קלאס איז ענגליש..היכי תמצא האט געשריבן:אפשר 'קלאס מיטגליד'?פארפאסונג האט געשריבן:צ״ק
Classmate אויף אידיש?
וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
לעצט פארראכטן דורך פארפאסונג אום דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אויף דויטש:
מיטשולער - מאן
מיטשולערן - פרוי
מיטשולער - מאן
מיטשולערן - פרוי
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 752
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ניין. קלאס איז א אידישע ווארט. פונקט ווי "פינגער", "גרין" (און נאך אסאך) זענען ריין אידישע ווערטער וואס גראדע זאגט מען עס די זעלבע אין ענגליש.פארפאסונג האט געשריבן:קלאס איז ענגליש..היכי תמצא האט געשריבן:אפשר 'קלאס מיטגליד'?פארפאסונג האט געשריבן:צ״ק
Classmate אויף אידיש?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
וואס דו האסט געליינט דארט איז מליצה גענומען פון מגילת אסתר מיט געזאנג.היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו האסט געליינט דארט (ע"ע מגילת אסתר מיט געזאנג)היכי תמצא האט געשריבן:ס'איז א חילוק צווישן די טאט-ווארט און די זאך-ווארט.פראקטיש האט געשריבן:מ'נוצט עס אויף earnצו געזונט האט געשריבן:פארדינסט?
Earn = טאט-ווארט
Earnings/profit= זאך-ווארט
די ריכטיגע טאט-ווארט איז: וויפיל האט איר פארדינט?
די ריכטיגע זאך-ווארט איז: וואס איז אייער פארדינסט?
אבער מיט'ן "סט" (האסט/וועסט/ביסט וכו') ווערן ביידע ווערטער די זעלבע ביים טאט-ווארט און זאך-ווארט.
שטימט?
"געליינט" אדער "געשריבן"?
וועלכע חלקים זאל איך איבערגיין?
די טאט-ווארט/זאך-ווארט?
די "סט" חלק?
---------
איך וויל פשוט נישט שרייבן "א טאט-ווארט" מיינט דאס און דאס וכדו', וויבאלד דאס ווייסטו שוין, דעריבער וויל איך וויסן וואו אנצוהייבן.
איך האט נישט פארשטאנען וואס דו מיינסט מיט טאט-ווארט, זאך-ווארט. און וויאזוי עס ענטפערט מיין קשיא מיט earn ווס. profit
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
היכי האט געזאגט נאך א נקודה איבער דאס ווארט פארדינסט (נישט איבער פארדינסט ווס. איינקונפט):
ווען מ'פארדינט (שם פועל - טאט-ווארט) האט מען א פארדינסט (שם עצם - זאך-ווארט)
"אבער מיט'ן "סט" (האסט/וועסט/ביסט וכו') ווערן ביידע ווערטער די זעלבע ביים טאט-ווארט און זאך-ווארט." - דאס פארשטיי איך נישט.
ווען מ'פארדינט (שם פועל - טאט-ווארט) האט מען א פארדינסט (שם עצם - זאך-ווארט)
"אבער מיט'ן "סט" (האסט/וועסט/ביסט וכו') ווערן ביידע ווערטער די זעלבע ביים טאט-ווארט און זאך-ווארט." - דאס פארשטיי איך נישט.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש, ווען דו האסט געענטפערט פאר צו געזונט אז פארדינסט ניצט מען פאר earn (וואס איך האב פון דעם פארשטאנען אז צוליב דעם ניצט מען עס נישט פאר profit), האב איך געענטפערט אז דו רעדסט נישט פונעם זעלבן ווארט.
די ווארט earn איז א verb/טאט-ווארט/שם פועל, אלזא איז די ווארט פארדינט/פארדינסט וואס מ'ניצט אויף דעם, נישט די זעלבע ווי די אנדערע ווארט פארדינסט וואס מ'ניצט אויף profit וואס איז א noun/זאך-ווארט/שם עצם. דעריבער, איז נישט קיין סתירה עס צו ניצן סיי אויף earn און סיי אויף profit.
