שטום שפראך....

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

שטום שפראך....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שטום שפראך

סטאפ! מ'זעמיר נישט טויב, און נישט שטום, ווי קומט אהער שטום שפראך?

הייסט די ווילסט מיר זאגן אז די ביסט נישט שטום, קום אהער, לאמיר דיר באזיכן אין ביהמ"ד, נאך ברוך שאמר.... אוי ביסטו שטום...

און נאך ברוך שאמר, באניצט מען זיך שוין איינמאל מיט שטום שפראך.....

יעדער האט שוין מסתמא באמערקט, אז א איד ווען ער רעדט, רעדט ער מיט די הענט, און להבדיל א גוי בלייבן זיינע הענט אויפן פלאץ, משא"כ אידן ווען זיי זענען עפעס מסביר איז דאס מער מיטן הענט שפראך, איינער מער אין איינער ווייניגער, איך האב געהאט א מגי"ש אין ישיבה, ווען ער האט פארגעלערנט הל' שבת הל' בישול, האט ער ממש מיט די אייגענע הענט אריין געלייגט א קוגל אין די טשאלענט אריין...,

ברוב הימים, איז שוין געווארן אזעלכע איינגעגעסענע סימנים, וואס בלויז צווישן אידן ווייסט מען דעם אפטייטש, (אפשר דער שבת גוי אויך... ווייל בדרך כלל ניצט מען אים אינמיטן דאווענען),
לאמיר אביסל פראבירן זיך צו נעמען צו דעם היימישן שטום שפראך, (דאכט זיך מיר איך האב שוין געזעהן אמאל א באשרייבונג וועגן דעם אין א אויסגאבע, אבער איך געדענק נישט יעצט ווער און וואס)

אז א איד וויל זאגן עפעס וועגן זיין טאטע, מאכט ער מיט די הענט אין די הייעך, ווי מ'ווייזט אן אויף איינעם וואס איז געוואקסן הויעך, זייענדיג מרמז מיין טאטע... נו נא...., כאטש וואס גראדע איז זיין טאטע א קליינוויקסיגע....

אז מ'וויל עפעס זאגן – מרמז זיין, וועגן דעם רב פונעם ביהמ"ד, אדער זאגן עפעס וועגן זיין זיידע, ווייזט מען אויפן בארד, דער רב - זייידע, דער לאנגע בארד... נו נא...., כאטש וואס דער רב – זיידע האט גראדע נישט אזא לאנגע בארד..., דאך וועט יעדער וויסן אז ער רעדט פונעם רב אדער זיידע.

מיין זון, ווייזט מען מיט די האנט ווי אויף אזא קליין קינד, כאטש וואס דער זון איז א הויכע בחור...

א ברודער: איז שוין א מחלוקת הפוסקים, מאנכע ווייזן ביי די אקסלען, ווי איינער זאגט מיינס גלייכן און הויך געוויקס, און מאנכע ווייזן מיט די צוויי אצבעות איינס מכיוון קעגן צווייטן, מיין ברודער נו נא..., וואס אט די סימן מיט די צוויי אבצעות קען אויך מיינען א גוטע חבר, אדער אז איך בין אין גוטן מיט יענעם,

צו דעם אלעם, איז דא א שליסל ווארט וואס גייט צו אלעם, דא איז עה, עהע, עה מיינט ניין, אזא שטארקע עה, און עהע מיינט יא, עעההעע,

קומט אויס אזוי, ווען איינער וויל זאגן עפעס וועגן זיין מאמע, ווייזט ער דאך מיט די הענט אין די הייעך ווי יענער איז א הויכע, פארשטייט גלייך דער שמיסער, אז מ'רעדט פון זיין טאטן, פרעגט ער דיין טאטע? זאגט ער עה – (ניין), פרעגט יענער דיין מאמע?, זאגט ער עהע – (יא)...., מיט עה עהע קען ווערן געפירט גאנץ א וויכטיגע שמיס, אפי' אויפן טעלעפאן בשעת'ן דאווענען,

האלא: נו נו
די האלסט אינמיטן דאווענען?, עהע,
זאל איך דיר צירוק רופן אין 5 מינוט? עה,
אין א האלבע שעה? עהע,
די גייסט נאך רעדן היינט צו בערל?, עיעעעיייעעע (איך ווייס נישט)
און וואס טוט זיך וועגן דעם נייעם אפיס, האסטו עפעס געטון? עה
געזעהן האסטו עס שוין יא?, עהע,
אקעי איך רוף דיך אין א האלבע שעה, נו נו, (גוט...)

