וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- צייט פארטרייבונג
- שר האלף
- תגובות: 1993
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן זייגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ריכטיג, מען קען אביסל מישן, עס איז נישט קלאר
לאמיר עס צונעמען, ביי א מנהיג ישראל האב איך נישט געזען דעם אויסדרוק מנהל...
א מנהיג עגלה/אויטא זאגט מען נישט מנהל עגלה וכדו'
וואס נאך?!

אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...

-
- שר העשר
- תגובות: 36
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 9:50 am
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צ"ק
א פלאסטישער קייט
אין ענגליש איז עס אדער Zip tie אדער א Cable tie
אין אידיש?
א פלאסטישער קייט
אין ענגליש איז עס אדער Zip tie אדער א Cable tie
אין אידיש?
- צייט פארטרייבונג
- שר האלף
- תגובות: 1993
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן זייגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
Convert
פארוואנדלען?
די זאך מיט קאנוועערט איז אז עס ווערט באנוצט אין פעלער וואס אויף אידיש איז עס עקסטערע ווערטער,
למשל, זיך מגייר זיין, איז קאנווערטן פון גוי צו איד,
ווער נוצט דעם אויסדרוק: פון א פאלנער גוי איז ער פארוואנדלט געווארן צו א גאטס פארכטיגער איד וואס גייט יעדן טאג אין מקוה וכו'? נארא שרייבער וואס דארף אנפילן זיינע שורות מיט באמבאסטישע פראזן וואס פעהלן נישט באמת אויס צום הבנת הענין.
אויף ענגליש וואלט מען געזאגט He converted... און אויף אידיש וואלט מען געזאגט: ער האט זיך מגייר געווען.
ביי א קאוטש וואס קען פארוואנדלט ווערן צו א בעט, קען מען טאקע יא זאגן: א קאוטש וואס ווערט פארוואנדלט אין א בעט.
בקיצור עס ווענדט זיך אין די קאנטעקסט.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:צ/ק

שקויעך. פרוביר צו ברענגען נאך ביישפילן אן קיין רעליגיעזע קאנטעקסט צו קריגן א בעסערע משמעות און באנוץ פונעם ווארט.
Convert ווערט ברייט באנוצט אויסער מגייר זיין און שמד'ן.
- צייט פארטרייבונג
- שר האלף
- תגובות: 1993
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן זייגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:צייט פארטרייבונג האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:צ/ק

וואס זוכסטו?!
ברענג א געדאנק.
איך ווייס נישט באמת וואס דו ווילסט פונקטליך.
פויל צו טראכטן.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אין א טעכנישע פאל צ.ב.ש. קאנווערטן א פי די עף צו אן אנדערע פארמאט ווייסעך נישט וואס כ'וואלט גענוצט...
אנדערע פעלער איז עפ"י רוב פארוואנדלט גוט

- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די פארוואנדלן ווארט וועט זיך אויסקומען מיט אלע.
פארוואנדלט אין א איד
פארוואנדלט צו א PDF
פארוואנדלט אין א איד
פארוואנדלט צו א PDF
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
סאבאבא האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:איז מעגליך אז זיי באציען זיך צו Acting ביי דעם פארשטעלונג און זיי רופן דאס אויפפירונג?
קאנטעקסט קען העלפן.
מעגליך. ער רעדט פון א קאנצערט און שרייבט צו איינעם 'פון דעם פראגראם וועסטן שוין מערקן דעם געוואלטיגן איינדרוק פון דעם אויפפירונג'
עס זעהט אויס אזוי.
עס קען אויך זיין אז ער באציט זיך צום Attitude פון די אקטיארן און זייער צוזאמענארבעט. אבער איך וואלט געזאגט אז ער ניצט נאכאלס דאס ווארט 'אויפפירונג' צום שורש - behavior, act, attitude.
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פארוואנדלט איז די פועל יוצא פון קאנווערט; דורכ'ן קאנווערטן ווערט עס פארוואנדלט אין א נייע זאך.
דער גוי ווערט פארוואנדלט אין א איד, דורך גיור.
קאנווערט איז די פראצעדור וואס פירט צום פארוואנדלונג; די טויש.
קאנווערטן = טוישן.

- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
יצחק אייזיק האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:צ/ק similar.
עינדליך?
ענליך
די שורש איז ענדלען, דאן איז ריכטיג אויסצולייגן ענדליך.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31244
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:צ/ק similar.
עינדליך?
ענליך
די שורש איז ענדלען, דאן איז ריכטיג אויסצולייגן ענדליך.
למעשה איז דער ווארט יא "ענליך."
"ענדליך" שרייבט מען ביי "finally." ער איז ענדליך אנגעקומען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:צ/ק similar.
עינדליך?
ענליך
די שורש איז ענדלען, דאן איז ריכטיג אויסצולייגן ענדליך.
ענליך = similar.
ענדליך = finally.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
זאג א גוטס האט געשריבן:פארוואנדלט איז די פועל יוצא פון קאנווערט; דורכ'ן קאנווערטן ווערט עס פארוואנדלט אין א נייע זאך.
דער גוי ווערט פארוואנדלט אין א איד, דורך גיור.
קאנווערט איז די פראצעדור וואס פירט צום פארוואנדלונג; די טויש.
קאנווערטן = טוישן.
איך מיין איר גרייזט. טויש איז change, פארוואנדלט איז convert.
פון אייער ווערטער קוקט אויס אז ס'איז די זעלבע זאך. ס'איז קלאר נישט.
טויש איז ווען מ'טוישט איין זאך פאר א צווייטע, אדער די זעלבע זאך פון איין פלאץ צו צווייטע.
פארוואנדלט איז ווען מ'נעמט די זעלבע מציאות און מ'איז עס מהפך צו נייע משמעות. סיי ביי גיור/טויפן, סיי ביי א פידיעף און סיי ביי א sales order צו א invoice.
איך קען טוישן פון א יאנאווע צו א מאראקאנע אתרוג, אבער סיי וואס איך נוץ ווערט ווערן פארוואנדלט אין קאמפאט פאר חמשה עשר.
- צייט פארטרייבונג
- שר האלף
- תגובות: 1993
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן זייגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:פארוואנדלט איז די פועל יוצא פון קאנווערט; דורכ'ן קאנווערטן ווערט עס פארוואנדלט אין א נייע זאך.
דער גוי ווערט פארוואנדלט אין א איד, דורך גיור.
קאנווערט איז די פראצעדור וואס פירט צום פארוואנדלונג; די טויש.
קאנווערטן = טוישן.
איך מיין איר גרייזט. טויש איז change, פארוואנדלט איז convert. converted און צו convert'ען זאגט מען : צו פארוואנדלען. אויף ריין ענגליש איז עס: to convert
פון אייער ווערטער קוקט אויס אז ס'איז די זעלבע זאך. ס'איז קלאר נישט.
טויש איז ווען מ'טוישט איין זאך פאר א צווייטע, אדער די זעלבע זאך פון איין פלאץ צו צווייטע.
פארוואנדלט איז ווען מ'נעמט די זעלבע מציאות און מ'איז עס מהפך צו נייע משמעות. סיי ביי גיור/טויפן, סיי ביי א פידיעף און סיי ביי א sales order צו א invoice.
איך קען טוישן פון א יאנאווע צו א מאראקאנע אתרוג, אבער סיי וואס איך נוץ ווערט ווערן פארוואנדלט אין קאמפאט פאר חמשה עשר.
פראקטיש קומסט אריין זייער קלאר.
ועי' בפנים וואס כ'האב מגיה געווען
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:פארוואנדלט איז די פועל יוצא פון קאנווערט; דורכ'ן קאנווערטן ווערט עס פארוואנדלט אין א נייע זאך.
דער גוי ווערט פארוואנדלט אין א איד, דורך גיור.
קאנווערט איז די פראצעדור וואס פירט צום פארוואנדלונג; די טויש.
קאנווערטן = טוישן.
איך מיין איר גרייזט. טויש איז change, פארוואנדלט איז convert. converted און צו convert'ען זאגט מען : צו פארוואנדלען. אויף ריין ענגליש איז עס: to convert
פון אייער ווערטער קוקט אויס אז ס'איז די זעלבע זאך. ס'איז קלאר נישט.
טויש איז ווען מ'טוישט איין זאך פאר א צווייטע, אדער די זעלבע זאך פון איין פלאץ צו צווייטע.
פארוואנדלט איז ווען מ'נעמט די זעלבע מציאות און מ'איז עס מהפך צו נייע משמעות. סיי ביי גיור/טויפן, סיי ביי א פידיעף און סיי ביי א sales order צו א invoice.
איך קען טוישן פון א יאנאווע צו א מאראקאנע אתרוג, אבער סיי וואס איך נוץ ווערט ווערן פארוואנדלט אין קאמפאט פאר חמשה עשר.
פראקטיש קומסט אריין זייער קלאר.
ועי' בפנים וואס כ'האב מגיה געווען
א דאנק פאר אייערע קאמענטארן און קארעגאציעס (ס'איז א ווארט דאס?)
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
לעבעדיגע ביישפיל וויאזוי עפעס ווערט פארוואנדלט, נישט געטוישט.
- אטעטשמענטס
-
- Convert.PNG (647.88 KiB) געזען 453 מאל
- צייט פארטרייבונג
- שר האלף
- תגובות: 1993
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן זייגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:לעבעדיגע ביישפיל וויאזוי עפעס ווערט פארוואנדלט, נישט געטוישט.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
- צייט פארטרייבונג
- שר האלף
- תגובות: 1993
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן זייגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:לעבעדיגע ביישפיל וויאזוי עפעס ווערט פארוואנדלט, נישט געטוישט.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
