מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

ברוכים הבאים כ'האף דא צו שרייבן פון צייט צו צייט מעשיות וואס ר' שלמה האט דערציילט אז דאס ליגט אונטער זיינע ניגונים
כ'האף מ'וועט הנאה האבן
און קאמענטירן
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

בע"ה
כי בשם קדשך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם וועד
ווארשא געטא פרוס חג הפסח תש'ב
אין א בונקער ערגעצוואו אין א זייטיגן געסל נעבן געטא זיצן זיבעצן נפשות פארשמאכטעטערהייט די שימלדיגע לופט באניינזאם מיטן גייסטיגן פארטעמפטקייט וואס נעמט ארום די מצב האבן פראדוצירט א סיטואציע וואס לאזט נישט טראכטן אפי' פון פראווענען א סדר

דער עולם זיצט און הערט צו מיט אנגסט די פרישע נייעס וואס קומט אן אלע וויילע פון אנטאני דער גוי וואס באזארגט זיי מיט ברויט אין וואסער דער קומט יעדע פאר שעה מיט פרישע נייעס וועגן דעם פראנט

ליל בדיקת חמץ איז דער גוי אנגעקומען מיט די ידיעה אז ביידע פראנטן וואס דער דייטש האט געעפנט קעגן דעם רוס ריקן זיך פאראויס מיט א שנעלן טעמפא אין ווי עס זעהט אויס גייען זיי אין געציילטע וואכן ארומנעמען מאסקעווע מיט א צוואנג וואס אפי דער ראפינירטער גענעראל זשוקאוו זעהט נישט קיין וועג וויאזוי זיך ארויסצודראפען דערפון סטאלינגראד איז שוין כמעט אינגאצן צוזעצט דער דעספאט היטלער ימ'ש איז שוין אזוי זיכער מיטן זיג אז ער האט שוין געהייסן אריבערפירן דריי פאנצער דיוויזיעס צו די טויערן פון מאסקעווע צום ענדגילטיגן שלאכט

יום ערב פסח קומט אן די ידיעה זאגאר אז קרעמלין איז דעפארטירט טיף אריין אין ווייס רוסלאנד נאר מיליטערישע כוחות זענען פארבליבן אין שטאט באקעמפן דעם גרויסן נאצישן חי'
דער עולם אין בונקער איז אריינגעפאלן אין א טיפע ביטערניש אפי' ר' שמואל וואס האט זיך פרובירט ביז יעצט זיך צו דערהאלטן איז אויך געווארן אונטערגעבראכן
דער עולם דערמאנט זיך צוריק ווי מען האט זיך דערקייקלט צום איצטיגן מצב פון די שיינע יודישע ווארשא מיט איר גלאררייכע היסטאריע גאונים וצדיקים.... ערשטע וועלט מלחמה... דער עולם קלייבט זיך צוזאם... צענדליגער רבי'ס זענען קובע משכנם אין ווארשא..... גרויסע צוזאמענקנופטן.... כנסי' הגדולה..... שווערע שמועות פון טשעכסלאוואקיי וועגן ווילדע דייטשע אנעקסירונג.... נירענבורג געזעצן.... שווארצע וואלקענעס ריקן זיך נענטער צו פוילן... ווי א דונער אינמיטן העלן טאג פלאצט אויס די שענדליכע חלוקה פון מאלאטאאו ריבענטראפ ווי מיט א הויכשטאפלערישע שחצנות איז פוילן געווען קאפוט פון איין מינוט אויף די אנדערע אן קיין שום שאנס פאר ווידערשטאנד... געלע לאטעס גייען אריין אין קראפט... וועכענטליכע סיסטעמאטישע אקציעס אויסצורייניגן די געטא פון יודן.... הארצרייסענדע בילדער פון קינדער וואס גייען אויס פון הונגער.... דער גרויסער מרידה באומות וואס פרייע יונגען האבן אונטערגענומען צו באפרייען דעם געטא.... די רציחות נוראות נאך וואס דער אויפשטאנד האט זיך ארויסגעשטעלט אלס קאלאסאלע דורכפאל..... געטא ווערט אויסגערייניגט אין א בליץ אקציע.... יענעם שרעקעדיגן פארטאגס ווען מען האט זיך אין איילעניש אריאגט אין בונקער מיט די קליינע קינדער אין די הענט.....

