וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

סאבאבא האט געשריבן:
ער האט געלט??? האט געשריבן:כ׳וואלט מורא׳דיג מכיר טוב געווען אויב איינער קען צוזאמשטעלען א פלעיליסט פון די ניגונים וואס א שיינע חלק הניכור פונם עולם האט אויסגעקליבען, צב״ש התעוררות רחמים רבים, סאטמאר נענועים וכדו׳ וואס כ׳זעה א גרויסער עולם האט אויסגעקליבען.
תודה רבה למפרע!

בלי נדר ווען עס וועט זיך אנזאמלען א הייפעלע וועל איך עס צוזאמשטעלען פארן עולם.

ווארטען מיר מיט שפאנונג
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פארגעסן אויסצורעכענען ניגון ע"ט פון ניגוני חב"ד פון ר' אהרן חאריטונוב ע"ה - לכאורה די שטערקסטע ווארעמסטע ניגון להשתפך הנפש בו וואס כ'קען..

שטעלט אייך אין ווינקל און זינגט זיך אויס דעם ניגון, די כיסופין, געגועים ותקוה וואס דער ניגון ברענגט איז אומפארגלייכבאר!

בפרט אין א שווערע צייט, ווען די מוט איז דאון... דער ניגון נעמט אייך און שלעפט אייך ארויס פון דעם מצב, עס פירט די געפילן ישיר צום אייבערשטן!

שמעו ותחי נפשכם

https://www.dropbox.com/s/g2epgh4jv4ri8 ... 1.mp3?dl=0
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דאקטער רפאל האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
דאקטער רפאל האט געשריבן:פון אלטע חסידישע ניגונים איז שווער צו זאגן,
פון היינטיגע איז ליפא'ס חמול דעפענעטלי פון די מאוסט פעיווערט.

וועלכע אלבום?

ליפא בדרך,
אנדערע קענען עס אלץ ליפא'ס אבינו מלכינו...

פינקי'ס ניגון
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Yon
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 12:56 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yon »

חמול מודיץ
ד' בבות
ניגון פון ר' שמואל קמאדער
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

סאיז מיר א חידוש אז איך בין דער ערשטער.
ר' משה גאלדמאן'ס אני מאמין.
מיין אל טיים פעיווארד שוין פאר יארן.. אוי ואף על פי... מלא השתוקקות מלא געגועים.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

Yon האט געשריבן:חמול מודיץ
ד' בבות
ניגון פון ר' שמואל קמאדער

אה יע! די מודזיצע חמול איז עפעס הייליג!
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

צ/ק
די ניגון התעוררות רחמים רבים האט דאך א צוזאג פון בעל שם הקדוש.
איז דא עפעס שטערקער פון דעם?!
כ'זעה טאקע אז א שיינער עולם האט דאס געקליבן, עס איז זייער מעורר אוודאי און ברענגט ארויס דאס טיפע בענקעניש צום בוכ"ע פון די גאר טיפע באהעלטענישן. אבער פאר די צוזאג אליין איז עס שוין עפעס וואס איך ווייס נישט נאך א ניגון וואס זאל קענען האבן אזא כח.

געפיהלן דערוועקן זיך פון אסאך הארציגע ווארעמע ניגונים, אבער ספעציעל א ניגון וואס דו הערסט אין א צייט וואס דו ביסט ממילא אין התעוררות מאוד וועט עס אלץ דערוועקן אויך אזעלכע געפיהלן לדעתי.
למשל איך האב ניגונים וואס ביי מיר שמעקן זיי פון לאקשן און קארטאפל קוגל ווייל זייער אסאך פרייטיג צונאכטס'ן האט מען עס געזינגען בשעת די קוגלען זענען געווען אזוי אויפן טיש און א הייסע שמעקעדיגע שבת'דיגע פארע האט ארויסגעזעצט פון זייערע שניטן...
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

און צו דיר סטאוו
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

זעהענדיג דיין ניגון קאלעקציע פארשטיי איך שוין דיין ניק אויסוואל
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

רבי בנציון שענקער ז"ל ערשטע ניגון המבדיל בין קודש לחול

אין אלע ניגוני קודש אין תולדות אהרן פאר די הדלקה
כידוע הייסט די תו"א רבי זינגען יעדע יאהר וועלכע ניגונים צו זינגען
(א חלק די זעלבע אזוי דאכט זיך מיר , קען זיין אז נישט אין א חלק אנדרע ניגונים) ,
אין פון אלע יאהרען צוזאמען איז דא א שיינע מספר ניגונים שירי קודש
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארגעסן אויסצורעכענען ניגון ע"ט פון ניגוני חב"ד פון ר' אהרן חאריטונוב ע"ה - לכאורה די שטערקסטע ווארעמסטע ניגון להשתפך הנפש בו וואס כ'קען..