צווייטנס, האביך געזאגט אז לכתחילה זענען די צוויי ווערטער נישט די זעלבע.
די ווארט פאר earn איז "פארדינט" און די ווארט פאר profit איז "פארדינסט".
די סיבה פארוואס צומאל ווערט די ווארט "פארדינט", וואס מ'ניצט פאר earn, פארוואנדלט צו "פארדינסט" מיט א סמך, איז ווייל עס ווערט געשמעלצט מיט די "סט" וואס מ'ניצט ווען מען באציט זיך צו איינעם זייער דירעקט אן ניצן די ווארט "דו".
ביישפילן:
"וואס האט איר אין טאש?"
אומ-פארמאל איז עס: "וואס האסטו אין טאש?"
"וואס וועט איר האבן אין טאש?"
אומ-פארמאל איז עס: "וואס וועסטו האבן אין טאש?
"וואו גייט איר?"
אומ-פארמאל איז עס: "וואו גייסטו?"
און אזוי ווייטער.
אין אלע אויבנדערמאנטע פעלער, ווערט די ט' ביים ענדע פונעם ווארט פארוואנדלט צו א "סט" ווייל עס דינט אנשטאט די ווארט "איר" אדער "דו", אבער נישט וויבאלד עס איז א חלק פונעם אריגינעלע ווארט.
דעריבער האב איך מסביר געווען אז "פארדינסט" איז נישט די ווארט פאר earn, "פארדינט" איז די ווארט פאר earn.
"ווי סאך פארדינט ער?", "ווי סאך פארדינט איר?", אבער צומאל ווערט עס פארוואנדלט צו פארדינסט אזוי ווי גאר אסאך ווערטער מיט א ט' ביים ענדע.
משא"כ, ביי די ווארט "פארדינסט" וואס ווערט געניצט פאר profit, איז די "סט" א חלק פונעם אריגינעלע ווארט, דאס איז די ווארט, עס ווערט קיינמאל געניצט "פארדינט" אנעם "סט" ביים ענדע.
מיין פוינט איז אז earn און profit האבן צוויי באזונדערע ווערטער אין אידיש וואס איז בכלל נישט געספעלט די זעלבע. איינס איז - "פארדינט" (וואס ווערט אין א געוויסע פאל פארוואנדלט אין "פארדינסט"), און די צווייטע איז - "פארדינסט".
מאכט מער סענס אדער מער קאמפליצירט?

זייער שיין, שכח פאר'ן זיך אראפלאזן צו מיין לעוועל און עס צולייגט כשלחן הערוך.
נו וואס טוט מען מיט earnings? earning
נו וואס טוט מען מיט earnings? earning
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום דינסטאג אוגוסט 02, 2022 6:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קלאס קאמעראד
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
עס ווערט טאקע קאמפליצירט ווייל דאס איז טאקע פארדינסט/פארדינסטן. קומט אויס אז מיין פורים תורה איז נישט ריכטיג.פראקטיש האט געשריבן:זייער שיין, שכח פאר'ן זיך אראפלאזן צו מיין לעוועל און עס צולייגט כשלחן הערוך.
נו וואס טוט מען מיט earnings? earning
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צוערשט, פּראָפיט איז אויך אידיש און דייטש. אין דייטש קען מען אפילו זאגן אין ווערבאלן פארעם פּראָפיטירן. נאך א ווארט איז ריווח. דאס ענגלישע profit קען מיינען דאס געלט מיט וואס עמיצער בלייבט ביים סוף (net), און ס'קען אויך זיין אין פלאץ פון א נוצן ("איך האב א נוצן דערפון.")
Earning איז טייטש פארדינסט. דאס זעלבע דער ווערב to earn איז צו פארדינען. לכאורה וואלט מען דאס ענדערש געניצט אין ביזנעס פאר'ן געלט וואס מ'פארדינט אין ערשטן פלאץ (gross).
נאך א ווארט איז income. דאס איז נאכמער אלגעמיין, באציענדיג זיך צו אלע הכנסות פונעם מענטש, נישט דווקא פון איין ספעציפישן מקור. אין אידיש הכנסה אדער איינקונפט.
