לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

כינור האט געשריבן:
יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
בכלל נישט, קום אריין!
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כינור האט געשריבן:
יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
ווישעווער האב איך געקויפט... סא אויב דו שרייבסט אן אנאליז, וועט עס ענדליך זיין עפעס וואס איך קען מיטהערן...

נעווער טו לעיט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

כינור האט געשריבן:
יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
שוין זאלסטו שיקן! אבער זאפארט!

דיין סחורה איז נאטס
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

כינור האט געשריבן:
יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
מיר שטייען און ווארטן מיט אפענען אויערן און אויגן פארן שבתון אנאליז.
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

כינור האט געשריבן:
יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
שפעט וועט זיין לאחר מאה ועשרים
אויפדערווייל זענען מיר זיך מחיה מיט יעדן ווארט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כינור האט געשריבן:
יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
וואלט ענדזשויעט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

כינור האט געשריבן:
יישר כוחכם אלע באדאנקער! ליינער און קאמענטירער צוגלייך.
נישט צו שפעט פאר ווישעווער און שבתון?
קלאר אז נישט. כ'ווארט שוין לאנג אויף דיינע מייסטער אנאליזן אויף די צוויי סידיס.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

מיין אנאליז אויף "נאסטאלגיע"
היות הרב @כינור האט נאך עטליכע סידיס בעפאר אין די רייע האב איך אראפגעשריבן אן אנאליז אויף די נייע הערליכע נאסטאלגיע אלבום.

איך האב נישט אנאלאזירט די מוזיק חלק, איך קוק ארויס אויף כבוד הרב כינור'ס אנאליז אויף נאסטאלגיע.
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

עולם הפוך האט געשריבן:
מיין אנאליז אויף "נאסטאלגיע"
היות הרב @כינור האט נאך עטליכע סידיס בעפאר אין די רייע האב איך אראפגעשריבן אן אנאליז אויף די נייע הערליכע נאסטאלגיע אלבום.

איך האב נישט אנאלאזירט די מוזיק חלק, איך קוק ארויס אויף כבוד הרב כינור'ס אנאליז אויף נאסטאלגיע.
דא איז א לינק דירעקט צו דיין תגובה
viewtopic.php?p=4017788#p4017788
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

קאלינען האט געשריבן:

יישר כח, נישט געוואוסט וויאזוי מ'מאכט עס.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד

א גאלדענע ליד - ניגוני ר׳ משה גאלדמאן ז״ל
אין דיינינג רום מ׳שפילט זארגלאז געמיטלעך,
דער מאמע קאכט עסן אפעטילעך,
פון הינטערגרונד שפילט דעם הארציגן ׳אלוקי׳
מען פארגעסט פון קינדערישן וויי,

מען טאנצט צום טאקט פון ׳שלום צווישן׳,
די זכרונות קען מען נישט אוועקמישן,

יו געט די פוינט.

בעצם ווי קומט אריין א רעוויא? אז איינער נעמט די מי ארויסצוגעבן די שענסטע און בעסטע ניגונים פון ר׳ משה ז״ל איז ער שוין ווערד א מעדאל. ווי איך שטעל זיך פאר וועט נישט זיין צופיל וואס צו שרייבן. די ניגונים זענען אלע פון די טשערי אויף די סמעטענע, די מוזיק און קווייער לכאורה אויך, איז לאמיר בלויז כאפן א שפאציר און שמעקן די רויזן אינעם אלטן גארטן.

1. ישמח משה

(ניגון חזק)

א ברייטע שמייכל האט באצירט מיין געזיכט הערענדיג די קינדער זינגען דעם ניגון.

אה! די חן, ערליכקייט, חסידישקייט, באגלייט מיט נאסטאלגיע צווינגט ארויף א גוטמוטיגע געפיל אויפן הערצל.

די אינטרא איז ממש קאפי פעיסט פונעם אלטן. געוואלדיג.

(ניגון מלך אלוקים)

דעם אריגיניעלן אינטרא. פיין נאכגעשפילט. די קווייער געבט גאר אסאך צו.

די קינדער קווייער איז אייזן גוט. (איך קען איבערהערן די נדיבי עמים נאספו (2:26) טויזענט מאל.)

ר׳ אהרעלע סאמעט קומט אריין סאליד.

נפתלי משה קלאפ דיר אין רוקן! נאך איינס… הערליכע פראדוקציע אהערגעשטעלט. איך וואלט געשטעלט צבי בלומענפעלד און נפתלי משה אין א געוויסן זין אלס די תלמידים פון לאופער.

(ניגון הנה מה טוב)

אינטערסאנט פארוואס ער ברענגט נישט די אינטרא. ס׳איז דאך אזוי שיין.

העי. די ניגון הויבט זיך אן א ביעט נאך די באר און נישט גראד אויפן ערשטן ביעט.

צו מאכן מיט קינדער די קאורד ביי 3:21 איז א חידוש.

(ניגון אהבת עולם)

זייער גוט נאכגעשפילט דעם אריגיניעלן אינטרא.

