וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
אלס היימישע איז אונזער עיקר שפראך אידיש, נאכדעם קומט לשון קודש וואס א גרויס חלק קען גוט פון אונזערע גרויסע ספרים שענק , און די אנדערע ליידער נישט ,(איך רעד נישט פון יאיר וויינשטאק'ס לשון קודש...)דערנאך איז ענגליש וואס איז די צווייטע אדער ערשטע שפראך ביי אונז.
וואלט איך געווען נייגעריג צו וויסן וואס מען האלט איז די רייכסטע ?

Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
ענגליש, וואס איז די שאלה אפילו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
געשטימט לשון הקודש , אבער כמיין קלאר לשון הקודש!!! נישט די טמאנע שפראך!!! (ווי סאיז אליין פארשטענדליך)
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
כח און מח האט געשריבן:געשטימט לשון הקודש , אבער כמיין קלאר לשון הקודש!!! נישט די טמאנע שפראך!!! (ווי סאיז אליין פארשטענדליך)
מיינסט לשון קודש אויף די ספרדישע הברה אדער אשכנזישע הברה ?

גרשון האט געשריבן:ענגליש, וואס איז די שאלה אפילו.
גערעכט ענגליש איז אסאך גרינגער צי שרייבן אבער לשהק איז גאר גאר רייך. אויף יעדע מין אויסדריק האט עס אן אנדערע ווארט מיט אן אנדערע טעם.
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
חברונער האט געשריבן:כח און מח האט געשריבן:געשטימט לשון הקודש , אבער כמיין קלאר לשון הקודש!!! נישט די טמאנע שפראך!!! (ווי סאיז אליין פארשטענדליך)
מיינסט לשון קודש אויף די ספרדישע הברה אדער אשכנזישע הברה ?
תימן
- דונש
- שר האלף
- תגובות: 1880
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
- לאקאציע: שבתדיגע זמירות
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
לדעתי לשון קודש
און נאכדעם ענגליש
אונזער אידיש איז דאך געמיש פון דייטש, ענגליש, לשון קודש, וכו'.