(די חילוקים האב איך נאכגעשריבן פון ווערטערביכער. ס'איז גוט ווען מ'זוכט צו מסביר זיין שמות הנרדפים; ס'מיינט נישט אז ביים שרייבן מעג מען נישט ניצן אנדערע סינאנימען.)

לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מיטוואך אוגוסט 03, 2022 12:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
שכ'ח פאר'ן אריינקומען קלאר נאך וואס איך האב געמאכט א קוגל.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
זייער שיין. צום ערשט האסטו געראטעוועט דא מיטן לאזן פראפיט אלץ א אידישע ווארט וואס איז לכאורה אמת, דאס לאזט אונז רואיג נוצן 'פארדינסטן' פאר earnings און פטור א געשעפט.גרשון האט געשריבן:צוערשט, פּראָפיט איז אויך אידיש און דייטש. אין דייטש קען מען אפילו זאגן אין ווערבאלן פארעם פּראָפיטירן. נאך א ווארט איז ריווח. דאס ענגלישע profit קען מיינען דאס געלט מיט וואס עמיצער בלייבט ביים סוף (net), און ס'קען אויך זיין אין פלאץ פון א נוצן ("איך האב א נוצן דערפון.")
Earning איז טייטש פארדינסט. דאס זעלבע דער ווערב to earn איז צו פארדינען. לכאורה וואלט מען דאס ענדערש געניצט אין ביזנעס פאר'ן געלט וואס מ'פארדינט אין ערשטן פלאץ (gross).
נאך א ווארט איז income. דאס איז נאכמער אלגעמיין, באציענדיג זיך צו אלע הכנסות פונעם מענטש, נישט דווקא פון איין ספעציפישן מקור. אין אידיש הכנסה אדער איינקונפט.
(די חילוקים האב איך נאכגעשריבן פון ווערטערביכער. ס'איז גוט ווען מ'זוכט צו מסביר זיין שמות הנרדפים; ס'מיינט נישט אז ביים שרייבן מעג מען נישט ניצן אנדערע סינאנימען.)
ווי איך פארשטיי נוצט מען אין די פינאנציעלע וועלט דאס ווארט 'פראפיט' ווען מ'וויל ארויסברענגען די גראוס פראפיט, אפערעישנאל פראפיט אדער נעט פראפיט. ווען מ'וויל ארויסברענגען איינס ווס. די צווייטע ווען מען נוצן דאס ווארט.
Earnings וועט מען נוצן אין א קאנטעקסט ווען מ'רעדט בלויז פונעם טאטאל נעט פארדינסטן, אפגערעדט ווען מ'רעדט פון די פארדינסטן אלעס צוזאמען פון אלע יארן ווס. א ספעצעפישע פעריאדע.
אינקאם/איינקונפט איז צומישענד, איך זעה עס טיילמאל גענוצט אויף הכנסה (סעילס, רעוועניו) און אין אנדערע פעלער אלץ ריווח.
פרעגטס מיך? איך וואלט עס גענוצט בלויז אויף הכנסה, די קאנטער באלאנס צו הוצאות (אויסגאבן/עקספענסעס).
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ריכטיג, איינקונפט איז נאר אויף הכנסה אזוי ווי גרשון זאגט אויך. עס קען זיכער נישט געניצט ווערן אלס ריווח.
מיט earnings/פארדינסטן בין איך נישט קלאר וואס דו זאגסט. זאגסט אז פארדינסטן איז פשוט פארדינסטן נישט פארדינסטן מיט ריווח/פראפיט, ריכטיג?
אויף א paystub קען מען דאס טאקע זען אז עס האט קיין שייכות מיט פראפיט.
א paystub צייגט gross pay, net pay, און א קעסטל וואס באצייכנט earnings און דארט ברעכט עס אראפ די פארדינסטן לויט'ן חשבון - regular pay, holiday, overtime וכדו'.