אין יעצט זיצט מען דא

יעדער איז פארטראכט .... ליוט די לעצטיגע ידיעות זעהט אויס ווי דער נאצישע חי' באקומט פולקאמע קאנטראל אויפן גאנצן ערד קוגל אין ווי עס לויטעט זיין פלאן וועט נישט בלייבן קיין איןן יוד אויפן וועלט

ס'איז פסח ביינאכט דער עולם קומט אריין אין יו'ט מיט אראפגעקלאפטן געמיט הלל איז געזאגט געווארן אונטערן רושם פון שטארקע מוחין דקטנות

וואס להושיבי עם נדיבים?....

ווען בצאת ישראל?...

באשעפער לא לנו!

הארץ נתן לבני אדם? מיר זענען באטיטלט אלס אונטער מענטשן (עפ'ל) וואס האבן נישט קיין רעכט דא צו זיין

אוישוויץ איז ארצות החיים????

ס'גייט נאך זיין אמאל חצרות בית השם?

בית ישראל ?בית אהרן? יראי השם?
אלעס איז אפגעווישט!

מן המיצר.... אקעי גאנץ גוט...

אנא השם !!!!!

מ'פאנגט שוין אן דעם סדר

דער עולם זיצט אומעטיג נישטא קיין זכר פון קיין חרות ר'שמואל נעמט ווי געווענטליך דעם אויפגאבע פון פירן דעם סדר אבער ער איז שוין אויך אינטערגעבראכן
מ'פאנגט אן קדש ורחץ מ'קומט אן צו מגיד הא לחמא עניא אין משה'לע דער זוהן פון ר' שמואל דער איינציגסטער יונגל דא אין בונקער שטעלט זיך אויף אין הייבט אן צו זאגן די פיר קשיות יעדער קוקט אוועק נישט וועלנדיג זיך דערמאנען פון די אייגענע קידער וואס זיצן שוין אינטערן כסא הכבוד ווי מען וועט ווארשיינליך בקרוב זיך טרעפן מיט זיי
משה'לע ענדיגט די פיר קשיות אין גראדט זיך אויס דאס רוקן און זאגט טאטע כ'האב נאך איין קשיא צו פרעגן...
יעדער דרייט זיך אויס מיט וואונדער אין נייגער צו הערן וואס דעם געליטן יונגל מיט די טיפזיניגע אויגן שטערט

משה'לע פרעגט

כ'זעה דעם מצב ווי ס'האלט ווי ס'שיינט זענען מיר אלע פארטיג מ'גייט אונז הרג'ענען!
וויל איך וויסן צו איך בין דער לעצטער יונגל אויף דער וועלט וואס פרעגט די פיר קשיות?....

א שטילקייט הערשט אין צימער ער האט געפרעגט וואס יעדער האט געטראכט די שטילקייט איז ארויף א דרגה צו שטאק שטילקייט ווען דער טאטע האט זיך אויפגעשטעלט
דער טאטע ר' שמואל נעמט זיך צוזאם אין מישט אויף א סידור צו די ווערטער

כי בשם קדשך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם וועד

דו הערסט מיין קינד מיר האבן א הבטחה פון השי'ת אז נישט קיין חילוק וואס די מצב פון כלל ישראל גייט זיין ערגעץ... ערגעץ.... ערגעץ אויף די וועלט וועט נאך פארבלייבן עפעס א איד וואס ער וועט אלעס אנפאנגען פונדאסניי מיר קענען זיין רואיג דער באשעפער וועט אונז נישט פארלאזן פאר אייביג ס'וועט פארבלייבן איינער וואס וועט אפהיטן די המשכת הדורות פון כלל ישראל

