לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארלאשן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 4:17 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארלאשן »

כינור ווי ביסטע?..כוויל דיר פשוט א קיש געבן אין שטערן!
אזא קאמבאניציע פון טאלאנט! דיין פעדער, דיינע ליינס, דיין הומער, ועל כולם דיין דיין מוזיק פארשטאנד! געוואלדיג!!

די דודוק באגלייט מיט די מענדאליען ביי די אריינפיר צו עוד יוסף חי איז ביוטעפול!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

בניהו האט געשריבן:אגב די שטיקעל ביי 4:49 און ווייטער פון עוד יוסף חי ענדלט אביסעל צו די ”די שטארקייט פון טויזענט מענער” קאמפאזיציע פון פריילעך



לייג ארויף דער קאמפעזיציע פליס
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

כינור, די האסט מיר געטריבן מיין דמיון צום קלימאקס, דיין טאלאנט פון ארויסברענגען יעדע שניפסל און קנעפעלע מיט אזא קאלירפולקייט, אומבאשרייבליך
קאלירפול שארף און דעטאלירט אראפגעליייגט, א מעדאל קומט זיך דיר
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

Wow wow כינור דיין מויזיקאלישע אויער אין דיין מייסטערהאפטיגע הסברה און פעדער איז נישט צום באגרייפן יישר כח יישר כח... אויף שוועקי'ס אלבום קומט נאך עפעס?
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

ארשיווער ראש הקהל האט געשריבן:Wow wow כינור דיין מויזיקאלישע אויער אין דיין מייסטערהאפטיגע הסברה און פעדער איז נישט צום באגרייפן יישר כח יישר כח... אויף שוועקי'ס אלבום קומט נאך עפעס?

ווארט מיר אויך
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יישר כח כינור!! סאיז א פלעזשור צו ליינען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

טענקס כינור!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

פרעכטיג האט געשריבן:WOW no words

שכוח אייך!
abeg האט געשריבן:וואס גענוי שלום בית האט מיט קרבן?אז די מזבח רינט טרערן װען א שטיב ציטײלט זיך איז װען ס׳איז יא דא שלום בית א קרבן

שטארק!
פארשער האט געשריבן:און אז מען דארף מקריב זיין פאר שלום בית.

גא"מ
ציגאנער האט געשריבן:

שכוח ציגאנער! כ'האב הנאה האסט הנאה געהאט.
הארי פלארי האט געשריבן:געהערט די סידי יעצט בשעת'ן ליינען די פירוש פון כינור ס'האט אלע טעמים

אין אמת גערעדט די לעצטע שטיק צייט איז ביי מיר די "טשערי אן די פיי" פון יעדע סידי צו ליינען כינור'ס אנאליז בשעת'ן עס הערן

יישר כח

פשיהא, ס'מיר א כבוד ר' הארי! יישר כוח
כלל וכלל האט געשריבן:

יישר כוח!
crunchy האט געשריבן:

יישר כוח. אזאנע קאמפלימענטן געבן געז צו שרייבן!
ממוצע האט געשריבן:

א דאנק אייך ממוצע!
פארלאשן האט געשריבן:

העי, איך בלאש... באמת יישר כוח!
מה בכך האט געשריבן:

יישר כוח! פארן מעדאל...
ארשיווער ראש הקהל האט געשריבן:

פונעם ראש הקהל אליין? שכוח!
צופלאטשעט האט געשריבן:

שוואקי איז א קאלעקשען.
ענדע צדיק! האט געשריבן:

יו וועלקאם ענדע!
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:

שכוח!
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

כינור האט געשריבן:
קאלינען האט געשריבן:אין די פרצופיהן טרעק רעדט מען פון קעדילעק באלעבאטיש טעסלא ועוד

ביסט אריין אין די גורל

האביך עפעס געוואונען?
אוועטאר
ליכטיגע פארבן
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליכטיגע פארבן »

זייער אינטרעסאנט כינור. אז די מאכסט שוין יא אזא גוטן ארבעט, וואלט איך זייער געגליכנט צו ליינען דיינס אן אנאליז אויף אן אלבום טאקע שוין אפאר יאר אלט אבער וואס זאל איך טוען, איך האב דיר נאר יעצט געטראפען.

'דא ווינט א איד' פון וועדיגער, וואס כאטש וואס עס האט רייכע מוזיק, גוטע נגונים (כמעט אלע), א ווערייעטי פון סטיילס, באט עפעס האט נישט געכאפט ביים עולם. גוטע סחורה איז נישט געווארן אויפגעפיקט אין בכלל עפעס הערט זיך נישט גוט. עס איז נישט נאר מיינע אויערען, געהערט די זעלבע פון נאך מענטשן.

