אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:דאנעשטאג, אן א ר, ריכטיג?

ניין, דאנערשטאג
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

מיינסט עס ערנסט?! האט געשריבן:אין ענגליש איז וואס די כלל?
נישט להבא און שעבר?

שוין גענטפערט:
תנא-קמא האט געשריבן:ניין.

I filled it

I am filling it

And I will fill it

Until it's full

די איינציגסטע ווארט וואס איז מיט א ו' פול איז דער שם עצם. אלע פעולות זענען פיל = fill
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אנפילן - סאיז דא א ווערב (פועל) אנפילן, אין לשון עבר אנגעפילט. אזוי ווי פיל אנדערע ווערבן מיט פרעפיקסן ווערט דער פרעפיקס מיטן שורש אפגעטיילט אין לשון הווה, איך פיל אן; דו פילסט אן; ער פילט אן; מיר פילן אן.

אזוי אויך, ווי דער לשון עבר פון כמעט יעדן ווערב, דינט דער לשון עבר אויך אלס אן אדיעקטיוו (שם תואר), אן אנגעפילטער בעכער, אן אנגעפילט גלעזל.

פול - פול איז אן אדיעקטיוו (שם תואר) וואס מיינט דאס זעלבע ווי אנגעפילט.

פיל - פיל איז אויך אן אדיעקטיוו וואס מיינט אסאך, אין לשה״ק הרבה, אין ענגליש much, many.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אינטערסאנט אויך צו באמערקן אז ווי פיל אנדערע ווערבן איז דער ווערב נאר באקאנט מיט פארשידענע פרעפיקסן, ווי אנפילן און דערפילן. זעט זיך אויס אז אמאל איז אויך געווען א ווערב פילן אליין אן קיין פרעפיקסן, אין לשון עבר געפילט. היינט איז אזא ווערב שוין נישט באנוצט. דער לשון עבר דינט נאך יא אלס אן אדיעקטיוו, ווי געפילטע פיש.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
מיינסט עס ערנסט?!
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 7:55 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינסט עס ערנסט?! »

@למדן קענסט מיר געבן מער עקזעמפלן אויף אנדערע סארטן משלים?
שכוח
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מיינסט עס ערנסט?! האט געשריבן:@למדן קענסט מיר געבן מער עקזעמפלן אויף אנדערע סארטן משלים?
שכוח

איך האב אנגעפילט דעם טעלער
איך פיל אן דעם טעלער
איך גיי אנפילן דעם טעלער
דער טעלער איז אנגעפילט
אן אנגעפילטער טעלער
א פולער טעלער
פיל טעלערס
עס זענען דא פיל פולע טעלערס מיט געפילטע פיש
עס זענען דא פיל אנגעפילטע טעלערס מיט געפילטע פיש
עס זענען דא פיל טעלערס, פול מיט געפילטע פיש
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

למדן וצדיק האט געשריבן:איך האב אנגעפילט דעם טעלער
איך פיל אן דעם טעלער
איך גיי אנפילן דעם טעלער
דער טעלער איז אנגעפילט
אן אנגעפילטער טעלער
א פולער טעלער
פיל טעלערס
עס זענען דא פיל פולע טעלערס מיט געפילטע פיש
עס זענען דא פיל אנגעפילטע טעלערס מיט געפילטע פיש
עס זענען דא פיל טעלערס, פול מיט געפילטע פיש

;l;p-
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

סעלאירידאטעט ווי אזוי ספעלט מען דאס?
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

דער "מציאות" הדברים
איך האב געטראפן אסאך "מציאות" ביי די געשעפט.

ספעלט מען דאס טאקע די זעלבע?
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:סעלאירידאטעט ווי אזוי ספעלט מען דאס?


סאלידאריטעט
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:דער "מציאות" הדברים
איך האב געטראפן אסאך "מציאות" ביי די געשעפט.

ספעלט מען דאס טאקע די זעלבע?


יא
מיינסט עס ערנסט?!
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 7:55 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינסט עס ערנסט?! »

למדן וצדיק האט געשריבן:
מיינסט עס ערנסט?! האט געשריבן:@למדן קענסט מיר געבן מער עקזעמפלן אויף אנדערע סארטן משלים?
שכוח

איך האב אנגעפילט דעם טעלער
איך פיל אן דעם טעלער
איך גיי אנפילן דעם טעלער
דער טעלער איז אנגעפילט
אן אנגעפילטער טעלער
א פולער טעלער
פיל טעלערס
עס זענען דא פיל פולע טעלערס מיט געפילטע פיש
עס זענען דא פיל אנגעפילטע טעלערס מיט געפילטע פיש
עס זענען דא פיל טעלערס, פול מיט געפילטע פיש

WOW! א דאנק
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:דער "מציאות" הדברים
איך האב געטראפן אסאך "מציאות" ביי די געשעפט.

ספעלט מען דאס טאקע די זעלבע?

סזענען פארהאן צוויי ווערטער:
מציאות - רעאליטעט; דער ל"ר דערפון איז לכאורה מציאות'ן
מציאה - א געפינס; דער ל"ר דערפון איז מציאות
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

אנדערטהאלבן מיליאן

גוט געספעלט?
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:אנדערטהאלבן מיליאן

גוט געספעלט?

יא. פון דייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:
א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:דער "מציאות" הדברים
איך האב געטראפן אסאך "מציאות" ביי די געשעפט.

ספעלט מען דאס טאקע די זעלבע?