Pardon איז א פראנצויזיש און ענגליש ווארט. אין אידיש פארגעבן.
די אלע וואס שרייבן פארדאנירן זאלן מיר פארגעבן, אבער מוחל זיין אן ארעסטאנט איז די זעלבע פעולה ווי מוחל זיין א פרייען מענטש. ווילאנג מ'פארדאנירט נישט דעם וואס גיסט בטעות אויס די קאווע, פארדאנירט מען אויך נישט קיין ארעסטאנטן. אויב וויל מען זיין מער ספעציפיש, קען מען ניצן באגנאדיגן.
איך זע אז מאשקע אליין האט שוין געווייטאגט אויף דעם מיט יארן צוריק, הגם במחילתו האט ער נישט אזוי פינקטליך געטייטשט דאס ווארט אין אידיש.
די אלע וואס שרייבן פארדאנירן זאלן מיר פארגעבן, אבער מוחל זיין אן ארעסטאנט איז די זעלבע פעולה ווי מוחל זיין א פרייען מענטש. ווילאנג מ'פארדאנירט נישט דעם וואס גיסט בטעות אויס די קאווע, פארדאנירט מען אויך נישט קיין ארעסטאנטן. אויב וויל מען זיין מער ספעציפיש, קען מען ניצן באגנאדיגן.
איך זע אז מאשקע אליין האט שוין געווייטאגט אויף דעם מיט יארן צוריק, הגם במחילתו האט ער נישט אזוי פינקטליך געטייטשט דאס ווארט אין אידיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- נעמטאָדאָם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 452
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ווי אזוי פונאנדערשיידט מען צווישן הרים און גבעות?
אויף ענגליש זאגט מען hills און cliffs.
אויף ענגליש זאגט מען hills און cliffs.
- אטעטשמענטס
-
- difference-between-hill-and-mountain-4071583_FINAL-5c814b7646e0fb00018bd92d.png (524.71 KiB) געזען 376 מאל
ווייסעך נישט
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.
הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.
קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?
פון די סעריע:
ווי אזוי טייטשט מען "ולמען שמך תנחני ותנהלני"?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר חמישים
- תגובות: 70
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
farshlufen האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.
הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.
קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?
פון די סעריע:
ווי אזוי טייטשט מען "ולמען שמך תנחני ותנהלני"?
אין מלבי"ם - ביאור המילות שרייבט ער בזה"ל: תנחני ותנהלני. שניהם באו על ההנהגה בנחת (שזה המבדיל בינם ובין "נהג") רק פעל "נהל" מציין שמנהל את היעף והאין כח, וינהלם בחמורים לכל כושל (דה''ב כ''ח), עלות ינהל (ישעיהו מ׳:י״א), נחית בחסדך ומוסיף נהלת בעזך (שמות ט״ו:י״ג) :
האמיר אן ענטפער אויף די גאנצע ספק.
"הנהלה" איז דער ענין פון הנהגה בנחת - און ווען דער געפירטער איז עיף באין כח
"הנהגה" איז דער ענין ווען עס איז נישט בנחת
"הנחייה" איז בנחת ווען דער געפירטער איז נישט כח'לאז
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
רצון - ווילן האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.
הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.
קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?
פון די סעריע:
ווי אזוי טייטשט מען "ולמען שמך תנחני ותנהלני"?
אין מלבי"ם - ביאור המילות שרייבט ער בזה"ל: תנחני ותנהלני. שניהם באו על ההנהגה בנחת (שזה המבדיל בינם ובין "נהג") רק פעל "נהל" מציין שמנהל את היעף והאין כח, וינהלם בחמורים לכל כושל (דה''ב כ''ח), עלות ינהל (ישעיהו מ׳:י״א), נחית בחסדך ומוסיף נהלת בעזך (שמות ט״ו:י״ג) :
האמיר אן ענטפער אויף די גאנצע ספק.
"הנהלה" איז דער ענין פון הנהגה בנחת - און ווען דער געפירטער איז עיף באין כח
"הנהגה" איז דער ענין ווען עס איז נישט בנחת
"הנחייה" איז בנחת ווען דער געפירטער איז נישט כח'לאז
די חילוק פון boss און leader.
ווען דו שלעפסט, טיילסט איין און קאמאנדעוועסט אדער ווען דו מאטיווירסט אנדערע און דו ביזט זיי משכנע פאר א געוויסע זאך.
א ריזיגע סוגיא כשלעצמו
יישר כח הרב @רצון - ווילן
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
גרשון האט געשריבן:Pardon איז א פראנצויזיש און ענגליש ווארט. אין אידיש פארגעבן.
די אלע וואס שרייבן פארדאנירן זאלן מיר פארגעבן, אבער מוחל זיין אן ארעסטאנט איז די זעלבע פעולה ווי מוחל זיין א פרייען מענטש. ווילאנג מ'פארדאנירט נישט דעם וואס גיסט בטעות אויס די קאווע, פארדאנירט מען אויך נישט קיין ארעסטאנטן. אויב וויל מען זיין מער ספעציפיש, קען מען ניצן באגנאדיגן.
איך זע אז מאשקע אליין האט שוין געווייטאגט אויף דעם מיט יארן צוריק, הגם במחילתו האט ער נישט אזוי פינקטליך געטייטשט דאס ווארט אין אידיש.
מיט דעם פארשטייט מען וואס מענטשן זאגן צומאל ווען זיי הערן נישט עפעס ביים ערשטן מאל: "?pardon" - ווי צו זאגן: "פארגעב מיר ביטע פארן איבערפרעגן"