בלייבט איבער צו וויסן די אידישע טערמינען פאר net pay/income, און gross pay/income. קיצור, די טערמינען net און gross.

וואס איז דאס קאמעראַד?צו געזונט האט געשריבן:קלאס קאמעראד
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קאמעראד איז א גוטע טייטש פאר mate אדער דעם ענגלישן comrade. עס מיינט לאו דווקא א חבר, אבער מיט איינעם וואס מ'האט א געוויסע שייכות וויבאלד מ'איז אינעם זעלבן אינסטיטוציע, וואוינארט (roomate), וכדו'.פארפאסונג האט געשריבן:וואס איז דאס קאמעראַד?צו געזונט האט געשריבן:קלאס קאמעראד
דאס איז אקספארד דעפינישן פאר'ן ענגלישע ווארט comrade:
a companion who shares one's activities or is a fellow member of an organization.
"an old college comrade"
קאמעראד איז א שוין אן אלטע אידישע ווארט, און נישט סתם פאראידישט פון ענגליש."an old college comrade"
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
זעה איך טאקע אז ס׳איז אין הויך דויטשהיכי תמצא האט געשריבן:קאמעראד איז א גוטע טייטש פאר mate אדער דעם ענגלישן comrade. עס מיינט לאו דווקא א חבר, אבער מיט איינעם וואס מ'האט א געוויסע שייכות וויבאלד מ'איז אינעם זעלבן אינסטיטוציע, וואוינארט (roomate), וכדו'.פארפאסונג האט געשריבן:וואס איז דאס קאמעראַד?צו געזונט האט געשריבן:קלאס קאמעראד
דאס איז אקספארד דעפינישן פאר'ן ענגלישע ווארט comrade:a companion who shares one's activities or is a fellow member of an organization.קאמעראד איז א שוין אן אלטע אידישע ווארט, און נישט סתם פאראידישט פון ענגליש.
"an old college comrade"
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ניין כ'וועל עס בעסער מסביר זיין.היכי תמצא האט געשריבן:ריכטיג, איינקונפט איז נאר אויף הכנסה אזוי ווי גרשון זאגט אויך. עס קען זיכער נישט געניצט ווערן אלס ריווח.
מיט earnings/פארדינסטן בין איך נישט קלאר וואס דו זאגסט. זאגסט אז פארדינסטן איז פשוט פארדינסטן נישט פארדינסטן מיט ריווח/פראפיט, ריכטיג?
אויף א paystub קען מען דאס טאקע זען אז עס האט קיין שייכות מיט פראפיט.
א paystub צייגט gross pay, net pay, און א קעסטל וואס באצייכנט earnings און דארט ברעכט עס אראפ די פארדינסטן לויט'ן חשבון - regular pay, holiday, overtime וכדו'.
בלייבט איבער צו וויסן די אידישע טערמינען פאר net pay/income, און gross pay/income. קיצור, די טערמינען net און gross.
ווען מ'קוקט איבער א פראפיט/לאסס סטעיטמענט וועט מען געווענליך פאוקאסירן וויאזוי די ענדגילטיע נומערן זענען צושטאנד געקומען. מ'וועט קוקן אויף די גראסס פראפיט, ס'טייטש די פראפיט פון סעילס ווס ק.א.ג.ס. (Cost of goods sold) נישט אריינגערעכנט די אוווערהעד, ווי מער א געזונטערע פראפיט-מארדזין (אין דיין לעבן העסטו נישט הערן "אוירנינגס מארדזין") אלץ מער א געזונטערע קאמפאני איז עס בס"ד. נאכער קוקט מען אויף די אפערעיטינג פראפיט, ס'טייטשט וויפיל פראפיט בלייבט אינעם פירמע נאכן באצאלן אווערהעד (איינער קען עס צ/ק'ענען?....) עקספענסעס, און וויפיל פראצענט פונעם טאטעל סעילס קומט דאס אויס, עגעין דאס וויייזט ווי געזונט די קאמפאני איז און ס'העלפט דיר באשליסן ווי מ'קען עס פארבעסערן. צום לעצט קוקט מען וויפיל איז די ענדגליטיגע פראפיט נאך שטייערן אין אינטערעסט, דאס באהאנדלט מען באזונדער.
