לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
יישר כח אלע באדאנקערס. האופ יו ענדזשויד.
שטארק זיך זעמיר אויף איין בלעטל. וואס א קעטראן קען, קען קיין שום קיבאורד מיט די נייעסטע טעכנעלאגיע באווייזן. א רחמנות אויפן גוי.
ממוצע וענדע צדיק, די מוזיק איז דעפענעטלי זייער מאדערן. און בשעת מעשה איז מיר אריבערגעלאפן א מחשבה אויב דאס נעמט נישט בידים ארויס די סידי פון אפגעהיטענע היימען. אבער וואס קען מען טוהן. 2022. קוקט אויס ווי זיי פרובירן צו ווייזן אז די סידי איז נישט ׳אלטמאדיש׳. למעשה האב איך הנאה געהאט דערפון. די מוזיק איז גוט אררעינדזשט און טאנצעדיג. ענדע, אויף יענע וועלט וועט מען דיר פרעגן פארוואס האסטו נישט ארויסגעגעבן א ספר ווי דער מגיד מדובנא.

- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
יישר כוח @כינור!!!
הערליכע אנאליז איז פיצי געזאגט.. אזוי גוט ארויסגעברענגט יעדע דיטעיל, עפעס נישט נארמאל! ס'הערט זיך יעצט אינגאנצן אנדערש. ספעציעל הנאה געהאט פון די קורץ און שארפע ריוויא. קיין איין נאוט איז נישט איבריג...
נעקסטיים דארף מיטקומען דיינע אנאליזן אינאיינעם מיט די סידי'ס...

דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
כינור
גייסט אנאליזירן נפתלי קמפה'ס נייע אלבוים?

“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”
As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases

- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
דא איז עס אויף ניגוני בית ויזניץ ארויסגעקומען בערך תש"מ https://jewishmusic.fm/album/%d7%a0%d7% ... 9%d7%a5-1/כינור האט געשריבן:1. זכר חסדו
פארוואס האט געדויערט באלד א יובל יארן די ניגון זאל זיך טרעפן אויף א סידי? א מעסטערפיעס פון א ניגון.
הערליך! איך בין באמת איבערראשט וואס זיי האבן געטוהן מיט דעם ניגון כאטש די ניגון איז שוין א באקאנטע.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
כינור, דיינע דעטאלן זענען משוגע צו ווערן און דיין פאזיטיוויטעט איז ווערד צו באגריסן. יעדע קריטיק אזוי שיין באהאלטן צווישן 6 קאמפלימענטן.... ממך ילמדו.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
בס״ד
וואס איז דאס?
א נייע קאמפאזיטער האט א דיסעדווענטענדזש. דער עולם קומט אן מיט סקעפטישע ברילן. לאמיר זעהן צו ער וועט עס אדורכשוויצן.
1. שועת עניים
אן איידעלע שיינע אינטרא. געווענטליך הייבט מען אן א סידי מיט עפעס מער אינטערסאנטלעך. באמבאסטיש. נישט קיין קלאסישע רואיגע שטיקל.
אה די ניגון אליין.
א וואוילע ניגון. נישט געמאכט שפרונגען פון בענקל. עס טוט אבער נישט אנדייטן אז די ניגון טויגט נישט. פארקערט, די ניגון האט גאר געשמאקע שטריכן. ספעציעל די ערשטע פאל. אבער פארן אנהייבן א סידי ערווארט איך עפעס מער.
די מוזיק איז לאופערדיג.
בני זינגט מיט די גאנצע רמ״ח ושס״ה.
אקעי ער ווייזט זיינע קענטענעסן, לאמיר זעהן עפעס מער.
2. ברודער
ליפא קומט אריין מיט ענערגיע. א מחיה. פשי, דער זינגט גוט. די תנועה ׳ברודער׳ איז נישט שלעכט. דערמאנט מיכאל שניצלער.
די ניגון איז געשמאק און רואיג. יוניק. קוקט אויס ווי ס׳איז געמאכט געווארן 15 יאר צוריק. א פיינע ניגון! וואלט רואיג געקענט פלאצירט ווערן אויף יעדע סידי. דער האט מיין הסכמה. זייער הנאה געהאט פונעם לידל. טאלאנט.
ווי ליפא פאקט אן די גאנצע טרעק מיט זיינע וואקאלן. ס׳איז באלד א חלק פון די מוזיק. ווייס איך נישט פארוואס ער שליקעצט אינדערמיט.
זיין שטימע איז עפעס געוואלדיג. ספעציעל די לאו ענד.