שטעלט אייך אין ווינקל און זינגט זיך אויס דעם ניגון, די כיסופין, געגועים ותקוה וואס דער ניגון ברענגט איז אומפארגלייכבאר!

בפרט אין א שווערע צייט, ווען די מוט איז דאון... דער ניגון נעמט אייך און שלעפט אייך ארויס פון דעם מצב, עס פירט די געפילן ישיר צום אייבערשטן!

שמעו ותחי נפשכם

https://www.dropbox.com/s/g2epgh4jv4ri8 ... 1.mp3?dl=0

סטאווי! ביסט א סטאר פארן אויסוועלן די ניגון! מיר קאנען עס גוט גוט

יישר כח
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארגעסן אויסצורעכענען ניגון ע"ט פון ניגוני חב"ד פון ר' אהרן חאריטונוב ע"ה - לכאורה די שטערקסטע ווארעמסטע ניגון להשתפך הנפש בו וואס כ'קען..

שטעלט אייך אין ווינקל און זינגט זיך אויס דעם ניגון, די כיסופין, געגועים ותקוה וואס דער ניגון ברענגט איז אומפארגלייכבאר!

בפרט אין א שווערע צייט, ווען די מוט איז דאון... דער ניגון נעמט אייך און שלעפט אייך ארויס פון דעם מצב, עס פירט די געפילן ישיר צום אייבערשטן!

שמעו ותחי נפשכם

https://www.dropbox.com/s/g2epgh4jv4ri8 ... 1.mp3?dl=0

קיינמאל געהערט דעם ניגון... קוקט אויס זייער שטארק.
יישר כח פארן צואווייזן, וועל מיר דאס בל"נ זיך אויסלערנען.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

אמאליגע ניגונים:

ניגון תתברך / היה עם פיפיות - וויזניץ
ויאתיו - וויזניץ
אליהו הנביא - וויזניץ
שמע ישראל / הוא אלוקינו - וויזניץ
חסל סידור פסח - בעלזא (אלבום קרב יום)
אוהבי ה' המחכים - בעלזא
רחם בחסדך - וויזניץ (די לאנגע און נאך איינס)
רברבין - חב"ד / וויזניץ
אומץ גבורותך - ניגוני קאזניץ
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

משה פאלאפל האט געשריבן:אמאליגע ניגונים:

דאכטס זיך מיר אז אוהבי השם איז א קאמפאזיציע פון דער גבאי ר' שמעון וואלף קליין
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]

מעגליך. די ניגון האט א שמעק פון אמאל.
אויף די סידי חביבין זינגט ער טאקע סאלא אויף דעם ניגון.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

חסד השם האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:די ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר ביי 'היה עם פיפיות'. עמוק עמוק!

יאפ דעיס איז ביי מיר זיכער די נומער איינס, א ווארימע ניגון איינס און די וועלט, מאכט א געוואלדיגע ארבעט און די הייליגע טעג מיט אסאך אידן!
אנכי הרואה האט געשריבן:כ'ציגאנער ועוד, די סיגוט'ע נענועים/היה עם פיפיות איז מיין סאמע שפיץ פעיוואריט.

און לאמיר פרובירן מסביר צו זיין די גאונות פון דעם ניגון (און אינאיינוועגס, איינמאל פאר אלעמאל געהעריג צונעמען די זאך...).

א יעדע ניגון איז א צאמשטעל פון צוויי פארקערטע זאכן: שכל און הארץ. כדי אז א ניגון זאל זיין שיין דארף עס סיי זיין גוט געבויט, עס דארף זיין אויסגעהאלטן און שטימען מיטן שכל, און סיי זיין געפיליש און הארציג.

בדרך כלל זענען די צוויי זאכן א סתירה איינס מיטן צווייטן, ווייל ווי מער קאפ עס ליגט אין א ניגון און ווי מער קאמפליצירט און טיף א ניגון איז, אלס ווייניגער הארציג איז עס און אלס ווייניגער קען מען רילעיטן צו דעם מיט פשוט'ע געפילן. (א לעבעדיגע ביישפיל איז יאסי גרין'ס ניגונים, וואס כאטש זיי זענען די סאמע טיפסטע היינטיגע קאמפעזאציעס וועט מען זיי כמעט קיינמאל נישט הערן נאכזינגען, ווייל ווען עפעס איז טיף און קאמפליצירט נעמט עס אוועק פון די פשוט'ע הארציגקייט, און ביי א קומזיץ וועט מען ענדערש זינגען פשוט'ע און פלאכע 'בהסתרה' ניגונים...).