ווען מ'איז פערטיג קוקט מען אויפן טאטעל בילד און נאכדעם גיבט מען מעשר...
ווען מ'ברעכט אראפ די פראפיטס אין די פארשידענע שטאפלען וואס כ'האב אויסגערעכנט ווען מען אייביג נוצן די ווארט פראפיט. ווען מ'פרעגט פלעין וויפיל איז געווען די פראפיט פאריאר קען מע יא נוצן די ווארט 'אוירנונגס', זיכער אזוי ווען מ'קוקט אונטן אינעם "באלאנס שיעט" די "ריטעינד איורנונגס" (די אנהאלטענדע פארדינסטן) ד.ה. די אמגעזאמלטע פארדינסן במשך די יארן וועט מען אייביג נוצן איורנונגס.
א קיצור, ווי מער ברייטערן בילד, נוצט מען earnings/פארדינסטן. ווי מער מ'רעדט פון פרטים נוצט מען פראפיט/profit.
דו העסט קיינעם הערן פרעגן וויפיל אוירנוגס האסטו געמאכט אויף דעם קאסטומער אדער די אייטעם, מ'נוצט פראפיט.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אקעי, איך פארשטיי דיר קלאר איבער דאס ניצן פון די צוויי באזונדערע ווערטער.
פארדינסטן איז זיכער נישט פראפיט/ריווח, און פראפיט/ריווח איז טאקע נאר ווען עס איז לויטער פראפיט נאך סיי וועלכע אויסגאבן אדער דערלייגן, אדער די אנדערע ביזנעס טערמינען וואס באדייט נישט א לויטער פראפיט, יא?
Revenue איז לכאורה אויך פארדינסטן און נישט פראפיט וויבאלד מ'קען האבן revenue אן מאכן א גרייצער אין פראפיט, יא?
-----
צ/ק
וואס טוט מען מיט net און gross?

ניין ניין ניין.היכי תמצא האט געשריבן:אקעי, איך פארשטיי דיר קלאר איבער דאס ניצן פון די צוויי באזונדערע ווערטער.
פארדינסטן איז זיכער נישט פראפיט/ריווח, און פראפיט/ריווח איז טאקע נאר ווען עס איז לויטער פראפיט נאך סיי וועלכע אויסגאבן אדער דערלייגן, אדער די אנדערע ביזנעס טערמינען וואס באדייט נישט א לויטער פראפיט, יא?
Revenue איז לכאורה אויך פארדינסטן און נישט פראפיט וויבאלד מ'קען האבן revenue אן מאכן א גרייצער אין פראפיט, יא?
-----
צ/ק
וואס טוט מען מיט net און gross?
פראפיט און פארדינסטן זענען ביידע ריווח, אינקאם איז הכנסות אן באטראכט נעמען די בשייכות'דיגע הוצאות.
ביישפיל:
ארייגענומען אין א חודש $100.00
באצאלט פאר די סחורה $80.00
באצאלט פאר אווערהעד (פעיראלל, רענט, אפיס, וכהנה) $5.00
שטייער און אינטערסט $1.00
די $100.00 איז הכנסה, אינקאם, סעילס, רעוועניו.
די $80.00 איז COGS EXPENSE) Cost of good sold)
איצט האט מען "גראוס פראפיט" פון $20.00
אועווערהעד, אפערעיטינג עסקפענעסעס $5.00 ברענגענדיג די אפערעיטינג פראפיט צו $15.00
שטייער און אינטערסט $1.00, דאס ברענגט די ענדגילטיגע נעט פראפיט צו $14.00
די אוירנינגס און פראפיט איז ביידע $14.00. מ'וועט זיך באנוצן מיט אוירנינגס ווען מ'רעדט בלויז פון די פיינעל נומבער אן די קאנטעקסט פון וויאזוי דאס איז צושטדאנד געקומען. די פארדינסטן איז בפועל געווען $14.00. ווער רעדט נאך ווען מ'פרעגט וויפיל די קאמפאני האט פארדינד די לעצטע פאר יאר צוזאמען וועט מען נוצן דאס ווארט אוירנינגס.
