אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשווינדן אדער פארשוואונדן?

פארשווינדן איז עתיד ("אלע טענות וועלן פארשווינדן ווערן זייער שנעל"), און פארשוואונדן איז עבר ("וואו איז ער פארשוואונדן?") ווי אסאך אנדערע ווערטער וואס עס טוישט זיך פון יו"ד צו וא"ו ווען עס ווערט עבר.
לעצט פארראכטן דורך קנאפער ידען אום זונטאג יאנואר 16, 2022 10:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשווינדן אדער פארשוואונדן?

פארשווינדן איז עתיד, און פארשוואונדן איז עבר. ווי אסאך אנדערע ווערטער וואס עס טוישט זיך פון יו"ד צו וא"ו ווען עס ווערט עבר.

טענקיו שר החסד!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשווינדן אדער פארשוואונדן?

פארשווינדן איז עתיד ("אלע טענות וועלן פארשווינדן ווערן זייער שנעל"), און פארשוואונדן איז עבר ("וואו איז ער פארשוואונדן?") ווי אסאך אנדערע ווערטער וואס עס טוישט זיך פון יו"ד צו וא"ו ווען עס ווערט עבר.

ס'איז אביסל קאמפליצירט. די מבינים טענה'ן אז ווען דער ווערב פאלגט נאך מיט איז/זענען/ווערט/ווערן, ווערט עס אן אדיעקטיוו, וואס איז ווי לשון עבר.

אויב מיין זאץ איז געווען צו קאמפליצירט, וועל איך עס פרובירן בעסער מסביר זיין: "ער איז פארבונדן די אויגן" קען מען באטראכטן ווי א לשון-הווה'דיגער ווערב, וואס וואלט געקומען מיט א י' (אזוי ווי אין "פארבינד מיינע אויגן"). למעשה אבער שרייבט מען אנשטאט דעם אן אדיעקטיוו -- דער מענטש איז פארבונדן די אויגן.

די זעלבע זאך דא. ער איז פארשוואונדן אדער ער ווערט פארשוואונדן ברענגט אז דאס ווארט זאל זיין אן אדיעקטיוו ווי איידער א ווערב, און דעריבער קומט עס מיט א ו'. א י' וועט זיין בלשון ציווי: "פארשווינד פון דא!"
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

געוועין אדער געווען
ווען מען רעדט איז דא א יוד...
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דעת גדול האט געשריבן:געוועין אדער געווען
ווען מען רעדט איז דא א יוד...

געווען.

ווי אלע ווערטער וואס הערן זיך ווי אן 'עי' אבער מ'שרייבט עס נישט אזוי. למשל 'רעגן', וועגן', און אזוי ווייטער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

קנאפער ידען האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשווינדן אדער פארשוואונדן?

פארשווינדן איז עתיד ("אלע טענות וועלן פארשווינדן ווערן זייער שנעל"), און פארשוואונדן איז עבר ("וואו איז ער פארשוואונדן?") ווי אסאך אנדערע ווערטער וואס עס טוישט זיך פון יו"ד צו וא"ו ווען עס ווערט עבר.

הווה איז אויך פארשווינדן. ער איז פארשווינדן פון האריזאנט.

------

יעצט זע איך אז גרשון האלט 'ער איז פארשווינדן' איז לשון עבר. ויש לעיין בזה, אבל לא נראה לי.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

תגובה דורך היסטאריש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

פארוואס זאל עס זיין הוה?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.

היסטאריש האט געשריבן:

ווייל איך רעד פון יעצט. ער איז יעצט פארשווינדן. הגם ס'האט טאקע פאסירט פריער, אבער מיר איז נוגע יעצט און איך רעד פון יעצט - ווילאנג איך זאג נישט פארשוואונדן 'געווארן' וואס טוישט עס צו עבר.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשווינדן אדער פארשוואונדן?