צאלי גאלד… זינגט ער זיס.

כ׳גלייך זייער ווי ער ענדיגט די טרעק מיט די אינטרא. דאס איז נישט געווען אויף די אריגיניעלע.

די סידי באלאנגט אין יעדן אידישן שטוב. הערליכע אויסערוועלטע ניגונים איינס ביי איינס.

די טרעק איז היפש א קורצע. איך האף ס׳איז נישט קיין אנדייטונג פארן גאנצן סידי.

הבהרה: די סידי איז נישט געמאכט פארן בחור אין ישיבה וואס איז אויף די יאגד אויסצוהערן יעדע נייע אלבום. דא וועסטו נישט טרעפן די קומענדיגע הלב שלי צו חתונה שלאגער. דאס איז געמאכט פארן באזעצענע סארט יונגערמאן וואס גלייכט איידעלע אויטענטישע נגינה ווי ס׳ברויך צו זיין. דער וועט אויסלעקן דעם אלבום כדבעי. און פאר דיר בחור׳ל וואס דו ווילסט אביסל פוצן דיינע אויערן, געב עס די צייט און הער עס אויס אפאר מאל ביז ס׳וועט אריינטראפן אין דיין הארץ.

2. אז ישיר משה

א פיינעם מעדלי נאמען.

(ניגון הגלה נא)

אוי טאטע זיסער. ער דערמאנט מיר מיינע קינדערישע יארן צווישן די ברוינע סוכה ברעטער און קאלטע זופ ווי טאטע און זוהן האבן געזינגען צום טאקט פונעם ווינט. אה דוד לייפער איז דא. (די מיקס אויף זיינע וואקאלן וואלט געקענט זיין אביסל בעסער. מער אפענער. מער פארענט.)

די ה״א פון הגלה נא ׳ה׳גלה נא, איז נישט אויף די ריכטיגע נאט. ער וואלט געדארפט אראפגיין צוויי.

א שיינע אדולט סאלא. ווער איז דאס? שרגא פייוויל גאלד גאר. זייער ווארעם.

(ניגון אני מאמין)

אן אינטערסאנטע אררעינדזשמענט אויף די ערשטע פאל אני מאמין. אוי דאס הארמאני פונעם פידעלע רייסט. נא פרעג איך אייך, ווער קען נאך דאס באווייזן היינט? די תנועות שניידן שטיקער. דוד לייפער׳ס הארץ איז ריזיג. (ביי 2:37 איז דער ׳את׳ פון בביאת אביסל אריינגעכאפט)

די ביעט קומט נישט אריין א טראפקעלע שנעל? הרב פייערווערקער זינגט דא. אזוי אנגענעם.

אוי ואף על, פייייי… אה פון זיינע שענסטע ניגונים. רויע געפילן.

ווי נאר די פאל האט זיך אנגעהויבן זעה איך מיין לינקע האנט גיין ארויף און אראפ אין א בעטענדיגע ש״צישע מינע. אוי ווי שיין און אידישלעך.

די אררעינדשמענט איז גאר שיין. די ברידזש צום קומענדיגן ניגון איז עפעס געוואלדיג. די דראם איז שארף קלאר.

(ניגון לולא תורתך)

דאס אויך? מען הויבט אן פארגעסן וואסערע דיאמאנטן קעמפ שלווה האט אלס צוגעשטעלט.

די מוזיק דא איז הערליך.

ווער זינגט דא? יהושע ראזען? א רעכט באבובע בעל מנגן. (כ׳מיין אויף יונגערליך האט ער אביסל א שענערע מיקס אויף זיינע וואקאלן)

לא רא ריי לא רא ריי… מען קען צוגיין פון שיינקייט!

די ברידזש צום קומענדיגן ניגון איז מלכות כאר סטיל. דאס איז פון די איינציגע מאל וואס מען זינגט א תנועה וואס ר׳ משה האט נישט פארפאסט און ס׳קיצלט אביסעלע.

(ניגון ר׳ יעקב אומר)

יעצט בינעך אין כיתה ז׳ ווי מיין מלמד זינגט עס מיט די קינדער אין קלאס.

(ניגון ונראהו)

אההה, א שמייכל האט זיך ווידעראמאל אויסגעצויגן אויף מיינע לעפצן… די פשטות שמחה און חן, דאס קען מען נישט קויפן פאר געלט. טאקע א גאלדענע ליד.

די קינדער קווייער קומט ווידער אריין עפעס מורא׳דיג געלונגען.

אהר׳עלע סאמעט איז דא. ער דערמאנט ווידער אז אונז הער מיר דעם קאסעטע יעצט אין 2022.

שוין תם ונשלם. דאס איז שוין געווען א חתיכה הראויה להתכבד. א צען מינוטיגע טרעק.

3. תורת משה

אה ס׳לויפט א פעטערן. משה ביי יעדן נאמען. גוטע געדאנק.

(ניגון כי הוא)

די וואקאלן קומען אריין ציפעדיג קלאר. אביסל שארף.

וויפיל זאל איך שרייבן די ווארט הערליך?