איך מיין אז געבען די גאנצע מוזיק פאר שוע פריד (וואס האט שוין טאקע געאכט גאר שיינע זאכן) איז געוועהן א מיסטעיק. כינור געב דיין בליק אויף דעם אלבום.

סארי פון פאראויס פאר אלע וואס האלטן אז איך בין גענצליך נישט גערעכט.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

@כינור, דו ביסט עפעס א נישט נארמאלער גוטער שרייבער!


כינור האט געשריבן:א הייליגע DJ מעמד צו משמח זיין די משמחים פונעם חתן

:lol: :lol:
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

וואלד האט געשריבן:@כינור, דו ביסט עפעס א נישט נארמאלער גוטער שרייבער!


כינור האט געשריבן:א הייליגע DJ מעמד צו משמח זיין די משמחים פונעם חתן

:lol: :lol:


טענקס סאו מאטש!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איידל און באחיינט האט געשריבן:@כינור איך וואלט שטארק געוואלט הערן פון אייך הערות אויף מיין אנאליז און אויפן אלבום בפרט, ווי אויך אלע אנדערע מבינים ווערן געבעטען אריין צו קומען קלאר.



באמת שיין. קיעפ איט אפ!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: קרבן עולה צו חטאת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

בערי וועבער. דער פאפוליסטישער זינגער וועכלער האלט זיך פארט פארוויקלט אינעם ספירטועלן טלית, פון איין זייט שרייט חג שמח אויף די העכסטע טענער, מצד שני איז מקריב קרבנות ווי א ראש ישיבה. זיין קאריערע ציהט אינטערעסע ביי סיי וועלכער מוזיק ליבהאבער, מען קען זאגן אז מיט זיין פערזענליכקייט האט ער שוין משחד געווען פאראנטווארטליכע פון אלע ספעקטרומען, ער זינגט א ניגון פון צולאזעניש אבער זאגט א דרשה פון ערנסטקייט און טיפקייט.

נאטורליך האט מיר בעריס סידי ריליעס אריינגעלייגט אין א ערנסטע געיעג צו באקומען דעם דיסק, מיינע קארטלעך האבן דאסמאל נישט געארבעט און כהאב מיר געטראפן אין יענעם אלטן נאסטאלגישן קרן שמואל ישעי בונקער, אט דארטן ווי כהאב מיר איינגעהאנדלט מיין ערשטן סענסע פלעיער ארויפלייגנדיג מרדכעבעדעיוועדס כיסופים און מיכאלס טרעק 5 שטיי איך יעצט צווישן הויפענעס בחורים און אינגלעך בעטנדיג פאר בעריס נייע סידי, נאך איידער דער כולל אינגערמאן האט עספיעט מיר אפצוצאלן דאס רעשט בין איך שוין געווען א איינגעשטעקטער צו די פרישע טענער פון קרבן.

די פעקעדזשינג און מארקעטינג פונעם אלבום איז בלי ספק געווען א סוקסעספולע, בכלל האט מיר דער נאמען קרבן ספעציעל געכאפט, סאיז נישט קיין לאזונג אדער געדאנק, סאיז א אביעקט. פארט איז דער אביעקט גאר א ספעציעלער און ברענגט אויף גענוג ווארעמע געפילן, ווי אויך איז דאס אוריסנעמען דעם ווארט פון חומש ארויס און אריינפעקעדזשן אין היינטיגע גראפיקס עפעס וואס ברענגט דעם צוקוקער א געוויסע געפיל פון חידוש און קריעטיוויטעט.

ליינענדיג אין ביכל אז דער נאמען איז אינספירירט ביי זיינע תלמידים וועלכע זענען מקריב קרבנות טעגליך בין איך ספעציעל בארירט געווארן, כבין נעכטן געווען ביי א חתונה ווי אסאך אזאנע האבן זיך באטייליגט און האבנדיג שייכות פון עבר מיט טייל פון זיי האבן מיר מאנכע אנגעפרעגט איבער די נשמהלעך וועלכע וואלגערן זיך ארום אויף גאטס וועלטל, ווען כהאב געעפנט מיין מויל דערציילנדיג די געשיכטעס פון עטליכע פון זיי זענען מיינע אויסהערער שטום געווארן פון שטונונג, ווען ביבער היטן הערן די העראאיזם פאר ספירטועלע סורווייוול באהאלטן אונטער באוואקסענע טשופיקעס קענען זיי נישט בלייבן גלייכגילטיג, אלזא איז דער מקור פאר אט דעם אלבום א הייליגער.

