אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

טוט זיך...? האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
פיפיות האט געשריבן:
עטליכע - איטליכער
צוויי אנדערע באדייטן
וואס זענען די באדייטן ?
שלמה האט שוין דא מסביר געווען…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פרענומעראנטן/פרעמינאנטן
געוואונען/געוואנען
צום גדליהו/צאם גדליה

און נאך אסאך לשה"ק ווערטער אזוי ווי יאַשיה אנשטאט יאֹשיהו, אבער דאס בלאנגט מסתם ענדערש אין דעם אשכול.
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום זונטאג נאוועמבער 13, 2022 9:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

זאגער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2022 10:13 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגער »

געזעצן געזעסן
געווען געוועזן
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

זאגער האט געשריבן:
געזעצן געזעסן
געווען געוועזן
קיין איינע איז נישט קיין טעות, יש אומרים, וי"א ככה
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

לֵייב וועכטער (שומר ארי)

אנשטאט לַייב וועכטער (באדי גאורד)
הושענא חנה דוד, הושענא!
זאגער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2022 10:13 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגער »

אנשטאט איבערמידלעך דארף מען שרייבן אומ'ערמידלעך
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

מיין פוס טוט וויי
מיינע פיס טוען וויי

ס'דא וואס מישן אויס.
קענסט די אנגעזעצטע מענטשן?!
just a reminder
זאגער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2022 10:13 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגער »

אראפזיצן - אראפזעצן
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
דער עולם מישט אויך אויס צווישן ענליך און ענדליך.
ענליך (אן א ד') איז דומה, similar,
ענדליך (מיט א ד') איז finally
מהיכן דנתנו? עס איז דומה= עס ענדלט. אויב אזוי פארוואס דארף ארויספאלן דער דל"ת ביי ענדליך?
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

אפשר איז כדאי צו עפענען אן אשכול איבער ענגלישע ווערטער וואס ווערן נישט ריכטיג באנוצט ביי מערערע היימישע אידן.
לדוגמא
"געיט" ווערט גענוצט אומריכטיג פאר א צוים בשעת וואס אין אמת'ן מיינט עס א טויער

"גאדדער" ווערט גענוצט אומריכטיג פאר ראוד ווי די קארס פארן ווען אין אמת'ן מיינט דאס א וואסער אפלויף קאנאל אדער רער.

"רעספירעטאר" ווערט בטעות ביי אונז גענוצט אנשטאטס ווענטילעטאר.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

"ראאף" און "סילינג" ווערט פארמישט אסאך צוליב דעם וואס אויף אידיש נוצט מען פאר ביידע די ווארט "דאך"
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

עס איז פארהאן נאך הונדרעטער אזעלכע וואס מ'דארף זיי צוזאמנעמען אל פונדק אחד
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בועז האט געשריבן:

רוב פון די טעותים ליגן אין דעם אשכול…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

נאך א שטארקע גרייז וואס מענטשן נוצן אומריכטיג.
"אפסטעירס" דארט אויבן ארויפציר, ווען אין אמת'ן מיינט דאס אויבן אויפן שטאק.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

היסטאריש האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:
עס איז פארהאן נאך הונדרעטער אזעלכע וואס מ'דארף זיי צוזאמנעמען אל פונדק אחד
רוב פון די טעותים ליגן אין דעם אשכול…
נישט ממש געזעהן רעדן דארט פון די סארט.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בועז האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:
עס איז פארהאן נאך הונדרעטער אזעלכע וואס מ'דארף זיי צוזאמנעמען אל פונדק אחד
רוב פון די טעותים ליגן אין דעם אשכול…
נישט ממש געזעהן רעדן דארט פון די סארט.
גראדע יא געטראפן אפאר, אבער קענסט אויך קוקן אין דעם אשכול…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
פאלאטשעק
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 4:59 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלאטשעק »

גרשון האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
קארס/קארן ווענדט זיך צי מען קען פאררעכענען 'קאר' אלס א אידיש ווארט.
ס'ווענדט זיך נישט דווקא אין דעם. קאר קען זיכער פאררעכנט ווערן אלס אידיש, אבער נאך אלץ באפארצוגן רוב שרייבערס אין לשון-רבים קארס. דער ס' פאר לשון-רבים איז שוין דא אין אידיש נאך פאר מ'איז געקומען קיין אמעריקע, און בפרט היינט איז עס דא איז פיל ווערטער.

דאס זעלבע איז אויך טראָק/טראָקס.
די גרייז פון שרייבן קארן ווערט מער און מער, יעדעס מאל איך זעה אז מ’גנבט קארן אין מאנטרעאל, וואונדערט עס מיר פארוואס מ’לאזט די גראסערי ארדער אויפן גאס.