(ניגון אלוקי)

טאטע אין הימל. אוי איז דאס א מעלאדיע. דער לייפער נאגעלט עס. ער ציט ארויף עפעס נישט נארמאל.

ר׳ אליעזר אלימלך באקאן זינגט דא! היינט איז ער מסתמה שוין א שקנה חכמה איד.

די ניגון דא איז שנעלער.

(ניגון כי אלוקים)

די קינדער קווייער איז דאך אזוי שיין. פארוואס קען איך נישט די ניגון? כ׳ווייס נישט. עפעס די אלע ניגונים וואס כ׳קען נישט פון מיין יוגענט זענען נישט אויפן זעלבן קאליבאר ווי די אנדערע.

די אינטערלוד איז איינע פון משה׳ס ניגונים דאכט זיך. גאר גאר שיין.

(ביי 8:04 איז די ביעט שנעלער און נאך א סעקונדע צוויי ווערט עס שטייטער.)

(ניגון לא ימיש)

א שיינעם אומפאהה! האב איך אויך נישט געקענט דעם ניגון… א מעידזשער הויעכע פאל. שיין. אהרעלע סאמעט׳ס קול איז אנדערשט געמיקסט. די מוזיק איז עפעס געוואלדיג.

4. אשר ברך משה

(ניגון פדני)

אוי טאטע, דאס איז דאך אזוי מין שיין. די קינדער די מוזיק און אפגערעדט די ניגון.

(ניגון כי לקח)

די נאסטאלגיע שניידט. צוריק א שטאק מיט יארן צו א ריינערע און זויבערע וועלט.

ר׳ יששכר לייגט אראפ פיינע וואקאלן!

(ניגון אל תעזבנו)

עפעס איז אינטערסאנט די מיקס אויף די קינדער קווייער.

גיימיר זיך אויסלערנען דעם ניגון. איך גלייך נישט ווי אזוי ׳תשועתי׳ איז געזעצט ביים צווייטע פאל.

(ניגון כי תקדמנו)

ער האט קאנטראל אויף זיינע שטים בענדער דוד לייפער. ער נאגעלט די אלע קליינע דרייערייען.

חיים חיים… הערליך. א קניפ אין בעקל.

צאלי גאלד זינגט איידל.

(ניגון יסף)

די אינטרא איז עפעס געפערליך ענדליך צו די ׳כי קרוב אליך הדבר מאוד׳ פון אברעימיל און גרין.

זייער גוט ארעינדזשט די פאל… די פיאנא מיטן בעיס פארן א מחי׳.

5. ויגד משה

(ניגון אלקא דמאיר עננו)

אה! די מוזיק דערמאנט גראד דעם הערליכן אמאל.

וואט עי סערפרייז! ר׳ יוסף משה האט עס מיר געזאגט נאך פארן אלבום ארויסקום און ס׳איז מיר מורא׳דיג געפאלן די געדאנק… ר׳ יששכר מיט סוחי וועלן זינגן בינאזאם.

איך גלייב אז פאר יששכר איז עס פול סירקל. לכאורה האט ער זיך געווישט די טרערן אין סטודיא.

קודם האב איך מיר געוואונדערט וואס זינגט יששכר אזוי נידריג? אבער דאן האב איך מיר דערמאנט. נפל האסימון.

ער איז אביסל הייזעריג דארט אויבן.

אזא שיינע ניגון. וויפיל געלט דאס האט שוין געבראכט פאר די כוללים.

(ניגון כנשר. העי… וכשם)

אוי די אינטרא!

(זאנוויל קומט אריין אביסל שארף. ספעציעל ביי די אותיות שין און צדיק. די מיקס אויף זיינע וואקאלן איז נישט איבעראל ספעציעל.)

די הארמאני ביי כך כך איז געוואלדיג. (זיין קוועטש ביי רוחי און ותפילתי איז שוין צו היינטיג אבער נאט בעד.)

די ביעטס דא איז א חורבן…. איינער זאל פרובירן ציילן מיט די הענט וויפיל ביעטס איז אין א באר. טוישט זיך יעדע סעקונדע. (דאס האט מיט די ניגון נישט אררעינדזשמענט)

(אלמדה)

פון ווי קומט די אינטרא נאר? עפעס דערמאנט חנוכה.

שיינע איידעלע פשוטע ניגון.

(שמחתי)

די מוזיק איז פריש… לעטין סאלסא׳דיג. (די סעקסעפאן ביי 9:40…)

(שלום)

ביי 10:17 ווערט מיר זאנוויל מאדערן. נישט אויסגעפעלט. ווידער איז דא שארפע סילעבעלס.

כ׳האב זייער ליב די continuation פון די לעצטע פאר ניגונים. פארט זייער גרינג אריין איינס אינעם צווייטן.

6. אור פני משה

(ניגון שומרים)

פנים חדשות באו לכאן. ער הייבט טאקע אן מיטן זעלבן אינטרא פונעם אריגיניעלן אבער מיט סטרינגס. אן אנדערע טעם אינגאנצען. (די סטרינגס לויפן אויף לאופער׳ס גאנג די טשעלאוס מאכן די לאו הארמאני וכו׳). אויסנאם ארבעט.

