תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ! - הפטרת שבת חנוכה

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ! - הפטרת שבת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פאריגע וואך ענדיגט זיך די הפטרה (לפרשת בהעלותך, גם שבת חנוכה אומרים הפטרה זו) וואס ס'שטייט אין תרי עשר (זכריה ד' ז') מיט די באקאנטע ווערטער: "תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן לָהּ"!
די ווערטער זענען ברייט באקאנט אלס א מליצה פון לויב און דאנק, און עפ"י רוב שרייבט מען עס בראשי תיבות "תשח"ח לו" אדער "תשחח"ל".

וואס איז פשט פון די מליצה? און וואס איז די ארגינעלע פירוש דערויף אין נ"ך?

כדי מ'זאל פארשטיין, וועל איך מקדים זיין בקיצור נמרץ פון וואס די פסוק רעדט זיך דארט, אין די פסוקים ו' וז' שטייט: וַיַּעַן וַיֹּאמֶר אֵלַי לֵאמֹר זֶה דְּבַר ה' אֶל זְרֻבָּבֶל לֵאמֹר, לֹא בְחַיִל וְלֹא בְכֹחַ, כִּי אִם בְּרוּחִי, אָמַר ה' צְבָאוֹת. מִי אַתָּה הַר הַגָּדוֹל לִפְנֵי זְרֻבָּבֶל לְמִישֹׁר, וְהוֹצִיא אֶת הָאֶבֶן הָרֹאשָׁה, תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן לָהּ.
דער נביא זכריה זאגט א נבואה אויף בנין בית המקדש השני (לויט רוב מפרשים), אז אפילו ס'געווען מלכים וואס האבן געשטערט עס אויפצובויען, אבער ס'וועט קומען א צייט בימי זרובבל (וואס איז באמת 'נחמיה בן חכליה', זעה סנהדרין לח ע"א) וואס מ'וועט עס צוריק אויפבויען אן קיין מיליטער אדער מלחמה, נאר ברוח ה', השי"ת וועט אריינגעבן א רצון אין דריוש צוריק אויפצובויען דעם בית המקדש. און די מלכים די וואס האבן ביז דאן מונע געווען, וואס זיי זענען נמשל צו "הר הגדול", וועלן זיין פאררעכענט "למישור" קעגן זרובבל.
און נאך זאגט דער נביא זכריה "והוציא את האבן הראשה" דער אדריכל [- בוי מייסטער] וועט ארויסנעמען דעם אבן הבדיל (וואס הענגט ביים סוף פונעם חוט המשקולת) וואס מיט דעם בויט דעם בנין, און ער וועט דאס לייגן בראש הבונים, דורך דעם שטיין וועט מען בויען דעם גאנצען בנין בית המקדש באופן נאה ומפואר. און דערנאך ווען ס'וועט ווערן פערטיג דער בנין, "תשואות חן חן" א רוישיגע געשריי פון 'חן חן', וועט זיין "לה" - פאר יענע שטיין, ווייל יעדער וועט זאגן ווי שיין ס'איז דער בנין וואס מ'האט געבויעט דורך דעם אבן המשקולת.
רש"י און די אנדערע מפרשים זענען מסביר אז "תשואות" איז א לשון פון השמעת קול המייה. און לויט רש"י איז דער פשט אז מ'וועט הערן א קול וואס שרייט "חן חן" אויף די שטיין וואס האט געבויעט דעם בית המקדש.
לויט דעם דארף מען מפסק זיין די פסוק אזוי: וְהוֹצִיא אֶת הָאֶבֶן הָרֹאשָׁה. תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ!

דער רד"ק זאגט אביסל אנדערש פשט, אז ס'גייט ארויף ווען זרובבל האט צו ערשט געלייגט דעם אבן היסוד פונעם בית המקדש, און דעמאלטס האט ער עס געלייגט מיט א טומל און מיט א המון רב, און דעמאלטס האט דער גאנצער עולם געזאגט פאר דעם שטיין "חן חן" פון השי"ת. און דער רד"ק לייגט צו אז וועגן דעם האבן זיי געזאגט צוויי מאל כדי לחזק הענין, אזוי ווי די פסוק זאגט "שלום שלום לרחוק".
לויטן רד"ק דארף מען מפסק זיין די פסוק אזוי: וְהוֹצִיא אֶת הָאֶבֶן הָרֹאשָׁה תְּשֻׁאוֹת, חֵן חֵן לָהּ!


די היסטאריע פון דעם אלס א מליצה

מיט די צייט איז די פסוק נשתלשל געווארען אלס א מליצה פון לויב, און דאס שטימט לויט רש"י. און פשט פון די מליצה איז, אז מזאגט פאר יענעם אדער פאר די זאך, אז ס'זאל דיר זיין 'א געשריי פון חן חן'.

