וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:און וואס איז מיט מונדליך?

מנהג העולם צו שרייבן מונדליך, אבער די גרויסע שפראך קענער א שטייגער ווי @גרשון וועלן קעמפן פאר מינדליך עד הסוף...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

פון ווי נעמט ער עס?
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...

farshlufen האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:געפארקט איז נישט קיין ווארט וואס איז עמטליך גענוצט געווארן אין ליטעראַטור. קיינמאל.

ווען מיר זענען געווען קינדער האט אזא ווארט ווי "פארקירט" נישט עקזיסטירט, נישט אין ר' סענדער דייטש'ס "דער איד" אדער אויך נישט און ר' אברהם פריעדמאן'ס "די צייטונג", אויך נישט אין דעם ראצפערטער רבי'נס צייטונג[ען], ]נאר די אלע האבן געהעריג גענוצט "געפארקט"], און אודאי געוויס נישט אין ר' משה עהנרנטאלס "ירושלימ'ער אידישע ליכט" אדער ר' מרדכי שלום ראכמאן'ס "דאס אידישע ליכט", זיי האבן גענוצט א שווערע אידישע ווארט.

די ווארט "פארקירט" איז נתחדש געווארן אין היימישע ליטארעטור אין די אפיסעס פון ר' שמואל ווידער'ס "דער בלאט", זאל ער רוען אין ליכטיגן גן עדן.

און וואס איז מיט בלאקירט/בלאקירן?

ר' סענדער און ר' אברהם האבן געשריבן געבלאקט אדער בלאקירט?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:און וואס איז מיט מונדליך?

מנהג העולם צו שרייבן מונדליך, אבער די גרויסע שפראך קענער א שטייגער ווי @גרשון וועלן קעמפן פאר מינדליך עד הסוף...

פון ווי נעמט ער עס?

מיר האבן אזוי בקבלה פון ארגינעלע אידישע שרייב ווערק. (הגם איך אליין וואלט יא געשריבן מונדליך.)

אגב, מ'שרייבט וואו נישט ווי.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:און וואס איז מיט מונדליך?

מנהג העולם צו שרייבן מונדליך, אבער די גרויסע שפראך קענער א שטייגער ווי @גרשון וועלן קעמפן פאר מינדליך עד הסוף...

פון ווי נעמט ער עס?

מיר האבן אזוי בקבלה פון ארגינעלע אידישע שרייב ווערק. (הגם איך אליין וואלט יא געשריבן מונדליך.)

אגב, מ'שרייבט וואו נישט ווי.

מזה וגם מזה אל תנח ידיך...
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן: כאטש אין מינדליכער שפראך זאגט מען עס נישט אזוי. ....ביים רעדן ניצט מען מער ענגליש ווי ביים שרייבן.

כ'בין איבערראשט
איז עס בלויז א טייפא אדער דו שרייבסט אזוי בכוונה?

viewtopic.php?p=2236777#p2236777
ניצן/נוצן איז א מחלוקת. איך האב אנגענומען כמאן דאמר מיט א י'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

פראקטיש האט געשריבן:מ'האט "תמיד" אריינגעלייגט לשה"ק ווערטער אין אידיש, דאס איז די "עצם" וועזן און שיינקייט פונעם שפראך אונזערע, אבער 'מין' האט מען "למעשה" נישט גענוצט דערויף סיי אין אידיש און "אפילו" נישט אין לשה"ק.

אז דו האסט עס נישט ליב, איז נישט. אבער אידיש איז עס אייביג געווען. די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט דערפון, איז ווי דו שרייבסט אליין, אז ביי אונז דערמאנט מען בדרך כלל אינגאנצן נישט דאס ווארט gender. אין גראמאטיק קענסטו עס טרעפן אפטער (ביי די וואס רעדן פון גראמאטיק, פארשטייט זיך, א שטייגער "מעלות").

די העברעאיסטן האבן עס לכאורה גענומען פון אידיש, און נישט פארקערט. דאס ווארט איז דא אין אלע אידישע וועטערביכער און ליטעראטור.

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:

כ'האב עס נישט יא אדער נישט ליב. איך קען נישט טראכטן אז די ציונים האבן עס גענומען פון אידיש ווען ס'איז משורשה א לשה"ק'דיג ווארט.

איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן אין היימישע ליטעראטור, אדרבה אז דו קענסט ברענגען הוכחות לדבריך הייב איך הענט.

