לשון הקודש דקדוק
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: לשון הקודש דקדוק
גרשון, איר שטעלט אייך צו די דערמאנטע?
אנשולדיגט ביטע, כ'קען גענוג ספרי היעב"ץ, ער איז דער לעצטער מגיה זיין ע"פ דקדוק הלשון, תמיד פארטיידיגט ער די אלטע לשונות הנפוצים צומאל מיט דוחקים לעינינו, און ער גייט זייער שארף מיט די וואס טוישן ע"פ דעתם.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: לשון הקודש דקדוק
מגיה זיין, בפרט דעם תוכן, איז איין זאך, און זאגן אז אפשר איז דער דקדוק א טעות הדפוס איז א צווייטע זאך. ס'איז כרחוק מזרח ממערב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: לשון הקודש דקדוק
פארשלאפן, קיינער וויל נישט דא מגיה זיין.
מען האט גערעדט ווי אזוי מען שרייבט ווען מען נוצט צוויי אויסדרוקן אויף איין זאך, און איינס איז א לשון זכר איינס איז א לשון נקיבה.
עס איז דא קעגזייטיגע ראיות לכאן ולכאן, סיי פון מקרא און סיי פון חז"ל.
די שאלה איז אזוי:
צי די חז"ל וראשונים האבן מקפיד געווען אויף לשון זכר ונקיבה (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט).
צי עס זענען פארהאן טעותי הדפוס אויף דעם (ווייל אין א אזא דקות'דיגע זאך איז פארפענציאל דא מער טעותים).
און צי די מעתיקים האבן בכלל נישט מקפיד געווען דערויף. א זאך וואס גרשון זאגט אז ס'איז ידוע.
און צי לשון תורה לחוד ולשון חכמים לחוד.
און נאכאמאל נישט כדי צו טוישן די לשונות הקיימים, נאר כדי צו קענען מברר זיין וואס דער כלל איז.

יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: לשון הקודש דקדוק
ווי אזוי זאגט/שרייבט מען אויף לשון הקודש (נישט עברית)
מליצה ישרה אדער מליצת יושר ?
ביטע ענטפערן מיט א הסבר (מהיכן דנתוני!)
מליצה ישרה אדער מליצת יושר ?
ביטע ענטפערן מיט א הסבר (מהיכן דנתוני!)
Re: לשון הקודש דקדוק
המבשר האט געשריבן:ווי אזוי זאגט/שרייבט מען אויף לשון הקודש (נישט עברית)
מליצה ישרה אדער מליצת יושר ?
ביטע ענטפערן מיט א הסבר (מהיכן דנתוני!)
זע פון דא און ווייטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: לשון הקודש דקדוק
יישר כח גדול
אורו עיני
אורו עיני
Re: לשון הקודש דקדוק
אמאל פלעגט שטיין אויף הזמנות צו חתונות
קודם 'הבתולה' דערנאך הכלה המהוללה
ווער האט עס היינט משנה געווען? איז עס א פשוטע טעות הדפוס?
קודם 'הבתולה' דערנאך הכלה המהוללה
ווער האט עס היינט משנה געווען? איז עס א פשוטע טעות הדפוס?
Re: לשון הקודש דקדוק
סמעטענע האט געשריבן:אמאל פלעגט שטיין אויף הזמנות צו חתונות
קודם 'הבתולה' דערנאך הכלה המהוללה
ווער האט עס היינט משנה געווען? איז עס א פשוטע טעות הדפוס?
וואס מאכט עס דען אויס? שרייב וואס יעדער שרייבט (אדער פארקערט, אויב דו האסט ליב צו "דיפערענט").
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: לשון הקודש דקדוק
ווי אזוי ארבעט די "הִ֣וא" בלשון נקיבה מיט א חירוק אויף די וא"ו?
עס איז א קרי מיט א כתיב?
עס איז א קרי מיט א כתיב?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: לשון הקודש דקדוק
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:ווי אזוי ארבעט די "הִ֣וא" בלשון נקיבה מיט א חירוק אויף די וא"ו?
עס איז א קרי מיט א כתיב?
געוויס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: לשון הקודש דקדוק
גרשון האט געשריבן:סמעטענע האט געשריבן:אמאל פלעגט שטיין אויף הזמנות צו חתונות
קודם 'הבתולה' דערנאך הכלה המהוללה
ווער האט עס היינט משנה געווען? איז עס א פשוטע טעות הדפוס?
וואס מאכט עס דען אויס? שרייב וואס יעדער שרייבט (אדער פארקערט, אויב דו האסט ליב צו "דיפערענט").
סתם אינטערסאנט צו וויסן צו דעס איז אן עמראצישע טעות
Re: לשון הקודש דקדוק
עם-הארצ'יש? פארוואס עפעס? ס'איז צוויי תוארים און ס'מאכט לכאורה נישט אויס וועלכן מ'לייגט פארדעם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: לשון הקודש דקדוק
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:צי די חז"ל וראשונים האבן מקפיד געווען אויף לשון זכר ונקיבה (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט).
פשוט און אוודאי אז יא (ועיין קידושין ב: נישט קיין נפק"מ צי די סוגיא איז א הוספה פון רבנן סבוראי ווי געוויסע ראשונים שרייבן).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 262
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm
Re: לשון הקודש דקדוק
קיבל שרייבט מען מיט א יו"ד אדער אן א יו"ד
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 289
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm
Re: לשון הקודש דקדוק
אחרון של פסח האט געשריבן:קיבל שרייבט מען מיט א יו"ד אדער אן א יו"ד
ביידע
מ'קען שרייבען מלא אין מ'קען שרייבען חסר
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 262
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm
Re: לשון הקודש דקדוק
עס האט עפעס א כלל?
Re: לשון הקודש דקדוק
אחרון של פסח האט געשריבן:עס האט עפעס א כלל?
ע"פ דקדוק קומט עס אן א י' אבער ווען מען שרייבט לייגט מען אסאך מאל צו אותיות אז די כוונה זאל זיין קלאר (עיין גמ' ע"ז דף ט' תנא תוספאה לפירוש הערוך).
Re: לשון הקודש דקדוק
וויאזוי ספעלט מען די 'מילי' פון א ל ף ב י ת
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא

- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: לשון הקודש דקדוק
פה אחד האט געשריבן:וויאזוי ספעלט מען די 'מילי' פון א ל ף ב י ת
מילוי
- צייט פארטרייבונג
- שר האלף
- תגובות: 1993
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן זייגער
Re: לשון הקודש דקדוק
להודות האט געשריבן:אחרון של פסח האט געשריבן:עס האט עפעס א כלל?
ע"פ דקדוק קומט עס אן א י' אבער ווען מען שרייבט לייגט מען אסאך מאל צו אותיות אז די כוונה זאל זיין קלאר (עיין גמ' ע"ז דף ט' תנא תוספאה לפירוש הערוך).
מען זעהט אזוי אויך אין ספרים ביי חולם וואס קומט אן א ואו און ווען מען שרייבט אן נקודות קען מען אריינלייגן א ואו
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...

- הגות תבונות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 465
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
- לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.
Re: לשון הקודש דקדוק
ווען מען איז מתאר א שם דבר, איז די צורת התואר געוואנדן אינעם מין פונעם שם דבר. למשל: "הסיבה של מיתת הפרה, היא עייפות". כ'האב געשריבן "היא", וויבאלד "סיבה" איז א נקיבה.
וואס טוט זיך ווען מען איז מתאר א פעולה, נישט א שם פעולה, נאר א פעל. למשל: "זו שמתה הפרה, היא מחמת עייפות". יעצט, "מתה הפרה" איז א פעל [אויב כ'רוף עס גוט אן], און אויף דעם אליינס איז נישט שייך קיין מין. די שאלה איז צו ווען מ'גייט עס מתאר זיין [זו, היא], וועט מען עס מנתח זיין צום שם פעולה דערפון, וואס אין דעם פאל איז עס א נקיבה, אדער איז דא עפעס אן אנדערע כלל אין דעם?

וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלער מענטש קרעדיט: אנעים זמירות
Re: לשון הקודש דקדוק
הגות תבונות האט געשריבן:ווען מען איז מתאר א שם דבר, איז די צורת התואר געוואנדן אינעם מין פונעם שם דבר. למשל: "הסיבה של מיתת הפרה, היא עייפות". כ'האב געשריבן "היא", וויבאלד "סיבה" איז א נקיבה.
וואס טוט זיך ווען מען איז מתאר א פעולה, נישט א שם פעולה, נאר א פעל. למשל: "זו שמתה הפרה, היא מחמת עייפות". יעצט, "מתה הפרה" איז א פעל [אויב כ'רוף עס גוט אן], און אויף דעם אליינס איז נישט שייך קיין מין. די שאלה איז צו ווען מ'גייט עס מתאר זיין [זו, היא], וועט מען עס מנתח זיין צום שם פעולה דערפון, וואס אין דעם פאל איז עס א נקיבה, אדער איז דא עפעס אן אנדערע כלל אין דעם?
מ'וועט עס געווענליך מאכן פאר א לשון-זכר, זייענדיג זיך מתייחס צו "דבר". דהיינו די זאך וואס די קו איז געשטארבן איז צוליב מידקייט. ס'זענען דא אסאך פסוקים וואס די מפרשים זענען אזוי מסביר.
ס'וואלט אבער מסתמא אויך נישט געווען קיין טעות עס צו מאכן פאר א לשון-נקיבה און זיך באציען צו "מיתה".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- הגות תבונות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 465
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
- לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.
Re: לשון הקודש דקדוק
גרשון האט געשריבן:הגות תבונות האט געשריבן:ווען מען איז מתאר א שם דבר, איז די צורת התואר געוואנדן אינעם מין פונעם שם דבר. למשל: "הסיבה של מיתת הפרה, היא עייפות". כ'האב געשריבן "היא", וויבאלד "סיבה" איז א נקיבה.
וואס טוט זיך ווען מען איז מתאר א פעולה, נישט א שם פעולה, נאר א פעל. למשל: "זו שמתה הפרה, היא מחמת עייפות". יעצט, "מתה הפרה" איז א פעל [אויב כ'רוף עס גוט אן], און אויף דעם אליינס איז נישט שייך קיין מין. די שאלה איז צו ווען מ'גייט עס מתאר זיין [זו, היא], וועט מען עס מנתח זיין צום שם פעולה דערפון, וואס אין דעם פאל איז עס א נקיבה, אדער איז דא עפעס אן אנדערע כלל אין דעם?
מ'וועט עס געווענליך מאכן פאר א לשון-זכר, זייענדיג זיך מתייחס צו "דבר". דהיינו די זאך וואס די קו איז געשטארבן איז צוליב מידקייט. ס'זענען דא אסאך פסוקים וואס די מפרשים זענען אזוי מסביר.
ס'וואלט אבער מסתמא אויך נישט געווען קיין טעות עס צו מאכן פאר א לשון-נקיבה און זיך באציען צו "מיתה".
הייסט עס אז מען גייט צום שם פעולה פון די פעולה וואס מען דעסקרייבט דא? נישט אלעמאל איז עס "דבר".
וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלער מענטש קרעדיט: אנעים זמירות
Re: לשון הקודש דקדוק
אויב עס פעלט דער שם קען מען אייביג טרעפן איינס וואס וועט אריינפאסן.
ס'שטייט 'וזה אשר תעשה אותה' - אויף וואס גייט ארויף 'זה'? טייטשט דער אבן עזרא "זה השיעור". [שיעור איז נישט עכט לשון תורה נאר ער מיינט א ווארט בלשון זכר במקום 'מדה' אזוי ווי מאה שערים.]
רש"י זאגט בכמה מקומות אז די פועל בלשון זכר גייט אויף עפעס וואס שטייט נישט (ויהי השמש באה, ולא נשא אותם הארץ, ועוד. ס'דא וואס ער זאגט נישט און אנדערע מפרשים זאגן למשל 'ועלטה היה').

וואס איז דער דקדוק פון "תהלוכות הגוים"?
דאס ווארט איז דא אין נחמיה יב, לא, וְתַהֲלֻכֹת לַיָּמִין, וואס רש"י טייטשט, "און זיי זענען געגאנגען צו דער רעכטער זייט."
(אין העברעאיש זאגט מען תַּהֲלִיךְ פאר פראצעדור, אבער ס'האט לכאורה נישט קיין שייכות אהער.)