ווען איינער וויל פארן, איז דאך פשוט אז ער מאכט צו די הענט כאילו ער דרייווט דעם דרייווער אהער און אהין, כאטש וואס אויפן ראוד ווען ער דרייווט אזוי ווי ער ווייזט אהער און אהין, מאכט ער א עקסידענט..., און כאטש וואס ווי ווייט איך קען אים, כאפט ער קיינמאל נישט אן דעם דרייווער מיט ביידע הענט, אבער צום שטום שפראך, מוז מען אזוי טון.

אז מ'גרייט זיך צום פליען, דרייט מען איבער די הענט פלאך צוזאמען גענומען אלע פינגער'ס, אין מ'הייבט דאס אויף שנעל, ווי א פליגער פארט,

היינט: מיינט די אצבע אויף אראפ, ווי מ'ווייזט אויף איינעם זאל גיין אין דער ערד....

מארגן: נעמט מען דעם אצבע, און מ'דרייט דאס, ווי איינער וואס דרייט א קייטל אויפן פינגער, ווען די פינגער דרייט זיך דעם זייגער וועג, מיינט דאס מארגן, און ווען דער פינגער דרייט זיך צוריק צו וועג'ס מיינט דאס נעכטן...

אלע פינעף פינגער'ס צוזאמען, ווי ביי בורא מאורי האש, נאר אביסל שפיציגער, מיינט ווארט א מינוט, (מער איינגעפירט ביי די בני א"י, ווען זיין זאגן ררחחגע... רגע)

צום געלט גייער, איז אויך פארהאן שפראך,
א שניט אויפן פינגער, מיינט געמיר צוריק א האלבן דאלער, דעם באקאנטן סימן פון רופן איינעם פון דערווייטן (אדער ווי די רבי'ס טוען אין חדר ווען זיי רופן ארויס א יונגל) קום נאר אהער..., איז גולטיג פאר געלט גייער - גיב מיר צוריק רעשט, פון א דאלער אז מ'דארך צוריק 75 צענט, קען מען ווייזן דריי פינגער'ס וואס דאס מיינט דריי קוואדער'ס, כאטש דער געלט גייער גיבט עטליכע דיימס אויך...., א קלאפ אויפן טאש, דאס מיינט כ'האב נישט קיין געלט, (כאטש וואס צומאל קען אפקלינגען א ווידער קול פון קליין געלט...)

א קלאפ אויפן האנט, דארטן ווי ס'ליגן די האנט זייגער'ס, מיינט ס'איז שפעט, אפילו אויב אין דעם שול גייט נישט קיינער מיט קיין האנט זייגער,

א ווינק מיט די האנט, ווי מ'געט א פעטשל פאר א קינד, מיינט, בעל תפלה קענסט אנהייבן...,

צזואמען קלאטשן די הענט, קען מיינען, נאכן הערן א שלעכטע בשורה אוי וויי, (קרעדיט – מילער), אבער אינמיטן ווארמען דאווענען קען עס מיינען אז דער דאווענער ווערט יעצט צופייערט.
כמו כן, עטליכע קלאטשעס, מיינט אז ס'איז שעפט, (קרעדיט - מילער) אבער אינמיטן ווארמען דאווענען קען עס מיינען אז דער דאווענער ווערט יעצט צופייערט.

אז ס'איז הייס אדער קאלט, איז גאנץ פשוט'ע סימנים, דאס איז פונקט ווי ווען ס'איז עכט הייס און עכט קאלט און מ'קען רעדן, אז ס'איז קאלט ציט מען זיך צוזאם די ביינער, און ס'איז הייס ווייזט מען אז מ'שוויצט.

א דריי מיטן גראבן פינגער ווי ביי פרעגט די גמ', מיינט לערנען, און מיט נאך א צוגעלייגטע סימן קען עס מיינען, מ'גייט באלד לערנען, כ'האב פריער געלערנט, יענער קען גוט לערנען וכו' וכו',

דעם אצבע פון מויל און ארויס אהין און צוריק, מיינט אז איך וויל רעדן מיט דיר, איין דריי מיטן פינגער צום קאפ, ווי ווען מ'ווייזט אויף איינעם ער איז א משוגענער, מיינט אהא איך פארשטיי שוין....,

אז מ'וויל זאגן – מרמז זיין אז מ'וויל יענען רופן אויפן טעלעפאן - סעלפאן, מאכט מען אזוי ווי מ'האלט דעם טרייבל און די האנט (די אמאליגע טריייבלעך..), כאטש וואס היינט האט יעדער א בלוי טוט, און אפי' די סעלפאן'ס כאפט מען אן מיט מער אפענע הענט ווי די היים טעלעפאנען, ווייל רובם ככולם זענען אזוי ברייטליך...