איך בין מער ווי מסכים צו האבן און ניצן א ווארט דערויף אויב ס'איז אויסגעהאלטן.
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

'ושט' האט א ווארט אויף אידיש?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

גרשון האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן: כאטש אין מינדליכער שפראך זאגט מען עס נישט אזוי. ....ביים רעדן ניצט מען מער ענגליש ווי ביים שרייבן.

כ'בין איבערראשט
איז עס בלויז א טייפא אדער דו שרייבסט אזוי בכוונה?

viewtopic.php?p=2236777#p2236777
ניצן/נוצן איז א מחלוקת. איך האב אנגענומען כמאן דאמר מיט א י'.

אה, ייש"כ
כ'האב געמיינט כ'בין אזוי אףף
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
off?

אויס/אויסגעלאשן
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

סאבאבא האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
off?

אויס/אויסגעלאשן

ס׳האט צופיל באדייטן..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
off?

אן ענגלישער סלענג דארף נישט קיין טיישט אין אידיש.

אינעם זין וואס דו פרעגסט, וואלט מען געזאגט אין אידיש אראפ פון די רעלסן, קרום, נישט מסודר, אד"ג -- הכל לפי הענין.

אגב, אףף שטעכט שטארק אין די אויגן. ערשטנס, אין אידיש קומט נישט קיין דאפלטע אותיות אין אזא פאל, אפילו ס'איז איבערגעטייטשט פון אן ענגליש ווארט ווי ס'איז יא דא. צווייטנס, אויב עפעס זאל עס זיין אפף. אן ף' איז רעזערווירט פאר סוף ווארט.

און אז מ'רעדט שוין, דער עולם שרייבט עפפ פאר'ן ענגלישן app. דאס ווארט איז באמת אפליקאציע, נאר אין ענגליש האט מען עס פארקירצט צו app. אין אידיש וואלט געדארפט זיין אפליקאציע (ווי מ'רופט עס אין אנדערע שפראכן) אדער עפ. למעשה האב איך אויך געשריבן עפפ ווען ס'האט אויסגעפעלט, ווייל איך האב געוואלט די ליינער זאלן פארשטיין, בבחינת שבשתא כיוון דעל על.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
off?

אן ענגלישער סלענג דארף נישט קיין טיישט אין אידיש.

אינעם זין וואס דו פרעגסט, וואלט מען געזאגט אין אידיש אראפ פון די רעלסן, קרום, נישט מסודר, אד"ג -- הכל לפי הענין.

אגב, אףף שטעכט שטארק אין די אויגן. ערשטנס, אין אידיש קומט נישט קיין דאפלטע אותיות אין אזא פאל, אפילו ס'איז איבערגעטייטשט פון אן ענגליש ווארט ווי ס'איז יא דא. צווייטנס, אויב עפעס זאל עס זיין אפף. אן ף' איז רעזערווירט פאר סוף ווארט.

און אז מ'רעדט שוין, דער עולם שרייבט עפפ פאר'ן ענגלישן app. דאס ווארט איז באמת אפליקאציע, נאר אין ענגליש האט מען עס פארקירצט צו app. אין אידיש וואלט געדארפט זיין אפליקאציע (ווי מ'רופט עס אין אנדערע שפראכן) אדער עפ. למעשה האב איך אויך געשריבן עפפ ווען ס'האט אויסגעפעלט, ווייל איך האב געוואלט די ליינער זאלן פארשטיין, בבחינת שבשתא כיוון דעל על.

האלטסט ס'אזא גרויסע פראבלעם אריינצוברענגען דעם שבשתא פון אףף?
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

גרשון האט געשריבן:יא.

:lol:
כ'על דיר נישט מצער זיין מער בעז"ה, זיי מיר מוחל...
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
off?

אן ענגלישער סלענג דארף נישט קיין טיישט אין אידיש.

אינעם זין וואס דו פרעגסט, וואלט מען געזאגט אין אידיש אראפ פון די רעלסן, קרום, נישט מסודר, אד"ג -- הכל לפי הענין.

אגב, אףף שטעכט שטארק אין די אויגן. ערשטנס, אין אידיש קומט נישט קיין דאפלטע אותיות אין אזא פאל, אפילו ס'איז איבערגעטייטשט פון אן ענגליש ווארט ווי ס'איז יא דא. צווייטנס, אויב עפעס זאל עס זיין אפף. אן ף' איז רעזערווירט פאר סוף ווארט.