אלזא גיימיר זיך נעמען איבערן אלבום טרעק ביי טרעק, געווענטליך שרייב איך נישט קיין אלבום רעצענזיעס און זיכער נישט אזוי שנעל נאכן ארויסקום אבער אין פאל שפיר איך זיך שוין רייף דערצו, פארוואס ווייסט איין גאט. מעגליך וויבאלד כבין שטארק רילעיטעד צו בעריס זינגען און ניגונים.

רצון בוראינו: עפעס האב איך א נעגאטיוון געפיל אנצוהייבן רעוויוען דעם דיסק ביי פונקט דעם ניגון אבער אז פאר בערי איז באקוועם געווען צו עפענען דעם סידי מיט דעם ניגון קען איך נישט מער ווי מיטארבעטן.

פון די לעצטע סידי געדענק איך נאך אז בערי הייבט אן מיט א געגנבעטע ניגון, אנחנו מאמינים וכו, פערצופאל האב איך עס דאן געגליכן נאך וואס סאיז געווען גענומען פון אלטע חבדסקע לידער מיט א עכטן אויטענטישן טעם באגלייט מיט א שטארקע ארעינדשמענט ביי מונה, דאסמאל האט בערי טאקע געגנבעט אבער פון עפעס א פלאץ ווי איך וואלט לאוו דוקא באזוכט, זעהט אויס אז די חבדסקער האבן שוין געלייגט צוימען אויף זייערע זאפאסן און גנבנען קען מען נאר פון היימישע... די מוזיק איז אויך נישט עפעס וואס מאכט מיר פאלן אבער שוין, הרבה אור דוחה מעט חושך.

קרבן: אט לאמיר רעדן אביסל איבער איינעם וועם כהאב שוין אפט ארונטערגעריסן אין עבר און האט א ערנסטן טייל אין דעם אלבום, און דאס איז הערשעלע וויינבערגער. הערשי האט ארויסגעשפראצט פון די שניצלער סטודיאס און אנגעהויבן פראדוצירן לידער ווי דער סארווירער ביים שווארמא וועגל, ווי ער האט אליינס באשטעטיגט האט מען אים גערופן פון יונגערליך בעטנדיג פאר צען לידער אויפאמאל, ער האט זיך געזעצט ביים פיאנא און גענומען קאמפאזירן אויף א טעמפא איבערהיפנדיג צוויי שטיגן אויפאמאל.

פאר א גרויסן טייל פון אונז איז דער נייער שטערן פארגעקומען ווי א בלאסער לבנה, נאכוואס מערסטנטייל פון זיינע לידער זענען געווען לויז און פאפוליסטיש. ווען זיין נאמען האט אנגעהויבן גיין סינאנים מיט "דאווענען" האבן שוין קיין סיבות נישט געפעלט אים צו פארזיגלען אלס דער פאנטרעגער פון אלעס וואס איז אומריכטיג אינערהאלב חרדישע מוזיק.

פארט אבער האט זיך מיט די צייט אנגעהויבן ארויסצושיילן אומקלארקייט אין וויינבערגערס קאריערע, ווען אזא קל מסתתר איז ארויס דירעקט פון זיין נשמה האט ער אריבערגעווינען היפשע סימפאטיע, נאכפאלגנדיג מיט א מוציא אסירים אדער ויתן לך. בני היכלא און ליקוטי מוהר"ן האט דער בילד באקומען עטוואס קאליר און הערשי וויינבערגער האט שוין געמיינט עפעס מער פון "ומרקדין ומשמחין איינס צוויי דריי"

עס וועט נישט זיין בארעכטיגט אויב מיר וועלן נישט אנערקענען אז צוביסלעך האט דער אינגעמאנטשיקל אנגעהויבן ארויסצושטעקן א הערצל און א נשמה אונטער שיכטן פון לופטיגע פראדוקציעס, ווען איך זעה היינט הערשי וויינבערגער פארחתמט אויף א ניגון וועל איך עס אויסהערן מיט היפשע נייגער נאך וואס דער בחור טויג און איך ווער אפטמאל נישט אנטוישט, אלזא לאמיר גיבן פאר הערשי וואס קומט אים, און הלוואי זאלן פון אים קומען נאר גוטע זאכן.

פארט איז אין דעם פאל היפש אנדערשט, ווען בערי וועבער גיבט ארויס א סידי מיינען ביי מיר די קרעדיטס נישט קיין סאך. אויב איז הערשי וויינבערעגר פאר זיך א מייסטער איז ער אינאיינעם מיט בערי א קעניג, און דאס זעהט זיך היפש קלאר אן אויפן קרבן לידל און אויף זיין ארבעט אויפן דיסק אין אלגעמיין, בערי האט ארויסגעברענגט הערשי אין זיינע שענסטע קאלירן.