ווידער א נעקסט לעוועל דזשאב מיטן קינדער קווייער. (וכל הלילה זינגען זיי אזוי ווייעך…)

אה ס׳איז דאך אזוי שיין!

די קוואליטעט איז דאך אזוי פיל מאל בעסער דא.

(ניגון לדור ודור)

א שיינעם לידל פון ר׳ משה וואס כ׳האב נאכנישט געהערט.

גיימיר אויסהערן די אלטע. די יונגעלע דא הערט זיך היפש ענדליך צו די סאלא אויף די אריגיניעלע…

די קינדער קווייער דארט שיינט צו זיין צוזאמגעשטעלט פון יונגערע קינדער ווי דא. דארט איז דא א שפריץ מער חן און תמימות.

די מוזיק דא איז פיל מאל בעסער ווי דארט. גוד דזשאב!

זאנוויל מאכט דא גאר א גוטע ארבעט.

(ניגון נשמה)

אינמיטן א פארעדיגע באסענאווע קומט פלוצים די נשמה׳דיגע סטרינגס אינטרא אויפן נשמה לידל. אן אינטערסאנטע קאלעקשען.

ווי אזוי האט ער אזוי גוט נאכגעמאכט דעם פידעלע? די פידעלע און טשעלא זענען אקוראט נאכגעמאכט אבער ער לייגט דא צו מער פיאנא און פיצעלע דראם גערודער.

די סטרינגס דא איז געוואלדיג שיין.

אוי איז דאס א ניגון. פון ר׳ משה׳ס בעסטע סחורה. וויפיל אידן דאס האט שוין מחזק געווען.

שבתי מרדכי טייכמאן. ער זינגט פיין.

(ניגון ואני אשיר)

דאס איז עפעס אן אינטערסאנטע קאלעקשען… פון לעבעדיג צו שטייט און צוריק. טוצעך.

נאך אן אומבאקאנטע ניגון צו מיינע אויערן.

די ברידזש צוויישן די ניגונים איז אביסל מאדנע. איך האב זייער הנאה וואס ער טוט מיטן אריגיניעלן אינטרא.

א געשמאקע לעבעדיגע מעלאדיע.

(ניגון ועתה שמע)

און אינמיטן די חתן קומט אריין הייבט זיך אן די חופה. ברויך מען צוריק אנצינדען דעם דביקות סוויטש. קוקט צומאל אויס ווי מען האט געווארפן גורל וועלכע ניגון קומט נעקסט.

אה! דעם לעגענדארן אינטרא.

די מיקס דא איז פונעם אינטערשטע שטאק אין תיבה איים סארי פאר מיין אויסדרוק. הער פון 7:06 און פון 7:38 ווי מען הערט קלאר די אלע היסעראציעס ארומפליען פון רעכטס צו לינקס. און אינמיטן נאך אפאר מאל.

לייפער ציעט ארויף אין הימל אריין.

(ניגון קול דודי)

קען איך אויך נישט די ניגון. ס׳איז נישט עפעס מורא׳דיג אבער האט דא און דארט שיינע ענינים.

7. תפילה למשה

(ניגון משכיל לדוד)

אה די סעקסעפאן קומט אריין קלאר.

די קינדער קווייער קומט דא אריין עפעס הערליך! איך גלייך ווי זיי זינגען אין נידריגן רעדזשעסטער. דוד לייפער שטייט ווידער אין בעק פון שול. אבער זיין קול׳כל שניידט דורך ביז מזרח.

(ניגון מהר)

איך קען דעם ניגון אויך נישט. א טיפיקל משה גאלדמאן ליד. די לא למענינו פאל איז דאך אזוי שיין. די מוזיק טוט עס אן הערליך.

די טייכמאן יונגל זינגט באחיינט…

די פראדוקציע איז ווידער געוואלדיג.

(ניגון רבונו של עולם)

די מוזיק איז א מחי׳.

ווער קען נישט דעם לידל. אזא ליכטיגע ליד.

אה דוד לייפער הערט זיך זייער גוט דאסמאל, ספעציעל אין הויעכן פאל. אזוינע סאלידע וואקאלן.

(ניגון כי נחם)

דאס איז דאך אזא אומשאצבארע מתנה. די אמאליגע סחורה דעליווערד אויף א גאלדענעם טאץ. די מוזיק דא איז וואונדערבאר. (הער דעם עלעקטריק גיטאר ביי 6:55. ועוד ועוד געשמאקע קענדיס)

וואו! די אדולט קווייער קומט אריין מיט עפעס געוואלדיגע הארמאני ביי 7:28.

(ניגון על הר גבוה)

דא האט זיך אלעס אנגעהויבן. פון דעם ריטערישן קעמפ ניגון איז אלעס געבוירן. הכל הולך אחר החיתום. פון די לעצטע ניגון אויף דעם אלבום איז אלעס ארויסקומען.

איך האב נישט ליב דעם שטייפן פיאנא אין אינטרא.