זוכט איר דוי?
- יחיד מומחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
דונש האט געשריבן:לדעתי לשון קודש
און נאכדעם ענגליש
אונזער אידיש איז דאך געמיש פון דייטש, ענגליש, לשון קודש, וכו'.
מיט דעם נאמען וואלט איר נישט געקענט שרייבן עפעס אנדערש בכלל…
אבער אז ענגליש זאל אויך דארט זיין איז א חידוש הרב דונש.
אמר״ש אזעלכע פיוטים ווי איר האט פארפאסט זענען נישטא………
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
כח און מח האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ענגליש, וואס איז די שאלה אפילו.
גערעכט ענגליש איז אסאך גרינגער צי שרייבן אבער לשהק איז גאר גאר רייך. אויף יעדע מין אויסדריק האט עס אן אנדערע ווארט מיט אן אנדערע טעם.
אפשר לשון-קודש וואס אברהם אבינו האט גערעדט. דאס לשון-קודש וואס מיר האבן פארמאגט נישט א פערטל ווערטער ווי ענגליש, וואו יעדעס ווארט האט פופצן סינאנימען.
אגב, עיין כוזרי סוף מאמר שני.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
לשון קודש איז א שפראך פיל מיט דוקדוק . ס'דא וואס קוקן עס אן אלס רייך און ס'דא וואס קוקן עס אן קאמפלעצירט.
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
דונש האט געשריבן:
אונזער אידיש איז דאך געמיש פון דייטש, ענגליש, לשון קודש, וכו'.
אזווי ענגליש מיט אירע 170 טויזענט ווערטער...
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
תירוצים האט געשריבן:לשון קודש איז א שפראך פיל מיט דוקדוק . ס'דא וואס קוקן עס אן אלס רייך און ס'דא וואס קוקן עס אן קאמפלעצירט.
דקדוק מאכט עס נישט רייך אדער ארים.
פוצה פה ומצפצף
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
Mezofzef האט געשריבן:תירוצים האט געשריבן:לשון קודש איז א שפראך פיל מיט דוקדוק . ס'דא וואס קוקן עס אן אלס רייך און ס'דא וואס קוקן עס אן קאמפלעצירט.
דקדוק מאכט עס נישט רייך אדער ארים.
כ'האלט פונקט ווי דיר . איך האב פלעין אויסגעשמועסט
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
געשטימט אידיש, אבער פארשטייט זיך אז כרעד פון ר' סענדר'ס אידיש...
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
Mezofzef האט געשריבן:תירוצים האט געשריבן:לשון קודש איז א שפראך פיל מיט דוקדוק . ס'דא וואס קוקן עס אן אלס רייך און ס'דא וואס קוקן עס אן קאמפלעצירט.
דקדוק מאכט עס נישט רייך אדער ארים.
ס'מאכט עס אבער יא א שיינע שפראך.
לשה"ק איז אויך בילכער ווי ענגליש מיט דעם אז עס איז גאר א קורצע שפראך, אבער אין "רייכקייט" איז קלאר אז ענגליש איז רייכער ווי די לשה"ק שבידינו אזויווי גרשון האט ארויסגעברענגט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1597
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot 2022 522.png (15.74 KiB) געזען 1615 מאל
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
ענגליש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
לשון קודש איז א הייליגע ריינע שפראך, וואס שייך צו פארגלייכן צו ענגליש.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
-
- שר האלף
- תגובות: 1597
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
והכינס כלל ישראל לנשים יוכח...
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
פוילער האט געשריבן:לשון קודש איז א הייליגע ריינע שפראך, וואס שייך צו פארגלייכן צו ענגליש.
ס'איז הייליג.
אבער די פראגע איז "וועלכע איז די רייכסטע" וואס ענגליש איז אוודאי די תשובה דערויף
- ליכטיגע פארבן
- שר מאה
- תגובות: 111
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:28 am
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
כח און מח האט געשריבן:געשטימט לשון הקודש , אבער כמיין קלאר לשון הקודש!!! נישט די טמאנע שפראך!!! (ווי סאיז אליין פארשטענדליך)
גאר שארף.
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
ווי קען א תולדה זיין רייכער ווי די שורש? זיכער לשון קודש!
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
ליכטיגע פארבן האט געשריבן:כח און מח האט געשריבן:געשטימט לשון הקודש , אבער כמיין קלאר לשון הקודש!!! נישט די טמאנע שפראך!!! (ווי סאיז אליין פארשטענדליך)
גאר שארף.
די טמא'נע שפראך איז גראדע זייער רייך.
פוצה פה ומצפצף
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
Mezofzef האט געשריבן:ליכטיגע פארבן האט געשריבן:כח און מח האט געשריבן:געשטימט לשון הקודש , אבער כמיין קלאר לשון הקודש!!! נישט די טמאנע שפראך!!! (ווי סאיז אליין פארשטענדליך)
גאר שארף.
די טמא'נע שפראך איז גראדע זייער רייך.
איני מכיר
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: וועלכע שפראך איז לויט אייער מיינונג די רייכסטע ? צו ליינען, שרייבן, הערן,
Mezofzef האט געשריבן:ליכטיגע פארבן האט געשריבן:כח און מח האט געשריבן:געשטימט לשון הקודש , אבער כמיין קלאר לשון הקודש!!! נישט די טמאנע שפראך!!! (ווי סאיז אליין פארשטענדליך)
גאר שארף.
די טמא'נע שפראך איז גראדע זייער רייך.
וואס מיינט ביי דיר רייך?
עברית פארמאגט אן ארעמע וואקעבולאר און א ריזיגע חלק ווערטער האבן נישט קיין שייכות מיט לשון הקודש. אדער איז עס ענגליש, אדער אנדערע שפראכן.