און דאס איז די טשעלענדזש פון א קאמפאזער, ער דארף קענען פותח זיין על שתי הסעיפים און גיין צווישן די טראפן פון גאונות און פשטות. דאס איז גאר א שווערע ארבעט, און אין פאקט האבן דאס זייער ווייניג באוויזן.
ניינציג פראצענט פון אונזערע ניגונים (בפרט פון די לעצטע תקופה) זענען פלאכע געפילן אן קיין שום געבוי (Am און Dm אהין און צוריק...), און די אנדערע צען פראצענט זענען קאפ און מח אן קיין שום געפיל ('ארט'). ביידע אינאיינעם איז א יקר המציאות. שווער צו טרעפן בכלל, און אודאי אין היינטיגע מוזיק.

דער אויבנדערמאנטן 'היה עם פיפיות' איז א וואונדערליכער צאמשטעל. פון איין זייט איז דאס א פשוט'ער ניגון וואס יעדער קען גרינג נאכזינגען און איז געשמאק און פשוט צו הערן, און פון די אנדערע זייט ליגט דא באהאלטן גאונות עצומות!

1. דער ניגון נוצט גאר א גרויסע רעינדזש פון טענער, און שפרינג אהין און צוריק גאר ווילד (אנדערש פון רוב אנדערע ווארעמע ניגונים וואס האלטן זיך צו די זעלבע עטליכע טענער, ווייל אזוי איז עס פשוט'ער און אטאמאטיש מער הארציג).
2. דריי באזונדער מאל נוצט ער עקסידענטל נאוטס און פארט ארויס פונעם סקעיל פלאי פלאים (הערט דעם צווייטן חלק פונעם הויעכן פאל. ביים טויש פון פרעגיש צו פרידזשיען קען מען אראפפאלן פון בענקל...).
3. און אויסערדעם איז די ניגון געבויט מיט א מייסטערהאפטיגן סיסטעם, און די גאנצע ניגון לויפט אויפן זעלבן שטייגער. (עס איז שווער מסביר צו זיין אויף פאפיר. אין אנהייב גייט עס CBA, דערנאך EDC, און דערנאך GFE, DCB. ביים הויכן פאל FED, און דערנאך CBbA, און דערנאך פארקערט EFG... ודו"ק הרבה כי עמוק הוא...).

און אזא צאמשטעל איז ממש א זעלטנהייט!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אז מ'רעדט שוין, דער צווייטער אויף מיין ליסטע איז דער ניגון, איך קען עס אלס 'קה אכסוף'. (פיט גוט אריין אין פתחו, אדער אויף לכה דודי ווען ס'איז דא א עולם)

עס איז טאקע מער צו די ווארעמע און פשוט'ע זייט, עס לויפט טאקע נישט גרויס און קאמפליצירט, אבער עס איז ווייט פון פשוט און נוצט מערערע סקעילס (אנהויב הארמאניק מיינאר, שפעטער מיינאר, און די הויעכע פאל איז ציפעדיג ראמעיניען...), און ווי אויך איז דאס זייער גוט געבויט און די צוויי פעלער גראמען און שטימען גאר גוט איינס מיטן צווייטן.

-

און דער דריטער אויף די ליסטע איז דעם ניגון.
דאס איז נאך מער צו די פשוטע זייט זייענדיג א גראדע מיינאר און פארנדיג אהין און צוריק מער ווייניגער סמוד. אבער די וועג וויאזוי די פעלער זענען געבויט און וויאזוי זיי זענען זיך משלים איינער דעם אנדערן איז גאר קלוג און זייער טיף. (אסאך מער ווי פשוטע הארמאני). און חוץ דעם האט דאס פיר פעלער, און דאס געבט צו אסאך קאליר.

איך זינג דאס יעדע וואך אויף כל מקדש. (א באקאנטער בעל תפלה זינגט עס אייביג אויף פתחו. איך האלט נישט דערפון...)