ווען מ'שטודירט א געוויסע פעריאדע צו פארשטיין וויאזוי מ'איז אנגעקומען פון $100.00 צו $14.00 וועט מען גרילן די גראוס פראפיט ווס. די אפערירנדע פראפיט ווס. די נעט פראפיט.
די נעט איז די פיינעל ענדגיליטע נומער וואס די קאמפאני האט פארדינט נאכן יעדעם באצאלן.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
Gross און net אויף א פעיטשעק איז ביילייפיג דאס זעלבע.
דיין קאמפאני האט מיט דיר אפגעמאכט אז מ'באצאלט דיר 100.00$ א וואך, דאס איז דיין פעי, דאס גייסטו באריכטן פאר די רעירונג און אין די ברעקעט גייסטו אריינגיין.
די רעגירונג פארלאנגט פון דיר "דו" זאלסט באצאלן שטייער דערפון. וויפיל? וועט מען שוין זעהן סוף יאר, מ'וועט זעהן וויפיל קינדער דו האסט, דיינע אנדערע אינקאמס, דיינע מעדיקל אויסגאבן, צדקות און ווייסעכוואס. זיי האלטן אבער נישט ביים ווארטן ביז סוף יאר דיך נאכצולויפן פאר דאס געלט, פארלאנגט דאס געזעץ פונעם ארבייטסגעבער אראפ צו "גנב'נען" $20.00 פון דיין ערליך פארדינטע געלט און עס געבן פאר פארשידענע רעגירונגס אגענטורן. ענדע יאר וועט די קאמפאני דיר געבן א באריכט, זיי און דו וועלן דארפן אריינשיקן די באריכט צו די שטייער באאמטע. אויב וועלן זיי באשליסן אז די $20.00 איז פונקטליך וויפיל א מענטש דיינס גלייכן דארף באצאלן דאן שטיי מיר גוט. אבער מצלאין אנו לחיי עלמא אז זיי זאלן אונז צוריקשיקן ווי מער און זיכער נישט נאכצובעטן.
דיין גראוסס פעי איז $100.00 אבער די נעט סומע אויפן טשעק איז $80.00 צוליב "דיין" צוואנציגער וואס דיין בעה"ב איז געווען געצוווינגען אוועקצוגעבן פאר די רעיגרונג ביז דו פארעכנסט דיך מיט זיי דעם קומענדיגן אפריל.
דאס איז חוץ וואס די בעה"ב דארף צאלן אן עקסטערע $10.00 (למשל, קאן זיין ווינציגער) פאר פארשידענע שטייער אגענטורן און סאציאלע נעצן אויף די $100.00 וואס ער גיבט דיר. דאס שטייט שוין נישט אויף דיין סטאב, דאס האט גארנישט מיר דיר.
דו קריגסט $80.00 ווען דו האסט למעשה פארדינט $100.00 און פאר דיין בעה"ב האט עס בפועל געקאסט $110.00
קלאר?

אמר"ש לאז פון דא דעהערט ווערן די מחאה פאר די גארער וועלט.
וויפיל מאל הערט מען אינגעלייט וועלנדיג מסכם זיין א שמועס, פרעגנדיג: "למעשה וואס איז די סוב-טאטעל פון אונזער שמועס? וואס איז מיין נעקסט סטעפ?"
פאר סאם ריזן קלערט א היבשע טייל פון אונזער ציבור אז "סוב" פארענדיגט דעם טאטאל און טוט דאס באפעסטיגן מיט פעסטע יסודות, אבער אז מ'איז זיך אביסל מתבונון און מ'וויל זיך נישט פאפן זעהן מען קלאר אז דער אמת איז פוטש קאפויער.
קוק אויף דיין נעקסטע רעסיט אין קליידער אדער שיך געשעפט.
