וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:באגנאדיגן איז לדעתי די ריכטיגע ווארט. איך געדענק אז די ביכער פון די מעשיות מיט אידישע ארעסטאנטן וואס מ'האט געשיקט א שתדלן און געבעטן אז די קעניג זאל אים באגנאדיגן (לאז גיין פריי).

די מושג פון א לאנד פירער זאל עס זיין קעניג, פרעזידענט, אדער גובערנאטאר, צו באגנאדיגן ארעסטאנטן איז נישט ניי. וואס מיינט איר פלעגט מען נוצן אינדערהיים?

באגאנאדיגן האט מען טאקע גענוצט אויף רובאשקין און שלום ווייס, אבער פארדענען איז א דרגא העכער. ס'איז ווי גענצליך פארגעבן. ריינוואשן.

איך רעד פון גענצליך פארגעבן, פלעגט מען אייביג שרייבן 'באגנאדיגן'.

אגב, זעהסט ווי נאטורליך 'פארגעבן' הערט זיך? האסט עס אליינס גענוצט כדי מסביר צו זיין א 'פארדאן'.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היכי תמצא האט געשריבן:

דא שטימט עס פיין, אבער נישט אין א נייעס באריכט...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

תגובה דורך דרייטצעך »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:באגנאדיגן איז לדעתי די ריכטיגע ווארט.

באגאנאדיגן האט מען טאקע גענוצט אויף רובאשקין און שלום ווייס, אבער פארדענען איז א דרגא העכער. ס'איז ווי גענצליך פארגעבן. ריינוואשן.

איך רעד פון גענצליך פארגעבן, פלעגט מען אייביג שרייבן 'באגנאדיגן'.

דא שטימט עס פיין, אבער נישט אין א נייעס באריכט...

כ'מיין אז אלו ואלו.
באגנאדיגן איז טאקע כשר און ס'פלעגט מיינען סיי "קאמיוטן" און סיי א "פארדאן", אבער היינט צוטאגס איז שוין "פארדאנירן" מיט א רואיגקייט אריין אינעם וואקאבולערי, ממילא איז פשוט אשאד נישט צו נוצן א ווארט וואס וועט גענצליך קלאר ארויסברענגען וואס מען מיינט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

@דרייטצעך איז גענצליך אויף מיין זייט, גארנישט קיין קלו וקלו...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יצחק אייזיק האט געשריבן:@דרייטצעך איז גענצליך אויף מיין זייט, גארנישט קיין קלו וקלו...

נא! אן איידעלע וועג פאר @היכי אראפצוקריכן פון בוים!... :wink: :wink: :wink:
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:ווי אזוי פונאנדערשיידט מען צווישן הרים און גבעות?

אויף ענגליש זאגט מען hills און cliffs.

(נישט קליף, וואס מיינט א טאל אראפ, נאר מאונטען.)

מסתמא איז עס "בערגל" און "באַרג."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דרייטצעך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:@דרייטצעך איז גענצליך אויף מיין זייט, גארנישט קיין קלו וקלו...

נא! אן איידעלע וועג פאר @היכי אראפצוקריכן פון בוים!... :wink: :wink: :wink:

איך קען מיין פרענד היכי, ער קריכט אראפ אין נאו טיים... ער דארף נישט קיין היכי תמצא'ס פאר דעם...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דרייטצעך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:@דרייטצעך איז גענצליך אויף מיין זייט, גארנישט קיין קלו וקלו...

נא! אן איידעלע וועג פאר @היכי אראפצוקריכן פון בוים!... :wink: :wink: :wink:

איך בין דאך בין דאך אויפ'ן בוים מיט גרשון, ס'איז זייער איינגענעם, ער האט אויך געברענגט ניסלעך און א אריגינעלע ווערטערבוך פון תרע"ה! אפשר קריכט איר ארויף?...

אויף אן ערנסטן האט, איך הער וואס איר זאגט.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

קנאפער ידען האט געשריבן:
נעמטאָדאָם האט געשריבן:ווי אזוי פונאנדערשיידט מען צווישן הרים און גבעות?

אויף ענגליש זאגט מען hills און cliffs.

(נישט קליף, וואס מיינט א טאל אראפ, נאר מאונטען.)

מסתמא איז עס "בערגל" און "באַרג."

הרב קנאפער איז געקומען צוהילף ווי שטענדיג (איך ווער נאר מער און מער סורפרייזד, אפס נישט אין דעם אשכול... איבעראשט פון אלע דיינע קענטעניסן)

יא, עס איז בערגל און בארג (בדרך כלל באנוצט מען זיך מער מיט די לשון רבים "בערג").
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:@דרייטצעך איז גענצליך אויף מיין זייט, גארנישט קיין קלו וקלו...

נא! אן איידעלע וועג פאר @היכי אראפצוקריכן פון בוים!... :wink: :wink: :wink:

איך קען מיין פרענד היכי, ער קריכט אראפ אין נאו טיים... ער דארף נישט קיין היכי תמצא'ס פאר דעם...

