-
ציטיר
-
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גרשון »
קנאפער ידען האט געשריבן:אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארשווינדן אדער פארשוואונדן?
פארשווינדן איז עתיד ("אלע טענות וועלן פארשווינדן ווערן זייער שנעל"), און
פארשוואונדן איז עבר ("וואו איז ער פארשוואונדן?") ווי אסאך אנדערע ווערטער וואס עס טוישט זיך פון יו"ד צו וא"ו ווען עס ווערט עבר.
ס'איז אביסל קאמפליצירט. די מבינים טענה'ן אז ווען דער ווערב פאלגט נאך מיט איז/זענען/ווערט/ווערן, ווערט עס אן אדיעקטיוו, וואס איז ווי לשון עבר.
אויב מיין זאץ איז געווען צו קאמפליצירט, וועל איך עס פרובירן בעסער מסביר זיין: "ער איז
פארבונדן די אויגן" קען מען באטראכטן ווי א לשון-הווה'דיגער ווערב, וואס וואלט געקומען מיט א י' (אזוי ווי אין "פארבינד מיינע אויגן"). למעשה אבער שרייבט מען אנשטאט דעם אן אדיעקטיוו -- דער מענטש איז פארבונדן די אויגן.
די זעלבע זאך דא. ער
איז פארשוואונדן אדער ער
ווערט פארשוואונדן ברענגט אז דאס ווארט זאל זיין אן אדיעקטיוו ווי איידער א ווערב, און דעריבער קומט עס מיט א ו'. א י' וועט זיין בלשון ציווי: "פארשווינד פון דא!"
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?