2022 למספרם וואל רעזולטאטן - קאנגרעס

אחראי: יאנאש

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - קאנגרעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כ'זעה אז AP האט היינט גערופן CA3 פאר ריפאבליקענס... איזעס א נייע זאך?
אז עי פי האט עס גערופן, איז א נייע זאך.

אז דער רעפאבליקאנער דארט גייט געווינען, ווייסט מען שוין פון פריער.

יעצט האט ער געווינען.


דאס איז זיץ נאמבער 220 פאר די רעפאבליקאנער.

עס איז דא נאך צוויי זיצן וואס גייען ווארשיינליך רויט, באובערט'ס קאלעראדא 03 ווי מען מאכט דעם ריקאונט, אבער דער דעמאקראט האט שוין קאנסידעט נאכן ענדיגן ציילן אלע שטימען, און קאליפארניע 13 וואס מען גלייבט אז דער רעפאבליקאנער איז העווי פעוואריט.

אינאיינעם האבן די רעפאבליקאנער 222, מער ווי מען האט געמיינט פאריגע וואך, אבער ווייניגער ווי אפילו די ערגסטע נאמבערס אויפן נידל עלעקשן נייט, און לאמיר נישט רעדן פון די פרעדיקשנס.


די דעמאקראטן האבן געקאלטע 212, און 213 מיט פעלטאלע'ס אלאסקע וואס די חברה האלטן נישט ביים רופן פאר די מארגנדיגע רענקעד טשויס, טראץ וואס זי האט כמעט אזויפיל שטימען ווי ביידע רעפאבליקאנער ביינענזאם, און עס איז ממש נישט דא קיין מעגליכקייט זי זאל נאך פארלירן.
אטעטשמענטס
די 3 נאכנישט גערופענע זיצן
די 3 נאכנישט גערופענע זיצן
Screenshot_20221122-221857_Chrome.jpg (43.8 KiB) געזען 30891 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - קאנגרעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

וואסערמאן רופט קאליפארניע 13 פארן רעפאבליקאנער.

לויט וואסערמאן ענדיגן די רעפאבליקאנער ביי 222 זיצן, דאס איז די זעלבע וואס די דעמאקראטן האבן געהאט אין די יעצטיגע קאנגרעס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - קאנגרעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעלטאלע (דעמאקראט, אינקאמבענט) האט באזיגט שרה פעילין (מאגא, געוועזענע גאווערנאר) מיט 9.9% נאכן מאכן דעם רענקעד טשויס וואויטינג פראצעדור.


ניק בעגיטש (עסטעבלישמענט רעפאבליקאנער) איז ארויסגעפאלן בעפאר די לעצטע רונדע, זייענדיג ארום 6 טויזנט שטימען אונטער פעילין.

זיץ נומער 213 פאר די דעמאקראטן.

[מיט דעם, און מיט וואשינגטאן 03, האבן די דעמאקראטן צום ערשטן מאל געווינען אלע זיצן וואס רירן אן דעם פאציפישן אקעאן, דער וועסט קאוסט, אויך באקאנט אלס לעפט קאוסט צוליב די ליבעראלן דארט, ראלסטאן רופט עס בעסט קאוסט, מיט א א פינטל אין די בית.]

(זי האט געווינען די אנדערע רונדעס נאך פיל ברייטער.)
אטעטשמענטס
Screenshot_20221123-202224_Chrome.jpg
Screenshot_20221123-202224_Chrome.jpg (71.7 KiB) געזען 29846 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - קאנגרעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עי פי רופט קאליפארניע 13 פאר דעם רעפאבליקאנער דזשאן דוארטעי.

זיץ נומער 221 פאר די רעפאבליקאנער.

ער האט געווינען מיט עטליכע הונדערט שטימען.


עס איז נאך בלויז פארבליבן נישט גערופן בועבערטס קאלעראדא 03, ווי איר קעגנער אדם פריש האט שוין קאנסידעד נאך וואס מען האט געענדיגט ציילן אלע שטימען, און באובערט ליעדט מיט עטליכע הונדערט, אבער קיינער רופט עס נישט דערווייל ביז מען ענדיגט דעם ריקאונט.
אטעטשמענטס
IMG_20221203_205448.jpg
IMG_20221203_205448.jpg (51.4 KiB) געזען 11526 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם וואל רעזולטאטן - קאנגרעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אין קאלעראדא 03 איז באובערט (ר) דערקלערט געווארן געווינער נאך וואס די ריקאונט איז געענדיגט געווארן און קאנפירמד אז באובערט האט געווינען מיט 546 שטימען.

--------

דאס איז געווען די לעצטע זיץ נישט צו זיין גערופן, מיט דעם וואס די זיץ איז גערופן געווארן פארן רעפאבליקאנער ענדיגן די רעפאבליקאנער די מידטוירמס מיט 222 זיצן קעגן 213 פאר די דעמאקראטן, דאס איז א פונקטליכע פליפ פון בעפאר די עלעקשאנס ווען די דעמאקראטן האבן געהאט 222 זיצן אין די רעפאבליקאנער 213.
שרייב תגובה

צוריק צו “וואלן רעזולטאטן”