גוט איז גוט..
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

היכי תמצא האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:@דרייטצעך איז גענצליך אויף מיין זייט, גארנישט קיין קלו וקלו...

נא! אן איידעלע וועג פאר @היכי אראפצוקריכן פון בוים!... :wink: :wink: :wink:

איך בין דאך בין דאך אויפ'ן בוים מיט גרשון, ס'איז זייער איינגענעם, ער האט אויך געברענגט ניסלעך און א אריגינעלע ווערטערבוך פון תרע"ה! אפשר קריכט איר ארויף?...

גרשון האט שוין פותר געווען אז איינגענעם? (זע דא)
אז מ'רעדט שוין, גראדע האלט איך "אנגענעם" און יעצט אז איך קוק זע איך אז א. ראטה האלט אויך אזוי.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גראדע בין איך ביי דעם מיט @היכי...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גראדע בין איך ביי דעם מיט @היכי...

צווישן די מגיהים וועלכע איך דריי מיר האט מען געוואוסט אז א. ראטה איז א פוסק אחרון.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

דרייטצעך האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
נעמטאָדאָם האט געשריבן:ווי אזוי פונאנדערשיידט מען צווישן הרים און גבעות?

אויף ענגליש זאגט מען hills און cliffs.

(נישט קליף, וואס מיינט א טאל אראפ, נאר מאונטען.)

מסתמא איז עס "בערגל" און "באַרג."

הרב קנאפער איז געקומען צוהילף ווי שטענדיג (איך ווער נאר מער און מער סורפרייזד, אפס נישט אין דעם אשכול... איבעראשט פון אלע דיינע קענטעניסן)

יא, עס איז בערגל און בארג (בדרך כלל באנוצט מען זיך מער מיט די לשון רבים "בערג").

לכאורה נישט ממש, הר איז hill אדער mountain א שטייגער ווי הר המוריה, הר סני, און להבדיל mount Everest, ווידער cliff איז א שפיציגע שטיין בארג - עזאזל סטייל.
ווייסעך נישט
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

דרייטצעך האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גראדע בין איך ביי דעם מיט @היכי...

צווישן די מגיהים וועלכע איך דריי מיר האט מען געוואוסט אז א. ראטה איז א פוסק אחרון.

גאמ
אבער דאכצעך אז גרשון איז נישט איינשטימיג דערמיט....
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:לכאורה נישט ממש, הר איז hill אדער mountain א שטייגער ווי הר המוריה, הר סני, און להבדיל mount Everest, ווידער cliff איז א שפיציגע שטיין בארג - עזאזל סטייל.

ראי' לסתור? האסט דאך געברענגט א ריכטיגע בילד מיט א בילד פון א mountain וואס זעט אויס ווי עזאזל סטייל און עס הייסט mountain/בארג.

א קליף איז א גראדע (אדער כמעט גראדע) סוף פון א גרויסע פעלזן שטיין (פעלז) וואס מוז בכלל נישט זיין בערגיג:
White_Cliffs_of_Dover_02.jpg
White_Cliffs_of_Dover_02.jpg (400.51 KiB) געזען 314 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גראדע בין איך ביי דעם מיט @היכי...

צווישן די מגיהים וועלכע איך דריי מיר האט מען געוואוסט אז א. ראטה איז א פוסק אחרון.

גאמ
אבער דאכצעך אז גרשון איז נישט איינשטימיג דערמיט....

ריכטיג. ביי מיר איז אוריאל וויינרייך פוסק אחרון, חוץ ווען היימישע שרייבערס האבן קלאר אנגענומען אנדערש. אזוי האב איך אויך געהערט פון אנדערע, צווישן זיי ידידי @למדן וצדיק (שוין לאנג נישט באזוכט דא).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:
נעמטאָדאָם האט געשריבן:ווי אזוי פונאנדערשיידט מען צווישן הרים און גבעות?

אויף ענגליש זאגט מען hills און cliffs.

(נישט קליף, וואס מיינט א טאל אראפ, נאר מאונטען.)

מסתמא איז עס "בערגל" און "באַרג."

גוגל טייטשט טאקע אויף ענגליש Mountains (הרים) and hills (גבעות). מסתמא איז עס אזוי אין היינטיגן העברעאיש, דארף מען וויסן ווי אזוי די מפרשים זענען מחלק.