סזענען פארהאן צוויי ווערטער:
מציאות - רעאליטעט; דער ל"ר דערפון איז לכאורה מציאות'ן
מציאה - א געפינס; דער ל"ר דערפון איז מציאות

ריכטיג. מיט נקודות וואלט מען געזען נאך א חילוק: דאס ערשטע האט דער ו' ביים סוף א מלאפום (אזוי ווי זריזות, עשירות, עצלות), און דאס צווייטע מיט א חולם פאר לשון-רבים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

אלס, און אלץ זענע ביידע ריכטיגע ווערטער?
אויב יא, איז וואס די כלל?

אזוי אויך, איך האב געוואוסט אז וויאזוי איז איין ווארט, און אזוי ווי איז צוויי ווערטער.
איך האב שוין אפאר מאל געזען ווי מען שרייבט אזוי ווי אין איין ווארט. איז עס ריכטיג אז מען קען ביידע וועגן?
אויב יא, איז וואס די כלל?
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פילאָזאָף האט געשריבן:אלס, און אלץ זענע ביידע ריכטיגע ווערטער?
אויב יא, איז וואס די כלל?

צוויי אנדערע ווערטער. אלץ מיינט אייביג. אלס איז אזוי ווי די ענגלישע AS

איך האב אלץ געוואוסט אז דער שכן האט נישט קיין שלום בית; דער ער איז אלץ געווען א שלעפער; ער איז נאכאלץ נישט אנגעקומען; ער קומט אלץ אן דער לעצטער

מען האט אים אויפגענומען אלס ראש הכולל; ער האט א נאמען אלס שלעפער פון שטאט
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום זונטאג יולי 17, 2022 12:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אלסדינג איז אל"ע"ס
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:אלס, און אלץ זענע ביידע ריכטיגע ווערטער?
אויב יא, איז וואס די כלל?

צוויי אנדערע ווערטער. אלץ מיינט אייביג. אלס איז אזוי ווי די ענגלישע AS

איך האב אלץ געוואוסט אז דער שכן האט נישט קיין שלום בית; דער ער איז אלץ געווען א שלעפער; ער איז נאכאלץ נישט אנגעקומען; ער קומט אלץ אן דער לעצטער

מען האט אים אויפגענומען אלס ראש הכולל; ער האט א נאמען אלס שלעפער פון שטאט

באמת א דאנק.
קענסט זאגן פאר דיין שכן אז ער קען זיך קומען דורך רעדן מיט מיר...
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פילאָזאָף האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:אלס, און אלץ זענע ביידע ריכטיגע ווערטער?
אויב יא, איז וואס די כלל?

צוויי אנדערע ווערטער. אלץ מיינט אייביג. אלס איז אזוי ווי די ענגלישע AS

איך האב אלץ געוואוסט אז דער שכן האט נישט קיין שלום בית; דער ער איז אלץ געווען א שלעפער; ער איז נאכאלץ נישט אנגעקומען; ער קומט אלץ אן דער לעצטער

מען האט אים אויפגענומען אלס ראש הכולל; ער האט א נאמען אלס שלעפער פון שטאט

באמת א דאנק.
קענסט זאגן פאר דיין שכן אז ער קען זיך קומען דורך רעדן מיט מיר...

איך מעג אויך קומען?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:אלס, און אלץ זענע ביידע ריכטיגע ווערטער?
אויב יא, איז וואס די כלל?

צוויי אנדערע ווערטער. אלץ מיינט אייביג. אלס איז אזוי ווי די ענגלישע AS

איך האב אלץ געוואוסט אז דער שכן האט נישט קיין שלום בית; דער ער איז אלץ געווען א שלעפער; ער איז נאכאלץ נישט אנגעקומען; ער קומט אלץ אן דער לעצטער

מען האט אים אויפגענומען אלס ראש הכולל; ער האט א נאמען אלס שלעפער פון שטאט

באמת א דאנק.
קענסט זאגן פאר דיין שכן אז ער קען זיך קומען דורך רעדן מיט מיר...

איך מעג אויך קומען?

וואדע!
נאך צען סעסיעס באקומט מען איינס בחינם...
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

למדן וצדיק האט געשריבן:אנפילן - סאיז דא א ווערב (פועל) אנפילן, אין לשון עבר אנגעפילט. אזוי ווי פיל אנדערע ווערבן מיט פרעפיקסן ווערט דער פרעפיקס מיטן שורש אפגעטיילט אין לשון הווה, איך פיל אן; דו פילסט אן; ער פילט אן; מיר פילן אן.

אזוי אויך, ווי דער לשון עבר פון כמעט יעדן ווערב, דינט דער לשון עבר אויך אלס אן אדיעקטיוו (שם תואר), אן אנגעפילטער בעכער, אן אנגעפילט גלעזל.

פול - פול איז אן אדיעקטיוו (שם תואר) וואס מיינט דאס זעלבע ווי אנגעפילט.

פיל - פיל איז אויך אן אדיעקטיוו וואס מיינט אסאך, אין לשה״ק הרבה, אין ענגליש much, many.

ש'כח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

געוואוסט
עס איז אויך פארהאן א ווארט געוויסט? אדער עס איז אייביג מיט דריי ו'?
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פילאָזאָף האט געשריבן:געוואוסט
עס איז אויך פארהאן א ווארט געוויסט? אדער עס איז אייביג מיט דריי ו'?

געוואוסט איז לשון עבר און איז אייביג מיט דריי ו'.
וויסן איז מיט א י'..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”