מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

א גוטן טייערע חברים, דער אשכול זאל ביטע אנגענומען ווערן מיט ערנסקייט, כאטש וואס מען שטייט אינמיטן א העפטיגן פארמעסט צום ראש הקהל פאזיציע און די דראמאטישקייט שטאפלען לויפן ארויף העכער יעדע מינוט.

איך בין שוין פאר א תקופה נישט געווען אקטיוו דא אויף אייוועלט, אבער איך האב אלץ געליינט און מיטגעהאלטן וואס דא איז פארגעקומען. דער יעצטיגער ראש הקהל פארמעסט האט מיך צוריקגעשלעפט אהער מיט אייזערנע קייטן, האפנדיג אז עס קומט גוטע צייטן.

וואס מיינט גוטע צייטן? א נייע פעסטע ראש הקהל? נישט ממש. זינט א ראש הקהל פאזיציע איז א טוטל אן א מיטל... א ראש הקהל וועט געווינען, און ער וועט געדענקט ווערן פאר צוויי וואכן אלס געווינער, און דאס אלעס וועט מיט אים בלייבן.

נאר וואס דען מיינט גוטע צייטן?

גוטע צייטן מיינט א פארמעסט! א פארמעסט אויף אייוועלט מיינט געשמאקע זיסע צייטן, ווען די פארשלייערטע ניקס קומען ארויס פון זייערע מייזן לעכער און זוכן צו קאמפיינען מיט געשמאקע לאכעדיגע תגובות וואס ברענגט ארויף פרייליכע געמיטער אויף יעדעמ'ס געזיכטער.

א פארמעסט מיינט אז די קאנדידאטן קאנקורירן מיט הומאר! נישט בייסיג, נישט מיט'ן אראפרייסן, נישט מיט'ן בלויז קאמפיינען טרוקענע תגובות און קאלירפולע אונטערשריפטן. נאר א פארמעסט מיינט זיסע ארטיקלען, צום לאכן און צום קוילערן.

אויב ווילט איר וויסן וואס אן עכטע פארמעסט מיינט, קוקט צוריק צום אלטן ראש הקהל פארמעסט וואס איז פארגעקומען פאר צען יאר צוריק דאכט זיך, וויאזוי מען האט דעמאלטס זיך געקריגט איינער מיט'ן צווייטן. די שרייבערס זענען געווען אויפגעלייגט און גוטמוטיג, מען האט זיך נישט געריסן איינער מיט'ן צווייטן אויף נארישע זינלאזע וויכוחים, נאר מיט זיסע הומאריסטישע דעבאטעס.

דער עיקר איז נישט ווער עס געווינט, דער עיקר איז דער פארמעסט! די פארמעסט קען זיין א געשמאקע תקופה וואס וועט געדענקט ווערן אויף אייביג אלס א תקופה וואס דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן, נישט אלס א תקופה וואס מען האט זיך געריסן ביי די קעפ. אויב וועט דער עיקר ציל זיין זיך צו רייסן צום געווינס, וועט קיינער וועט נישט צוריקקוקן צו די תקופה, חוץ די פאר קאנדידאטן וואס ווארטן שוין צו לויפן נאכאמאל.... לאמיר עס מאכן געשמאק פאר יעדעם, ווי איידער ארויסקוקן אויפ'ן נארישן געווינס.

די קאנדידאטן דארפן געדענקן, אז די שטימען וועלן צום סוף גיין פאר דער וואס וועט ברענגען די מערסטע שמייכלען ביים ציבור. נישט פאר דער וואס וועט די מערסטע אראפרייסן און קאמפיינען. דער עולם גלייכט הומאר מער פון אלעם, און דאס קויפט אפ יעדן שטימע.

דער אשכול איז אויך געצילט צו קאמפיין מענעדזשערס, ווארטזאגערס, מיניסטארן, סטראטעגיסטן וכל שום וחניכא דאית ליה. קיין דיסקלעימער אויף די אונטערשריפטן וועט נישט העלפן. אויב דו קענסט נאר קאמפיינען מיט אראפרייסן און געבן שפעט-נעמען, ביטע טרעט אפ פון דעם פארמעסט, ווייל דו קענסט עס נאר חרוב מאכן. דער פארמעסט איז געאייגנט אריינצוברענגען א געשמאקע רוח דא, נישט קיין אנזעץ.

געוויסע ניקס זענען מושפע פון די אלגעמיינע וואלן וואס לויפן אויף אזא מהלך מער ווייניגער. זיי כאפן אבער נישט אז טראמפ האט אויך א געוויסע סארט הומאר אין זיך מיט וואס ער לעבט אויף זיין באזע. העשטעגס, צונעמען, און לאזונגען זענען נישט זיינע איינציגע קאמפיין סטראטעגיעס.