אז מ'וויל זאגן עפעס שמעקט נישט גוט דא, לייגט מען ארויף די הענט אויף די נאז, און מ'דריקט דאס מיט די ערשטע 2 פינגער'ס, (קרעדיט אלטער בחור'ל..)
אבער אנכאפנדיג די נאז אינאיינעם מיט א קני ווי ביי מודים, דאס מיינט שוין מקוה, ביסט געוועהן אין מקוה, יענער איז נאך אין מקוה, גיי אין מקוה....

ווען מען וויל איינעם גריסן און מ'קען נישט רעדן, געט מען א הייב די האנט, אין דאס מיינט א גוטן... (קרעדיט אלטער....)
מאנכע גריסן ווי אין די מיליטער, מ'סאלטירט מיטן האנט אויפן שטערן...

ווייזן מיט די ציגערעטל-פינגער אויפן מויל מיינט אז משנארט א ציגערעטל... (קרעדיט מילער...)

דריען מיטן האנט אויפן בויך, ווענדט זיך ווי דער חמר שטייט איין, אויב ער איז הונגעריג, מיינט דאס ער איז הונגעריג, אויב ער איז זאט, מיינט דאס אז ס'עסן איז געוועהן א מחי', און אזא פאל דארף מען זיך באניצן מיט עה... עהע... הנ"ל...

ארויף גיין סטעפס, איז שאקלען מיט די צוויי פינגער'ס, ווי מ'קיצלט א בעבי...,

אלע פינעף פינגער'ס העכרן קאפ צו שאקלען, מיינט אז ס'רענגט אינדרויסן...

A1, איז דאך פשוט אז מ'שטעקט ארויס דעם גראבן פינגער אויף ארויף, ווייל דאס ווייזט מען אפילו ווען מ'קען אויסרעדן, נאר אינמיטן דאווענען קען דאס ווערן אויסגעטייטשט אז דער בעל תפלה איז מעכטיג, אדער אז דו האסט געזאגט א גוט'ס...., (פארשטייט זיך אז דער זאגער קען נאך אויסרעדן און דו נישט...)

וואס נאך סימינים?....

אדרבה, לייגט'ס צו די שטום שפראך, וואס ס'איז נאר מעגליך...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

;a-1; (דאסי שטום שפראך.)
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

שאצי, האסט אראפ געלייגט באלד בעסער ווי די מעלות פאר אפאר יאר צוריק, איך האב מיך צולאכט עטליכע מאל אין דער מיט.

אגב,
מאכן מיט די האנט פלאך צוויי מאל אין די הייעך העכער די קאפ, איינס העכער ווי די אנדערע מיינט די זיידע, און דריי מאל מיינט די עלטער זיידע.

מאכן מיט די האנט פלאך אויף אראפ צוויי מאל מיינט אן אייניקל און דריי מאל מיינט אן איר אייניקל.

וואס מיינט יענער ווען ער קעוועטש די נאז, אז ס'שמעקט אדער אז ער דארף א טישו?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הערליכע ארטיקל אראפגעלייגט דא, אזש די וואלקענעס פונעם זונטאג'דיגן יום המעונן האבן זיך פונאנדערגעשיידט און דער זון האט געווינקן אויף שטום שפראך אז עס וועלן נאך קומען גוטע צייטן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

משל למה הדבר דומה?

עס איז איין משל צו א מאן וואס האט זיך געקליבן א גוטער פירונג, דאס ביי יעדן ספק זיינעם וועט ער זיך גיין עצה'נען צו א קלוגן איד. יעדן מאל וואס דער מאן האט פארגעלייגט זיינע פראגען און צווייפלונגען איז ער ארויס פולשטענדיג צעפרידן, אבער קיינמאל האט ער קיין דאנק ווארט ניט איבערגעלאזט.

