דער נאמען פין די פרשה איז פרשת תזריע, וואס טייטש תזריע? פרעגט נישט א יונגעל!! הגם דאס ווארט זרע איז גאר באקאנט, עס ווערט גענוצט אסאך, און עס האט אסאך תשמישים, צ.ב.ש. א, קערענדלעך. ב, איינזייען. ג, עס קען מיינען ווערען שוואנגער, (במדבר ה-כח) וְנִזְרְעָ֥ה זָֽרַע, זאגט דער תרגום וּתְעַדֵּי עִדּוּי. דער ווארט מיינט שוואנגערען אין תרגום אסאך. ד, עס קען טייטשען קינדער, (בראשית ד-כה) כִּי שָׁת לִי אֱלֹקִים זֶרַע אַחֵר, און נאך. דא אין דער פרשה טרעפען מיר אלע פירושים, רש"י לערנט מלשון מענטשליכע קערענדלעך, והמעיין ברש"י יבין. דר רמב"ן לערנט אז זי איז מזריע תחלה וכו'. דער אבן עזרא לערנט מלשון קינדער, כי תזריע אויב זי וועט האבן א קינד. דער רשב"ם לערנט מלשון עיבור, אויב זי וועט ווערען שוואנגער. האבען מיר פיר טייטשען אויף דער ווארט.
תֵּשֵׁ֖ב בִּדְמֵ֣י טׇהֳרָ֑הֿ. זאגט רש"י, תשב – אין לשון ישיבה אלא לשון עכבה, כמו: ותשבו בקדש (דברים א':מ"ו), וישב באלוני ממרא (בראשית י"ג:י"ח). ע"כ. דער רש"י איז מיר שוין שווער א לאנגע צייט, איך האב נישט געזעהן אז מפרשים זאלען אנמערקען עפעס אויף דער רש"י. (דער רמב"ן דינגט זיך אויף רש"י, און זאגט פשט אנדערש עיי"ש) מען איז געוואינט צו זאגען, אז ישב טייטש זיצען, אבער אין חומש איז עס ממש א מיעוטא דמיעוטא וואס עס טייטשט זיצען, רוב מאל מיינט עס באזעצען, וואוינען. א ערך פין קרוב צו צוויי הונדרעט מאל. ווידער ישב וואס טייטש זיצען קען מען ציילען אויף איין האנט. און דא, קען עס נישט טייטש זיין זיצען, און עס קען נישט טייטש זיין וואוינען, זאגט רש"י אז עס מיינט עכבה, אויפהאלטען, און לויט ווי דער רמב"ן זאגט פשט אין רש"י מיינט עס אז זי זאל זאל זיין צוריקגעהאלטען פין אנרירען קודש. דאס וואס רש"י זאגט "אין לשון ישיבה אלא וכו'" איז דא מערערע מאל וואס רש"י זאגט דאס און עס מיינט נישט אז דער ווארט זאל נישט מיינען עפעס אנדרעש. ממילא שטימט דער פשט פין רש"י אויף דער ווארט תשב דא, אז עס מיינט צוריק געהאלטען. אבער לאמיר פראבירען צו פארשטיין די צוויי דוגמאות וואס רש"י ברענגט. דאס ערשטע וַתֵּשְׁב֥וּ בְקָדֵ֖שׁ יָמִ֣ים רַבִּ֑ים כַּיָּמִ֖ים אֲשֶׁ֥ר יְשַׁבְתֶּֽם, און באמת איז דאס א גמרא אין מגלה כא, אמר ר' יוחנן אין ישיבה אלא לשון עכבה שנאמר ותשבו בקדש ימים רבים. און עס גייט ארויף אויף דעם וואס שטייט (דברים ט-ט) וָאֵשֵׁ֣ב בָּהָ֗ר אַרְבָּעִ֥ים יוֹם֙, און די גמרא פרעגט פין א אנדערע פסוק וואס שטייט ואנכי עמדתי בהר. און אויף דאס זאגט ר' יוחנן אז ישיבה מיינט עכבה. אויף ואשב בהר זאגט רש"י אין חומש ואשב בהר – אין ישיבה אלא עכבה. אבער אויף ותשבו בקדש לערנט דארט רש"י דער פשט, אז אין קדש האבען די אידען געוויילט אזוי לאנג ווי אלע אנדערע מסעות צוזאמען, 19 יאר. און באמת דארף דער גמרא א ביאור, ווייל ותשבו