די געדאנק אונטער קרבן איז א ספעציעלער, די ווערטער וואס מיר אלע קענען פון יוגנט אויס באקומען א פרישן באדייט ברענגענדיג דעם אלטפארצייטישן קרבן צו א אינדווידועלע מיינונג. די תנועות פונעם ערשטן פאל זענען אין מיינע אויערן אריינגעקומען גאר אייגנארטיג, ובפרט די צווייטע פראזע פונעם ערשטן פאל וועלכע גיבט א מוחינדיגער געפיל און טראגט אריין אין עולם המחשבה, די הויכע פאל פארט שוין מיט און די צווייטע חלק פון די הויכע פאל איז גראדע גאר אנגענעם, אין מיינע אויגן קען מען זיך אפשר טועה זיין און עס אנקוקן ווי עפעס א לופטיג לידל פונעם קומזיץ קולטור ארויס בעת וואס אין מיינע אויגן ליגן דערין הויפענעס רויע געפילן.

די מוזיקאלישע פראדוקציע איז גאנץ סמוד אין לייכט און גיבט אסאך צו צום ניגון, די כאר קומט אריין גאר איידל און בעריס וואקאלן זענען אין געוויסע פעלער מער פון געוואלדיג, דאס אראפפארן אקטאוועס און פרובירן צוצולייגן תנועות צום ארגינאל ביים צווייטן מאל איבערזינגען איז מיר ממש נישט געפאלן, כווייס נישט וואס איז דעם גערשי שווארץ איינגעפאלן אבער מיר גריצלט עס אין די אויערן, מעגליך אז סהאט עפעס א הסבר בבחינת רצוא ושוב אבער נאטורליך וואלט איך עס ארויסגענומען פונעם טרעק. אבער דאס איז אלץ טעכניש גערעדט און וועם גייט אן טעכניש. די נשמה דא וויגט אלס איבער.

גיב א שמייכל: דער ניגון איז שוין אן אלט באקאנטער, קאמפאזירט דורך די בלומשטיין ברודער פון טענקיו השם אויב כגעדענק גוט. נישט עפעס ספעציעל, פארמאגט א פאזיטיווע לופטיגע מעסעדזש מיט א געשמאקע דרייו, מער פון דעם האב איך נישט צו זאגן. ווען איך הער עס מיש איך נישט ווייטער אבער כקען מיר נישט זעהן אויפמישן אהין.

מאן דיהיב: דער לידל האט שוין זוכה געווען צו לויב פון אסאך צוהערער און געוויסע זאגן גאר אז דאס איז די בעסטע אדער איינס פאר די בעסטע ליד פונעם אלבום, א זאך מיט וואס איך וועל קאטעגאריש נישט צושטימען, דער לידל איז אין מיינע אויגן א פוסטער אבער איז זוכה צו אזאנע שבחים אין ליכט פון די עלעמענטן ארום איר, דער מעלאדיע פאר זיך איז נישט ווערט דאס גערעדעכץ.

נאר וואס? סאיז זייער שווער צו אפווארפן א לידל וואס הייבט זיך אן מיט הארציגע סקולען געשטימטע תנועות באגלייט מיט נאסטאלגישע לאופער פידלען, א הויכע פאל אין גאטונג פון יוסי גרינס אלטע פליישיגע דריי פעלערדיגע לידער און ווער רעדט נאך פונעם דריטן פאל סטרעיט גענומען פון לאמיר מאכן קידוש וואס האט עס געבארגט פון א פיפטן, דארטן ביניך שוין אויך געפאלן למען האמת אבער דער לידל ביי מיר איז נישט עפעס מוראדיג, די תנועות זענען צוזאמגעקלאפטע אן קיין געהעריגע סדר ווי אויך איז די פרעזינג נישט אין בעסטן צושטאנד, אבער אז דער עולם גלייכט עס איז עס ווארשיינליך געווען א גלייכע זאך ארויפצולייגן.

אביסל: ווען מען אנאליזירט בערי וועבערס נגינה קאריערע איז נישט באהאלטן די ספעציעלע עקסטאז מיט וועלכע דער היימישער עולם באטראכט זיינע ווערק, ווען וועבער גיבט עפעס ארויס ערווארט מען פאר עפעס פריש און חידושפול, אויב וויל מען זעהן פאזיטיווע טוישונגען אין די נגינה אינדוסטריע וועט מען אייביג לייגן האפענונגען אויף בערי און די סיבה איז א פשוטע ווי פאלגענד.

