב צדקתו גייט עס זיכער באלד לייגן
זאל ער זיין געבענטשט בכל הברכות, אמן ואמן.

לעצט פארראכטן דורך פאנטאזיע פליער אום זונטאג יאנואר 08, 2023 9:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
דא אויף זשואיש מוזיק?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
נייןמי חכם האט געשריבן:דא אויף זשואיש מוזיק?
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
ברענג אהער די פינקטליכע נאמען פונעם ווידיאו וועלן מיר פראבירן.פאנטאזיע פליער האט געשריבן:רבי חצקל ברוב צדקתו גייט עס זיכער באלד לייגן
זאל ער זיין געבענטשט בכל הברכות
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
https://drive.google.com/file/d/1tk_QuD ... share_link
אוודיאו
https://drive.google.com/file/d/1RvRfO6 ... share_link
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
ייש"כ!חאטצקל האט געשריבן:
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 669
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
ייש"כ ר' חאטצקל
די ווערטער פון די ניגונים זענען געדרוקט אין ספר "לחם רב" על זמירות לש"ק, לר' משה חיים סג"ל ליטש רוזנבאום זצוק"ל (אן אייניקל פונעם מחבר הנ"ל זצוק"ל)
(צ"ל מהר שלח)
די ווערטער פון די ניגונים זענען געדרוקט אין ספר "לחם רב" על זמירות לש"ק, לר' משה חיים סג"ל ליטש רוזנבאום זצוק"ל (אן אייניקל פונעם מחבר הנ"ל זצוק"ל)
(צ"ל מהר שלח)
- ווער איז שטערקער?!
- שר האלפיים
- תגובות: 2906
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
כאפ נישט וואס דא גייט פאר?
כ’האב געמיינט אז ער גייט רעדן און אויסלערנען עפעס...
כ’האב געמיינט אז ער גייט רעדן און אויסלערנען עפעס...
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
מיר דערמאנט ער שטארק פון ישראל לאם׳ס אייניקעל די וועג פון שפילן,
כ׳קען נישט נאך איינער חוץ פון די צוויי וואס שפילן אזוי דעי וועג ווי כאילו א בענד
אנריעל טעלענט וואוו!!

- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10744
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
WOOF דער יכולט...
avid frankel was born and raised in a traditional Yiddish family in the uniquely preserved Jewish community of Antwerp, Belgium.
וואס מיינט טרעדישענל ? אולטרי ארטעדאקס ? אדער קאנסערוועטיוו ?
און אויב אזוי פארוואס ציעט אים צו די היימישסטע סחורה ?

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
Re: נאסטאלגיע און הארציגע נגינה - משה דוד פרענקל
https://open.spotify.com/track/4d2FAiFL ... 6evO4pWBxL
ביי 1:30 בינעך כמעט פיזיש ארויסגעפאלן פון בענקל! טאטע, שכח פאר די טאלאנט. א אור!