וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א דאנק גרשי, כ'האב געוואלט טעסטן דיין פינג סיסטעם.



גרשי ארבעט אויך?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דערווייל נישט עפעקטיוו (פון דא איז נישט קיין ראיה, שטייטצעך). אפשר אז דער עולם וועט עס אנהייבן ניצן, וועט מען דארפן אפדעיטן דעם מעכנאניזם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היכי תמצא האט געשריבן:סיסטאמיש (די ווארט איז נישט 'סיסטעמאטיש')

ס'איז יא סיסטעמאטיש. מהיכי תיתי אז נישט?

עדיט: אה, איך זע טאקע אז אין ענגליש זאגט מען systemic. ס'מיינט למעשה כמעט די זעלבע זאך. זע מער דא. וואלט עס געדארפט זיין אין אידיש סיסטעמיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די ווארט סיסטעמאטיש איז מער באנוצט, און ווערט הויפטזעהכליך באנוצט אונטער אלע אומשטענדן

א קליינע צווישנשייד פון די צוויי ווערטער

סיסטעמאטיש: זאכען וואס פאסירן צוליב א סיסטעם
סיסטעמיש: איז די סיסטעם זעלבסט וואס מאכט זאכען פאסירן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גרשון האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:סיסטאמיש (די ווארט איז נישט 'סיסטעמאטיש')

ס'איז יא סיסטעמאטיש. מהיכי תיתי אז נישט?

עדיט: אה, איך זע טאקע אז אין ענגליש זאגט מען systemic. ס'מיינט למעשה כמעט די זעלבע זאך. זע מער דא. וואלט עס געדארפט זיין אין אידיש סיסטעמיש.

נו, האביך געשריבן אן א' אנטשטאט א ע'

צו געזונט האט געשריבן:די ווארט סיסטעמאטיש איז מער באנוצט, און ווערט הויפטזעהכליך באנוצט אונטער אלע אומשטענדן

א קליינע צווישנשייד פון די צוויי ווערטער

סיסטעמאטיש: זאכען וואס פאסירן צוליב א סיסטעם
סיסטעמיש: איז די סיסטעם זעלבסט וואס מאכט זאכען פאסירן

שכ'ח, און גוט געזאגט.

לגבי וואס איך האב עס געשריבן איז די צווישנשייד זייער וויכטיג, און דייקא צוליב דעם האב איך אנגעמערקט די ריכטיגע ווארט.

'סיסטעמאטיש' וואלט געמיינט אז די סיסטעם אליין איז פיין, ס'נאר דא פראבלעמען וואס פאסירן צוליב דעם, און אויב די רעגירונג שרויפט אביסעלע די סיסטעם אהין און אהער, פאריכט א לעכל דא און דארט, וועלן די פראבלעמען אוועקגיין.

'סיסטעמיש' מיינט אבער אז די סיסטעם אליין איז אויך נישט גוט, און צופיצן דא און דארט וועט נישט העלפן ווייל די פראבלעמען זענען איינגעווארצלט אין די סיסטעם, עס איז א חלק פון די סיסטעם, די אפשטאם פון די פראבלעמען איז די סיסטעם.
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:.

פינטל
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פינטל

יישר כח!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פינטל

יישר כח!

א דאנק
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

copy catter
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:copy catter

ווי א מאלפע
???
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

וויאזוי זאגט מען אין אידיש reliable
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש reliable

פארלעסליך, טראסטבאר
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש reliable

פארלעסליך, טראסטבאר

טראסטבאר איז נישט יודיש !
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש reliable

פארלעסליך, טראסטבאר

טראסטבאר איז נישט יודיש !

אבער אויך נישט ענגליש

די "באר" איז אידיש, "טראסט" איז ענגליש....
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פיין. געטרויבאר/צוטרויבאר
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:copy catter

ווי א מאלפע
???

מאלפע?! פאפעגיי
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:copy catter

ווי א מאלפע
???

מאלפע?! פאפעגיי

א פאפוגיי "זאגט" נאך, און א מאלפע "מאכט" נאך אלע דיינע תנועות און העוויות.
קענסט די מעשה מיטן פריץ און זיין מאלפע וואס האט גע"קאפי קעט" זיין האר מיטן אריינלייגן די מטבעות אין מויל, נאר די מאלפע האט עס אראפגעשלינגען און געשטארבן און מאשקע האט געהאט אויף פסח צו מאכן נאך וואס די טויטע מאלפע איז אריינגעפאלן פון פענסטער
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש reliable

פארלעסליך, טראסטבאר

שכח. ביידע זענען פיין.

נאך 2 סינאנימס זענען באגלייבט, אנגענומען.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין אידיש reliable

פארלעסליך, טראסטבאר

טראסטבאר איז נישט יודיש !

אבער אויך נישט ענגליש

די "באר" איז אידיש, "טראסט" איז ענגליש....


אויך מיר אידיש...
ריין דויטש troubar (מיט א רר)
אדער traubar
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

וויאזוי זאגט מען ספייסעס אין אידיש?
טישן אויף בענק
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 9:50 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישן אויף בענק »

געווירצן
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

טישן אויף בענק האט געשריבן:געווירצן


געווירצן אין די היינטיגע טעג האט שוין א שלעכטער משמעות. איז דא נאך א אידישער ווארט פאר ספייסעס
טישן אויף בענק
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 9:50 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישן אויף בענק »

גם אתה יכול האט געשריבן:
טישן אויף בענק האט געשריבן:געווירצן


געווירצן אין די היינטיגע טעג האט שוין א שלעכטער משמעות. איז דא נאך א אידישער ווארט פאר ספייסעס


ביי די נישט גוטע שרייבט מען שעדליכע געווירצן.

קענסט אפשר שרייבן געווירציג, אדער געווירציק, פון די אלטע אידיש, (וואס איז א אפטייטש פאר SPICY - אדער קען מען דאס נוצן ווען מען וויל באצייכענען א געשמאקע פיקאנטישע זאפטיגע געשיכטע אדער ווערטל).

בדיעבד איז דא נאך אפציעס, געוואנדן אין דעם פראז בעפאר און דערנאך, ווי צו שרייבן אנשטאט באספייסן, באפעפערן, אנשטאט געשמאקע שמעקעדיגע ספייסעס, שמעקעדיגע בשמים. א.א.וו.

עני איינער מיט אנדערע אפציעס?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טישן אויף בענק האט געשריבן:
גם אתה יכול האט געשריבן:
טישן אויף בענק האט געשריבן:געווירצן


געווירצן אין די היינטיגע טעג האט שוין א שלעכטער משמעות. איז דא נאך א אידישער ווארט פאר ספייסעס


ביי די נישט גוטע שרייבט מען שעדליכע געווירצן.

קענסט אפשר שרייבן געווירציג, אדער געווירציק, פון די אלטע אידיש, (וואס איז א אפטייטש פאר SPICY - אדער קען מען דאס נוצן ווען מען וויל באצייכענען א געשמאקע פיקאנטישע זאפטיגע געשיכטע אדער ווערטל).

בדיעבד איז דא נאך אפציעס, געוואנדן אין דעם פראז בעפאר און דערנאך, ווי צו שרייבן אנשטאט באספייסן, באפעפערן, אנשטאט געשמאקע שמעקעדיגע ספייסעס, שמעקעדיגע בשמים. א.א.וו.

עני איינער מיט אנדערע אפציעס?

פיקאנטיש קען אויך מיינען א לשון פון ספייסעס
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”