מער פון בלויז מאכן גוטע מוזיק צייכנט זיך בערי אייביג אויס מיטן דערשמעקן די זאך וואס איז ניי און פריש, בעת וואס דער אלגעמיינער זינגער וועט נאכלויפן יוסי גרין פאר נאך א אברהם פריד קלאסיק וועט בערי וועבער ליבערשט לייגן כוחות אינעם קומענדיגן שטאפל, בעת וואס דער עולם האט זיך שוין דערלערנט צו עסן ראק ענד ראול אדער טעכנאו וועט ער ברענגען א רעגעי און ווי גוט זיין מוזיק זאל נאר זיין וועט ער אלס שטרעבן צו גרייכן א פרישן אלטערנאטיוו.

אט די אייגנשאפט זעהט זיך ספעציעל אן ביים "אביסל" ניגון, דער קאמפאזיטאר איז א אומבאקאנטער און נאכמער פון דעם איז די סטיל אומבאקאנט, מקען הערן לייכטע אפדרוקן פון רעפ און מעגליך בלוז טענער וועלכע זענען נאכנישט געהעריג באנוצט געווארן ביז היינט אינערהאלב היימישע מוזיק. צו זאגן אויף דעם ניגון אז סאיז א חידוש וועט לכאורה זיין אונטערגעזאגט וויבאלד מער ווי סאיז א חידוש פאר זיך איז עס א מוסטער וויאזוי א חידוש ברויך אויסצוקוקן.

די געדאנק אונטערן אביסל איז גאר ספעציעל, א געבורטסטאג איז נאך א פארעם פון אפצייכענען חידוש און דערגרייכונג און אידישע קינדער וועלכע זענען העכער פון זמן ווערן פון פריש ניי געבוירן בלויז מיט איין הייליגע מחשבה, פאר מיר איז דער לידל געווען פון די הויכפונקטן פונעם אלבום האבנדיג א הארץ שניידנדע קאמפאזיציע מיט א הייליג רעיון דערונטער, די מוזיק איז ספעציעל געלונגען און אויף בעריס וואקאלן זאל קיין עין הרע נישט שאטן, וואס יא, כזע נישט פונקט וואס איז אזוי ספעציעל מיטן ווארט "אביסל" אז מזאל ברויכן מאכן דערפון א גאנצע טעמע, אבער חוץ מזה איז דער ניגון מער פון גוט.

בכל עת: קומט מיר פאר ווי א ברעיק צווישן ערשטע און צווייטע טאנץ, דער עולם דרייט זיך ארום גוטמוטיג אבער גארנישט געשעהט נישט, כזע נישט פארוואס פונקט דער ניגון האט געטראפן פלאץ צווישן אזא פרעסטיזשפולע קאלעקציע אבער קיין קריטיק קען איך נישט זאגן, די כמו נאנשעלאנטישע קווייער קומט גאנץ זיס אריין אבער נישט עפעס מער.

חג שמח: אינטערסאנט איז אנצומערקן אז ביי דעם לידל איז דא א ספעציעלער אחראי פארן רעיון שבו, הערשי וויינבערגער. סאיז היפש פיקאנט אז פונקט ביי דעם געשרייעכץ האט מען געמוזט אראפברענגען א ספעציעלער רעיונות פראדוצירער צו אויפקומען מיט אזאנע הימלשרייענדע חידושים, מעגליך אז דער גאנצער רעיון איז בלויז געווען צו טרעפן א שולדיגער זאגנדיג אז סאיז וויינבערגערס קאפשטיק…

בערי וועבער איז נישט ניי צו ווילדע טעכנאו און פאפ לידער, פארט שפור איך אז דער לידל איז א בלויזע פראוואקאציע אן קיין געהעריגע עכטע סיבה, ביי זיינע אנדערע ווילדע ניגונים א שטייגער ווי גשר צר אדער יחד האבן די לידער געהאט א געוויסע קאנצעפט פון חיזוק אדער א אפליפטונג מעסעדזש בעת וואס דא ברענגען די ווערטער גארנישט חוץ א ווילדע אילוסטראציע פון א צעיושעטע חאפלא.

מיר קוקט אויס ווי דער ליד האט נישט קיין עכטער תפקיד, אנדערע חאפלא לידער ווי "לחיים" פון בריו חקשור [קאמפאזירער פון שמואלי אונגארס מה יתרון און שוואקיס ברשות] האבן א געוויסע חן און אידישע סעיאינג, דא קוקט עס אויס ווי מהאט פרובירט צו ברענגען אזא איזראעליש ספרדישע ניגון סתם לשם יוצא צו זיין, און ווען כזאג ספרדיש מיין איך נישט אלס אויסדרוק נאר דאס איז די סטאנדארט ביי די ספרדישע זינגער צו מאכן ווילדע לידער מיט ביליגע אילוסטראציעס בעת וואס ביי די אשכנזים איז מען מער פאעטיש געשטימט.