קארן עסט מען, און קארס דרייווט מען (אין מאנטרעאל גנב’ט מען)...
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

בועז האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
דער עולם מישט אויך אויס צווישן ענליך און ענדליך.
ענליך (אן א ד') איז דומה, similar,
ענדליך (מיט א ד') איז finally
מהיכן דנתנו? עס איז דומה= עס ענדלט. אויב אזוי פארוואס דארף ארויספאלן דער דל"ת ביי ענדליך?
"ענדלט" איז מעגליך אויך נישט ריכטיג, נאר היות ס'האט נישט קיין קאמפעטישאן איז עס געבליבן אומריכטיג, משא"כ "ענליך".... כ'וואלט אויך נישט געשריבן "ענלט", אבער איך מיר קלינגט אויך אזוי ווי @אויערבאך.

קאריץ האט געשריבן:

נאכקוקנדיג אין אלטן לעקסיקאן, וכן אויף גאגל, זע איך נישט בכלל דאס ווארט "ענדלט" אדער "ענדלן", וואס איז ווארשיינליך א גאנץ נייע ווארט, געבויעט אויף דאס ווארט "ענליך", וואס איז טייטש "דומה" אין לשה"ק, אדער "סימילער" אין ענגליש.
משא"כ "ענדליך" - איז א צווייגל פונעם שורש "ענדע", וואס איז פשט "סוף", און פון דעם איז דא א געוואלד פון ווערטער, ענדע, ענדערונג, ענדליך, וואס אלע האבן "ענליכע" באדייטן.

אויב איינער קען אריינקומען מער קלאר אויף די שורש פון "ענליך" וואלט איך הנאה געהאט.

זע דא.

זע איך.
פון אלע מראי מקומות שרייבט קיינער נישט פון ווי דאס ווארט "ענדלט" איז באשאפן.
אבער די מקור וואס שטייט דארט, איז 'ענליך' איז ווי 'איינליך' משורש פונעם נומער 'איין', וואס נעמט אריין 'איינציג', 'אייניג', וואס די ווארט 'אייניג' אליין חוץ די אפטייטש דערפון וואס איז ממש 'אייניג' מיט 'ענליך', ווערט עס אויך גענוצט אין 'פאראייניגט' וכדו'.

לפ"ז איז מיין אפשאצונג ריכטיג, אז "ענדלט" איז גאנץ א נייע ווארט און איז טאקע פארגרייזט. ריכטיג וואלט געווען "משה 'ענלט' שטארק צו זיין ברודער, וואס טוט 'ענלען' צום זיידן ר' געציל ע"ה".
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קאריץ האט געשריבן:
זע איך.
פון אלע מראי מקומות שרייבט קיינער נישט פון ווי דאס ווארט "ענדלט" איז באשאפן.
אבער די מקור וואס שטייט דארט, איז 'ענליך' איז ווי 'איינליך' משורש פונעם נומער 'איין', וואס נעמט אריין 'איינציג', 'אייניג', וואס די ווארט 'אייניג' אליין חוץ די אפטייטש דערפון וואס איז ממש 'אייניג' מיט 'ענליך', ווערט עס אויך גענוצט אין 'פאראייניגט' וכדו'.

לפ"ז איז מיין אפשאצונג ריכטיג, אז "ענדלט" איז גאנץ א נייע ווארט און איז טאקע פארגרייזט. ריכטיג וואלט געווען "משה 'ענלט' שטארק צו זיין ברודער, וואס טוט 'ענלען' צום זיידן ר' געציל ע"ה".
עפעס זאגסטו, דיינע רייד זענען שטארק מסתבר
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

פראקטיש האט געשריבן:

ש'כח.
נאר איין הוספה, איך זיך נישט צו טוישן די וועלט, און איך וועל ווייטער שרייבן ווי יעדער, אבער לכה"פ דאס ווארט "ענליך" מעג בלייבן ריכטיג, און פינאנדערגעשידן פון "ענדליך"...
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

וואס דא גייט נישט פאר....

א שפראך איז וואס מענטשען רעדן. אויפן ערגסטען פאל, רוף עס א שפראך מיט אן אנדערען דיאלעקט.

(ספעל טשעק....... 100% ..... פעילד .... זאל זיין אזוי.)

געוויסע טעותים דא ווערן געמאכט נאר אין אמעריקא, געוויסע נאר ביי יוצאי מדינה זו או אחרת.
ממילא, ווי איז שייך צו זאגן, ווען אין לונדון זאגט מען (וואס זאגט ער נאר? כ'געדענק נישט, לאמיר נאכקוקן...) יא, טרעפענעס מיט עכטיג.
אויב זאגט מען אזוי, איז דאך פשוט אז עס איז עכטיג.
פאלש זיכער נישט.