און אז מ'רעדט שוין, דער עולם שרייבט עפפ פאר'ן ענגלישן app. דאס ווארט איז באמת אפליקאציע, נאר אין ענגליש האט מען עס פארקירצט צו app. אין אידיש וואלט געדארפט זיין אפליקאציע (ווי מ'רופט עס אין אנדערע שפראכן) אדער עפ. למעשה האב איך אויך געשריבן עפפ ווען ס'האט אויסגעפעלט, ווייל איך האב געוואלט די ליינער זאלן פארשטיין, בבחינת שבשתא כיוון דעל על.

זייער שיין יעדעס ווארט. ספעציעל אז דו האסט געשריבן עפפ פאר די טובה פון די ליינער, ס'קומט זיך דיר אסאך קרעדיט וויסנדיג וואו שווער ס'קומט דיר אן, לפום צערא אגרא.

און טאקע פון עפפ העמיר צוריק שפרינגען צו אן/אף.

אונז לעב מיר למעשה אין די גוי'שע וועלט וואס ערמעגליכט אונז זיך ארויסצודרייען פון טרעפן די ריכטיגע אידישע ווערטער אויף נייע ערפינדונגען. זאלן זיך די געצן דינער פלאגן מיט ווערטער, ס'איז נישט אונזער פראבלעם דערווייל.

עולם/גולם זעהט נייע ווערטער וואס די פעלקער ברענגען אריין און מ'נוצט דאס. אונז האב מיר ס"ה אויסגאבעס, ק"מ, און איי וועלט וואס "פארסירט" דעם עולם צוריק צום אידישע שפראך. איי וועלט היות ס'איז אויף א צווייטנס פלאטפארמע, העט מען זיך אנשטויסן מיט העברעישע ווערטער צו מ'וויל צו נישט.

צומאל טראכט איך וויאזוי די מנהלים האבן געשוויצט ווען זיי האבן געדארפט באשלוסן אזויפיל אידישע ווערטער אין די סעטינגס, הגם געוויסע ווערטער האלט איך אנדערש ווי זיי, אבער די נקודה איז אז ס'איז נישט געגאנגען געשמירט, זיי האבן געדארפט אפמאכן וואסערע אידישע ווארט צו נוצן אויף מושגים וואס זענען געווען ביז איצט דערווייטערט פון אונז (באנוצער, פרעפערענצן, לאג אריין, און נאך).

העט ווען די סייט אליין אויך ווען געמאכט ביי היימישע אידן וואלט נישט געווען קיין אשכול, תגובה, ניק, אישי, חתימה, חסימה, דווח.

אונז רייט מיר אויף זאכן וואס ווערן צוגעשטעלט דורך די ברייטערי גאס און מיר נוצן עס פאר אונז.

ווען אונז וואלט מיר געווען געצווונגען צו מאכן א סוויטש פאר סיי וואס, ס'דארף שטיין on/off, ס'איז דא ווייניג פלאץ, פיט נישט אריין אנגעצונדן/אויסגעלאשן.

דעס וואס מ'גייט איצט אפמאכן גייט ווערן א נייער ווארט וואס אלע אידישע קאמפאניעס גייען טוהן, די אחריות איז זייער גרויס.

נו וואס וואלט בוחר געווען ערעב @גרשון?

אפשר אן/אויס?

מ'זעמער אלע גרייט צו הערן, נשמע ונעשה.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פראקטיש, דו ברענגסט ארויס שטארקע פונקטן וואס איז מיר קיינמאל בייגעפאלן צו טראכטן פון.

וועגן א לייט סוויטש, קען מען שרייבן 'צינד/לעש'

ביינונז באציט מען זיך צו א צימער לייט אלס 'לעקטער', אפילו די ווארט איז נישט לויטער אידיש איז עס דאך אנדערש פונעם גוי ווייל ער וועט קיינמאל פארשטיין וואס א 'לעקטער' איז. מ'ברויך געדענקן אז בעצם איז דאס די מטרה פון אידיש, צו רעדן אנדערש פונעם גוי אפילו מיט די געבארגטע ווערטער.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש, דו ברענגסט ארויס שטארקע פונקטן וואס איז מיר קיינמאל בייגעפאלן צו טראכטן פון.

וועגן א לייט סוויטש, קען מען שרייבן 'צינד/לעש'

ביינונז באציט מען זיך צו א צימער לייט אלס 'לעקטער', אפילו די ווארט איז נישט לויטער אידיש איז עס דאך אנדערש פונעם גוי ווייל ער וועט קיינמאל פארשטיין וואס א 'לעקטער' איז. מ'ברויך געדענקן אז בעצם איז דאס די מטרה פון אידיש, צו רעדן אנדערש פונעם גוי אפילו מיט די געבארגטע ווערטער.

