א שרייבערל האט געשריבן:איך האב א געפיל אז ס'איז דרשו וואס שטייט דערונטער, אין בעפארברייטונג צו זייער סיום הלכה ארויסצוקומען מיט צוויי סידי'ס פון ניגונים למען ה'טראסק,
ס'מאכט סענס ווייל זיי האבן אלץ ליב צו גיין גרויס צוואנציג אראנדזשירער זיבעצען זינגערס וכו'. אבער פון די אנדערע זייט וואלטן זיי געמעגט נעמען זייער 'דרשו איד' מארקעטער, ווייל מיטן ארויסלייגן עדס מיט גרויסע חברה צוזאמגעמישט מיט קלענערע בלויז ווייל דרשו וויל קענען שרייבן גרויסע נומערן נעמט אוועק אביסל פון די ענטוזיאזעם ביים עולם,
און אזוי ווי @יצחק אייזיק האט געשריבן אז נאכן זעהן די צווייטע עד פלאנט ער עס נישט צו קויפן, (וואס דען? אפשר קאפיען!,)
ערנסט גערעדט ס'פאסט נישט פאר דרשו אזא מארקעטינג, זיי האבן זיך לדעתי אביסל אראפגעברענגט.
אזוי צו אזוי וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן אויב ר' דוד האנשטטר איז אונזער קומענדיגע מלחין ביי כלל ישראל ווייל ווי זיי שרייבן גייען אלע ניגונים זיין פון 1 קאמפאזיטער, און ווער דען פון דרשו אויב נישט ר' דוד!.
קריטיק געבויט אויף אן אייגענע טעאריע, מתוק.