צו די אנפראגע פון זיינע ארומיגע אויף זיין מאדנער אויפפירונג, האחבט ער זיי געגיבן צו ערקלערן דאס יעדן מאל איידער ער טוט צו דעם קלוגן מאן באזוכן איז ער אנטשלאסן מיט א שטארקייט אז דאס מאל וועט ער אויף קיין פאל נישט איבערלאזן זיין העלפער אן קיינע דאנק רייד, דען ניט נאר עס קיין מענטשליכקייט ניט זיך צו באדאנקען פאר א פערזאן פון וועלכן מען טוט א טובה געניסן נאר עס איז אויך אן אומרעכט ניט אפצוגעבן דעם ריכטיגן דאנק פאר צו א פערזאן פון וועלכן מען טוט אזויפיל געניסן. די סיבה פון מיין פארנאכלעסיקייט קומט פון פארלוירנקייט.

עס איז אמאל הערש לייב צום רבי'ן געפארן. זאגט אים דאס ווייב גיטשע: אז דו קומסט צום רבי'ן זאלסטו ניט פארגעסן פון אונזערע אלטע מאטדן, זעלדע און עלקע, וועלכע דרייען זיך שוין מיט אלטע גרויע צעפ. הערש לייב גיט זיין צוזאג און לאזט ארויס צום רבי'ן, און גיטשע שרייט אים נאך ער זאל ניט פארגעסן דאס אפי' שרה איז שוין אויך אט אט אין די יארן און נדן פארמאגן מיר ניטאמאל פאר זעלדע און עלקען. הערש לייב ווינקט אויף צוריק מיטן קאפ, און נעמט זיך פאר מיט אן ערליכע קבלה אז דאס מאל וועט ער בלי נדר איינהאלטן צוזאג און וועט נישט פארלאזן דעם רבינ'ס צימער אנע דעם וואס ער וועט גיטשעס געבעט נישט פארגעסן.

אז הערש לייב קומט אהיים און גיטשע האלט אים פאר פארוואס ער האט שוין צום וויפלטן מאל נישט איינגעהאלטן זיין צוזאג מיטן פארלייגן דעם רבי'ן זייער ביטער פעקל, טוט זיך הערש לייב אנגארטלען מיט אן ערקלערונג צו גיטשען: "ווען איך קום צום רבין פארנארט מיך דער רבי אלעמאל אריין אין זיין זיס זעקל. איך פאר צום רבין קויפן עולם הבא'דיגע געברויכן און איך פארגעס פשוט פון די וועלטליכע געברויכן. יעדן מאל ווען איך בין אויפן וועג בין איך שטארק ביי מיין צוזאג, אבער אנקוקנדיג דעם רבין פארגעסט זיך מיר פון זעלדען און עלקען. איך פאר אריין אין א נייע וועלט". הערש לייב גיבט זיין עהרע ווארט פאר גיטשען דאס דעם קומענדיגן מאל וועט דאס שוין נישט פאסירן.

צום קומענדיגן מאל האט גיטשע זיכער געמאכט מיט אלע מיטלען אז עס זאל זיך ניט איבערשפילן. הערש לייב איז ווידעראמאל אין רבינס צימער און פון זיין גיטשע האט ער ווי פארשטענדליך ווייטער פארגעסן. שוין זייענדיג אינדרויסן האט ער זיך א דערמאן געטון פונעם "לא יחל דברו" און באלד צוריק אריין צום רבין זיך אויסגיסן זיין בקשה.

דער מאן טוט מיט דעם הערש לייבס משל זיך ערקלערן: דער קלוגער איד מיינער, טוט מיך יעדן מאל באזונדער אריינארן. מיט זיינע אנטווארטס וואס איך קריג פון אים; זיינע קלוגע רייד, זיינע גראדע עצות און זיין פרייוויליגע הילף, טראגט מיך יעדן מאל באזונדער ארויס פון גלייכגעוויכט און פארשטומט מיר. עס מאכט מיר פארגעסן איבערצולאזן מיינע דאנק ווערטער.

שאץ מאץ, יעדן מאל ווען איך זע דיין נאמען אויף אן אשכול בין איך פעסט באשלאסן אז דאס מאל נאכן דאס ליינען וועל איך אויסגיסן מיין טינט דיר איבערצולאזן א הילכיגן יישר כח, אבער יעדן מאל באזונדער ווער איך פשוט פארגאפט פונעם ארטיקל זעלבסט אזש איך ווער שטום און פאר גרויס התפעלות, איבערטראכטנדיג דעם תוכן הארטיקל, פאר איך אריין אין אן אנדער וועלט! איך פארגעס פשוט פונעם קליינעם יישר כח...

