איך זעה נישט קיין אשכול פארדעם, עפן איך אליין, אויב שוין דא ביטע שמעלצן.
אסאך ווערטער, שרייב מיר אונז אנדערש ווי מזאגט עס, למשל,
צייט = צאט
ביינאכט = באנאכט
זיין = זאן
אבער פון די אנדערע זייט, געפונען מיר ווערטער מיט די זעלבע ספעלינג, אבער מיט אן אנדערע קריאה, למשל,
צייטונג
בייטן
גרייטן
וויל איך וויסן ווי ס'כאפט דער חילוק?.
אידיש דקדוק.
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- דער הימלישע איד
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7308
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל
אידיש דקדוק.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 779
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm
Re: אידיש דקדוק.
דער הימלישע איד האט געשריבן:איך זעה נישט קיין אשכול פארדעם, עפן איך אליין, אויב שוין דא ביטע שמעלצן.
צייט = צאט
ביינאכט = באנאכט
זיין = זאן
.
אינטערעסאנט, אין דויטש זאגט מען טאקע יא -צייט/ביי/זיין- מיט די פולע צירה.
לכאורה איז עס ביי אונז פארדרייט געווארן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: אידיש דקדוק.
אויסערדעם דארף מען מבחין זיין צווישן
צייט, ביינאכט, זיין, צייטונג, בייטן צו גרייטן
די ערשטע זענען מיט א פתח. און בני ליטא זאגן עס אויך נישט מיט א צעירעי, נאר מיט א צאייראיי, דהיינו א פתח מיט א יו"ד. משא"כ גרייטן איז א ריכטיגע צירי, וואס מען זאגט אויף אידיש-ליטאיש: גרעיטן.
איין, צוויי, דריי
אעין, צוועי, דראי
צייט, ביינאכט, זיין, צייטונג, בייטן צו גרייטן
די ערשטע זענען מיט א פתח. און בני ליטא זאגן עס אויך נישט מיט א צעירעי, נאר מיט א צאייראיי, דהיינו א פתח מיט א יו"ד. משא"כ גרייטן איז א ריכטיגע צירי, וואס מען זאגט אויף אידיש-ליטאיש: גרעיטן.
איין, צוויי, דריי
אעין, צוועי, דראי
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אידיש דקדוק.
אין די פוסקים אין הל' גיטין זעט מען אז יי איז בעצם אן אנדייטונג אויף אן אויסגעצויגענעם פתח, ווי: אייזיק.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.