מענין לענין, אין ענגליש איז דא אן אידיאם make a mountain out of a molehill ("מאכן א גרויסן בארג פון א ראצן-בערגל"). אינעם אידישן ווערטערבוך ווערט עס איבערגעטייטשט אויף ענליכע אידיאמען: מאכן פון א פליג אן עלעפאנט; מאכן פון א ווארט א קווארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

גרשון האט געשריבן:

אוריאל וויינרייך איז ביי מיר אויך די פוסק כמעט אחרון - אבער מיין מורה דרך אין אידיש כללים האט מיר אויסגעלערנט צו נוצן א. ראטה אלס פוסק אחרון שבאחרונים.
איך גלייב איר האלט אויך פון א. ראטה, נאר איר האלט מער פון וויינרייך, נו, איז אויב וויינרייך געבט ביידע אפציעס, פארוואס נישט אננעמען וואס א. ראטה זאגט?
אגב, איך מיין אז זי איז געבויט בעיקר אויף "ווען היימישע שרייבערס האבן קלאר אנגענומען אנדערש"...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דרייטצעך האט געשריבן:אוריאל וויינרייך איז ביי מיר אויך די פוסק כמעט אחרון - אבער מיין מורה דרך אין אידיש כללים האט מיר אויסגעלערנט צו נוצן א. ראטה אלס פוסק אחרון שבאחרונים.

איך שרייב טאקע אנגענעם.

א. ראטה איז מער באזירט אויפ'ן היימישן סטיל, אבער זי מאכט אסאך טעותים אויך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:אוריאל וויינרייך איז ביי מיר אויך די פוסק כמעט אחרון - אבער מיין מורה דרך אין אידיש כללים האט מיר אויסגעלערנט צו נוצן א. ראטה אלס פוסק אחרון שבאחרונים.
איך גלייב איר האלט אויך פון א. ראטה, נאר איר האלט מער פון וויינרייך, נו, איז אויב וויינרייך געבט ביידע אפציעס, פארוואס נישט אננעמען וואס א. ראטה זאגט?
אגב, איך מיין אז זי איז געבויט בעיקר אויף "ווען היימישע שרייבערס האבן קלאר אנגענומען אנדערש"...

איך שרייב טאקע אנגענעם.

א. ראטה איז מער באזירט אויפ'ן היימישן סטיל, אבער זי מאכט אסאך טעותים אויך.

יאפ.. גרשון שרייבט גאר א(יי)נגענעם… :wink:
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

:lol: ש'כח!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

גרשון האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
נעמטאָדאָם האט געשריבן:ווי אזוי פונאנדערשיידט מען צווישן הרים און גבעות?

אויף ענגליש זאגט מען hills און cliffs.

(נישט קליף, וואס מיינט א טאל אראפ, נאר מאונטען.)

מסתמא איז עס "בערגל" און "באַרג."

גוגל טייטשט טאקע אויף ענגליש Mountains (הרים) and hills (גבעות). מסתמא איז עס אזוי אין היינטיגן העברעאיש, דארף מען וויסן ווי אזוי די מפרשים זענען מחלק.

מענין לענין, אין ענגליש איז דא אן אידיאם make a mountain out of a molehill ("מאכן א גרויסן בארג פון א ראצן-בערגל"). אינעם אידישן ווערטערבוך ווערט עס איבערגעטייטשט אויף ענליכע אידיאמען: מאכן פון א פליג אן עלעפאנט; מאכן פון א ווארט א קווארט.

לכאורה איז קנאפער גערעכט
דער מלבי"ם אויפן פסוק אין ישעיה ב ב וְהָיָה בְּאַחֲרִית הַיָּמִים נָכוֹן יִהְיֶה הַר בֵּית ה' בְּרֹאשׁ הֶהָרִים וְנִשָּׂא מִגְּבָעוֹת וְנָהֲרוּ אֵלָיו כָּל הַגּוֹיִם. ז"ל: "ההרים, מגבעות". הר גדול מגבעה, ההרים רקדו כאילים (הגדולים) גבעות כבני צאן (הקטנים) (תהלות קיד ד'), והגבעות סביב ההרים לרוב. וכן ירושלים היתה מכוננת בגבעה ועליה הר המוריה שבו בהמ"ק, כמ"ש הר בת ציון גבעת ירושלים (לקמן י' לב), על הר בת ציון ועל גבעתה (ל"א ד'), ר"ל ההר עצמו יהיה בראש ההרים, ויהיה מנושא יותר מסבת הגבעות שסביבותיו, והמ"ם מ"ם הסבה:
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

גרשון האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:אוריאל וויינרייך איז ביי מיר אויך די פוסק כמעט אחרון - אבער מיין מורה דרך אין אידיש כללים האט מיר אויסגעלערנט צו נוצן א. ראטה אלס פוסק אחרון שבאחרונים.
איך גלייב איר האלט אויך פון א. ראטה, נאר איר האלט מער פון וויינרייך, נו, איז אויב וויינרייך געבט ביידע אפציעס, פארוואס נישט אננעמען וואס א. ראטה זאגט?
אגב, איך מיין אז זי איז געבויט בעיקר אויף "ווען היימישע שרייבערס האבן קלאר אנגענומען אנדערש"...

איך שרייב טאקע אנגענעם.

א. ראטה איז מער באזירט אויפ'ן היימישן סטיל, אבער זי מאכט אסאך טעותים אויך.

מיר א חידוש צו הערן - דאס ביכל גייט נישט אראפ פון מיין טיש, געב א דוגמא?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גראדע בין איך ביי דעם מיט @היכי...

אויף וועלכע חילוקי דעות?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”