דיינע ארטיקלען פארמאגן אין זיך דעם כח פון נעמען דעם ליינער און אים אריינטראגן און אן עולם חדש. דאס מתיקות און עריבות, ישרות און תוכן, טראגן אריין דעם ליינער אין א וועלט פאר זיך. דער מח פארפארט פשוט צום תוכן הארטיקל אזש ס'פארגעסט זיך פשוט אז מ'דארף א יישר כח זאגן.

צו נעמען עפיזאדן שאדם דש בעקביו און אויפמערקזאמען אזעלכע טעמעס וועלכע פארווארפן זיך אין טאג-טעגליכן און דערויף דאס אויפשפילן מיט אזא ישרות, געפלאכטן אין מתיקות'דיגן שפראך באגלייט מיט לעבעדיגע סארקאסטישע און הומאריסטישע פאקטן, איז א זעלטנהייט פון א טאלאנט!

און זאלן מיינע ווערטער דערהערט ווערן צום "שליח ציבור": וויסן זאלסטו איך האב שוין געליינט אטיליכע פון דיינע ארטיקלען (כפי מיסת הפנאי) און יעדן מאל באזונדער בין איך ארויס פון התפעלות. דיינע ארטיקלען זענען ווי דאס פידל וואס נארט אריין דעם מענטשן אין אן אנדער וועלט. צענדליגע מאלן וואס מיינע באשלוסן זענען שוין געווען אז דאס מאל וועל איך נישט איבערלאזן דעם ארטיקל אן א יישר כח, און דערווייל האב איך זיך דערזען ווי הערש לייב'ן שטיין נעבן גיטשען מיט א פסק צו דער זייט...

זאל זיך דיר נישט אויסדוכטן אז דאס מאל איז געווען אנדערשט. איך בין שוין געווען אינדרויסן פונעם ארטיקל און דאס עריבות, באגלייט מיט א פרייע מינוט, האט מיך דערמאנט דעם "לא יחל דברו". איך האב זיך באלד אויסגעדרייט, צוריק אריין אין אשכול אריין, איבערגעליינט דעם ארטיקל און אויסגעגאסן מיין פארגעניגן טינט...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שאצי,
זייער גיט.
איך וויל נאר מוסיף זיין
לייגען די הענט אויף די באקען און שאקלען דעם קאף אהון און צירוק, מיינט צי זאגען
אוי וויי וואס גייט זיין? א טאג אן קרעטשמע בשעתען מופן!
the SCY is the limit
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זארעכ, נייסלי דאן.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שאצי ;a-1;
איך וויל צולייגען אז ווען מען וויל ווייזן פארן משולח אז מען האט נישט שפרייט מען אויס ביידע הענט און מ'דרייט עס איבער
א ווינק מיט די הענט ווי מען געט א פעטשל פאר א קינד קען אויך מיינען אז עס טויג נישט צומאל קומט עס באגלייט מיט א עה...
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

שאצל ווי שטענדיג האט אונז נישט דיסעפוינטעד, אראפ געלייגט א לאנגס אין א ברייטס, יעדעס שטיקל פאר זיך איז זיך ווערד אנעקסטערן מעדאל.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

געוואלדיג גוט אראפגעלייגט. דו נעמסט טאג-טעגליכע טעמעס און דו מאכסט דערפון נארהאפטיגע מטעמים. כה לחי.

כ'וועל צולייגן אביסל:

אויסדרייען די האנט מיט'ן פנים צום חבר, אלע פינגערס אפן, און שאקלען רעכטס און לינקס - לאמיך אפ, זוך דיר א צווייטן קרבן צו פארקויפן אינשורענס.

פארמאכן די לינקע אויג, אויסציען די רעכטע נאז-לעכל, פארמאכן שטארק דעם מויל, און שאקלען מיט'ן קאפ רעכטס און לינקס - עפעס שמעקט מיר נישט די גאנצע מעשה.

ביידע אויגן אפן, די נאז ווי געווענליך, די מויל אפן ווי גלייך ס'רינט שפייאכץ, און מ'שאקלט דעם קאפ איין מאל ארויף און אראפ - אההההה, יעצט פארשטיי איך שוין.

