גרשון האט געשריבן:און ווי אזוי זאגט מען א שווער און א שוויגער? חם און חמה?
מען דערציילט אז ר' חיים סאלאוויטשיק בהגרי"ז האט געזאגט איינעם פשט אין פסוק, ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש, וואס דארף שטיין ללבוש, צו וואס דען? נאר ווייל בגד אליין קען מיינען א בגד של שלש על שלש אצבעות.
האט דער שומע געפרעגט, איז וואס וועט איר זאגן אויף לחם לאכול. האט ר' חיים געגעבן א געשריי - דאס האט ניט צו מיר!
ודו"ק
דון מינה ואוקי באתרין - בנוגע דיין שאלה, נאכן ציטירן מיינע ווערטער.
ולעצם השאלה,
דוכט זיך אז חמיו, חמותו, איז בעצם מלשון תרגום, ובלשון המקרא זעהט מען נאר חותן, חותנתו.
און כנראה איז דא א אות נחה ביים סוף, נאר כ'מיין אז אין ארמית נוצט מען ענדערש א אל"ף ווי א ה"א.
ממילא וואלט געווען בנפרד, חמא, חמתא. ועדיין צריך חפוש.