בקדש קען מיינען אז די אידען האבען זיך באזעצט אין קדש. און טאמער האט די גמרא געהאט עפעס א הכרח אז אין קדש איז נישט געוועהן קיין באזעצונג, וואס איז פשט אין די סוף פין די פסוק כימים אשר ישבתם? און ווי אויך שטייט (במדבר כ-א) וַיֵּשֶׁב הָעָם בְּקָדֵשׁ, פארוואס ברענגט נישט די גמרא פין דארט? איך האב נישט געקענט טרעפען קיינער זאל רעדען וועגען דעם אין די מפרשים אויף די גמרא. אין די מבואר אויף רש"י שטייט אז באזעצען מיינט עכבה. דאס איז פשוט א גרייז, ווייל באזעצען איז נישט אויפהאלטען, ועוד והוא העיקר, די 200 מאל וואס שטייט אין די תורה דער לשון ישב אויף באזעצען, מיינען אלע עכבה לפי זה, און פארוואס כאפט ר' יוחנן אהן פונקט דער פסוק ותשבו בקדש? אבער א פשוטע התבוננות גיבט אונז דער תשובה, דער המשך הפסוקים דארט איז, אז מרע"ה פארציילט דער מעשה פין די מרגלים, און די אידען האבען געזאגט חטאנו, און פארציילט וועגען די מעפילים, און דערנאך ווען זיי זענען געווארען געשלאגען עד חרמה שטייט וַתָּשֻׁ֥בוּ וַתִּבְכּ֖וּ לִפְנֵ֣י ה' וְלֹֽא־שָׁמַ֤ע ה' בְּקֹ֣לְכֶ֔ם וְלֹ֥א הֶאֱזִ֖ין אֲלֵיכֶֽם׃ (מו) וַתֵּשְׁב֥וּ בְקָדֵ֖שׁ יָמִ֣ים רַבִּ֑ים כַּיָּמִ֖ים אֲשֶׁ֥ר יְשַׁבְתֶּֽם׃ פארוואס זאגט ער ותשבו בקדש ביים אויספיר? וויל ער פארציילען אז זיי זענען געוועהן אין קדש? איז אבער פשוט אז ער וויל זאגען אז דער פועל יוצא פין די מרגלים און די מעפילים, אז די אידען זענען געווארען אויפגעהאלטען אין קדש פאר גאר א לאנגע צייט, ימים רבים. משא"כ ביי די פסוק וישב העם בקדש פארציילט די תורה אז זיי האבען זיך באזעצט אין קדש. און דער סוף פסוק כימים אשר ישבתם, מיינט לויט רש"י אז דער זמן אין קדש איז געוועהן דער זעלבער סכום יארען וואס זיי האבען זיך באזעצט אין אלע אנדערע מסעות צוזאמען. ממילא מיינט דער ישבתם באזעצען ברענגט נישט די גמרא פין דעם.
אלזא פארשטייט מען דער פשט אין דער ערשטע פסוק וואס רש"י ברענגט. דער צווייטע פסוק וישב באלוני ממרא (בראשית י"ג:י"ח) איז א צ"ע און איך ווייס נישט קיין גוטע תירוץ אויף דעם. אין דער מבואר שטייט עפעס, אבער עס איז אפילו נישט כדי נאך צו שרייבען. עס קען זיין לויט א גירסא פין א כתב יד וואס זיי ברענגען, שטייט אין רש"י יושב באלוני ממרא, לויט דעם זאל עס האבען געמיינט דער פסוק אנהייב פרשת וירא, באלוני ממרא, והוא יושב פתח האוהל. און דארט איז אויך שווער וואס די גמרא פרעגט אין מגלה, וויאזוי אברהם האט געקענט זיצען בשעת עס איז געוועהן וירא אליו ד', רש"י דארט זאגט א פשט, אבער דא אין תזריע וויל רש"י לערנען אז והוא יושב פתח האהל מיינט אז ער האט זיך אויפגעהאלטען נעבען דער טיר, נישט אז ער איז געזעצען.
עס איז כדאי אנצוווייזען אז לגבי די ברכה לישב בסוכה, זאגען די פוסקים אז מען דארף נישט זיצען ווייל לישב מיינט נישט דוקא זיצען, נאר עכבה.