פארשווינדן איז עתיד ("אלע טענות וועלן פארשווינדן ווערן זייער שנעל"), און פארשוואונדן איז עבר ("וואו איז ער פארשוואונדן?") ווי אסאך אנדערע ווערטער וואס עס טוישט זיך פון יו"ד צו וא"ו ווען עס ווערט עבר.

הווה איז אויך פארשווינדן. ער איז פארשווינדן פון האריזאנט.

------

יעצט זע איך אז גרשון האלט 'ער איז פארשווינדן' איז לשון עבר. ויש לעיין בזה, אבל לא נראה לי.

גרשון האט נישט געזאגט אז עס איז בפועל אן עבר, נאר גראמאטיש באקומט ער א דין פון א לשון עבר
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשווינדן אדער פארשוואונדן?

פארשווינדן איז עתיד ("אלע טענות וועלן פארשווינדן ווערן זייער שנעל"), און פארשוואונדן איז עבר ("וואו איז ער פארשוואונדן?") ווי אסאך אנדערע ווערטער וואס עס טוישט זיך פון יו"ד צו וא"ו ווען עס ווערט עבר.

הווה איז אויך פארשווינדן. ער איז פארשווינדן פון האריזאנט.

------

יעצט זע איך אז גרשון האלט 'ער איז פארשווינדן' איז לשון עבר. ויש לעיין בזה, אבל לא נראה לי.

גרשון האט נישט געזאגט אז עס איז בפועל אן עבר, נאר גראמאטיש באקומט ער א דין פון א לשון עבר

יא יא, דאס האב איך אינזין געהאט...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

ער פלעג טון אזוי אדער ער פלעגט טון?

איך וואלט געשריבן פלעגט, אין סדר דורותינו האב איך אבער געזען פלעג
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מים חיים האט געשריבן:ער פלעג טון אזוי אדער ער פלעגט טון?

איך וואלט געשריבן פלעגט, אין סדר דורותינו האב איך אבער געזען פלעג

איך פלעג, ער פלעגט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

גרייכנדיג? (נישט עבר און נישט עתיד..)
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס שאצט מען אונטער אונזער אינטעלעגענציע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אינטעליגענטס, נישט אזוי?

ניין..
אינטעליגענציע
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארוואס שאצט מען אונטער אונזער אינטעלעגענציע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אינטעליגענטס, נישט אזוי?

ניין..
אינטעליגענציע

עפעס אינצווישן: אינטעליגענץ.

ס'זענען דא זייער אסאך ווערטער פון דעם סארט, סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש, וואס דאס זאכווארט דערפון ענדיגט זיך ענץ און דער אדיעקטיוו (דהיינו דער מענטש וואס פארמאגט די אייגנשאפט) אין ענט: קאנוקרענץ-קאנקורענט, אינטעליגענץ-אינטעליגענט, קאנפידענץ-קאנפידענט, און נאך אסאך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס שאצט מען אונטער אונזער אינטעלעגענציע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:

איז וואס איז "אינטעליגענציע"?
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום זונטאג יאנואר 30, 2022 8:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארוואס שאצט מען אונטער אונזער אינטעלעגענציע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אינטעליגענטס, נישט אזוי?

ניין..
אינטעליגענציע

עפעס אינצווישן: אינטעליגענץ.

ס'זענען דא זייער אסאך ווערטער פון דעם סארט, סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש, וואס דאס זאכווארט דערפון ענדיגט זיך ענץ און דער אדיעקטיוו (דהיינו דער מענטש וואס פארמאגט די אייגנשאפט) אין ענט: קאנוקרענץ-קאנקורענט, אינטעליגענץ-אינטעליגענט, קאנפידענץ-קאנפידענט, און נאך אסאך.

איז וואס איז "אינטעליגענציע?

ס'איז ענגליש -- intelligentsia. דאס באציט זיך צו אינטעליגענטע מענטשן אלס א קאלעקטיוו. די יידישע ווערטערביכער טייטשן עס איבער אלס אינטעליגענץ, נישט אינטעליגענציע.