די מוזיק איז הערליך! די ביעט איז טייט, די גראאב איז געשמאק, א מחיה אויסצוהערן. די סירוגין פון ברעסס און סטרינגס איז געוואלדיג. די קווייער איז עפעס ספעציעל פריש...
נאט בעד! נעקסט.
3. דמעה אחת
די אינטרא איז נישט צו ניי.
די יונגל איז צוקאש.
די ערשטע פאל איז זייער גוט! די הויעכע פאל איז אויסנאם שיין. די מח וועט עס ביים ערשטן מאל הערן גראד צוזאמען שטעלן מיט 17 אנדערע ניגונים און עס וועט דויערן צייט צו כאפן די יוניקנעס. אבער איינמאל ס׳קליקט, כאפט מען וואס דער וויל דא און מען זעהט די שיינקייט. כ׳האב הנאה איז אז די ניגונים זענען גוט געבויט. סאלידע פעלער.
שלמה זינגט הערליך! מען הערט פון אים ווייניג.
זייער זיסע פערקאשען באגלייט דעם פיאנא אין אינטרא. די אינטערלוד איז אויסטערליש! מיינד באגעלונג. די אוטרא איז הערליך שיין ווי די מוזיק בארואיגט זיך פון איר שטייפע ריטעם.
4. אהבת ישראל
אה די ערשטע מאל וואס די מוזיק קומט אריין דיפרענט. געשמאק.
די ערשטע פאל איז פיין! דער חברה מאן מאכט טיפע ניגונים. די הויעכע פאל קומט אויך אריין קלאר. איידל און באחיינט. די ניגון זיצט זייער גוט אויף שטיינמעץ.
כ׳האב קיין אהנונג נישט וואס די אינטרא האט מיט די ניגון. טשיז לאטקעס מיט קעטשאפ. אבער ס׳איז גאר גוט. די קאורדס זענען געוואלדיג. ניי. די סטרינגס קומען אריין אויסטערליש קלאר. ווער דראמט? גוט!
אדערווייל קומט ער מיט נייע פסוקים. א שטארקע פלאס.
5. בני אתה
אזא זיסע איידעלע פיאנע ווערד אינדערמיט צושטערט פון ווילדע סעקסעפאונס.
פינקי… אהה די שטימע… אזוי ברייט און טיף.
זעה איך נישט די מוראדיג׳קייט פון די פעלער. קען זיין אנדערע וועלן עס שטארק גלייכן. ספעציעל די הויעכע פאל וואס איז פליסיג. ס׳איז פיין! אבער די ספעציפישע ניגון איז דאך נישט אויפן זעלבן לעוועל ווי זיינע קאלעגעס אויב שטעלט ער זיך אוועק אלס עמיטליכע קאמפאזיטער. קען זיין אז דערפאר הייסט די אלבום בלויז תנועות. זיינע פריוואטע תנועה׳לעך וואס איז געקומען צו אים פון צייט צו צייט מיט אן אמת׳קייט, נישט מיט א כוונה צו קאמפאזירן. איי דאונט נאו. נאכאמאל, די ניגון איז וואויל. און די הויעכע פאל נאכמער וואויל. די ניגון האט אסאך פינקי נגיעות. און דערפאר ווערד עס גאר שנעל פארגליכן.
די ניגון ציעט זיך באלד צוויי אקטאוועס הויעך. מען דארף אריינלייגן א ווארענונג אין בוקלעט אז עס איז נישט אויף אויף איבערצוזינגען ווייל דאס קען איבעררייסן די שטים בענדער.
פון 2:27 מאכט די פערקאשען אין רעכטן אויער אביסל נערוועז. אביסל צו הויעך. הערט זיך ווי א טעיפ איז סטאק.
פינקי׳ס הארמאניע ביי 3:01 (די F שארפ) קומט איבערהויפט נישט אריין. פינקי איז מלך אין הארמאני ווייסעכנישט וואס דא איז פארגעקומען. אפשר יא? במושכל ראשון זיכער נישט. ס׳איז לעגאל, אבער עפעס נישט אין פלאץ. ביים ערשטן מאל הערן איז עס זיכער אויפפאלנד. ביים צווייטן מאל ווערט עס פארוואסערט ווייל מען ערווארט עס שוין.
קענסט די חברה וואס זענען צו פריינטליך? דאס איז צו מוזיקאליש פארן ערשטן מאל הערן.
די אינטרא און אינטערלוד׳ס זענען רייך ביז גאר. די סאלא פון די סעקסעפאונס סוף ניגון איז גאנץ א נייע סאונד. ווי דער שפאצירט ארויף די קראמאטיק סקעיל סוף ניגון...
6. הבן יקיר לי.