כאטש כהאב גראדע הנאה געהאט צו פארטייבט ווערן צו די ווילדע טענער פונעם לידל האט מיר יא געשטערט פארוואס ער האט עס נישט געקענט פארפאקן אין אביסל היימישערע פאפיר, ווי אויך האבן מיר די לופטיגע ווערטער געגריצלט אין די אויערן מישנדיג ענגליש און העברעאיש ווי כאילו מרעדט דא פון אזאנע טיפע קאנצעפטן אז איין ווערטער זאפאס איז נישט גענוג. וואס יא, בעריס וואקאלן דא זענען שלא מעלמא הדין, ער זינגט אראפ די קאמפליצירטע ספרדישע מאוואלים ווי עמיצער מיט ריין תימנע בלוט אין די אדערן, פארט איז מיר שווער אראפצושלינגען עפעס וואס איז אין מיינע אויגן מער א דירעקטע שטויס ווי עפעס מיט ארט אדער מוזיק. אבער שוין.

זה דודי: סאיז אינטערסאנט צו זעהן ווי בערי טאנצט אויף צוועולעוו חתונות אין איין אלבום און שוויצט אלעס אריבער, אויב חג שמח האט מיר געשלעפט צו איין ווינקל איז דערנאך געקומען זה דודי און אוועקגעטראגן דאס ווייטסטע שייך פון חג שמח, אין די קאמענטארן דא אויפן וועלטל זעהט מען טאקע אז יעדער האט זיך זיינע פעיוואריט ניגונים על אף סיי וועלכע טענות.

דער לידל איז לאו דוקא שארף און ציפעדיג אזויווי רוב אנדערע שיינע ניגונים היינט אבער נעמט אריין אין גאר א ווארעמע מצב, די ארעינדזשמענטס פון מונה זענען גאר רייך אבער הערט זיך פארט אנגעשטויסן אביסל, די קווייער קען נישט זיין שטיל פאר צו לאנג און די מוזיק טריפט אויך ארום אביסל צו סאך, פארט אבער איז עס נאר רעלאטיווע קריטיק וויבאל מונה בלייבט מונה און אלע באשטאנדטיילן קומען צום סוף אן צו געוויסע הארמאניע.

די קאמפאזיציע איז א חידוש פאר זיך, ליפא האט דין די לעצטע יארן אויסגעברייטערט זיינע נשמה קאמערן צו אלע שיכטן און קרייזן און וואס ער וועט נאר מאכן וועט עס זיין א שלימות און דינען ערליך צום סטאנדארט און סטיל פונעם ניגון, זה דודי איז א שטיק ווארעמקייט און מען קען שפורן א פוטערדיג פארווייכטע הארץ ארויסזינגען פון אירע טענער. הלוואי נאך אזאנע לידעלעך ביי אונז.

אמת תורתינו: געוועזן אמאל א ארעמער אידל וועלכע האט קיין פעני צום לעבן נישט געהאט, שלאפן פלעגט ער אין באן סטאנציע און עסן פלעגט ער אין רעב שייעלעס קאך און אזוי האט זיך דאס לעבן זיינע געקייקלט פון איין צובראכענע רונדע צום צווייטן, געווען א געוויסן טאג וואס ער האט אין א ספעציפישער פאלקס קיך טועם געווען א שטיקעלע מאמעליגע מיט א ספעציעלן טעם, אגאנצע נאכט האט ער זיך געדרייט פון איין זייט באנק צום צווייטן קלערנדיג איבער דעם וואונדערליכן מאמעליגע בענקענדיג נאך איר זיסן טעם.

דעם קומענדיגן טאג האט ער זיך באקלערט אז ער מוז נאכאמאל פארבייסן פון אט דעם מאכל און ער האט געווענדעט זיינע טריט צום נעכטיגן קיך זוכנדיג פאר זיין אזוי געגארטע מאמעליגע, אנקומענדיג האט אים דער קעכער ערקלערט אז דאס איז געווען א איינמאליגע זאך און סאיז א שאד זיינע טריט, נאכן זיך איינעקשנען האט אים דער קעכער פארטרויעט אז סאיז נאך פארבליבן שיריים פון די נעכטיגע כאטש סאיז שוין ווייט פון פריש, דער הונגעריגער האט זיך ארויפגעווארפן אויפן טעללער אבער צו זיין אנטוישונג האט עס נישט געהאט קיין טעם און א ריח איז פארט געגאנגען.