תַזְרִ֔יעַ. - תֵּשֵׁ֖ב
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”
גיי צו
- ↲ דיעלס
- אידישע וועלט
- ↲ ברוכים הבאים
- נייעס
- ↲ וועלטליכע נייעס
- ↲ קאראנא וויירוס
- ↲ פאליטישע נייעס
- ↲ נייעס קאך לעפל
- ↲ וואלן רעזולטאטן
- ↲ עקאנאמישע נייעס
- ↲ היימישע נייעס
- ↲ ישוב העולם - דירות און ישובים
- ↲ אקטועלע נייעס
- ↲ זעה אלע נייעס
- קרעטשמע
- ↲ היימישע קרעטשמע
- ↲ היימישע דזשורנאל
- ↲ דעת הקהל
- ↲ אז נדברו
- ↲ פאעזיע און גראמען
- ↲ היימישע פארברענגן
- ↲ שטים בודקע
- ↲ אנקעטעס
- ↲ אונטערהאלטונג
- ↲ היכל הנגינה
- ↲ חזנות ווינקל
- ↲ שירי קודש
- ↲ אויסגאבעס און נייעס קוועלער
- ↲ קול מבשר
- ענציקלאפעדיע
- ↲ ידיעות און וויסנשאפט
- ↲ תורת הנגינה און כלי שיר
- ↲ שפראך, גראמאטיק און דקדוק
- ↲ זכור ימות עולם
- ↲ היסטאריע
- ↲ שנות הזעם
- ↲ משפחה ומשפחה
- ↲ עיר ועיר
- ↲ בתי עלמין
- ↲ זכרונות
- ↲ צדיקים וחסידים
- תורה
- ↲ דברי תורה
- ↲ סוגיות הש"ס
- ↲ הלכה למעשה
- ↲ הלכות תפלה וברכות
- ↲ כשרות המאכלים
- ↲ הלכות שבת
- ↲ בין אדם לחבירו
- ↲ מנהג ישראל
- ↲ ליקוטים וענינים
- ↲ אוצר הידיעות
- ↲ שיעורי תורה
- ↲ ספרים ומחברים
- ↲ אוצר הספרים
- ↲ מפעל הוצאת ספרים
- הילף
- ↲ ולאחיו יאמר חזק
- ↲ תורת הנפש
- ↲ חנוך לנער
- ↲ געזונטהייט
- ↲ פינאנץ
- ↲ דינא דמלכותא
- ↲ צדקה וחסד
- ↲ משא ומתן
- ↲ מאכלים
- ↲ מלבושים
- ↲ האוזוועיר
- ↲ אנליין שאפינג
- ↲ דירת קבע
- ↲ מענעדזשמענט
- ↲ קאנסטראקשן
- ↲ אויטאס און אלעס ארום
- ↲ קאר דילערשיפ
- ↲ קאר הילף
- ↲ טרעוול און וואקאציע
- ↲ לאקאלע טרעוול
- ↲ אויספלוגן
- ↲ וואקאציע
- ↲ פלי רייזעס
- ↲ אייראפע
- ↲ ארץ ישראל
- ↲ פארשידענע הילף
- ↲ מועדים וזמנים
- ↲ שמחות
- ↲ ביזנעס
- ↲ טעכנאלאגיע און ערפינדונגען
- ↲ טעכנאלאגיע
- ↲ סעלפאונס און טעבלעטס
- ↲ בלעקבערי ווינקל
- ↲ ענדרויד ווינקל
- ↲ אלע אשכולות אויפאיינמאל
- ↲ קאמפיוטער און פראגרעמינג
- ↲ ווינדאוס און מעק
- ↲ אינטערנעט און אימעיל
- ↲ אוידיא און ווידעאו
- ↲ מייקראסאפט ווארד
- ↲ מייקראסאפט עקסעל / עקסעס
- ↲ הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס
- ↲ דעוועלאופערס ווינקל
- ↲ אלע אשכולות אויפאיינמאל
- ↲ בילדער, גראפיקס און דעזיין
- ↲ אלע אשכולות פון איש את רעהו יעזורו אפטיילונג אויפאיינמאל
- אידישע וועלט
- ↲ אידישע וועלט
- ↲ פארמעסטן
- ↲ תחיית המתים קאמפיין
- ↲ רעוואלוציע
- ↲ טעכנישע ווינקל
- ↲ מפתחות
- ↲ אייוועלט פרעזענטירט