נקוט האי כללא בידך: א ניגון אויף שוין באוואוסטע ווערטער מוז די מעלאדיע זיין פי כמה שטערקער פון די ווערטער אז נישט ביסטו גארנישט מחדש און דו שטאפסט סתם אן די אויערן מיט אומנויטיגע פריקווענסי׳ס.
די פעלער זענען נישט עפעס בריסקע חידושים. טאקע שיין, אבער איך זעה נישט די פירוש המילות וואס ער איז מוסיף.
ווי קומט אריין אן אומפאא?? העי, איך בין סורפרייזד. די ניגון הערט זיך אסאך אסאך בעסער אזוי! וואס הייבסטו נישט אן לכתחילה אזוי? ממש א זינד. שטאטערהייט הערט זיך עס ווי די - איך קען עס פון ערגעץ - ניגונים. די ניגון איז זייער א שיינע. יעצט שיינט ער. (און כ׳פארשטיי שוין פארוואס מ.ב.ד. זינגט עס). לאו דוקא די נייעסטע תנועות, אבער גאר א שיינע צוזאמשטעל. דעס איז די ערשטע ניגון וואס איך קען זעהן גיין שטארק אויף קומזיצ׳ן. יאפ דאס קען גוט אויפפיקן. און זאלסט נישט זאגן אז כינור האט עס נישט פארגעזאגט.
די קווייער איז ווידעראמאל צום פינטל. מאכן גאר שיינע שטיקלעך. און די מוזיק ברויך מען נישט זאגן. טאקע נישט קיין חידושים ווי די פאריגע טרעקס, אבער דינט דעם ניגון כראוי.
די מיקס איז א מחיה! לעכטיג.
7. מה נאווו
הא געשמאקע סלעפ בעיס.
הערליכן אריינפיר. אנהייב ערשטע פאל האט שטארקע משה גאלדמאן פלעיווער. זייער געשמאק! משמיע שלום אין ערשטן פאל הערט זיך גענוי ווי די הויכע פאל פון ׳איך גלייב׳ אויפן ערשטן ׳יונגערליך׳ אלבום.
די הויעכע פאל איז אויך בעטעמט. וועלטס חידוש? נאופס. די ערשטע פאל איז דעפענעטלי מער חידוש׳דיג. גוד דזשאב.
די בעיס איז פשוט זיך צו באלעקן. דזשאסט לייג צו אן אויער און וועסטיך מחיה זיין.
די אינטערלוד איז געוואלדיג!
די קווייער מאכט אויך א געוואלדיגע ארבעט.
8. מה נאווו
הייבטס אייך! איר הערט נישט ווי מען קלאפט. האאאא... וואס דא גייט נישט פאר. די קווייער מיטן מוזיק באשאפן דא עפעס ניי. אורות. הערליך שטיקל! די אינטרא איז שוין גאר לאנג. העי, ס׳איז די זעלבע ניגוו ווי פריער? וואסע פשט אז מען האט עס אפגעטיילט אין צוויי טרעקס? אפשר האט מען עס געוואלט געבן עקסטערע אויפמערזאמקייט. דאס איז ווערד א מעדאל.
ביי 1:28 ווערט די טרעק א טראפקעלע שטילער.
9. מוציא אסורים
א ווייטע פעד אין די מרחקים לאזט זיך הערן. די קווייער הערט זיך געפערליך צושטיפט און צוקוועטשט אין די בעק.
שוין די דריטע ניגון מיט באקאנטע פסוקים. אקעי. איך זעה שוין. געוויסע ניגונים וועט מען דארפן הערן א שיינע פאר מאל צו כאפן די יוניקנעס דערפון ווייל אויבנאויף וועט מען נישט זעהן די חידוש.
נישטא וואס צו רעדן ער קען מאכן ניגונים. ער דארף בלויז נאך אביסל עקספיריענס צו וויסן ווען צו לייגן א ניגון אויפן בוידעם און אנהייבן פון פריש. זייט וויסן רבותי אז דאס איז פון די שווערסטע זאכן צו טוהן…
די ערשטע פאל איז א - מען האט שוין געהערט אזאנס - פאל. ווען איך בין די פראדוצירער זעץ איך מיר אראפ מיט אים צו ארויסשלעפן נאך סחורה ווייל ער קען. ער קען. ער קען. ער דארף בלויז נאך א טראפ ארבעטן. זיינע ניגונים גלייב איך קומען פון הארצן. די הויכע פאל האט שוין יא עפעס צו זיך. ס׳איז גוט. איך גלייך עס.
דובי זינגט מיט די גאנצע נשמה. ווי שטענדיג.
די אינטרא איז גאר שיין! האט לאופער אמאל אנגעהויבן אזוי א ניגון?