זייער פיין אראפגעלייגט דעם ניגון!

8. א גאלדענע ליד

וואס קומט דא?

דאס איז אזא טריביוט לידל. אה, אויף אן אלטן מעלאדיע.

שיינע פשוטע גראמען וואס ברענגט ארויס דעם געפיל. ר׳ יוסף משה האט געכאפט א שפאציר אין גן עדן און ברענגט אונז א גריס ווי די צדיקים זינגען ר׳ משה׳ס ניגונים.

תם ונשלם!

עפילאג:

ווי איז עס געווען ביז יעצט?

דאס איז דאך אזא הערליכע סידי. ווערד אלע געלטער. די פראפעסיאנאלקייט נעמט נישט קיין טראפ אוועק פון די ווארעמקייט. צומאל קען מען צוגיין פון מתיקות ביים הערן די איידעלע טענער באגלייט מיט די אויסטערלישע שיינע קינדער קווייער. נישטא קיין ווערטער. די מוזיק איז אזוי באטעמט און הערליך. ממש א מושלם פון א פראיעקט.

די סידי גייט הויערן אין קארן און אין היימען פאר גאר א לאנגע תקופה. ס׳איז אזא געשמאקע און פלעזענט עקספיריענס אויסצוהערן די איידעלע נגינה מיט די מוזיק.

שכוח ר׳ יוסף משה! איך וואונטש דיר שוין הצלחה פארן קומענדיגן פראיעקט אי״ה מיט ר׳ משה׳ס ניגונים. (ספוילער: ער האט בדוקא נישט אריינגעלייגט עטליכע הערליכע ניגונים טאקע פארן נעקסטן סידי)

די סידי איז א מתנה פארן יוגענט וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו טועם זיין פונעם אוצר און א וועיק אפ קאל צו ווייטער גיין אויף די אויסגעטראטענע רעלסן.

עוד משה חי.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

מאסיוו!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p- פאר עוד משה חי
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

אה וואה! מאסיוו, יישר כח כינור
די אויסדריקן... יוש... "די אלבוים גייט הויערן אין קארן און היימען..." "פון דעם ריטערישן קעמפ ניגון...")
כינור האט געשריבן:
איך גלייב אז פאר יששכר איז עס פול סירקל. לכאורה האט ער זיך געווישט די טרערן אין סטודיא.
יאפס נישט נאר יששכר נאר אני הקטן אויך (דו ביסט קאמפעטישן מיט פעטער מאיר אויסצופיגערן וואס גייט פאר ביים זינגען א ניגון?...)
ס'האט מיר עפעס געכאפט... 20 יאר -צו וויפיל- צוריק און וואס ס'איז שוין אלס אריבער בכלל ובפרט זינט דאן, כ'האמיר געטראפן לאקירן די טישוס אין מיין קאר,
"די סגולה האבן מיר שוין פון יארן" אין פולן זין פון ווארט...
לעצט פארראכטן דורך טעארעטישע פאקטן אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

פליז ביי די נעקסטע קאלעקשאן לייגסט אריין אביסל פון די מלך עליון עלבום, איך מיין טאפס טאפס פון ר' משה.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שיין. קוקט אויס ביסט נאך פונעם יונגערן דור וואס האט נישט זוכה געווען צו הערן די ערשטע אלבומ'ס (טעיפס!) פון קעמפ שלוה. איך בין אויפגעוואקסן דערויף און יעדע ניגון ליגט מיר אין די ביינער.

אגב, איין ניגון, "לא ימיש", איז פיל שענער אויף די אריגינעלע אלבום. משה לויפער האט זיך צולאזט דארט, עס גייט א רויך. אויף א גאלדענע ליד איז עס נישט שלעכט, אבער מע.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א דאנק כינור׳ס אנאליז האב איך זיך נארוואס איינגעהאנדלט דעם אלבום. אין אנהויב האט זיך נאר געשפירט עטליכע טשילס פון מיינע קינדער יארן, כ׳האב זיך געטראפן זיצן אין מיין באבעס בעיסמענט מיט א טעיפ רעקארדער, צוריקרוקנדיג יעדע פאר מינוט צו די גוטע סאלא׳ס... ביים דריטן ניגון ״הנה מה טוב״ האט זיך א פלייץ נאסטאלגישע טרערן ארויסגעריסן, נישט פון טרויער, עפעס טיפער, דער פשוט׳ער לידל איז איין שטיק פשטות וואס שלעפן מיר צוריק מיט צוואנגען צו יענע צייטן פון תמימות. (ס׳דא א ניגון אויף ״להודיע״ ווי זיי זינגען ״ברוך הבא בשם ה׳״ און דארט קען מען אויך צוגאסן ווערן פאר פשטות).

