פראקטיש האט געשריבן:רצון - ווילן האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.
הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.
קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?
פון די סעריע:
ווי אזוי טייטשט מען "ולמען שמך תנחני ותנהלני"?
אין מלבי"ם - ביאור המילות שרייבט ער בזה"ל: תנחני ותנהלני. שניהם באו על ההנהגה בנחת (שזה המבדיל בינם ובין "נהג") רק פעל "נהל" מציין שמנהל את היעף והאין כח, וינהלם בחמורים לכל כושל (דה''ב כ''ח), עלות ינהל (ישעיהו מ׳:י״א), נחית בחסדך ומוסיף נהלת בעזך (שמות ט״ו:י״ג) :
האמיר אן ענטפער אויף די גאנצע ספק.
"הנהלה" איז דער ענין פון הנהגה בנחת - און ווען דער געפירטער איז עיף באין כח
"הנהגה" איז דער ענין ווען עס איז נישט בנחת
"הנחייה" איז בנחת ווען דער געפירטער איז נישט כח'לאז
די חילוק פון boss און leader.
ווען דו שלעפסט, טיילסט איין און קאמאנדעוועסט אדער ווען דו מאטיווירסט אנדערע און דו ביזט זיי משכנע פאר א געוויסע זאך.
א ריזיגע סוגיא כשלעצמו
יישר כח הרב @רצון - ווילן
לאמיר פרובירן עס אראפצוברענגען צו אונזער טאג טעגליכע שפראך.
די ישיבה ווערט געפירט דורך דער מנהל און די הנהלה, איינער איז דא באין כוח?
אייוועלט האט מנהלים אדער מנהגים?
און די דריטע "נחי-י-ה" ווי זאגט מען? קען נישט א ווארט אויף דעם.