פונקטליך ווען ס'איז נשתלשל געווארען פאר א מליצה איז מיר נישט באקאנט, כ'האב געמאכט א שטיקל זוך דערויף, און איך ברענג אראפ א חלק פון די רעזלוטאטן לויט די סדר פון די יארן:

אין ספר "בן המלך והנזיר" פון רבי אברהם בן חסדאי, וואס האט געלעבט אין צייטן פון רמב"ם, געפונען מיר די מליצה אויף א מאמר וואס איינער האט געשריבן.
ער שרייבט אין פרק ל"א: "ויאמר הנזיר ידעתי בן המלך כי לאהבתי ולטובתי תדבר דבריך, ואין לי עליך, כי אם תשואות חן חן על מאמריך, וכו'".
דאס איז גאר מיט אזא שיינע גראם: עליך, מאמריך. ס'קען זיך דוכטען ווי א היינטיגער האט עס געשריבן...

אין פארשידענע (אומבאקאנטע) פיוטים געפונען מיר אויך די מליצה.

דערנאך געפונען מיר די מליצה ביי רבי חיים בן רבי יצחק מווינא בעל האור זרוע וואס האט געלעבט בערך צווישן די יארן ה' אלפים י' און ה' אלפים ע' (1250-1310), ער שרייבט בספרו מהר"ח או"ז (בסי' ס"ה): "קהלה המהוללה, תשואות חן חן לה, רבותינו שבריגנשפורק עיר ואם בישראל וכו'".

זע מיר די מליצה אויף א קהילה!


שפעטער געפונען מיר אויך ביים מהרי"ק וואס האט געלעבט אביסל שפעטער פון שנת ה"א ק"פ (1420) לערך ביז שנת ה"א ר"מ (1480).
אין תשו' מהרי"ק (סימן קכ"ב) שרייבט ער: "ראיתי מגילה והיא כתובה פנים פני צפונה תשואות חן חן לה".

אין צרור המור אין זיין ספר 'אשכול הכופר' אויף מגילת אסתר שטייט צוויי מאל די מליצה אויף די שכינה הק'.

דער הייליגער רמח"ל שרייבט זייער אסאך מאל די מליצה אין זיינע בריוון. וכידוע האט ער זייער שטארק געהאלטן פון ארויסנעמען פסוקים פון תנ"ך און זיי נוצן בלשון מליציי, כמבואר בספרו לשון למודים.

אזוי אויך פילע מחברים אין יענע צייט וואס האבן עוסק געווען אין "לשון" באנוצן זיך מיט די מליצה.

מעגליך אז פון דארט און ווייטער איז עס געווארען שטארק אריינגעכאפט אין די ספרים.

אין ספר פחד יצחק אין א בריוו משנת תפ"ג נוצט ער אויך די מליצה.

דערנאך געפונען מיר עס זייער אפט און פילע ספרי קודש, סיי בספרי שו"ת, און אין ספרי דרוש וחסידות.

צומאל טרעפט מען אין ספרים אביסל שטערקער, אז זיי האבן צוזאמגענומען צוויי מליצות: "דברי פי חכם - תשואת חן חן לו".

דאס בעסטע געפעלט מיר: אין לי עליך, כי אם תשואות חן חן על מאמריך
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

תשוח"ח לה.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ייש"כ על המאמר הנפלא רב התוכן, און א תשו"ח כללי פאר'ן אויפהייבן דעם ניווא דא כסדר מיט אינהאלט און דעת.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ,
שיין און אינפארמאטיוו.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ייש"כ,
שיין און אינפארמאטיוו.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הערליך הערליך! א ייש"כ פאר דאס תוכן'דיגע מאמר.

--
מען נוצט עס (אויף א קורצערע וועג) אויך אין שפראך; ווי אין "ער האט עס אים געגעבען בתשואות חן"; אדער איינער בעהט "קענסט מיר דאס געבען"? און דער צווייטער ענטפערט "בתשואות חן"
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

SPUSMN האט געשריבן:מען נוצט עס (אויף א קורצערע וועג) אויך אין שפראך; ווי אין "ער האט עס אים געגעבען בתשואות חן"; אדער איינער בעהט "קענסט מיר דאס געבען"? און דער צווייטער ענטפערט "בתשואות חן"

ביי די ערווענטע פעלער האט די ווארט "תשואות" נישט אזא קלארע פשט, אבער כנראה אז ס'איז געווארן א שפריכווארט אפילו באופן וואס ס'נישט אין פילע זין פון ווארט.

און פאר אלע באדאנקער'ס: "תשואות חן חן לכם"!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

הפטרת שבת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די וואך שבת חנוכה, זאגט מען די פסוק אין די הפטרה, מען פאנגט אן פון "רני ושמחי" (זכריה ב-יד) און מען ענדיגט מיט "תשואת חן חן לה" (זכריה ד-ז).