די אויגן ברייט אפן, די נאז ווי געווענליך, די אויבערשטע ציין בייסן דעם אונטערשטן ליפ - אוי וויי, כ'האף אז ער וועט געווינען דעם קאורט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שאץ מאץ, א הארציגן יישר כח פארן מיר לייכטער מאכן דעם געמיט אינעם היינטיגן - נישט אזוי געלונגענעם - טאג.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויב שוין יא צולייגן (מאשקע: נייס דזשאב):

די אויגן אביסל מער צועפענט ווי געווענליך, די נאז געדענק איך נישט (כ'האב נישט געהאט קיין שפיגל), די אונטערשטע באק-ביין (גאמבע) נעמט זיך אראפפארן ביז עס קען שוין נישט ווייטער גיין, ווען אינדערצווישנצייט הייבט די צונג צוביסלעך אן ארויסצושפאצירן: וואס???? איך גליייייייייב נישששטטטט...
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

און ווען ביידע פויסטן ציען זיך איין אויף ארויף און צום אקסל, און די ציינער שטארצן ארויס און די שטערן צוקנייטשט...


איך גיי דיר צורייייייייייייייייייייייייייייייסן!!!
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

שאצער דו ביסט געוואלדיג
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

ווען די מויל ציט זיך אויס אזוי פון איין אויער ביז צום צווייטען, מיינט דאס אז מען האט נארוואס געליינט אן ארטיקל פון שאץ מאץ.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דריי מאל נאל
דיינס איז שוין באלט בעסער פון שאצי'ס
the SCY is the limit
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שאקס. טריאו, דאס האב איך געוואלט שרייבן. שוין, פארגעט איט.

שאץ מאץ, איך בין שוין באורד פון איבער שרייבן אלע דיינע מעלות ביי אלע פון דיינע ארטיקל, ב"ה אז די ביסט נאכנישט באורד, וויסן זאלסטו אז די ביסט מהנה אזויפיל אידן מיט דיינע ארטיקל, ס'איז ממש א זכיה.

גאר אינטערסאנט איז ביי דעם ארטיקל אז - אויב איך נאר מיך נישט - האבן אלע ליינער בשעת מ'האט געליינט דיינע אנווייזונגען נאכגעמאכט גענוי וואס די שרייבסט, אויסצוטשעקן אויב ביסט טאקע גערעכט, אויב איינער וואלט געשטאנען אין דער זייט ווען איך האב דאס געליינט און געזעהן ווי איך נעם אלע מיינע פינעף פינגער'ס צוזאמען, ווי ביי בורא מאורי האש, נאר אביסל שפיציגער, וואלט זיכער געמיינט אז איך בין גערירט געווארן. נעבעך..

שאצ'ל, גיי אן ווייטער! קיפ אפ יור גאד ווארק!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אזוי ווי איך בין קרעדיטירט געווארן אין די עפנטליכקייט אויף עטליכע שטום-בודקע כ'מיין שטים-שפראך גרימאסן, איז דאך אבוויעס אז איך האב מיט'ן געערטן שליח-ציבור הרב משאץ שליט"א קאנפערירט פאר ער האט דעם ארטיקל געלאזט ליפטערן בין כותלי השפראך.

וויסן זאלט איר אבער אז אפי' איך האב שוין געלאכט און באדאנקט דעם שאצער רב ביים ערשטן מאל לייענען, האב איך פארט הנאה געהאט שנית לעיני כל חי לאמר, הן לכחתי אתמול אחרית כראשת להיות לנו לשאץ.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ווען מען האלט די רעכטע האנט פלאך אויף ארויף מיט די פינגערס צוזאמען בערך ביי די הארץ און מען ריקט עס אהין און צוריק קען עס מיינען - ווער/ווען/וואו/וויפיל. און דא דארף מען זיך באנוצן מיט די עה עהע עצה אויסצוגעפונן וועלעכע מען מיינט.

שאקלן די קאפ ארויף און אראפ זאגענדיג דער ביי 'מהמ' מיט א פארמאכטע מויל מיינט יא.
שאקלן די קאפ צו די זייטן זאגענדיג דערביי 'אמ אמ' מיט א פארמאכטע מויל מיינט ניין.
געבן איין שאקעל מיט קאפ אויף אראפ מער גענויגט צו די רעכטע זייט גיבענדיג דערביי א זאג 'אמ' מיט א פארמאכטע מויל און א קוויטשעדיגע קול מיינט אפשר.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מאשקע!
זעסטו איך האב געשירבן נאר וועגן די הענט,
די ביסט שוין געגאנגען א מדריגה ווייטער, די נאז מיט די אויגן,

קען איינער אויפקומען מיט סימנים פון די פיס....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שאץ, כ'בין שטום. כ'מיין צוזאגן, עס זענען נישט דא די ווערטער. קודם האבעך געקלערט אז דו ביסט דער זעלבער וואס האט דאס אמאל באשריבן אין די מעלות, דערויף האבעך געמערקט אז דו ביסט פיל בעסער.