די מעשה האט ר' שלמה קארליבאך דערציילט אז אויף דעם ארויף האט ער געמאכט זיין גאר הארציגער ניגון כי בשם קדשך אין ער פלעגט עס נאכדעם זינגען מיט טרערן
אין זאל פלעגט נישט פארבלייבן קיין טרוקן אויג

זאל עס זיין לע'נ די זעס מיליאן קדושים שנעקדו על קדושת שמו יתברך
לעצט פארראכטן דורך עירין קדישין אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
חמשה קולות
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 3:21 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמשה קולות »

הערליכע ארבעט עירין! קיפ איט אפ, מיר קענען קוים ווארטן פאר נאך פון דיינע הערליכע ווערק, ביזט א מייסטער שרייבער מיט א גוטע פארשטאנד צו שלמה'ס וועלטל.
אוועטאר
מפוזר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:17 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און קיטוב

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפוזר »

וואף!
גאר א שטארקער ארטיקל עירין קיפ איט אפ!
כ'בין דא צוריק!!!!!
ווערציך געגלייבט....
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

זייער שטארק און גוט געשריבן!
אויב מעגליך ביטע מיטלייגן א לינק צום ניגון
ייש"כ.
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7306
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

הערליך... גיי אן...
קלמן יאסעלע האט געשריבן:אויב מעגליך ביטע מיטלייגן א לינק צום ניגון
ייש"כ.

גא"מ (אויך א לינק ווי ער דערציילט עס)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

א ריזיגן דאנק. הערליך!

גאם א לינק פונעם ניגון ביטע.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

@עירין, קומסט אריין גאר קלאר און רידנד, זייער א שטארקע ארטיקל. קיפיטאפ.

לגופו של ענין, סאיז דא צוויי רעקארדירונגען ווי רבי שלמה דערציילט דעם סיפור, איינס איז מער א קלארע אבער אין די צווייטע הערט מען מער דעם עולםס מיט ברומענישן.

מייקל שטרייכער האט בשעתו ארויסגעגעבן א ניגון מיט גראמען אויף דעם סיפור, ווער סהאט כח קען צוברענגען ולמצוה גדולה ייחשב.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

מתמודד האט געשריבן:@עירין, קומסט אריין גאר קלאר און רידנד, זייער א שטארקע ארטיקל. קיפיטאפ.

לגופו של ענין, סאיז דא צוויי רעקארדירונגען ווי רבי שלמה דערציילט דעם סיפור, איינס איז מער א קלארע אבער אין די צווייטע הערט מען מער דעם עולםס מיט ברומענישן.

מייקל שטרייכער האט בשעתו ארויסגעגעבן א ניגון מיט גראמען אויף דעם סיפור, ווער סהאט כח קען צוברענגען ולמצוה גדולה ייחשב.

ווארשע סדר, ר' מיכאל שטרייכער

https://drive.google.com/file/d/1TGhuSX ... p=drivesdk
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער שיין @עירין!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

wow!
beautiful
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

וכן תן כבוד ה' לעמיך

ער שטייט ביים כותל נאך דריי לעכטיגע וואכן וואס מ'איז ארומגעפארן לאורכה ולרחבה פון א'י מחזק זיין פארשטויסענע נשמות אין זיי דערנעטערן צום אייבערשטן
אסאך תפילות בקשות און תחנונים זענען פארגאסן געווארן דורך אים אין די לעצטערע טעג רוב פון זיי ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי
מ'האלט שוין דעם לעצטן טאג די לעכטיגע טעג גייען שוין דורך מ'גייט שוין צוריק אהיים אין גלות אין דער פרעמד צווישן גוים ווייל כך גזרה חכמתו