די פראדוקציעס אדערווייל זענען גאר גוט! קודאס וועכטער.
10. זיין פרייליך
ביים הערן די ערשטע פאל און דערנאך די מיטעלע פאל: שוין, נאך א נייע ניגון. ביים דריטן פאל: אה, דאס איז בעצם אן אלטן ניגון.
די מוזיק שפריצט ענערגיע.
די קונץ פון א קאמפאזיטער איז אז ער ווייסט ווי אזוי נישט צו גיין. ער ווייסט ווען ער פארט נישט צו גוט און דערפאר פרובירט ער איינמאל און נאכאמאל ביז עס קומט ארויס עפעס ניי. דאס דארף מען זיך דערלערנען מיט די צייט. גראדע איז די ערשטע פאל גוט.
11. קלי אתה
אה! דא ליגט עפעס. א באנטש הארץ. אז מען קען קען מען. אנהייב הויכע פאל וויל זיך מיטזינגען פון זיך אליין. א טיפע ניגון! דער האט א טיפע נשמה.
ברוך שלום זינגט גאר גוט. ער ליגט אינעם ניגון. מ.ב.ד. וואלט דא אויך שטארק אריינגענומען.
די אינטרא שרייט לאופער.
12. מזל טוב
או הא, די מוזיק קומט אריין גאר געשמאק. די גיטארס אויפן אףף ביעט, דאן די דזשאז קאורדס און עס פארוואנדעלט זיך אין א הערליכן אינטרא דורכן קווייער. גענאגעלט! לאמיר האפן אז די ניגון גייט אויך אויף דעי דירעקציע.
יאפ, א פיינער ניגון! געשמאקע איידעלע תנועות וואס לעבן אויף.
די מוזיק איז עפעס אזוי מין שיין. וכן לקווייער.
13. ולזבולון
פשיהא, א שיינע ערשטע פאל! באמת א נייע ברי׳. גוט און געלונגען. די הויעכע פאל איז אויך בעטעמט. אימפרעסד. די צוויי זינגען אויך זייער גוט.
איך ברויך עמערדזשענסי א מגיד שיעור וואס זאל מיר מסביר זיין ווי זבולון קומט אריין אינמיטן דרכיה דרכי נועם. אה, נאך א מינוט: ווארשיינדליך צוליב דעם עץ חיים היא למחזיקים בה.
לכאורה וואלט די ולזבולון געברויכט זיין די ערשטע פאל און די קלימאקס וואלט געדארפט זיין דרכיה דרכי נועם. ווי צו פראקלימירן אז דאס געשעפט לוינט זיך. וואס פארשטיי איך.
וואס איז דעי איי דירייריי געזנגעכץ ביי 2:52? איין באשעפער ווייסט.
די וואליום פון די ניגון איז העכער ווי די פאריגע טרעק.
14. מקדש מלך
רייך רייך. א קעניגליכע אויפנאמע. לאמיר זעהן צו די פאלאץ איז א שיינע. עפעס רייכע תנועות הער איך דא. שיינע צימערן און קארידארן כאטש דעם גאנצן בילד האב איך נאכנישט. מיט די צייט וועט עס נאכקומען. קומט א יצירה אדער דאס איז נאר צוויי פעלער? די מוזיק ארבעט אריין.
אה, איך מיין דאס בילד ווערט ערגענצט. די ניגון באשטייט פון צוויי פעלער. די ערשטע פאל איז גאר מוזיקאליש. די צווייטע פאל איז וואויל.
די מוזיק איז גאר רייך. די באנוץ פון אינסטרומענטן איז גאר גוט. אלעס אין ריכטיגן מקום. הייבט אן מיטן טשעלא דאן צום וויאלא און דערנאך צום פידל. (באדערט מיר אביסל פארוואס ער האט געדאבעלד די סטרינגס מיט די פלוטס אינמיטן די אינטרא, זעה איך נישט ווי עס קומט אריין).
די וואודווינדס און פרענטשהארנס דורכאויסן ניגון קומט גאר גוט אריין. די גולת הכותרת איז די ריטעם. ער שפילט זיך זייער גוט דערמיט. די ברידזש ווי די קווייער זינגט מקדש מלך איז אויך ווערט אלע געלטער. דזשאב וועל דאן.
וואס איז פשט אז ער לייגט נישט זיין נאמען? מען וועט נאך מיינען אז איך האב געמאכט די ניגונים?
שוועת עניים - מוזיקאליש.
אנשים אחים - קלאסיש. הערליך. טאלאנט.
דמעה אחת - הערליך געבויט. פליסיג. הארציג.
אהבת ישראל - געשמאק! זיס. צום פינטל.