איך האב גראדע אינדראסירט א קאנדידאט אין די יעצטיגע וואלן און איך וועל יעצט אויך איינוועגס אויך מסביר זיין פארוואס איך האב אים אינדראסירט, אבער דער ארטיקל זאל נישט דינען אלס אינדראסירונג ארטיקל, נאר ארויסצוברענגען א נקודה. ביטע דאס נישט נעמען פערזענליך, נאר כאפן דעם מעסעדזש...

עס איז דא איין אייגנארטיגער קאמפיין וואס לויפט יא אויף א פארצייטישן זיסן מהלך, און דאס איז די סטיטשינער/סטאווי קאמפיין. ביידע פון זיי שרייבן זיס און געשמאק, סטאווי איז טאקע אפטמאל היבש בייסיג, אבער נישט אבי אראפרייסן א צווייטן, נאר מיט הומאר און תוכן.

נאך א דוגמא איז די "כאניש" קאמפיין, ער קומט ער אויך אריין זייער איידל און זיס, און צייגט ארויס ארגינעל דורכאויס דעם קאמפיין. "אסדר" איז א ניק פול מיט הומאר, אבער זיין קאמפיין שלאפט נאך. און איך בין מתפלל אז "טשאדעלע" זאל למעשה זיך אנשליסן אינעם פארמעסט, ווייל אפשר ער וועט קענען אריינבלאזן פרישע חיות.

איך זוך נישט דא אריינצוגיין אין קיין פרטים, ווייל איך זוך נישט אז דער אשכול זאל פארוואנדלט ווערן אין א קאנפליקטינג זאנע, איך וויל נאר ארויסברענגען קלאר מיין נקודה. און איך וויל קלארשטעלן, אז אויב סיי וועלכער קאמפיין וועט איבערשטייגן סטיטשי/סטאווי מיט הומאר, וועט יענער באקומען מיין שטימע!

פאר א טרוקענע פארמעסט פאר א ראש הקהל פאזיציע, איז מיר שוין אינטערעסאנטער מיטצוהאלטן א לאנגזאם פעלדמאן שאו. פאר א דראמאטישער שילדערונג, קען איך ליינען די שטערן. דא זוכט מען געשמאקע תוכנ'דיגע דעבאטעס וואס זאל קאסטן א שמייכל צוויי.

אלזא חברה, גארטלט אייך אן. לאזט דעם עולם זיין פרייליך אביסל. ברענגט אריין א געשמאקער רוח דא און לאזט אונז אלע הנאה האבן פון דעם פארמעסט.

דער רבי האט געהייסן פרייליך זיין!!!

נ.ב. איך בעט איבער אלע קאנדידאטן און קאמפיין אנפירער וואס וועלן זיך שפירן באטראפן, אבער איך שפיר אז דער אמת מוז געזאגט ווערן גענוג אין צייט.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זייער גוט געשריבען און ריכטיג.

גא"מ
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

אגרי 100%
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך בין נישט אזוי אפ טו דעט מיט די שטים בודקע. וויפיל איך האב יא געליינט איז עס אלץ געווען מיט א שמייכל. דער שארפער פרובירט צו זיין טראציג, ער מיינט אויך דער שמייכל. קיינער מיינט עס נישט ערנסט דא, אזוי מיין איך...

אבער דיין ארטיקל איז גוט געשריבן. פליסיג און געשמאק!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

טאמבס אפ!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

;l;p-

מחשב האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אפ טו דעט מיט די שטים בודקע. וויפיל איך האב יא געליינט איז עס אלץ געווען מיט א שמייכל. דער שארפער פרובירט צו זיין טראציג, ער מיינט אויך דער שמייכל. קיינער מיינט עס נישט ערנסט דא, אזוי מיין איך...

אבער דיין ארטיקל איז גוט געשריבן. פליסיג און געשמאק!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א זאפטיגע און וויכטיגע ארטיקל!! מ'דארף עס אויפהענגן אין בית המדרש דקהלתנו - בית יאנאש נעבן די סינק, דארט וואו די גרויסע האנטוך פלעגט זיין ביז קאראנע. מיט רשות פון די ראשאקאל, שטייצעך.

דאס וואס ער שרייבט אז ער איז נישט געווען אקטיוו דא לעצטנס פארענפערט שוין פארוואס ער מיינט אז מיין קאמפיין שלאפט. לעצטע מאל ער איז דא געווען בין איך נאכנישט געלאפן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

;l;p-
ארויסגעברענגט אונזער קאמפיין צום פינטל! צוריקקערן אייוועלט צו די גאלדענע אמאל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א תענוג! א פארגעניגן! אן ארטיקל מלא עושר וכבוד!

כיהודא ועוד לקרא, שטעל איך זיך אהער צי דעם ארטיקל במלא מובן המלה. אזוי ווי מיין גאנצע אגענדע דא אויף אייוועלט אין אלע פארומס און אשכולות איז נאר צי אויפהייבן די געמיטער פון היימישן ציבור באופן כשר ומותר (חוץ ווען ס'איז נוגע צי כבוד שמים וואס במקום שיש חלול השם אין חולקין וכו' ואכהמ"ל) און דאס און בלויז דאס איז דער גאנצער ציל פון אינזער קאמפיין נישט משנה ווער ס'געווינט צים סוף דער עיקר איז די אטמאספערע. 