ער קען זיך שווער אפרייסן פונעם כותל ווארעמע געפילן נעמען אים ארום דער כותל שטייט אין קוקט אים אן מיט ווייטאגליכע בליקן
ער שטייט אין ער קוקט ער דערזעהט דעהם עק פונעם וואנט ער טראכט ווי וואלט דער וואנט געדארפט צו גיין ווייטער.. ס'וואלט ארומגענומען דעם גאנצן הר הבית אויף מזרח איז דער טיר ווי גאנץ כלל ישראל האט אריינגעשטראמט דריי מאל א יאר....

איי איז געווען צייטן . השראת השכינה בתפארתו יעדער איד האט א גאנץ יאר נאר געטראכט פון דעם הייליגן ארט ווי אלע אידן האבן זיך געשפירט ווי איין פאמיליע – קינדער פון השי'ת אליין און ווער רעדט נעך ווען ס'פלעגט שוין קומען די דריי מאל א יאר וואס יעדער גאנץ כלל ישראל האט געריכטעט די טריט צום זעלבן ריכטונג געשפאנט צום זעלבן ציהל אה איז דאס געווען געהויבענע טעג די שכינה הקדושה האט זיך אויף דעם אויסגעדריקט מה יפו פעמיך בנעלים

די טעג וואס מען האט זיך געגרייט צום יו'ט אין ירושלים עיר הקודש די גאנצע וועלט איז דארט געווען איבעראל האט זיך געשפירט א ערב יו'ט'דיגע שטימונג שווערע טויזנטער מענטשן האבן געשטראמט אויף די ירושלימער גאסן מ'האט געטראפן צענדליגער באקאנטע די פאקלען האבן באלאכטן די גאסן א גאנצע נאכט ס'איז געווען ממש לילה כיום יאיר
ווער רעדט ווען ס'איז געקומען דער יו'ט אליינס גאנץ כלל ישראל איז מיט א געהויבנקייט געגאנגען צום בית ה' מ'האט מרגיש געווען די שכינה די אהבה פון הקב'ה צו זיינע קינדער שמאלו תחת ראשי וימינו תחבקני

מען האט מקריב געווען קרבנות ווען עס שפילט אונטער דער מעכטיגער געזאנג פון די לוויים וואס האבן געזינגען ניגונים פול מיט געגועים צו הקב'ה געזאנגען וואס האבן צובראכן די הערצער מעלאדיעס פון היכל הנגינה וואס האבן געטראגן דעם נפש ווייט און הויך

דער קלימאקס איז אבער געווען שמחת בית השואבה ווען יעדער איד האט זוכה געווען צו רוח הקודש פעסער טרערן פון אהבה זענען פארגאסן געווארן אויפן ארט דורך יעדן איד יעדער האט געוואלט באמת זיך צוריקקערן צום אייבערשטן אינגאנצן יעדער האט געשפירט דערהויבנקייט אידישע נשמות זענען געווארן אויסגעוואשן מ'האט געשפירט א העכערע ריינקייט א געוואלדיגע שמחה אין התרוממות

דא זענען די לוויים נאכאמאל אריינגעקומען אין בילד אין דעהויבן דעם ציבור מיט שטורעמישע געזאנגען אזש די פיס זענען אליינס ארויס אין א טאנץ ניגונים וואס זענען געקומען פון היכל השמחה אין דערהויבן דעם נפש צו די הויכע רוימען

דאס איז געווען!

אין ס'איז מער נישטא!!!!

אין יענעם ביטערן ט' באב ווען טיטוס איז אריינגעקומען אין ירושלים אין מיט א אומבאגרעניצטע רשעות צושטערט די טייערסטע וואס מיר האבן פארמאגט ס'איז גארנישט געבליבן
...
שטייט ער און טראכט מיט וואונדער ווי זענען אלע ניגונים פארשוואונדן?