בני אתה - וואויל. קלישעי.
הבן יקיר - א מחיה. (די אאמפאה פאל)
מה נאוו - נאסטאלדזשיק. איידל. געשמאק.
מוציא אסורים - ערשטע פאל: קלישעי. צווייטע פאל: שיין.
זיין פרייליך - די ערשטע פאל - שיין. די איבריגע פעלער - אן אלטע ניגון.
מזל טוב - הערליך! פארעדיג. מוזיקאליש.
ולזבולן - ניי. טיף. ביוטיפול.
מקדש מלך - די ערשטע פאל: Wow!. די צווייטא פאל - וואויל.
פארפאלן. וואס מונה קען קען קיינער. און די קאורדס וואס רובי ברענגט צום טיש ברענגט נישט קיינער. די מוזיק אויף דעם סידי איז העכער די אינדוסטרי. דאס הערט מען נישט יעדן טאג.
ס׳איז נישט פארהאן דא - קאמפאזיציע ווייז - נאר איינצעלנע באדייטנפולע ׳שארפע׳ חידושים. אזאנס וואל זאל הייבן די ברעמען און פארכאפן די מאסן. אבער ווי איך שאץ איז דאס אינגאנצן נישט די מכוון פונעם אלבום. וואס ער וויל פארקויפן איז אינגאנצן עפעס אנדערשט. מענטשן וועלן ביים ערשטן מאל הערן גראד ווייזן מיט די פינגער אז די ניגונים זענען בעצם פערפעקט אנצופילן א סידי אבער דאס זענען נישט ׳היט׳ קוואליטי. און איך גיי נישט דיסעגריען. איך זעה דא עפעס אנדערשט. ער וויל דא צייגן איידלקייט. סאלידע גוט געבויטע רואיגע שיינע לידער. און דאס טוט ער מיט א שמוץ אריבער. ער האט דא סאליד שטיקלעך! זיך צו באלעקן. טאקע נישט אז די גאנצע וועלט זאל זיך נעמען נאכזינגען יעדע ניגון, ס׳איז נישט דעי מין סארט. איך האב באמת הנאה באקומען פון זיי. טיפע ניגונים. וואונטש איך דעם קאמפאזיטער הצלחה. קיעפ קליימבונג!
[email protected]
תנועות

……..
כ׳האב באמערקט אן אינטערסאנטע זאך. 5 (!) פון זיינע ניגונים פארט די ערשטע פאל אראפ צום זעלבן נאט און פון דארט גייט ער ארויף. בני אתה, הבן יקיר, מוציא אסורים, מצוה גדולה, און מקדש מלך.
…….
דעם אלעמען באקאנטן - איין פאך - מאן, שלמה וועכטער, וואס שטייט גאנץ אויבן אין די מיקסען אינדוסטרי ביים היימישע עולם באצירט זיך מיט א נייעם היטל. און עס פיט אים… גאר גוט. ……
איך עפן דעם בוקלעט נאכן אויסהערן און… איך ליין דעם גאנצן תנועות חרוז. אקעי. כ׳הער. ניין, ס׳הייבט נישט אויף די מוזיק וועלט צו פרישע שטאפלען. נא, פאר מארקעטונג וועט מען עס אדורכלאזן. שיינע גרעפיקס. דער דעקל איז קריעטיוו. וואס איז פשט אז ער לייגט נישט זיין נאמען? מען וועט נאך מיינען אז איך האב געמאכט די ניגונים?
……..
אין קורצן:שוועת עניים - מוזיקאליש.
אנשים אחים - קלאסיש. הערליך. טאלאנט.
דמעה אחת - הערליך געבויט. פליסיג. הארציג.
אהבת ישראל - געשמאק! זיס. צום פינטל.
בני אתה - וואויל. קלישעי.
הבן יקיר - א מחיה. (די אאמפאה פאל)
מה נאוו - נאסטאלדזשיק. איידל. געשמאק.
מוציא אסורים - ערשטע פאל: קלישעי. צווייטע פאל: שיין.
זיין פרייליך - די ערשטע פאל - שיין. די איבריגע פעלער - אן אלטע ניגון.
מזל טוב - הערליך! פארעדיג. מוזיקאליש.
ולזבולן - ניי. טיף. ביוטיפול.
מקדש מלך - די ערשטע פאל: Wow!. די צווייטא פאל - וואויל.
......
עפילאג: פארפאלן. וואס מונה קען קען קיינער. און די קאורדס וואס רובי ברענגט צום טיש ברענגט נישט קיינער. די מוזיק אויף דעם סידי איז העכער די אינדוסטרי. דאס הערט מען נישט יעדן טאג.