מיט א ווילדקייט האט ער אטאקירט דעם קעכער טענהנדיג אז ער האט אים אויסגעפאפט מאכנדיג טוישונגען אינעם רעצעפט, אז נישט ווי איז מעגליך אז דער זעלבער מאמעליגע זאל האבן א צווייטן טעם. ווען דער קעכער האט אים פרובירט מסביר זיין די ראלע וואס דער דאטום שפילט אינעם טעם האט עס נישט געקענט אריינגיין אין יענעמס קאפ נישט כאפנדיג פארוואס נאכן ליגן עטליכע שעה זאלן די ארגינאלע באשטאנדטיילן טוישן טעם.

כלפי מה דברים אמורים? בערי וועבער האט אין זיין לעצטן אלבום געהאט א שיינעם לידל מיטן נאמען רבי שמעון, דער ניגון איז געמאכט ביי פינקי און אראנדזשירט ביי אברמי בערקא און האט איינגענומען די חתונה פאדיומען אן קיין שאס, ווארשיינליך האט בערי געוואלט איבערשפילן סוקסעס צום צווייטן מאל און האט איינגעשפאנט די זעלבע נעמען פאר רבי שמעון 2.0.

דער פראבלעם איז אבער אז מוזיקאלישע סוקסעס איז אייביג א ערשטע טריט, ווען מען פרובירט אויסצומישן די זעלבע עלעמענטן נאכאמאל איז מען מחוייב צו געדאנקען וועלכע העלפן ווייט נישט דעם ניגון, די זעלבע נעמען האבן געארבעט אויפן זעלבן קאנצעפט אבער ארויס איז א מאמעליגע מיט אן אפגעלאפענעם דאטום.

ביז דא איז דערווייל גרייט, ונזכה ונחיה אז דער צווייטער העלפט זאל ארויסקומען לאור עולם, סאיז אבער א שאד צו ענדיגן מיט קריטיק ווען מען רעדט פון אזא הייליגער דיסק נאך אלע מעשיות, אלזא אויפן פראגע צו דער קרבן איז א עולה אדער א חטאת איז דער ענטפער אז ספארמאגט אלעס אחוץ אן אשם....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דער רעוויו ליגט שוין אין מיינע קאמערן גאר לאנג, כדארף טאקע קרעדיטירן @מתמיד פאר אונטעראיילן ווען ער האט געקענט, למעשה האב איך קיין כובש נבואתו נישט געוואלט זיין האב איך עס ארויסגעלייגט דעם רעצענזיע אזויווי סשטייט און גייט און מי יתן והיה מזאל האבן צייט עס צו אפפארטיגן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אזכרה נגינתי בלילה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 7:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזכרה נגינתי בלילה »

wow wow זייער גוט געשריבען (איך גלייך מער דיין שריפט ווי די אנאליז זעלבסט)
דער משל איז דאך אזוי גוט ...
און ווי זאגט מען בלייב נישט סטא"ק ביים משל...
איך זעה די ביסט יא געבליבען סטא"ק! וואס טוט זיך מיט עוד יוסף חי?????
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

גייט מיר גאנץ ווייניג אן וועגן דעי אלבום, אבער די שפראך... רבוש”ע... מתוק..
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

WOW WOW WOW מתמודד איז אריינגעקומען פון א דריטן ענגל, פארמישט אלע מיינע יוצרות, מייע זאכן ווערן שיין שיינע זאכן ווערן עטוואס גרילצנד, אבער שוין, די שפראך איז עפעס קרעיזי, שלא מעלמא הדין
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

נאך נישט געהערט דעם עלבום אבער אפשר פאר מתמודד'ס מאמעליגעלע פאסטראמאלע נאנשאלענטישע חאפלא אויפרייס דארט ביים שווארמא וועגל אין קרן שמואל ישעי' בונקער - העי, אפשר אין שטעטל, נישט אין וומס! - לוינט זיך יא צו קויפן און ערגענצן דעם פאזל פון אזא כאנישקייןווערטער רעוויו צענזעריע.