באלד וועט נאך יענער פראבירן מיר צו מאנעוורירן (וואטעווער דעט מיענס.... נערווירן?) ווייל אזוי זאגט איהם וויקי בשם גוגל אז אזוי איז עס אויף דויטש.
אהעעממ ... אויב רעדט מען נישט אזומ, מ'שרייבט נישט אזוי, וואס גייט מיר אהן וואס דויטש איז, אונזער שפראך איז נישט דויטש, עס איז געבויט אויף דויטש, גענומען פון דויטש, אבער עס איז נישט דויטש, טוה מיר א טובה, און לאז עס אידיש.

ועוד זאת אומר ואדבר, עס איז דא ווערטער וואס זענען אריין אין יידיש, פונקט ווי spritz איז היינט אן ענגליש ווארט, גע'גנב'ט פון דייטש, אבער כרגע איז עס פולי אין, אזוי אויך איז דא ווערטער וואס זענען פאר'אידיש'ט געווארן, ממילא קען מען זאגן קאר'ן.
משא"כ, אנדערע ווערטער, זענען געבליבן ענגליש, אבער מ'ניצט עס אויף דערווייל, ממילא בלייבט עס קאר'ס.

בריפקעיס, איז בריפקעיס'ן אדער בריפקעיסעס?
ווינדאו'ן אדער ווינדאו'ס?

ועוד זאת אחרת, די מקומות וואס ביי זיי איז צוויי פון יעדער דריי ווערטער זענען ענגליש, זאלן נישט קומען פארקויפן פאר אידיש רעדנער וואס איז עכט און וואס איז פאלש.....

עוד יש הרבה להאריך. וכבר הארכתי בדברים אלו ללא שום סיבה .
כ'בעט ענק אלע איבער.
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

קאריץ האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
קאריץ האט געשריבן:
קאריץ האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:
מהיכן דנתנו? עס איז דומה= עס ענדלט. אויב אזוי פארוואס דארף ארויספאלן דער דל"ת ביי ענדליך?
"ענדלט" איז מעגליך אויך נישט ריכטיג, נאר היות ס'האט נישט קיין קאמפעטישאן איז עס געבליבן אומריכטיג, משא"כ "ענליך".... כ'וואלט אויך נישט געשריבן "ענלט", אבער איך מיר קלינגט אויך אזוי ווי @אויערבאך.
נאכקוקנדיג אין אלטן לעקסיקאן, וכן אויף גאגל, זע איך נישט בכלל דאס ווארט "ענדלט" אדער "ענדלן", וואס איז ווארשיינליך א גאנץ נייע ווארט, געבויעט אויף דאס ווארט "ענליך", וואס איז טייטש "דומה" אין לשה"ק, אדער "סימילער" אין ענגליש.
משא"כ "ענדליך" - איז א צווייגל פונעם שורש "ענדע", וואס איז פשט "סוף", און פון דעם איז דא א געוואלד פון ווערטער, ענדע, ענדערונג, ענדליך, וואס אלע האבן "ענליכע" באדייטן.

אויב איינער קען אריינקומען מער קלאר אויף די שורש פון "ענליך" וואלט איך הנאה געהאט.
זע דא.
זע איך.
פון אלע מראי מקומות שרייבט קיינער נישט פון ווי דאס ווארט "ענדלט" איז באשאפן.
אבער די מקור וואס שטייט דארט, איז 'ענליך' איז ווי 'איינליך' משורש פונעם נומער 'איין', וואס נעמט אריין 'איינציג', 'אייניג', וואס די ווארט 'אייניג' אליין חוץ די אפטייטש דערפון וואס איז ממש 'אייניג' מיט 'ענליך', ווערט עס אויך גענוצט אין 'פאראייניגט' וכדו'.

לפ"ז איז מיין אפשאצונג ריכטיג, אז "ענדלט" איז גאנץ א נייע ווארט און איז טאקע פארגרייזט. ריכטיג וואלט געווען "משה 'ענלט' שטארק צו זיין ברודער, וואס טוט 'ענלען' צום זיידן ר' געציל ע"ה".
פראקטיש האט געשריבן:
ברוך לחונן הדעת, כ'מיין אז אויפגעקומען מיט "ענדלט" און "ענדלען", ס'איז יא ריכטיג.

לויט די הנחה, אז דאס איז די נומער "איין", אלס שורש, איז זייער פשוט. אזוי ווי "ציין", די תקופה וואס ס'הייבט אן וואקסן הייסט "צענדלען", און די בעיבי "צענדלט", דאס זעלבע איז ווען צוויי זאכן זענען די מהות פון איינס, איז דאס "איינליך" [ענליך], ווייל ס'איינדלט [ענדלט], און איינס צו די אנדערע טוט איינדלען [ענדלען].....

אגב, כ'האב שוין יא געטראפן אין אן אלטן דיקשאנערי, די ווערטער "ענליך", "ענדלט" און "ענדלען".
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”