ס׳איז נישט פארהאן דא - קאמפאזיציע ווייז - נאר איינצעלנע באדייטנפולע ׳שארפע׳ חידושים. אזאנס וואל זאל הייבן די ברעמען און פארכאפן די מאסן. אבער ווי איך שאץ איז דאס אינגאנצן נישט די מכוון פונעם אלבום. וואס ער וויל פארקויפן איז אינגאנצן עפעס אנדערשט. מענטשן וועלן ביים ערשטן מאל הערן גראד ווייזן מיט די פינגער אז די ניגונים זענען בעצם פערפעקט אנצופילן א סידי אבער דאס זענען נישט ׳היט׳ קוואליטי. און איך גיי נישט דיסעגריען. איך זעה דא עפעס אנדערשט. ער וויל דא צייגן איידלקייט. סאלידע גוט געבויטע רואיגע שיינע לידער. און דאס טוט ער מיט א שמוץ אריבער. ער האט דא סאליד שטיקלעך! זיך צו באלעקן. טאקע נישט אז די גאנצע וועלט זאל זיך נעמען נאכזינגען יעדע ניגון, ס׳איז נישט דעי מין סארט. איך האב באמת הנאה באקומען פון זיי. טיפע ניגונים. וואונטש איך דעם קאמפאזיטער הצלחה. קיעפ קליימבונג!
[email protected]
לעצט פארראכטן דורך כינור אום פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 1:57 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
- פשטא
- שר האלפיים
- תגובות: 2391
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
- לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
שכח כינור פאר דיין ארבעט!
ווען א פרישע סידי קומט ארויס איז מיר אביסל טו-מאטש צו פארשטיין אלעס אויפן ערשטן מאל אויסהערן, אין דיינע ווערטער זעה איך דעם גאנצען סידי אויסגעלייגט פון A-Z מיט יעדע סעקונדע הערליך צושטיקלט.
- מיט וועכע עירפאונס הערסטו אויס דעם סידי? (האסט א צודרייט גוטע אויער!)

סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
זייער א שיינע אנאליז! (וואסי דעיס משוגעת מיינע צו ליינען אן אנאליז אויף א סידי וואס איך האב נישט געהערט, און איך האב נישט אין פלאן צו הערן? ווייסעך נישט)
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
מיין ארימע אפיניאן:
כינור האט דא די ערשטע מאל ריוויוט א סידי א טאג נאכן ארויסקומען, און מען דערקענט עס שטארק אן....
כינור איך ווארט אויף דיין ריוויו אין א וואך ארום ווען די ניגונים גייען זיך דיר פארדייען.
כינור האט דא די ערשטע מאל ריוויוט א סידי א טאג נאכן ארויסקומען, און מען דערקענט עס שטארק אן....
כינור איך ווארט אויף דיין ריוויו אין א וואך ארום ווען די ניגונים גייען זיך דיר פארדייען.
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”
As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4757
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
יאפ געטראכט ס’צו שנעל נאך וואס די סידי איז ארויסגעקומעןצופלאטשעט האט געשריבן:מיין ארימע אפיניאן:
כינור האט דא די ערשטע מאל ריוויוט א סידי א טאג נאכן ארויסקומען, און מען דערקענט עס שטארק אן....
כינור איך ווארט אויף דיין ריוויו אין א וואך ארום ווען די ניגונים גייען זיך דיר פארדייען.
(אויב השפעות איז געוועהן סאמטינג ספעשל מיין איך אז תנועות פאקט עס צוזאם נישט ניגונים ווייז כ’רעד מיוזיק)
#גיי_קראך_גרינע_פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
- דער הימלישע איד
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7314
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
וועמענס סידי איז תנועות?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
- unit 13
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3260
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
- לאקאציע: Command Center
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 743
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 7:38 pm
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
@כינור פיינע אנאליז!
ולזבולון איז שוין א אלטע ניגון אויף א סינגל, קוקט אויס מער ווי א המשך
ולזבולון איז שוין א אלטע ניגון אויף א סינגל, קוקט אויס מער ווי א המשך
- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4757
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
איין מינוט איין מינוט
דיין אנאליז איז זייער שיין אראפ געשריבן
אבער ווען די ווארטס ווען א וואך...
דיין אנאליז איז זייער שיין אראפ געשריבן
אבער ווען די ווארטס ווען א וואך...
#גיי_קראך_גרינע_פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
- דער צופרידענער חיים
- שר האלף
- תגובות: 1218
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
די פערקאשן איז ק/פּ פון די ניגון 'ושלמו' פון 'אפשר לתקן' אראנדזשירט דורך אלי לאופער....כינור האט געשריבן:בס״ד
תנועות
6. הבן יקיר לי.
