אנעים זמירות האט געשריבן:שבתי בוים האט געשריבן:הייליגער ר' ליפא, העם אתך
ביטע רעד אין דיין אייגענעם נאמען. סיידען אויב מיט 'עם' רעדסטו פון נפש כי תחטא
מעם הארץ בעשותה.
די ניגונים וואס דערמאנען די הייליגע אמוראים זענען חוצפה כלפי שמיא, ויהי כמלעיבים במלאכי אלוקים. עס צייגט אויפ'ן שיפלות הדור אז אזא אלבום פארקויפט זיך בכלל ביי היימישע יודען.
מדוע לא יראת לדבר? יוצק **** רותחת לתוך פיו, אזוי ביליג צו זינגען פון די הייליגע אמוראים, וואס מיר האבען קיין השגה בגודל קדושתם.
מתמודד האט געשריבן:די חילוקים פון ביליג און טייער כלפי אמוראים איז אין מיינע אויגן די זעלבע באשטימט ווי מארקעטינג סטאנדארטן, דארט זאגן אויך מאנכע אז סאיז ממש אומאיידל וכולהו און די פארשטייסט אז א צווייטע מיינונג איז בארעכטיגט. דאן פארוואס שעלטן ווען סזענען דא נאך מוחות אויף דער וועלט?
אינו דומה.
כאטש וואס איך עגרי נישט אזוי ווייט מיט די שארפע ווערטער פון אנעים,
דארף אבער ווערן ארויס געברענגט זייער קלאר.
און איך כאפ נישט די געדאנק וואס עטליכע טרייען גאר אראפ צו מאלן אז ליפא הייבט נאך מיט דעם די ניווא פון לערנען.
ווען מרעדט ווען בכללות פונעם סידי בין איך איינשטמינג אז ער האט געמאכט א פיינעם דזשאב
אביי ורבא, שועלים ועוד איז זאכליך תוכנדיג און שטארק אראפ געמאלן און ארויס געברענגט די גמרות.
אבער מצד שני
זינגען אזוי הייליג איבער שטודירן גמרא (טאקע אין די אביי ורבא ניגון) און איך כאפ נישט פארוואס דאס האט אויסגעפעלט, איך פיל נאר אז ספלאטשיגט אויס אונזער לימוד הגמרא ווי כאילו סאיז א שטודריגונג.
צו זאגן אז ער האט מבזה געווען מיט דעם די גמרא? ניין, אבער סאיז א הערה וואס ער דארף הערן און לדעתי אויך האלטן פאר די אויגן נעקסטע מאל.
די בגדד נידון איז אויך אויפן בארדער, איך כאפ נישט פונקט ווען דארף איך זינגען דעם ניגון? ווי זאגט מיר מיין קליינער ״טאטי, אינמיטן דערציילן די פרשה איז דא קינדער וואס שאקלען זייער פיס און דער רבי פרעגט זיי צו זיי דארפן אין טוילעט״, נו אפשר זאל מאן יעצט מאכן א ניגון מיט די ווערטער ביי די גמרא איבער בל תשקצו?
ריעלי? מחממן משלשלן? איך רעד נישט מטעם ערנסקייט, איך קוילער מיר פון געלעכטער יעדן מאל פון פריש איך הער די ניגון, איבער וואס בכלל די קאנצעפט דא...
מצד שני די ניגון איז קנאקעדיג און סבאדערט מיר אז איך קען דאס נישט נאכזינגען, אפשר יא, ווען איך שטיי אויפן ליין צו גיין אין בית הכבוד...
רבי יהודא האט פאראיבל,
נישט קיין שרעקעדיגע ליין, אבער די וועג וויאזוי ער לייגט דאס אראפ איז ווי רבי יהודה האט ממש ... נו ווייסאיך מיין סאיז נישט קיין דזשאוק, פליז ווער ס׳האטזיך דא אנגעוויזויהייסטעס מיט קנאבל, גייטס ארויס פון דא.
ווען ספארט ווען ארום א קליפ פון עני רבי וגדול וויזוי ער זאל זאגן די ווערטער מיטן טאן ווי ער לייגט דאס אראפ וואלט געווען ביזי בזיונות. איך רעד שוין נישט פון ס׳סרוחעט.
און אזוי מיט די שלויחמנועס וואס גרייכט מרי׳ס נעזל, נו ביטע אפשר זאל מען מאכן א לייוו קליפ פון די ניגון אויך, מריס נעזל גרייכט דעם גערויך און אביי ווארפט זיך ארויף אויף 60 טעלערס און די פרעסעריי גייט א רויעך.
אינטערשטע שורה, ליפא האט ארויס געבען א שטארקע סידי, באט געטראויטן אויף עטליכע האקעלע ליינס.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!