דער כאניש קאמפיין איז טאקע ראוי לשבח גדול פארן זיין אזוי זיס און קלאסיש ציגלייך...!

דערביי וויל איך טאקע מודיע זיין אז כאטש וואס כ'פלאן נישט זיך ארויסציציען פונעם פארמעסט עניטיים סאאן, אבער אויב ס'וועט אפירקומען (קען דען?...) א קאנדידאט וואס וועט איבערשטייגן מיין קאמפיין אין הומאר און אין ליסטיגקייט גייט ער באקומען מיין שטימע פארן הויכן פאזיציע...!


[align=center]#מיר מיינען נישט קיין כבוד! מיר מיינען נישט קיין געלט! מיר מיינען דעם תועלת פון גאנצן אייוועלט! אוי זינגשע אלע לעשות נחת נחת רוח טיריראדאדאדאדאדאדאם דיי דיי דאם

#די רבי האט געהייסן פריילאך זיין! די רבי האט געהייסן פריילאך זיין! ביזן גרויסן טאג אריין!
[/align]
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער גוט געשריבן עושר ;l;p-

נו וואס זאלעך אבער טון אז בינעך נישט דער גרויסער לץ..... בין איך פסול צו לויפן?

אבער אזויפיל יא, מיר זענען אלוועיס פאזיטיוו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פעיק נוז האט געשריבן:זייער גוט געשריבן עושר ;l;p-

נו וואס זאלעך אבער טון אז בינעך נישט דער גרויסער לץ..... בין איך פסול צו לויפן?

אבער אזויפיל יא, מיר זענען אלוועיס פאזיטיוו.

וואס דו זאלסט טוהן?
אוודאי זיך שטעלן אינטער סטאוו!
וואס פארא שאלה איז דאס?...

דשעי.קעי. גיי אן מיט א שטארקייט, א נחת צי קאנקערירן מיט דיר... און האלטיך נישט אזוי קליין... צוקומפטיגער סגן!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

וואס אביסל עושר וכבוד קען אלטס אויפטוען, האסט געראטעוועט די מצב.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

פעיק נוז האט געשריבן:זייער גוט געשריבן עושר ;l;p-

נו וואס זאלעך אבער טון אז בינעך נישט דער גרויסער לץ..... בין איך פסול צו לויפן?

אבער אזויפיל יא, מיר זענען אלוועיס פאזיטיוו.

חלילה וחס, יעדער קען לויפן און יעדער זאל לויפן, איך וויל נאר עס זאל לויפן אויף דעם ריכטונג. נישט אויפן ריכטונג פון זוכן צו כאפן שטימען בסתר ובגלוי... מען דארף נאר וויסן אז דער עיקר איז די פארמעסט, נישט די פאזיציע.

אסדר'ס נעכטיגע ארטיקל איבער דיין נאז איז געוואלדיג, און דיין רעאקציע פאוסטער מיט די דיסקלעימער פון אונטן איז נאך בעסער. אט דאס האב איך געמיינט!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען קען ארבעטן סיי אויף די ריכטונג פון מאכן די פארמעסט געשמאק און ענדזשויבעל, און אין די זעלבע צייט ארבעטן צו געוואונען שטימען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

100 פראצענט!!

אבער נישט אויסמישן דעם עיקר מיטן טפל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אכן
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

;l;p- גוט געשריבן
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פעיק נוז האט געשריבן:זייער גוט געשריבן עושר ;l;p-

נו וואס זאלעך אבער טון אז בינעך נישט דער גרויסער לץ..... בין איך פסול צו לויפן?

אבער אזויפיל יא, מיר זענען אלוועיס פאזיטיוו.
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פעיק נוז האט געשריבן:מען קען ארבעטן סיי אויף די ריכטונג פון מאכן די פארמעסט געשמאק און ענדזשויבעל, און אין די זעלבע צייט ארבעטן צו געוואונען שטימען.
The Divided States Of America
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

@עושר דו האסט אויפגעטוהן ווינדער! גענומען אונזער וויזיע פאר די ציקופנט און עס שוין טיילוועגס אויסגעפירט נאך איידער די וואלען! עס איז אונז א כבוד דיר צי האבען אלטס שטיצער און צוקופענטיגער פינאנץ מיניסטער.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
ווייסע ברילן
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע ברילן »

שכח @עושר וכבוד פאר די הערליכע ארטיקל היינט איז שוין סאך געשמאקער דא צו פארברענגען
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

לכאורה האט דער ארטיקל געטוישט די דירעקציע
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
ווייסע ברילן
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע ברילן »

טאקע וועגן דעם האב איך אים גע'שכח'ט
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

עס יעצט געליינט
;l;p-
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מנחה מעריב'ל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: מיין בליק אויפ'ן ראש הקהל פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה מעריב'ל »

הינדער פראצענט...
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”