די קומענדיגע נאסטאלגיע וואולקאן האט אויפגעריסן ביי די הויכע פאל פון ״שומרים הפקד לעירך״, פרעג מיר נישט פארוואס. עפעס מאכט עס מיר עמאציאנאל דער ׳חשכת לא-א-א-ילה׳ ווארשיינליך אויך צוליב דעם אויבנדערמאנטן סיבה מיטן באבנס טעיפ רעקארדער. איך באוואונדער ״כי נחם״ און ״על הר גבוה״ וואס אפילו די אפעקט פון די קינדער הערט זיך ווי די ארגינעלע טעיפ, ווער רעדט נאך פון די מוזיק.

דער אלבום איז א מושלם און וועט איבערגעהערט ווערן איינמאל און נאכאמאל, די מוזיק איז רייך ווי קרח און עס איז אויסנאמליך קלאר און געשמאק אויסצוהערן. צאלי גאלד׳ס שטימע האט זיך נישט געטוישט קיין טראפ, אזוי אויך אייזיק האניג׳ס... כ׳ווייס נישט וויאזוי דער אנדערע אדאלט סאלא (איינער וואס האט זיך געהערט ווי א ריכטיגער בארא פארקער) הייסט, אבער אויב קען מען אים ליפערן פארן קומענדיגער קאלעקציע וועט עס זיין א געוואלדיגער פלאס.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

כינור האט געשריבן:
א גאלדענע ליד - ניגוני ר׳ משה גאלדמאן ז״ל
כהאב מיר געגרייט ארויסצוקומען מיט אן אנאליז אויפן אלבום, אבער דער כינור האט מיר דערכאפט...

ר' כינור! כה לחי! א הערליכע ארבעט אראפגעלייגט! יאך וואלט אזאנס נישט געקאנט!

כ'וועל נאר אריינקומען כיהודה ועוד לקרא און מגיב זיין מיינע הערות ווי א פירוש אויף ר' כינור'ס רייד ,סאו דארט ווי כ'בין שטיל מיינט דאס אז כ'בין מסכים 100 פראצענט מיט אים!

(קלארשטעלונג, מיין 'מיינונג' און 'טעיסט' רעפלעקטירט נישט קיינעם -האפענטליך, און אפילו אויב כ'קום אריין אביסל דירעקט, דארף זיך קיינער רעכענען מיט מיין ארימען מיינונג.)

איז אזוי...
1. ישמח משה

(ניגון חזק)

(ניגון מלך אלוקים)
נפתלי משה קומט אריין מיט א קנאק... דעם חזק ימלא האט ער אנגעהויבן ווי לאופער'ן... א שיינעם לעבעדיגן דיסקאו.

(נפתלי משה! א קלאפ אין די פלייצע! ווערסט בעסער און בעסער!)

דאס זעלבע איז ביי 'מלך אלוקים', אבער ביים 2'טע מאל ביים ערשטן פאל און ביי די 2'טע מאל די הויכע פאל באדערט מיר די פאלשע טומבארינס לויפנדיג אין סיקסטינס, וואס מאכט עס אויסזעהן ווי א קיבאורד ביעט... (דאס איז שוין נפתלי משה'ס פלעיוואר...)

אזוי אויך באדערט מיר צו הערן וויאזוי אהר'לע ענדיגט 'מאוד מאוד נעלה' צום סוף אזויווי 'ובא לציון גואל' ענדיגט זיך (ס'נישט 'גאלמאנ'דיג').
(ניגון רבי יעקב אומר)
כ'האב זייער ליב געהאט וויאזוי יששכר האט געקוועטשט דעם 'בפרwwwוזדור' ווי יואלי טייכמאן בצעירותו!

5. ויגד משה

(ניגון אלקא דמאיר עננו)

אה! די מוזיק דערמאנט גראד דעם הערליכן אמאל.

וואט עי סערפרייז! ר׳ יוסף משה האט עס מיר געזאגט נאך פארן אלבום ארויסקום און ס׳איז מיר מורא׳דיג געפאלן די געדאנק… ר׳ יששכר מיט סוחי וועלן זינגן בינאזאם.

איך גלייב אז פאר יששכר איז עס פול סירקל. לכאורה האט ער זיך געווישט די טרערן אין סטודיא.
יוש... כ'האב געשפירט א געברויך צו קאלן יששכר אויפן פלאץ... די שמייכל וואס האט זיך אויסגעשפּרייט פון אויער צו אויער ביים הערן יששכר בצעירותו ובגדולתו אויפן 'אלקא דמאיר עננו'... (איי! די תמימות וויאזוי ר' יששכר זינג אלץ קינד איז עפעס וואס די שאף קענען זיך פארשטעקן פאר...)

כ'האב א פילינג אז דאס איז געווען נפתלי משה'ס איידיע.

כ'האב הנאה אז נפתלי משה האט נישט פארדרייט די מוזיק פונעם ארגינעלן טרעק, כאטש וואס די 'מלכות' כאר האט עס יא געמאכט שפירן ווייניגער 'גאלדמאן'דיג' (איין משל ווי 'די סגולה' פעמיים...)

(ניגון כנשר. העי… וכשם)
די ניגון קומט צו זיין אויפ'ן Cm/Fm סקעיל אזוי ווי ס'איז ארגינעל. (יא, איך האק!)