צינד אן, לעש אים אויס. דאס איז דער on/off און דאס דארף זיין לכאורה דער אן/אויס.

Light איז לייכט, ליכט, לייכטער. לעקטער איז גרייזיג נשתרבב געווארן פון עלעקטעריק. היות די ניי אויפגעקומענע ליכט-באלב ארבעט עלעקטראניש האט מען זיך אויסגעדריקט צינד אן דעם לעקטער, ווי צו זאגן דעם עלעקטראנישע, נישט די נאפט-לאמפ.

דאס אז איך טראכט פון זאכן וואס דו האסט נישט געטראכט פון, פארדינט א באזונדערע אשכול...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35240
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סאבאבא האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
off?

אויס/אויסגעלאשן

ער פרעגט דאך צוליעב דעם:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:אה, ייש"כ
כ'האב געמיינט כ'בין אזוי אףף
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:Light איז לייכט, ליכט, לייכטער. לעקטער איז גרייזיג נשתרבב געווארן פון עלעקטעריק. היות די ניי אויפגעקומענע ליכט-באלב ארבעט עלעקטראניש האט מען זיך אויסגעדריקט צינד אן דעם לעקטער, ווי צו זאגן דעם עלעקטראנישע, נישט די נאפט-לאמפ.

דאס אז איך טראכט פון זאכן וואס דו האסט נישט געטראכט פון, פארדינט א באזונדערע אשכול...

;l;p- דו דארפסט טאקע עפענען אן אשכול פון דיינע חידושים אין שפראך!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35240
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פראקטיש האט געשריבן:צומאל טראכט איך וויאזוי די מנהלים האבן געשוויצט ווען זיי האבן געדארפט באשלוסן אזויפיל אידישע ווערטער אין די סעטינגס, הגם געוויסע ווערטער האלט איך אנדערש ווי זיי, אבער די נקודה איז אז ס'איז נישט געגאנגען געשמירט, זיי האבן געדארפט אפמאכן וואסערע אידישע ווארט צו נוצן אויף מושגים וואס זענען געווען ביז איצט דערווייטערט פון אונז (באנוצער, פרעפערענצן, לאג אריין, און נאך).

העט ווען די סייט אליין אויך ווען געמאכט ביי היימישע אידן וואלט נישט געווען קיין אשכול, תגובה, ניק, אישי, חתימה, חסימה, דווח.

נו לאמיר אויפזוכן "מאשקע'ס אשכול.

געפונען, פרעגט נאר נישט וואס נאך מיר האבן אינאיינוועגס אויך געפונען דארט אונטן.

שפראך הילף מיט'ן אויפבויען די אידישע וועלט פורומס
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

פישל האט געשריבן:'ושט' האט א ווארט אויף אידיש?

אזוי. נאר אין אידיש איז דא וואס שרייבן עס מיט צוויי וואוון. וושט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

farshlufen האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צומאל טראכט איך וויאזוי די מנהלים האבן געשוויצט ווען זיי האבן געדארפט באשלוסן אזויפיל אידישע ווערטער אין די סעטינגס, הגם געוויסע ווערטער האלט איך אנדערש ווי זיי, אבער די נקודה איז אז ס'איז נישט געגאנגען געשמירט, זיי האבן געדארפט אפמאכן וואסערע אידישע ווארט צו נוצן אויף מושגים וואס זענען געווען ביז איצט דערווייטערט פון אונז (באנוצער, פרעפערענצן, לאג אריין, און נאך).

העט ווען די סייט אליין אויך ווען געמאכט ביי היימישע אידן וואלט נישט געווען קיין אשכול, תגובה, ניק, אישי, חתימה, חסימה, דווח.

נו לאמיר אויפזוכן "מאשקע'ס אשכול.

געפונען, פרעגט נאר נישט וואס נאך מיר האבן אינאיינוועגס אויך געפונען דארט אונטן.

שפראך הילף מיט'ן אויפבויען די אידישע וועלט פורומס

העכסט אינטערסאנט די לינק, יישר כח.

אבער איך זעה נישט דארט רעדן וועגן 'פרעפערענצען' וואס וואלט לכאורה געדארפט זיין 'בעפארצוגן'.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”