ער פארגייט אין א געוויין פון בענקשאפט הלוואי ווען מיר האבן ווען די ניגונים כאטש א שטיקל זכר צו אלעס וואס מיר האבן פארלוירן
נאך שעות מתפלל זיין האט ער אוועקשפאצירט פון כותל מיט א שווערן געמיט אז מ'דארף שוין צוריקגיין אהיים קיין חו'ל

אויפן וועג ארויס באגענט ער א עלטערע יוד ער כאפט א שמועס מיט יענעם בתוך הדברים זאגט אים יענער מיר האבן מקובל איש מפי איש פון הייליגן בעל שם טוב אז די איינציגסטער ניגון וואס איז אונז פארבליבן פון בית המקדש איז די נוסח פון ימים נוראים וואס ווען א איד דערמאנט זיך אינמיטן דעם קאלטן ווינטער פון דעם נוסח פילט זיך אן דאס הארץ מיט בענקשאפט

ר' שלמה האט זיך ממש דערפרייט ביים נעקסטן קאנצערט האט ער דאס איבערדערציילט אין נאכדעם אנגעפאנגען ובכן תן כבוד ה' לעמיך....

זינט דעמאלט פלעגט ר' שלמה זינגעו ביי יעדן קאנצערט א שטיקל פון די ימים נוראימ'דיגע נוסח
יה'ר שיבנה בית המקדש במהרה
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

א גרויסען שכויח @עירין דיינע ארטיקלען איז ממש א מחי'צו ליינען. איך קוק ארויס אויף נאך ארטיקלן בקרוב.
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

הערליך הערליך שיין א גרויסן שכח ר' @עירין אויב מעגליך ביטע ברענגען די מעשה פון יוסעלע פון קראקא אין ווי ער האט צוריקגעברענגט ר יוסף'ס אייניקל דורך דעם ניגון.
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

הערליך @עירין א גרויסע שכח
עס איז ווערד די ארבעט !!
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
פיק אפ טראק טאמבלסאס
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:27 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק אפ טראק טאמבלסאס »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

הערליכע ארבעט
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ארשיווער ראש הקהל האט געשריבן:הערליך הערליך שיין א גרויסן שכח ר' @עירין אויב מעגליך ביטע ברענגען די מעשה פון יוסעלע פון קראקא אין ווי ער האט צוריקגעברענגט ר יוסף'ס אייניקל דורך דעם ניגון.

יוסעלע דער קארגער...

נאך א געוואלדיגע ערצעלונג פון דעם הייליגער פיאסעצנער אין לאגער, וויאזוי טראץ אלעס וואס ער איז דארט פאראיבער, אבער דאס יום טוב דאווענען אום שמחת תורה האט ער געזאגט מיט א פלאם.

דער בלינדער חזן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

;l;p-

הערליך עירין. מ'האמער שטארק הנאה.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

צו געזונט האט געשריבן:
ארשיווער ראש הקהל האט געשריבן:הערליך הערליך שיין א גרויסן שכח ר' @עירין אויב מעגליך ביטע ברענגען די מעשה פון יוסעלע פון קראקא אין ווי ער האט צוריקגעברענגט ר יוסף'ס אייניקל דורך דעם ניגון.


נאך א געוואלדיגע ערצעלונג פון דעם הייליגער פיאסעצנער אין לאגער, וויאזוי טראץ אלעס וואס ער איז דארט פאראיבער, אבער דאס יום טוב דאווענען אום שמחת תורה האט ער געזאגט מיט א פלאם.

טאקע א געוואלדיגער ערציילונג, עס קומט מיר ארויף יעדער יום טוב ווען די חזן הייבט אן צו זינגען פאר ברכו. ( עס איז נישט אזוי ווייט א מעשה צו נאך דערציילן, צו דעם דארף מען זיין ר' שלמה צו קענען דערציילן א מעשה פון א מינוט אין 10 מינוט)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

און וואס איז מיט זיין אונטערשריפט (סיגנעטשויר) ערצעהלונג פון ווילעדניק?