...שטאטערהייט הערט זיך עס ווי די - איך קען עס פון ערגעץ
לכאורה דערמאנט דיך דאָס פון דעם.
יאפּ, משה לאופער טוט ממש קאָנווערטן די ניגון צו א ליובאוויטשער לעבעדיגע טאנץ ניגון נאכדערצו מיט אַברעמל... קען נישט זיין בעסער!
10. זיין פרייליך
די מוזיק שפריצט ענערגיע.
הערליך!
12. מזל טוב
אַברומי בערקאו איז ארויף א שטאַפּל! הערליכע געמישט די אקָוסטיק מיט די עלעקטראנישע ביעט בּיינעזאם!
(אין א סייד נאוט, האט מיר די מוזיק דערמאנט פון 'בראש השנה' פון מב"ד)
אויב איך מעג...
14. מקדש מלך
רייך רייך. א קעניגליכע אויפנאמע. לאמיר זעהן צו די פאלאץ איז א שיינע. עפעס רייכע תנועות הער איך דא. שיינע צימערן און קארידארן כאטש דעם גאנצן בילד האב איך נאכנישט. מיט די צייט וועט עס נאכקומען. קומט א יצירה אדער דאס איז נאר צוויי פעלער? די מוזיק ארבעט אריין.
אה, איך מיין דאס בילד ווערט ערגענצט. די ניגון באשטייט פון צוויי פעלער. די ערשטע פאל איז גאר מוזיקאליש. די צווייטע פאל איז וואויל.
די מוזיק איז גאר רייך. די באנוץ פון אינסטרומענטן איז גאר גוט. אלעס אין ריכטיגן מקום. הייבט אן מיטן טשעלא דאן צום וויאלא און דערנאך צום פידל. (באדערט מיר אביסל פארוואס ער האט געדאבעלד די סטרינגס מיט די פלוטס אינמיטן די אינטרא, זעה איך נישט ווי עס קומט אריין).
די וואודווינדס און פרענטשהארנס דורכאויסן ניגון קומט גאר גוט אריין. די גולת הכותרת איז די ריטעם. ער שפילט זיך זייער גוט דערמיט. די ברידזש ווי די קווייער זינגט מקדש מלך איז אויך ווערט אלע געלטער. דזשאב וועל דאן.
כ'ווייס נישט אויב שלומי וועכטער ליינט אייוועלט, אבער כ'וועל צולייגן מיינע צוויי סענטס צו דעם ניגון.
ר' שלומי! ווי וואָנט מאָר! Wow! האסט דיך נישט וואס צו שעמען פאר די באקאנטע ריזן אראנדזשירערס!
אבער... אז די האסט שוין יא משקיע געווען, און גענוצט הערליכע "עכטע" אינסטרומענטן אויפן ניגון, פארוואס פארשוועכן די הערליכע מוזיק און נוצן א "נאָרד סטעידש" פיאנא אויפן ניגון? איז עס נישט ווערד פאר נאך אפאר דאלאר צו ניצן א עכטע פיאנא? (אדער אפילו אַ ווירטואלע פיאנא אויפן קאמפיוטער מיינעך איז שוין שענער)
(נישט אז די נאָרד סטעידש איז נישט שיין, עס איז זייער שיין פאַר לייוו דשאַב'ס, אבער אויף א סידי? ממממ....... נעֶ!)
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 6:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
דו צווייטע מאל דו יונגל זינג דרייט ער הערליךכינור האט געשריבן:בס״ד
תנועות
3. דמעה אחת
די אינטרא איז נישט צו ניי.
די יונגל איז צוקאש.
די ערשטע פאל איז זייער גוט! די הויעכע פאל איז אויסנאם שיין. די מח וועט עס ביים ערשטן מאל הערן גראד צוזאמען שטעלן מיט 17 אנדערע ניגונים און עס וועט דויערן צייט צו כאפן די יוניקנעס. אבער איינמאל ס׳קליקט, כאפט מען וואס דער וויל דא און מען זעהט די שיינקייט. כ׳האב הנאה איז אז די ניגונים זענען גוט געבויט. סאלידע פעלער.
שלמה זינגט הערליך! מען הערט פון אים ווייניג.
זייער זיסע פערקאשען באגלייט דעם פיאנא אין אינטרא. די אינטערלוד איז אויסטערליש! מיינד באגעלונג. די אוטרא איז הערליך שיין ווי די מוזיק בארואיגט זיך פון איר שטייפע ריטעם.
[email protected]
- עפעס א מענטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2768
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: עפעס א פלאץ
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p3342580פשטא האט געשריבן:שכח כינור פאר דיין ארבעט!
