ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

ארגאן האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:@ארגאן,

דאס קוקט אויס ווי א געוואלדיגע זאך, אויב ארבעט זיך עס אויס.

פלאנט איר עס צו לאזן אלס אן אפענע וויקי, וואו יעדער אנאנימער שרייבער וועט קענען ארומטוישן וואס ער וויל?

און - איז דא אזוינס אויף די ענגלישע שפראך?


א דאנק אייך!

איך האב געפלאנט צו לאזן אנאנימע מענטשן טוישן זייטן נאר נאך מען האט געענטפערט איינע פון די פראגעס וועגן אידישקייט וואס איך האב געשריבן. אזוי, טוישן א זייט וואלט געווען זיכער כמעט ווי איינשרייבן צו אייוועלט.

אויב דאס איז נאך נישט גענוג, וועל איך געבן צו א "captcha" בילד אז פלוני ווילט טוישן א זייט. איך קען באדארפן מען זאל אריינלאגן אין וועבזייטל איידער מען טוישט א זייט, אבער איך זארג אז ווייניקע וואלטן זיך באטייליגט אינעם וועבזייטל אויב מען דארפן זיין א באניצער.

ווייניג באטייליגן זיך אויף אייוועלט ווייל מען דארף זיין א באנוצער? :roll:
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גוט געזאגט, שטויביג.

איז שוין דא א לינק פאר התחלה?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

שטויביג האט געשריבן:ווייניג באטייליגן זיך אויף אייוועלט ווייל מען דארף זיין א באנוצער? :roll:


נו, פארוואס איז דאס נישט אזוי אויף וויקיפעדיע גופע? עס איז גרינגער פאר טיילמאליגע באניצער נישט איינצושרייבן, און איז פאראן א מעגליכקייט אז מען וואלט נישט געמאכט טוישן אויב מען דארף איינשרייבן. אויף אייוועלט מען דארף אן אקאונט ווייל דער אקאונט רעפרעזענטירט דער דאזיגער מענטש; אויף א ווערטערבוך איז דאס נישט אזוי וויכטיג. דערצו נאך, דאס וועבזייטל שרייבט דער IP אדרעס פון אן אנאנימער טויש אין דער געשיכטע פון א זייט פונקט ווי וויקיפעדיע. אזוי, אפילו אנאנימע באנוצער האבן "אקאונטס".

עס דאכט זיך מיר אז ס'איז נישט קיין גרױסע נפקא מינא צווישן טוישן מיט אן אקאונט און אנאנימער טוישן. פונדעסטוועגן אויב דער עולם האלט אז מען דארף האבן אן אקאונט כדי צו טוישן זייטן, כן יהי רצונכם.

היכי תמצא האט געשריבן:איז שוין דא א לינק פאר התחלה?

איך דארף אפשרייבן די אלע פארמען און קויפן א וועבזייטל. דאס וועבזייטל וועט ארויסגיין באלד אי"ה.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

געוואלדיג, אויב עס קאסט א מטבע. אפשר קען זיך דער עולם משתתף זיין
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

און וויאזוי ווייסט מען אז דער וואס טוישט קען טאקע גוט די כללים?

מ׳קען מאכן למשל אז ביי יעדע טויש זאל שטיין ווער עס האט עס געמאכט?
און ביי געוויסע ניקס, וואס זיי טוישן, זאל קיינער נישט קענען טוישן אן זייער ערלויבעניש?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

און וואס איז געבליבן מיט דעם?..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

היסטאריש האט געשריבן:און וויאזוי ווייסט מען אז דער וואס טוישט קען טאקע גוט די כללים?

מ׳קען מאכן למשל אז ביי יעדע טויש זאל שטיין ווער עס האט עס געמאכט?
און ביי געוויסע ניקס, וואס זיי טוישן, זאל קיינער נישט קענען טוישן אן זייער ערלויבעניש?


דאס וועבזייטל וואלט באשרייבט יעדער טויש למגדול ועד קטן, און וואלט געשריבן ווער האט געמאכט דעם טויש און ווען. אנדערע באנוצער קענען טוישן זייטן וואס יענער באניצער האט פריער געטוישט, און קענען זיי אפילו מאכן דעם טויש צו נישט (דאס איז אויך א טויש און ווייזט זיך אין דער "זייט רעדאקטירונג געשיכטע").

היסטאריש האט געשריבן:און וואס איז געבליבן מיט דעם?..


איך פארשטיי נישט וואס איז דאס שייכות.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

א פראטאטייפ פון מיין וויקי ווערטערבוך וועבסייט איז ארויסגעגאנגען, אבער ס'איז נאך נישט מוכן ומזומן פאר אלע.

איך זוך א פאר מענטשן צו געבן א קוק אויף דעם וועבסייט יעצט כדי צו האלפן מיך צו טעסטירן דעם סייט. אויב דאס פאראינטערעסירט אייך, שיקט מיר א מעסעדזש.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”