ס'איז אויך דאס ווארט פאר אינטעליגענץ אין פויליש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס שאצט מען אונטער אונזער אינטעלעגענציע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אינטעליגענטס, נישט אזוי?

ניין..
אינטעליגענציע

עפעס אינצווישן: אינטעליגענץ.

ס'זענען דא זייער אסאך ווערטער פון דעם סארט, סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש, וואס דאס זאכווארט דערפון ענדיגט זיך ענץ און דער אדיעקטיוו (דהיינו דער מענטש וואס פארמאגט די אייגנשאפט) אין ענט: קאנוקרענץ-קאנקורענט, אינטעליגענץ-אינטעליגענט, קאנפידענץ-קאנפידענט, און נאך אסאך.

איז וואס איז "אינטעליגענציע?

ס'איז ענגליש -- intelligentsia. דאס באציט זיך צו אינטעליגענטע מענטשן אלס א קאלעקטיוו. די יידישע ווערטערביכער טייטשן עס איבער אלס אינטעליגענץ, נישט אינטעליגענציע.

ס'איז אויך דאס ווארט פאר אינטעליגענץ אין פויליש.

וויאזוי זאגט מען "איך גלייך אינטעליגענציע"?
שטימט עפעס נישט "אינטעליגענץ"..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

היסטאריש האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען "איך גלייך אינטעליגענציע"?
שטימט עפעס נישט "אינטעליגענץ"..

שטימט אוודאי יא.

אפילו אין ענגליש מיינט דער intelligentsia נישט דאס (אחוץ אויב דו גלייכסט די עליטע-אינטעליגענטע מענטש) נאר מען וואלט געשריבן "איך גלייך intelligence."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פערמענאנט 335 רעזולטאטן
פערמאנענט 67 רעזולטאטן

ריכטיג איז פּערמאַנענט, אזוי ווי אין ענגליש permanent.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גרשון האט געשריבן:פערמענאנט 335 רעזולטאטן
פערמאנענט 67 רעזולטאטן

ריכטיג איז פּערמאַנענט, אזוי ווי אין ענגליש permanent.

ריכטיג רעדטסטו מסתם פון א לינגוויסטישער שטאנדפונקט. איך פלאניר נישט צו טוישן פון פערמענאנט זינט דאס ווערט באנוצט איבעראל
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פערמענאנט 335 רעזולטאטן
פערמאנענט 67 רעזולטאטן

ריכטיג איז פּערמאַנענט, אזוי ווי אין ענגליש permanent.

ריכטיג רעדטסטו מסתם פון א לינגוויסטישער שטאנדפונקט. איך פלאניר נישט צו טוישן פון פערמענאנט זינט דאס ווערט באנוצט איבעראל

כ'האף אבער אז דו ווייסט אז עס איז א בלויזער ענגלישער וועג צו זאגן, אראפגעשריבן אין אידישע אותיות
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פערמענאנט 335 רעזולטאטן
פערמאנענט 67 רעזולטאטן

ריכטיג איז פּערמאַנענט, אזוי ווי אין ענגליש permanent.

ריכטיג רעדטסטו מסתם פון א לינגוויסטישער שטאנדפונקט. איך פלאניר נישט צו טוישן פון פערמענאנט זינט דאס ווערט באנוצט איבעראל

@פאליטישע, קוק דאס קעפל פון דעם אשכול. דארפסט עס נישט איבערזאגן ביי יעדן ווארט וואס איך ברענג דא. :wink:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:פערמענאנט 335 רעזולטאטן
פערמאנענט 67 רעזולטאטן

ריכטיג איז פּערמאַנענט, אזוי ווי אין ענגליש permanent.

טאקע מאדנע אז ס'איז דא פיל מער מיטן אומריכטיגן אויסלייג..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”