ס'האט מיר געבאדערט צו הערן דעם ניגון אויף אַ Fm/B♭m עס קומט נישט דארט... עס האט פארלוירן דעם 'גאלמאנ'קייט' און די נעימות פון ר' משה ז"ל (אזוי ווי 'עוד ישמע' קומט אויף א Gm לענ"ד, דעס זעלבע אהער)

זיינוויל וואלט זיך געמעגט צושטעלן און דאס זינגען אויף א Cm/Fm אזויווי עס קומט, (אדער אפילו נעמען אייזיק האניג אנשטאט!)

אוטש... דעם ארויפגעצויגענעם 'ותפלההתי' פון זיינוויל האט מיר שרעקלעך געבאדערט... (וואלסט געברויכט זען מיין גרימאס אויפן פנים)
(שמחתי)

די מוזיק איז פריש… לעטין סאלסא׳דיג. (די סעקסעפאן ביי 9:40…)
נפתלי משה האט מוסיף נופך משלו... משנה געווען די קאורד'ס פונעם אינטראו.
6. אור פני משה

(ניגון שומרים)

פנים חדשות באו לכאן. ער הייבט טאקע אן מיטן זעלבן אינטרא פונעם אריגיניעלן אבער מיט סטרינגס. אן אנדערע טעם אינגאנצען. (די סטרינגס לויפן אויף לאופער׳ס גאנג די טשעלאוס מאכן די לאו הארמאני וכו׳). אויסנאם ארבעט.
יאפ א נייער טעם, כאטש כ'בין צוגעוואוינט צו משה לאופער סווינג ביי דעם ניגון.
(ניגון נשמה)

ווי אזוי האט ער אזוי גוט נאכגעמאכט דעם פידעלע? די פידעלע און טשעלא זענען אקוראט נאכגעמאכט אבער ער לייגט דא צו מער פיאנא און פיצעלע דראם גערודער.
האלאו! ערעבּ כינור! דער פידל איז נישט נאכגעמאכט!

מיינע פליישיגע אויערן האבן תיכף אויפגעכאפט דעם ציטערדיגן דינעם פידל פונעם ארגינעלן 'נשמה' ליד! (איי האב איך באקומען טשילס... עס מאנט...)

לויט מיין מיינונג איז עס זיכער ארויסגענומען געווארן פונעם ארגינעלן רעקארדינג.

דער פידל ציפּט!

שכוח פארן אריינלייגן ר' צאַלי און אויך די 'טייכמאן' פלעיוואר אינעם ניגון!

(ניגון ועתה שמע)

לייפער ציעט ארויף אין הימל אריין.
כ'האב נישט געוואוסט אז דער לייפער קען אזאנס ארויפציען! Wow שיין!
(ניגון קול דודי)

קען איך אויך נישט די ניגון. ס׳איז נישט עפעס מורא׳דיג אבער האט דא און דארט שיינע ענינים.
קומט זיך דיר פעטש פארן נישט קענען דעם ניגון...

דאס איז פון ר' משה'ס נכסי צאן וברזל בעפאר די לאופער עפאכע!

זייער שיין אראפגעלייגט ישראל לאם'ס אינטראו!

ווי אויך די מארטש ביעט ביים הויעכ'ן פאל איז ניי אבער פארט 'לאם' פלעיוואר... שיין!
7. תפילה למשה

(ניגון משכיל לדוד)
דער סאקסעפאון אינעם אינטראו איז שיין, אבער עס הייבט נישט אן צוצוקומען צו 'פֶּטֶר ווערטהיימער' ע"ה (ער פארדינט זיך אן עקסטערן אשכול)

גוט אז מ'האט אריינגעלייגט דעם ניגון, אזוי וועלן נאך מענטשן וויסן אז ר' משה האט עס קאמפאזירט און נישט פינקי...

(ניגון על הר גבוה)
דא קומט נאכאמאל מיין מיינונג וועגן טוישן סקעילס פונעם ארגינעלן... די ארגינעלע איז אויף א B♭m אבער דא זינגען זיי עס אויף א Dm. אויכעט וואלט נישט געשאדט צו לייגן דעם ארגינעלן אינטראו פון ישראל לאם מיט די שטייפע בּרעסס און די פליענדיגע פלוט'ס און סטרינג'ס.

ווי אויף גייען זיי געהעריג מיינער צום סוף ביי 'מבשרת ירושלים' אנשטאט גיין א האלבע אזויווי די ארגינעלע איז.

געשניטן די חן פונעם ניגון אויף האלב.

א שיינע אדולט סאלא. ווער איז דאס? שרגא פייוויל גאלד גאר. זייער ווארעם.

ר׳ אליעזר אלימלך באקאן זינגט דא! היינט איז ער מסתמה שוין א שקנה חכמה איד.

צאלי גאלד זינגט ווארעם.
שכויח ר' יוסף משה פארן ברענגען די ארגינעלע זינגער צום אלבום דאס מאכט דעם אלבום פיל מער נאסטאלגיש!

דאס ברעגט מיר ארויף לעבעדיגע סצענעס פון די פריערדיגע יארן ווען כ'האב געהערט די אלבומען!
שבתי מרדכי טייכמאן. ער זינגט פיין.