ס'איז דא א הערליך ווארט פונעם הייליגען בעלזא רב זצ"ל (מהרי"ד - מועדים), פארוואס מ'זאגט פונקט די הפטרה (נישט די הפטרה פון מלכים וואס שטייט ביי שלמה המלך - און מ'זאגט עס נאר אויב איז צוויי שבתות חנוכה), וויבאלד ס'איז מרומז אין די פסוקים די נס חנוכה.
איתא בשו"ע כשיש רק שבת אתת בחנוכה אומרים נרות דזכריה ואיתא בלבוש הטעם דבנרות זכריה כתיב ושבעה נרותיה עליה שבעה ושבעה מוצקות לנרות וגו א"כ בסה"כ מ"ט, ורומז על לעתיד לבוא דכתיב ויהי אור הלבנה כאור התמה וכאור שבעת ימי בראשית וכו'.
ועוד אפשר לומר דאיתא בגמרא שמצאו פך אחד של שמן ונעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים ולכל התירוצים ובפרט לתירוץ הט"ז שנשאר בפך מעט שמן בלילה הראשון כדי שתחול עליו הברכה, אם כן כבר היתה בפך הזה הכנה לנס של שבעה ימים, ובסה"כ מ"ט נרות, ע"כ אומרים נרות דזכריה שנרמז בהם מ"ט נרות, וזהו ומנותר קנקנים נעשה נם לשושנים, בני בינה רומז על מספר מ"ט שערי בינה, ימי שמונה קבעו שיר ורננים.


אין מאור ושמש (פ' מקץ) איז אויך דא א שיינע רמז אויף נר חנוכה אויף די ווערטער. וזת"ד הנוגע לביאור הפסוק:

ונראה דאיתא בכתבי האר"י ז"ל כוונה על הדלקת נר חנוכה, ובקצרה היא להדליק נ"ר חנוכה ראשי תיבות נח"ל והוא ראשי תיבות נוצר חסד לאלפים, שהוא מזלא עילאה, כידוע שיש מזל עליון ומזל תחתון. ויכווין למשוך ממזלא עילאה לכנסת ישראל אור ושפע וכל מיני השפעות טובות...

נחזור להפטורה הנ"ל שאמר הנביא מי אתה הר הגדול וגו' והוציא את האבן הראשה דהיינו השכינה הקדושה מוציאה השפעה ממוחין עילאין ממזלא עילאה כנ"ל, שהוא אבן הראשה, תשואות חן חן לה, ונצרף תיבת חן אל ל' של לה, הרי אותיות נח"ל שהוא מזלא עילאה למשוך משם לשכינה הקדושה השפעות ורחמים גדולים ותיבת ה' של לה' מרמז על ה' הקדושה (דהיינו השכינה, וכלל ישראל) כידוע.


לפי כל הנ"ל קען מען ממשיך זיין אז דאס איז מרומז צו סוף פון די הפטרה, תשואות ח"ן ח"ן לה, חן איז די ר"ת פון "נר חנוכה". אז דורך די נבואת הנס וואס דער נביא זאגט איז דערנאך געווארען א געשריי פון נר חנוכה. ["האבן" איז אויך בגי' 58 כר"ת הנ"ל של נר חנוכה, קען מען טייטשן, אז דורך דעם וואס והוציא "האבן" הראשה, אז מ'האט מגלה געווען די ראשי תיבות פון "האבן", דהיינו די נר חנוכה, איז ארויסגעקומען "תשואות ח"ן ח"ן לה"].

א לעכטיגע חנוכה, זאל מען טאקע הערן א געשריי פון ח"ן ח"ן און כל מיני השפעות טובות פאר גאנץ כלל ישראל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

;l;p- ;l;p-
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ארויף לרגל קריאת ההפטרה בשבת חנוכה הבעל"ט.

איך האב געקלערט מוסיף צו זיין על הנ"ל, אז ס'איז יתכן די נבואה וואס איז געווען צו יהושע כהן גדול בתחלת בניית בית שני, איז מרומז דער ענין פון נס נר חנוכה.