ווען א פרישע סידי קומט ארויס איז מיר אביסל טו-מאטש צו פארשטיין אלעס אויפן ערשטן מאל אויסהערן, אין דיינע ווערטער זעה איך דעם גאנצען סידי אויסגעלייגט פון A-Z מיט יעדע סעקונדע הערליך צושטיקלט.
- מיט וועכע עירפאונס הערסטו אויס דעם סידי? (האסט א צודרייט גוטע אויער!)
- עפעס א מענטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2768
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: עפעס א פלאץ
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
הערליך באשריבען! א פלעזשור צו איבערהערן מיט דיינע זיסע געשרייבאכטסען…
ממש ארויס צו האבן יעדע תג ותג! וואט עי קריעיטעוו קריסטאל קלארע אויער דער האט…
א דאנק מיר האבן זייער הנאה!
ממש ארויס צו האבן יעדע תג ותג! וואט עי קריעיטעוו קריסטאל קלארע אויער דער האט…
א דאנק מיר האבן זייער הנאה!
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
שכוח פשטא! כ'האב הנאה אז אידן ווי דו ליינען און האבן הנאה.פשטא האט געשריבן:שכח כינור פאר דיין ארבעט!
ווען א פרישע סידי קומט ארויס איז מיר אביסל טו-מאטש צו פארשטיין אלעס אויפן ערשטן מאל אויסהערן, אין דיינע ווערטער זעה איך דעם גאנצען סידי אויסגעלייגט פון A-Z מיט יעדע סעקונדע הערליך צושטיקלט.
- מיט וועכע עירפאונס הערסטו אויס דעם סידי? (האסט א צודרייט גוטע אויער!)
עפעס א מענטש האט שוין צוגעצייכענט
טענק יו ממוצע'ניו. וואס הערסטו יא אויס?ממוצע האט געשריבן:זייער א שיינע אנאליז! (וואסי דעיס משוגעת מיינע צו ליינען אן אנאליז אויף א סידי וואס איך האב נישט געהערט, און איך האב נישט אין פלאן צו הערן? ווייסעך נישט)
צופלאטשעט האט געשריבן:
אדרבה, קום אריין מיט וואס דו דיסעגריעסט. כ'מיין מ'זעמיר אויף איין פעידזש.האסטו וועסטו האט געשריבן:
א טייערע איד פון וויליאמסבורג ר' יואל ישראל זופניק.דער הימלישע איד האט געשריבן:וועמענס סידי איז תנועות?
יו וועלקאם!
א דאנק אייך!זייט ווען? האט געשריבן:
אגרי מיט יעדע ווארט! זייער גוטע הערות והארות. א דאנק!דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
דיין קאמפלימענט איז שענער פון די אנאליז... שכוח!עפעס א מענטש האט געשריבן:
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
כינור, איך וויל זייער ליינען א באריכט אויף ר׳ יקיר׳ס אלבום ״מיטן אויבערשטן״.
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
כינור יעצט געליינט דיין אנאליז אויף ויזניץ אינדערהיים איך וואלט דיך גענומען צו באשרייבן סידיס יישר כח
איין קלייניגקייט איך וואלט צוטיילט דעם מזמור לדוד און געלייגט די לעצטע שטיקל אויף אן עקסטערע טרעק איך האלט עס וואלט איבערגעוואויגן די גאנצע סידי דער ניגון איז שוין זייער לאנג מיין פעיווריט און עס קען נאך ווערן וועלטס ממקומך איין טאג חבל

עס שטייט נישט קיין ערגעץ אז סאיז אסור צו גלעטן א קאץ אינמיטן כל נדרי!
[פאר די אלע וואס פרעגן כסדר ווי שטייט עס]
- די רב פון ליאן
- שר האלף
- תגובות: 1785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
יאפ, דערמאנט מיך פונעם אלטן שמע קולנו.כינור האט געשריבן:3. דמעה אחת
די אינטרא איז נישט צו ניי.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10738
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
טישטוך האט געשריבן:כינור, איך וויל זייער ליינען א באריכט אויף ר׳ יקיר׳ס אלבום ״מיטן אויבערשטן״.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 4:04 pm
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
ווען קומט אן אנאליז אויף מיכאל'ס שבתון?
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 2:20 pm
Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.
אדער ניגוני ר בעריש ווישעווער פון יוסי גרין?פארברענטע טאוסט האט געשריבן:ווען קומט אן אנאליז אויף מיכאל'ס שבתון?
דער נעשכיזער איז געווען א גוטע איד!!!!!
ווי וואנט משיח נאו!
ווי וואנט משיח נאו!