משה'לע דער וואסער טרעגער

חאצקעלע לכבוד שבת

אליהו הנביא אויף די באן מיט די חתן כלה

ווער רעדט נאך פון זיינע מעשיות מיט די ל"ו צדיקים

א מעשה וואס ער דערציילט אין אידיש פון ר' שלמה לייב פון לענטשענע

גראדע קאן איך אסאן פון זיינע ערצעלונגען. אבער דער עירין קדישין לייגט עס אראפ אויף אידיש מיט שטארקען זאפט! שקויעח!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

עירין קדישין האט געשריבן:בע"ה
כי בשם קדשך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם וועד
ווארשא געטא פרוס חג הפסח תש'ב

א גרויסע שכח הרב עירין קדישין פאר די שיינע ארטיקל.
כמדומני אז עירוב פרשיות כתוב כאן...
די דאטום וואס דו שרייבסט אז די מעשה איז פארגעקומען איז ערב פסח תש”ב וואס דאס איז פינקט א יאר בעפאר די אפיציעלע ווארשע געטא אויפשטאנד וואס איז פארגעקומען ליל הסדר תש”ג (אומאפיציעל האט זיך די אויפשטאנד שוין אנגעפאנגען 2 חדשים פריער). די גרויסע אפיציעלע סיסטעמאטישע רציחות האבן זיך ערשט אנגעפאנגען אינמיטן זומער תש”ב . אנפאנג פעברואר 1943 וואס דאס איז אדר תש”ג האט שוין דייטשלאנד זיך אפיציעל אונטערגעגבן פאר די רוסן אין סטאלינגראד. די שרייבסט אז מען האלט שוין נאך די אויפשטאנד און די דעפארטירונגען וואס דאס קומט אויס תש”ג אבער אינמיטן די קאמפן פין סטאלינגראד וואס דאס איז אין 1941 1942. נאכמער ערב פסח תש’’ב האלט מען שוין נאך די בארימטע רוסישע ווינטער ווי די רוסן זענען שוין געווען אויף די אפענסיווע. דוכט זיך מיר אז די קרעמליןס רוקצוג פון מאסקעווע איז געווען סוף 1941 מער אנפאנג פין די מלחמה פון דייטשלאנד מיט רוסלאנד.
איך וואלט ענדערש געזאגט אז די מעשה איז פארגעקומען (אויב בכלל....) ליל הסדר תש”ג וואס יענע נאכט האט זיך אנגעפאנגען די מרד גטו וורשה אין פון דעם איז געווען די פחד.
נאכאמאל א גרויסע שכח פאר דיינע ארטיקלען. סאיז הערליך געשריבן. כהאב נאר געוואלט קלארשטעלן די פאקטן ודו”ק כי קצרתי
לאנטשבאקס
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 9:22 am

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטשבאקס »

לבקשת הציבור: אויב מקען אויך ארויפלייגן די אריגינאלען ניגון פון ר שלוימעלע אז דערוילם זאל וויסן פון וואס מדערט דא
יישר כח
אהללה ה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי
רוּחַ אִישׁ יְכַלְכֵּל מַחֲלֵהוּ - משלי יח יד
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

רכבת הקלה האט געשריבן:
עירין קדישין האט געשריבן:בע"ה
כי בשם קדשך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם וועד
ווארשא געטא פרוס חג הפסח תש'ב