(א דאנק @סטאוו פאר די לינקס)
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך האב שוין געשריבען אסאך ניגונים אויבען , אין פארגעסין צו זאגען אז רוב ניגונים וואס עקזיזסטירט קען איך נישט !
סאו איך רעדט פון וואס איך קען ס'פשוט אויבער ס'דארף ארויס גברענגט ווערן היות איר ווייסט נישט מיין ידיעות אין די היכל הנגינה !
ר
די ניגונים וואס איך דערמאן זיך לדוגמא
אויף די מינוט
והי' השם למלך ; וואס לעצטענס נתחדש געווארען
המלאך ; ראטענבערג .אין גאלדמאן .
נפשי חמדה ישי ריבו
נפשי שפכי כמים ; סקולען .יואלי ווייס
אוי רבוש"ע גיב מיר אביסלע כח ; דודי קאליש
יהא רעוא מן קדמך ; יצחק אונגער
שבת שלום ומבורך פון משה יחזקי ווייס
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

ציגאנער האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:די ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר ביי 'היה עם פיפיות'. עמוק עמוק!

יאפ דעיס איז ביי מיר זיכער די נומער איינס, א ווארימע ניגון איינס און די וועלט, מאכט א געוואלדיגע ארבעט און די הייליגע טעג מיט אסאך אידן!
אנכי הרואה האט געשריבן:כ'ציגאנער ועוד, די סיגוט'ע נענועים/היה עם פיפיות איז מיין סאמע שפיץ פעיוואריט.

און לאמיר פרובירן מסביר צו זיין די גאונות פון דעם ניגון (און אינאיינוועגס, איינמאל פאר אלעמאל געהעריג צונעמען די זאך...).

איינער קען ברענגען דא דעם ניגון?
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

חלקי האט געשריבן:סאיז מיר א חידוש אז איך בין דער ערשטער.
ר' משה גאלדמאן'ס אני מאמין.
מיין אל טיים פעיווארד שוין פאר יארן.. אוי ואף על פי... מלא השתוקקות מלא געגועים.

רבותינו האט געשריבן:אני מאמין גאלדמאן
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

משה פאלאפל האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
משה פאלאפל האט געשריבן:אמאליגע ניגונים:

ניגון תתברך / היה עם פיפיות - וויזניץ
ויאתיו - וויזניץ
אליהו הנביא - וויזניץ
שמע ישראל / הוא אלוקינו - וויזניץ
חסל סידור פסח - בעלזא (אלבום קרב יום)
אוהבי ה' המחכים - בעלזא
רחם בחסדך - וויזניץ (די לאנגע און נאך איינס)
רברבין - חב"ד / וויזניץ
אומץ גבורותך - ניגוני קאזניץ

דאכטס זיך מיר אז אוהבי השם איז א קאמפאזיציע פון דער גבאי ר' שמעון וואלף קליין

מעגליך. די ניגון האט א שמעק פון אמאל.
אויף די סידי חביבין זינגט ער טאקע סאלא אויף דעם ניגון.

כ'האב געטשעקט, ס'איז טאקע זיינ'ס א ניגון
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

די ניגון וואס ערוועקט די התעוררות ביי מיר די שטערקסטע איז אך לאלוקים דומו נפשי
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

מיין ווארעמסטער ניגון:

השמיעיני את קולך - שלמה קארלבאך!
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

די באוואוסטע אני מאמין וואס מען האט געזינגען ביים תולדות אהרן הדלקה (און ווי נישט..) ברענגט מיר טרערן יעדעס מאל איך הער עס און איך טראכט פון די מעשה פון ווי די ניגון שטאמט.
פארגאנגענעם לג בעומר האב איך טאקע מיטגעהאלטן די לייוו האוק אפ פון תולדות אהרן מיט טרערן ביי אני מאמין, טויזענטער יודן שרייען צוזאמען אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח.. יעדער מיט זיין פעקל צרות און נסיונות נישט קיין חילוק ארים צו רייך פונעם ריעל עסטעיט מאגנאט ביזן דארפסמאן און אוישוויץ אונז גלייבן מיר און שרייען אלע די זעלבע זאך
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

אלי אתה ואודך חב׳ד
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

חוץ פון דעם האט געשריבן:די אידישע ניגון פון מיכאל שניצלער אויף די טעיפ 'שמחה חסידית'.. (אגב איינער ווייסט ווער עס האט געמאכט דעם ניגון??

די ניגון הייסט מיין טייער קינד, ס'איז פינקי וועבער'ס קאמפאזיציע.
טאקע א ווארעמע ניגון.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”