שאצי, יו אר וואן אוו א קיינד, דיינע ארטיקלן זענען א_ווי זארעכ זאגט: פירן אריבער דעם מענטש אין אן אנדערע אטמאספערע. יישר כוח און אויך פאר אלע מגיבים מיט די געוואלדיגע בליצן.
עקסטער יישר כוח פאר מורי רעב זארעכ שיחי'
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

שטום לשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אצינד וויל איך גרינדן אן אשכול איבער שטום לשון.

עס איז פאראן צווישן מענטשן אומצאליגע סימנים מיטן גוף, וואס איז אנגענומען קודש קדשים אז דאס מיינט די אדער די אפטייטש. לאמיר נעמען לדוגמא "א שאקל מיטן קאפ אויף אראפ" - דאס מיינט "יא"; "א שאקל מיטן קאפ זייטיגוועגס" - מיינט ניין. אזוי איז דא פארשידענע הענט און קאפ אויסדרוקן, טייל וואס מאכן אז מען וואונדערט זיך, טייל ווייזן שמחה און אזוי ווייטער.

אין דעם גייט שוין אויך אריין פארשידענע אויסדרוקן וואס מען קען אנרופן ניי. למשל דעם אגודל פינגער אויף ארויף מיינט אז דו ביזט פעסט! - א מאך מיט די האנט מיינט "עה, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט".

די אלע זאכן קוקט אויס אויבן אויף נאטורליך, וויבאלד מיר זענען שוין צוגעוואוינט דערצו. אבער מיט א ניכטערן בליק לאמיר פארשטיין: ווער האט דאס מחליט געווען? - ווער האט מחליט געווען אז ווען מען מאכט א קל-וחומר דרייט מען מיטן שבכל הלילות פינגער? - אפשר דארף מען קלאפן מיטן קליינעם פינגער אויף די גמרא? - ווער האט מחליט געווען פונקט די סימנים אויף די זאכן?

לאמיר גיין אביסל טיפער: עס וועט אייך אפשר אויסקוקן מאדנע, אבער לאמיר אריינקלערן: ווער האט מחליט געווען אז דער וועג פון שאילת שלום איז דורך געבן די האנט? - אמת, עס איז שוין איינגעפירט טויזנטע יאר, אבער ווער האט דאס ענטפינדן? - קומט עס שוין פון אדם הראשון? ווער האט מחליט געווען? - די זעלבע קושיא האב איך אויף אלע קאנטאקטן מיט די הענט און פיס וואס מענטשן מאכן.

אצינד גרינד איך אן אשכול דורכצוטון דער סוגיא פון שטום לשון, פון וואו קומט עס און ווער האט ענטפינדן די טערמינען.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

לגבי ניין - שאקלען דעם קאפ רעכט צו לינקס. קען זעהן ביי קליינע בעיבי'ס וואס קענען נאכנישט רעדן, ווען מ'וויל אים געבן עסן (לדוגמא) און ער וויל נישט, וועט ער שאקלען מיטן קאפ רעכט צו לינקס.
ס'קוקט אז ס'איז עפעס נאטורליך.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שוין געווען דא אזא אשכול, ווער עס וויל קען עס אויפזוכען
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

ווען מ'וויל ווייזן עמיצן: "ווארט א מינוט", אדער "האב געדולד א מינוט", איז א פארשטענדליכע זאך פארוואס מיר ווייזן דעם אצבע (אינדעקס פינגער), אבער זינט איך בין דאס ערשטע מאל געווען אין ארץ ישראל האט מיר אלץ געוואונדערט פארוואס די אר"י'דיגע - אנשטאט איין פינגער - ווייזן זיי אלע פינגערס צוזאמענגענומען ביים שפיץ אויף ארויף?
[איך טרעף נישט אזא סמיילי צו קענען געבן א משל...אבער ווער ס'איז שוין געווען אין אר"י אדער געפירט א שמועס מיט אן אר"י איד, פארשטייט וואס איך מיין]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”