א גרויסע שכח הרב עירין קדישין פאר די שיינע ארטיקל.
כמדומני אז עירוב פרשיות כתוב כאן...
די דאטום וואס דו שרייבסט אז די מעשה איז פארגעקומען איז ערב פסח תש”ב וואס דאס איז פינקט א יאר בעפאר די אפיציעלע ווארשע געטא אויפשטאנד וואס איז פארגעקומען ליל הסדר תש”ג (אומאפיציעל האט זיך די אויפשטאנד שוין אנגעפאנגען 2 חדשים פריער). די גרויסע אפיציעלע סיסטעמאטישע רציחות האבן זיך ערשט אנגעפאנגען אינמיטן זומער תש”ב . אנפאנג פעברואר 1943 וואס דאס איז אדר תש”ג האט שוין דייטשלאנד זיך אפיציעל אונטערגעגבן פאר די רוסן אין סטאלינגראד. די שרייבסט אז מען האלט שוין נאך די אויפשטאנד און די דעפארטירונגען וואס דאס קומט אויס תש”ג אבער אינמיטן די קאמפן פין סטאלינגראד וואס דאס איז אין 1941 1942. נאכמער ערב פסח תש’’ב האלט מען שוין נאך די בארימטע רוסישע ווינטער ווי די רוסן זענען שוין געווען אויף די אפענסיווע. דוכט זיך מיר אז די קרעמליןס רוקצוג פון מאסקעווע איז געווען סוף 1941 מער אנפאנג פין די מלחמה פון דייטשלאנד מיט רוסלאנד.
איך וואלט ענדערש געזאגט אז די מעשה איז פארגעקומען (אויב בכלל....) ליל הסדר תש”ג וואס יענע נאכט האט זיך אנגעפאנגען די מרד גטו וורשה אין פון דעם איז געווען די פחד.
נאכאמאל א גרויסע שכח פאר דיינע ארטיקלען. סאיז הערליך געשריבן. כהאב נאר געוואלט קלארשטעלן די פאקטן ודו”ק כי קצרתי

יישר כח פאר דיין אינפארמאטיווע הערה כ'האב נישט צוגעלייגט צופיל קאפ צו די טעכנישע דעטאלן
ייש'כ עניוועיס
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן יישר כח @עירין פאר דיינע הערליכע ארטיקלען, זייער הארציג און רירנד. כוואלט דיר ווען געראטן צו לייגן יעדע מעשה אין א עקסטערן אשכול [מעגליך אין קרעטשמע] און דא אהערלייגן די לינקס, סאיז א שאד אז דער עולם זאלן פארפאסן די ארטיקלען.

פונעם והכן תן כבוד וועל איך ברענגען דעם טרעק, די ווארשעווער סדר טרעף איך נאכנישט. סאיז כדי אנצומערקן אז ר שלמה זאגט אויפן טרעק אז ער האט אביסל צוגעלךייגט צום ארגינעלן נוסח, בכל אפן וואלט איך רעקאמאנדירט פאר איעדעם אויסצוהערן דעם טרעק, סליגט טאנען פון רגש אין איר.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: מעשיות אונטער ניגונים - ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

צו געזונט האט געשריבן:און וואס איז מיט זיין אונטערשריפט (סיגנעטשויר) ערצעהלונג פון ווילעדניק?

משה'לע דער וואסער טרעגער

חאצקעלע לכבוד שבת

אליהו הנביא אויף די באן מיט די חתן כלה

ווער רעדט נאך פון זיינע מעשיות מיט די ל"ו צדיקים

א מעשה וואס ער דערציילט אין אידיש פון ר' שלמה לייב פון לענטשענע

גראדע קאן איך אסאן פון זיינע ערצעלונגען. אבער דער עירין קדישין לייגט עס אראפ אויף אידיש מיט שטארקען זאפט! שקויעח!

חצקעלע לכבוד שבת איז נישט קיין מעשה סתם ער האט געטראפן א איד וואס האט דאס געזינגען . וואס שרייב איך ווייטער?
די מעשה מיט די באן איז די עיקר געלונגענקייט ווי ער מאכט נאך דעם שווארצן
זיינע מעשיות מיט ל'ו צדיקים קענסטו שוין היינט טרעפן אין עונג שבת....

שכח פאר די קאמפלימענטן
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”