די טייכמאן יונגל זינגט באחנ'ט…
און איבערהויפט פארן ברענגען 'טייכמאן פלעיוואר' - א 'טייכמאן' ילד הפלא צום טיש! (די נאסטאלגיע לעוועל האט געריערטש די לימיט...) 'יואלי טייכמאן' (היינט ר' יואל) מיט ר' משה'ס אלבום'ס איז ווי מים וקמח בעיסה!

עפילאג:
ר' יוסף משה א ווארט צו אייך!

אויב מעג איך מיר וואגן צו זאגן מיין ארימע מיינונג...

לענ"ד גייט שוין נישט דער עולם פאר די 'לחיים' סארט אלבום'ן, כ'מיין אז אזאלעכע סארט פראיעקטן איז דיין שטארקע זאך היינט צוטאגס (דוכט זיך אז איר ארבעט אויכעט אויף א יו"ט עהרליך פראיעקט, ריכטיג?) און דאס, איז וואס דער ציבור דארשט פאר...

גיי אן! וו"י וואנ"ט מא"ר!

ביטע גיב ארויס נאך אזאלעכע פראיעקטן פון פריעדיגע קאמפאזירער א שטייגער ווי פונעם קדושת ציון זצ"ל הי"ד און
הרה"ח ר' בנציון שענקער ז"ל, הרה"ח ר' ליפא לויאש ז"ל, הרה"ח ר' יאסעלע מאנדלבוים ז"ל, הרה"ח ר'חיים דוד בלום ז"ל, (ועוד... תן לחכם ויחכם עוד!)

ווי אויך אויב מעגליך, ביטע גיב ארויס אן פראיעקט פון די ניגוני הרה"ח ר' בעריש ווישאווער זצ"ל (וד"ל...)

א גרויסן שכוח ר׳ יוסף משה!

און א גרויסן שכוח הרב @כינור!
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

PDF ?
סעלער
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 5:58 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שיין. קוקט אויס ביסט נאך פונעם יונגערן דור וואס האט נישט זוכה געווען צו הערן די ערשטע אלבומ'ס (טעיפס!) פון קעמפ שלוה. איך בין אויפגעוואקסן דערויף און יעדע ניגון ליגט מיר אין די ביינער.
אליך אזמרה טעיפ האט ער געסקיפט אלס קינד
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עס באדערט מיר אז דער אשכול ווערט אויסגעמישט מיט די אריגינעלע אשכול, איך ווייס שוין נישט וואו צו שרייבן מיינע הערות.
אבער אז איך בין שוין דא, זאל זיין דא.

דער "על הר גבוה" ניגון איז נישט ריכטיג געזינגען די אלף פון "אמרי לערי יהודה" איז שרעקליך פאלש! (ביי 8:35 און 8:48).
ווי אזוי איז מעגליך אז קיינער האט עס נישט באמערקט??
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עס באדערט מיר אז דער אשכול ווערט אויסגעמישט מיט די אריגינעלע אשכול, איך ווייס שוין נישט וואו צו שרייבן מיינע הערות.
אבער אז איך בין שוין דא, זאל זיין דא.

דער "על הר גבוה" ניגון איז נישט ריכטיג געזינגען די אלף פון "אמרי לערי יהודה" איז שרעקליך פאלש! (ביי 8:35 און 8:48).
ווי אזוי איז מעגליך אז קיינער האט עס נישט באמערקט??
דער גָבוה איז אויך אנדערש, אויף די ארגינעלע דריקן זיי נישט אויפן קמץ
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דרוקן אויף א אות איז אויך נישט קיין גוטע זאך, אבער ממש פארדרייען די אריגינעלע ניגון? דאס איז א עוון פלילי.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

.
לעצט פארראכטן דורך טעארעטישע פאקטן אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
(ניגון נשמה)

ווי אזוי האט ער אזוי גוט נאכגעמאכט דעם פידעלע? די פידעלע און טשעלא זענען אקוראט נאכגעמאכט אבער ער לייגט דא צו מער פיאנא און פיצעלע דראם גערודער.
האלאו! ערעבּ כינור! דער פידל איז נישט נאכגעמאכט!

מיינע פליישיגע אויערן האבן תיכף אויפגעכאפט דעם ציטערדיגן דינעם פידל פונעם ארגינעלן 'נשמה' ליד! (איי האב איך באקומען טשילס... עס מאנט...)

לויט מיין מיינונג איז עס זיכער ארויסגענומען געווארן פונעם ארגינעלן רעקארדינג.

דער פידל ציפּט!
און א גרויסן שכוח הרב @כינור!
איך האב אויך געפילט אזוי! איך האב זיך גע'ישוב'ט אויב מ'האט מצליח געווען מיר צו פארדרייען און ער האט נאכגעמאכט "פונקטליך" די פידל מיט די ווייברעישאנס,
כ'האב יעצט איבערגעהערט ביידע, נאופס, דאס איז קאט ענד פעיסט,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”