דער סוב-טאטאל איז דער טאטאל פון אלע וואס דו האסט געקויפט נאל איידער די סעילס טעקס, דערנאך שטייט וויפיל די סעילס טעקס איז אויף אלעס צוזאמען און דערנאך די טאטאל וויפיל מ'דארף בפועל באצאלן.
סוב-טאטאל איז נאכנישט דער פיינעל טאטאל.
ווילסו נוצן נאך א ווארט חוץ טאטאל דאן נוץ "end Total" אדער "final total". מוזט אבער נישט נוצן א צו-ווארט, total פאר זיך מיינט וואס ס'מיינט, עס דארף נישט קיין הילף.

ניין, פארדינסטן קען נישט זיין פראפיט. פארדינסט איז א פארדינסט אן קוקן צי די הוצאות איז למעשה געווען דאס זעלבע אדער מער ווי די פארדינסטן.פראקטיש האט געשריבן:ניין ניין ניין.
פראפיט און פארדינסטן זענען ביידע ריווח, אינקאם איז הכנסות אן באטראכט נעמען די בשייכות'דיגע הוצאות.
ביישפיל:
ארייגענומען אין א חודש $100.00
באצאלט פאר די סחורה $80.00
באצאלט פאר אווערהעד (פעיראלל, רענט, אפיס, וכהנה) $5.00
שטייער און אינטערסט $1.00
די $100.00 איז הכנסה, אינקאם, סעילס, רעוועניו.
די $80.00 איז COGS EXPENSE) Cost of good sold)
איצט האט מען "גראוס פראפיט" פון $20.00
אועווערהעד, אפערעיטינג עסקפענעסעס $5.00 ברענגענדיג די אפערעיטינג פראפיט צו $15.00
שטייער און אינטערסט $1.00, דאס ברענגט די ענדגילטיגע נעט פראפיט צו $14.00
די אוירנינגס און פראפיט איז ביידע $14.00. מ'וועט זיך באנוצן מיט אוירנינגס ווען מ'רעדט בלויז פון די פיינעל נומבער אן די קאנטעקסט פון וויאזוי דאס איז צושטדאנד געקומען. די פארדינסטן איז בפועל געווען $14.00. ווער רעדט נאך ווען מ'פרעגט וויפיל די קאמפאני האט פארדינד די לעצטע פאר יאר צוזאמען וועט מען נוצן דאס ווארט אוירנינגס.
ווען מ'שטודירט א געוויסע פעריאדע צו פארשטיין וויאזוי מ'איז אנגעקומען פון $100.00 צו $14.00 וועט מען גרילן די גראוס פראפיט ווס. די אפערירנדע פראפיט ווס. די נעט פראפיט.
די נעט איז די פיינעל ענדגיליטע נומער וואס די קאמפאני האט פארדינט נאכן יעדעם באצאלן.
נאר פראפיט איז ווען אחרי כחלות הכל ביסטו געבליבן מיט מער געלט ווי דו האסט אנגעפאנגען מיט.
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4021
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:אמר"ש לאז פון דא דעהערט ווערן די מחאה פאר די גארער וועלט.
וויפיל מאל הערט מען אינגעלייט וועלנדיג מסכם זיין א שמועס, פרעגנדיג: "למעשה וואס איז די סוב-טאטעל פון אונזער שמועס? וואס איז מיין נעקסט סטעפ?"
פאר סאם ריזן קלערט א היבשע טייל פון אונזער ציבור אז "סוב" פארענדיגט דעם טאטאל און טוט דאס באפעסטיגן מיט פעסטע יסודות, אבער אז מ'איז זיך אביסל מתבונון און מ'וויל זיך נישט פאפן זעהן מען קלאר אז דער אמת איז פוטש קאפויער.
קוק אויף דיין נעקסטע רעסיט אין קליידער אדער שיך געשעפט.
דער סוב-טאטאל איז דער טאטאל פון אלע וואס דו האסט געקויפט נאל איידער די סעילס טעקס, דערנאך שטייט וויפיל די סעילס טעקס איז אויף אלעס צוזאמען און דערנאך די טאטאל וויפיל מ'דארף בפועל באצאלן.
