וואס מאכט א ווארט 'אידיש'?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הלום ראיתי אין א היגע שריפט פון א 100 יאר צוריק: "רעקאנסאדירט".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לעצטענס געזען אין מאמענט די ווארט גענאציד, אלס ערזאץ אין אידיש פאר דעם ענגלישן Genocide.

דער שרייבער האט זעט אויס געהאט א שווערן טאג, וואס איז שלעכט מיטן 'מאסן מארד'?
וואס איז שלעכט מיט אויפברענגען א האלב-פארגעסענעם סינאנים און בארייכערן אונזער מאמע לשון?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

האב איך מיר נישט געפוילט און אפירגעזוכט וויינרייך'ס ווערטערבוך.
חלילה; אויף די תגובות אינעם וועלטל וואס איך נעם פערזענליך קאמענטיר איך נישט.

ליינער וואס זוכן נישט צו בארייכערן זייער וואקאבולאר, האב איך נישט רחמנות ווען זיי פארשטייען נישט א ווארט צוויי. איך גלייב אז איינער ווי דו נעמט זיך די מי אויסצולערנען נייע ווערטער ביים זיך באגעגענען מיט זיי, און פאר אזעלכע איז עס לדעתי דווקא א מעלה אז מ'קען צוגעבן/צוריקברענגען א סינאנים אדער א ניי ווארט צו אונזער שפראך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: וואס מאכט א ווארט 'אידיש'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אקארשט געליינט אין דער איד די ווארט קאפאציטעט, אין א איבערזעצונג פאר capacity, עס האט מיר היפש נערווירט.
נאך א שנעלע זוך זעה איך אז עס איז נישט א נייע ווארט, עס גייט שוין צוריק אסאך יארן.

אגב, Wow!

viewtopic.php?p=1992061#p1992061
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:
לעצטענס געזען אין מאמענט די ווארט גענאציד, אלס ערזאץ אין אידיש פאר דעם ענגלישן Genocide.

דער שרייבער האט זעט אויס געהאט א שווערן טאג, וואס איז שלעכט מיטן 'מאסן מארד'?
וואס איז שלעכט מיט אויפברענגען א האלב-פארגעסענעם סינאנים און בארייכערן אונזער מאמע לשון?
צום ערשט, מאסן-מארד איז נישט די זעלבע זאך ווי גענאציד. אויב עפעס "פעלקער-מארד" (ווי ס'הייסט אין העברעאיש, רצח עם).

דאס ווארט "גענאָציד" איז באמת נישט צו אלט. ס'איז געשאפן געווארן נאכ'ן ביטער'ן חורבן דורך רפאל לעמקין, א אידישער אדוואקאט פון פוילישן אפשטאם וועמענ'ס ווייב און קינדער זענען געווען צווישן די זעקס מיליאן אומגעקומענע הי"ד. לעמקין האט געברענגט א סך אויפוואכונג צו דער וועלט איבער דער נושא פון פעלקער-מארד, און אויף זיין איניציאטיוו איז געגרינדט געווארן דער "Genocide Convention (CPPCG)" אינעם יו-ען.

ער איז אויפגעקומען מיט'ן נאמען גענאציד נאך וואס ער האט גע'טענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין שום ווארט אינעם ווערטערבוך וואס קען באצייכענען דעם מארד פון א גאנץ פאלק בלויז פאר'ן חטא פון זיין א חלק דערפון.

גענאציד איז א צוזאמשטעל פונעם גריכישן "גענע" (ראסע) און דעם לאטיינישן "סיד" (מארד). אזא ווארט, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי שפראכן, רופט זיך אויף ענגליש א "הייבריד" (א מורכב).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

גרשון האט געשריבן:אקעי, וועל איך רעדן צו די פשוט'ע נעיווי-לייט און מאטראזן.

דו רעדסט צו מיר פשוטע מאטראז? יישר כוח סאיז מיר א גרויסע כבוד,
ווי אויך האב איך הנאה פון די אינפארמאציע, און אלע אנדערע דיינע תוכנ'דיגע תגובות אין דעם סובפארום


גראדע האב איך שוין אסאך מאל געטראכט אויף די 'בארייכער דיין וואקאבולאר' ווערטער וואס דו ברענגסט כסדר, אויב סאיז טאקע אלטע אידישע ווערטער אדער פשוטע גרים
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מים חיים האט געשריבן:גראדע האב איך שוין אסאך מאל געטראכט אויף די 'בארייכער דיין וואקאבולאר' ווערטער וואס דו ברענגסט כסדר, אויב סאיז טאקע אלטע אידישע ווערטער אדער פשוטע גרים

נע, איך בין נישט עוסק אין מאכן גרים. אביסל אין קירוב רחוקים, אויב האלט איך אז מיר קענען האבן א נוצן פון זיי.

קענסט אלעס טרעפן דא
https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=
און דא
https://www.hebrewbooks.org/43653
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס מאכט א ווארט 'אידיש'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אסאך פון די לעצטיגע תוכנ'פולע שמועסן אין אנדערן שנירל געהערן לעולם דאהי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”