וועגן די פרעזינג, אמרש", מתמודד, דיין ריוויז---צענזעריעציע (וואס איז עכט די ווארט פליז?) איז קלעסיק פליישיגע (קרעדיט, יאסי גרין) גראשיצע קוואליטי, אבער די פרעזינג איז "צו פערפעקט" יעדע זאץ האט די זעלבע נומבער שורות, פעלט ווערייעטי אין די זאץ קאמפאזישאן סייז. אדער דען דעט, וואאאאאאאאאאאאאאאאאאאף
קידוש החמה
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 3:58 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קידוש החמה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כדרכי המתמודדים.
לעצט פארראכטן דורך קידוש החמה אום דינסטאג יולי 19, 2022 11:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיינע פאעזיע אשכולות
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

גאר גוט געשריבן @מתמודד, כאטש נישט אויף אלעם בין איך מסכים שטייצעך, יעדער האט זיך זיין טעם וריח אין די מאמעליגא... ואין להתווכח

מתמודד האט געשריבן:חג שמח: אינטערסאנט איז אנצומערקן אז ביי דעם לידל איז דא א ספעציעלער אחראי פארן רעיון שבו, הערשי וויינבערגער. סאיז היפש פיקאנט אז פונקט ביי דעם געשרייעכץ האט מען געמוזט אראפברענגען א ספעציעלער רעיונות פראדוצירער צו אויפקומען מיט אזאנע הימלשרייענדע חידושים, מעגליך אז דער גאנצער רעיון איז בלויז געווען צו טרעפן א שולדיגער זאגנדיג אז סאיז וויינבערגערס קאפשטיק…


בערי האט געזאגט (זיך ארויסגעכאפט?) פאר מנחם טוקר אין אן אינטערוויא, אז הערשי איז גאר דער קאמפאזיטאר פון דעם ניגון, און בערי האט נאר צוגעפיצט אביסל דא דארט.

ווייסעך נישט צי דאס דארף זיין א סוד פאר'ן מעריקאנער עולם און די ישראלים אנפארטרויעט מען דאס יא, אדער מיינט "רעיון" אז ער האט נאר כמעט געמאכט די ניגון, אדער מיינט בערי טאקע אז הערשי האט געבויט דעם יסוד און ער אליין האט עס צוגעענדיגט. וואס פארשטיימיר דען.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דעם אלבוים גלייך איך בדווקא נישט.

אבער @מתמודד'ס שרייבן טאלאנט איז עפעס משהו משהו!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

עימעקס האט געשריבן:נאך נישט געהערט דעם עלבום אבער אפשר פאר מתמודד'ס מאמעליגעלע פאסטראמאלע נאנשאלענטישע חאפלא אויפרייס דארט ביים שווארמא וועגל אין קרן שמואל ישעי' בונקער - העי, אפשר אין שטעטל, נישט אין וומס! - לוינט זיך יא צו קויפן און ערגענצן דעם פאזל פון אזא כאנישקייןווערטער רעוויו צענזעריע.

וועגן די פרעזינג, אמרש", מתמודד, דיין ריוויז---צענזעריעציע (וואס איז עכט די ווארט פליז?) איז קלעסיק פליישיגע (קרעדיט, יאסי גרין) גראשיצע קוואליטי, אבער די פרעזינג איז "צו פערפעקט" יעדע זאץ האט די זעלבע נומבער שורות, פעלט ווערייעטי אין די זאץ קאמפאזישאן סייז. אדער דען דעט, וואאאאאאאאאאאאאאאאאאאף

גא"מ!
איך קען נישט מער ווי צושטימען צו יעדע צווייטע ווארט
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

מתמודד האט געשריבן:

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

צוקאש
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

ליכטיגע פארבן האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט כינור. אז די מאכסט שוין יא אזא גוטן ארבעט, וואלט איך זייער געגליכנט צו ליינען דיינס אן אנאליז אויף אן אלבום טאקע שוין אפאר יאר אלט אבער וואס זאל איך טוען, איך האב דיר נאר יעצט געטראפען.

'דא ווינט א איד' פון וועדיגער, וואס כאטש וואס עס האט רייכע מוזיק, גוטע נגונים (כמעט אלע), א ווערייעטי פון סטיילס, באט עפעס האט נישט געכאפט ביים עולם. גוטע סחורה איז נישט געווארן אויפגעפיקט אין בכלל עפעס הערט זיך נישט גוט. עס איז נישט נאר מיינע אויערען, געהערט די זעלבע פון נאך מענטשן.

איך מיין אז געבען די גאנצע מוזיק פאר שוע פריד (וואס האט שוין טאקע געאכט גאר שיינע זאכן) איז געוועהן א מיסטעיק. כינור געב דיין בליק אויף דעם אלבום.

סארי פון פאראויס פאר אלע וואס האלטן אז איך בין גענצליך נישט גערעכט.

אמתדיג גערעדט זייער אסאך מענטשן גלייכן נישט ישראל ווערדיגערס זינגען סאו אוטאמאטיש האט זיך עס נישט אויפגעכאפט
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”