אינוועסטיגעיטאר האט געשריבן:נאופס, ר' אביגדור ז"ל זאגט קלאר אז דאס איז די בעסטע שפראך. (כלשונו: ווען דער רבש"ע האט געקליבן א שפראך האט ער גענומען די פערפעקט'סטע שפראך פאר זיך.)
תו לא מידי.
פערפעקט לחוד און רייך לחוד. ס'איז מיר לכאורה א שאד די מי, ווייל איך שרייב שוין דאס דריטע מאל די זעלבע זאך.
רייך מיינט די מערסטע ווערטער, און מ'קען זיך נישט דינגען וועלכע שפראך האט מער ווערטער, סיידן עמיצער וואס פאקטן שפילן נישט קיין ראלע ביי אים. א גרויסער וואקאבולאר מאכט דאס ליינען זאפטיג, צושטעלנדיג א זאפאס פון סינאנימען און א פאסיגע ווארט פאר יעדער זאך.
לשון-קודש איז צוערשט, ווי @ממוצע דערמאנט, מער ווי סתם א שפראך צוליב וואס די ווערטער זענען באמת מקושר צו די זאכן (צב"ש א פרוי איז אשה ווייל זי קומט פון אן איש), און ס'זענען דא נאך מעלות פון א לינגוויסטישן פערספעקטיוו. לשון-קודש איז מסתמא אויך געווען רייך ווען אידן האבן עס גערעדט בזמן בית ראשון, אבער די שפראך וואס מיר פארמאגן איז זייער ארעם. אויב דו נעמסט ארויס אלע ווערטער פון אראמיש, גריכיש, און אנדערע שפראכן, קענסטו כמעט נישט שרייבן אין לשון-קודש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?