סוב-טאטאל איז נאכנישט דער פיינעל טאטאל.
ווילסו נוצן נאך א ווארט חוץ טאטאל דאן נוץ "end Total" אדער "final total". מוזט אבער נישט נוצן א צו-ווארט, total פאר זיך מיינט וואס ס'מיינט, עס דארף נישט קיין הילף.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
איך בין מחולק בכל תוקף ועוז, פארדינסט איז ריווח פונקט ווי פראפיט.היכי תמצא האט געשריבן:ניין, פארדינסטן קען נישט זיין פראפיט. פארדינסט איז א פארדינסט אן קוקן צי די הוצאות איז למעשה געווען דאס זעלבע אדער מער ווי די פארדינסטן.פראקטיש האט געשריבן:ניין ניין ניין.
פראפיט און פארדינסטן זענען ביידע ריווח, אינקאם איז הכנסות אן באטראכט נעמען די בשייכות'דיגע הוצאות.
ביישפיל:
ארייגענומען אין א חודש $100.00
באצאלט פאר די סחורה $80.00
באצאלט פאר אווערהעד (פעיראלל, רענט, אפיס, וכהנה) $5.00
שטייער און אינטערסט $1.00
די $100.00 איז הכנסה, אינקאם, סעילס, רעוועניו.
די $80.00 איז COGS EXPENSE) Cost of good sold)
איצט האט מען "גראוס פראפיט" פון $20.00
אועווערהעד, אפערעיטינג עסקפענעסעס $5.00 ברענגענדיג די אפערעיטינג פראפיט צו $15.00
שטייער און אינטערסט $1.00, דאס ברענגט די ענדגילטיגע נעט פראפיט צו $14.00
די אוירנינגס און פראפיט איז ביידע $14.00. מ'וועט זיך באנוצן מיט אוירנינגס ווען מ'רעדט בלויז פון די פיינעל נומבער אן די קאנטעקסט פון וויאזוי דאס איז צושטדאנד געקומען. די פארדינסטן איז בפועל געווען $14.00. ווער רעדט נאך ווען מ'פרעגט וויפיל די קאמפאני האט פארדינד די לעצטע פאר יאר צוזאמען וועט מען נוצן דאס ווארט אוירנינגס.
ווען מ'שטודירט א געוויסע פעריאדע צו פארשטיין וויאזוי מ'איז אנגעקומען פון $100.00 צו $14.00 וועט מען גרילן די גראוס פראפיט ווס. די אפערירנדע פראפיט ווס. די נעט פראפיט.
די נעט איז די פיינעל ענדגיליטע נומער וואס די קאמפאני האט פארדינט נאכן יעדעם באצאלן.
נאר פראפיט איז ווען אחרי כחלות הכל ביסטו געבליבן מיט מער געלט ווי דו האסט אנגעפאנגען מיט.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ריכטיג. איך בין אזוי צוגעוואוינט געווען פון אייביג עס צו הערן, אז ווען איך האב געכאפט אז ס'איז אומריכטיג האב איך געמוזט זיכער מאכן עטליכע מאל, נישט גלייבנדיג אז ס'איז סתם א טעות אין דער וועלט אריין.פראקטיש האט געשריבן:סוב-טאטאל.
דער ענגלישער פרעפיקס sub מיינט אונטער. עטליכע ביישפילן פון צענדליגער:
סובוועי = אונטער'ן וועג
סובמארין = אונטער'ן ים
סובסקרייב = אונטערשרייבן (אז מ'וויל באקומען די אויסגאבע)
סובאורב = אונטער דער שטאט (פארשטאט)
סובקאנטשעס = אונטערבאוואוסטזיין
סובסיטוט = אונטער דעם וואס שטייט אויף דעם פלאץ
סובטאטאל = אונטער'ן טאטאל (ד"ה אן ערשטער טאטאל, נישט דער לעצטער)
אויך סופיקס קומט פון דעם שורש. פינג @מעלות, סוב קומט סוף כל סוף פון דור הפלגה.
sub (זע sub- prefix)
subtotal