יהושע כה"ג זאגט: וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֔י מָ֥ה אַתָּ֖ה רֹאֶ֑ה, וָאֹמַ֡ר רָאִ֣יתִי ׀ וְהִנֵּ֣ה מְנוֹרַת֩ זָהָ֨ב כֻּלָּ֜הּ וְגֻלָּ֣הּ עַל־רֹאשָׁ֗הּ וְשִׁבְעָ֤ה נֵרֹתֶ֙יהָ֙ עָלֶ֔יהָ שִׁבְעָ֤ה וְשִׁבְעָה֙ מֽוּצָק֔וֹת לַנֵּר֖וֹת אֲשֶׁ֥ר עַל־רֹאשָֽׁהּ׃

וּשְׁנַ֥יִם זֵיתִ֖ים עָלֶ֑יהָ אֶחָד֙ מִימִ֣ין הַגֻּלָּ֔ה וְאֶחָ֖ד עַל־שְׂמֹאלָֽהּ׃

וָאַ֙עַן֙ וָֽאֹמַ֔ר אֶל־הַמַּלְאָ֛ךְ הַדֹּבֵ֥ר בִּ֖י לֵאמֹ֑ר מָה־אֵ֖לֶּה אֲדֹנִֽי׃
וכו'
וַיַּ֜עַן וַיֹּ֤אמֶר אֵלַי֙ לֵאמֹ֔ר זֶ֚ה דְּבַר ה' אֶל זְרֻבָּבֶ֖ל לֵאמֹ֑ר לֹ֤א בְחַ֙יִל֙ וְלֹ֣א בְכֹ֔חַ כִּ֣י אִם־בְּרוּחִ֔י אָמַ֖ר ה' צְבָאֽוֹת׃

רש"י און די מפרשים זענען מסביר אז ער האט געזען א גאלדענע מנורה, מיט א גרויסע בעקן העכער דעם, און פון די בעקן האט זיך געצויגן א פייפ צו די נרות המנורה. און צוויי זיתים ביימער אויף די צוויי זייטן פון די גאלדענע מנורה, און ס'גיסט זיך אליינס פערטיגע אויל פון די ביימער אריין אין די מנורה דורך די בעקן. און דער נביא האט אים געזאגט אז דאס איז מרומז אז מ'גייט קענען גרינג צוריק אויפבויען דעם בית המקדש לא בחיל ולא בכח וכו.

לכאורה איז אבער שווער פארוואס איז געווען דער מראה דווקא מיט די מנורה און די שמן, דאס איז נישט געווען די שוועריקייט ביים אויפבויען דעם בהמ"ק אז די נבואה זאל זיין דווקא אויף דעם אז ס'גייט זיין גרינג און פון זיך אליינס.

נאר וואס דען, קען מען זאגן אז ס'גייט ארויף אויף א שפעטערע צייט בזמן בית שני, ווען מ'וועט נישט האבן שמן טהור, ווייל די יוונים וועלן אלעס מטמא זיין, און דאן וועט השי"ת מאכן א נס, אז ס'וועט פון זיך אליינס זיך דערפולען די נרות המנורה ע"י נס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מאנסי יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 3:58 pm

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ! - הפטרת שבת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי יוד »

ווי אזוי שרייבט מען 'א גרינע' אויף לשה'ק תשוחח'ל

ישש'כ נא שכל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ! - הפטרת שבת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מיין מנהל אין חדר האט איינמאל אפגעמאכט אז ס'מיינט קלאטשן שיין.

געווען איז דאס אין בעפארברייטונג צו א רבי'שע שבע ברכות ווי ער האט אונז אויסגעלערנט ניגונים און ווען מיטצוקלאטשן.

די מלמדים האבן זיך צושמייכלט ווען ער האט דאס געזאגט.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ! - הפטרת שבת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

זייער שיין @נא
א קלאסישע ווערק.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נא_שכל האט געשריבן:
שיין געזאגט.
עס שטייט שוין ברמז אין מהרש"א חולין נה. אז נרות זכריה איז א רמז אויף נס חנוכה עי"ש.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ! - הפטרת שבת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יישר כח אויף די שיינע ארטיקל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: תְּשֻׁאוֹת חֵן חֵן, לָהּ! - הפטרת שבת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נאך א געוואלדיגע רמז אין די הפטרה בענין הנס חנוכה, האט מעיר געווען הרב הגאון ר' @מתוק לחיכי דער מהדיר ומו"ל פונעם ספר חנוכת הבית לדוד, לפי מה שהעלה הגר"ד אופנהיים בספרו הנ"ל אז די אויל אין די פך שמן איז נישט טמא געווארן ע"י היסט, ווייל עס איז געווען געמאכט פון שיש וואס איז שטיין, און כלי אבנים זענען נישט מקב"ט, זעה באריכות דא בביאור דין זה מהנו"ב ועוד, קען מען זאגן אז דאס איז די פשט פון דער נביא "והוציא את האבן הראשה, תשואות ח"ן ח"ן לה", דהיינו דורך דעם וואס מ'האט געטראפן דעם כלי האבן, דורכדעם איז געשען דער "תשואת ח"ן" דער נס פון חנוכה (וכנ"ל).

תשחח"ל
אטעטשמענטס
והוציא את האבן הראשה.png
והוציא את האבן הראשה.png (112.98 KiB) געזען 138 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”