הלבלר בקולמסו האט געשריבן:פארהאן א צאל ווערטער וואס אין אפשטאם זענען זיי א דעמינוטיוו, אבער מיט די צייט איז דאס שוין פארוואנדלט געווארן א זעלבסשטעדיגע ווארט פאר זיך און איז אין היינטיגן טאג גאר נאך פיל מער אין באנוץ ווי איר ארגינעלער טערמין.
א שטייגער ווי רעקל וואז איז פיל מער גאנגבאר ווי ראק, רעדל פון ראד, וועסטל פון וועסט. און אזוי אויך טיכל, קריגל, דעקל, צווענגל און קנעפל.
דאן איז דא נאך פילע אידישע ווערטער וואס זייער דעמינוטיוו וועט לאו דוקא סיגנאליזירן אויף א קליינער אפצווייג פון איר מאמע שטאם, נאר זי איז שוין געווארן א ווארט פאר זיך, וואס טוט אידענטיציפירן א געוויסער סארט פאר זיך.
צום ביישפיל, א גרויסער טעפל בלייבט א טעפל, הגם ער איז קלענער פון א קליינער טאפ. א הענטל פון א טיר, קען צומאל זיין גרעסער ווי א האנט.
און די זעלבע מיט א פיסל, רינגל, קייטל, קעסטל [-קאסטן], זעקל, גלעזל, בענדל, בלעטל, שטיקל אדער ווערטל.
צומאל איז דער למ"ד צום סוף ווארט, נישט קיין אנדייטונג בכלל אויף א פארקלענערונג, נאר א תשמיש, ווי אין שלאס-שליסל, ארעם-ערמל און שערל.
נאך ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א למ"ד, אבער איך בין נישט דערגאנגען אלטס וואס, זענען: שאכטל, קרעפל, כרעמזל, שיסל, שיידל, ביידל [אולי פון געביידע], קוגל, קאפל, לעדל [פילייכט פון שופלאד און לאדן], זעמל, שירצל [אולי מלשון shirt], צעטל און בייטל.
*דימינוטיוו.
זייער אינטערעסאנט. איראניש איז "א ריזיגע בעקעלע".
שליסל וואלט איך נישט געטראכט איז א דימינוטיוו פון שלאס, הגם מסתמא האבן די ווערטער שייכות. א קליינער שלאס איז א שלעסל. ערמל איז מעגליך טאקע יא פון ארעם, אזוי ווי קאפל פון קאפ. שערל קומט פון
שערע. ביידל, שירצל, און לעדל זענען טאקע דימינוטיוון, ווי דו זאגסט, אזוי אויך
צעטל.
נישט אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ל' זענען דימינוטיוון. דימינוטיוון מיט א ל' צום סוף ענדיגן זיך בלשון-רבים
עך; די וואס זענען נישט קיין דימינוטיוון ענדיגן זיך
ען: הימלען, שליסלען, גאפלען, קוגלען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?