צעקה בקול דממה דקה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

צעקה בקול דממה דקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

צעקה בקול דממה דקה

"דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה, צעקה כל כך גדולה ואיש לא ישמע"


געווענליך, ווען א מענטש וויל זיך אויסגעבן, אדער ער וויל אז זיין שיטה, כח אדער אידעאלאגיע זאל געהערט ווערן, ווערט ער דאס אויסרופן בקול רם, ביז זיין שטימע וועט דערהערט וווערן.

אונזערע רבי'ס, די תלמידי בעש"ט הק, די רועי החסידות נבג"מ, זענען אונז מגלה, זיי אנטפלעקן אונז נייער וועלט אין דעם ענין. נעמליך, פארהאן מושג, אז א מענשט זאל שרייען מיט אלע זיינע כוחות, מיט אלע זיינע גלידער, עס זאל אבער זיין א בחינה פון "עצמותי תאמרנה", די ביינגער און גלידער זאלן רעדן, אבער די שטימע זעלבסט ווערט נישט געהערט!

בעפאר מיר וועלן זיך מעמיק זיין אין דעם ענין, וואס איז מעגליך אפילו א יסוד מוסד אין חסידות, וועלן מיר קודם אביסל אויסברייטערן דעם עצם ענין, דעם ענין אין חסידות, וועלכע ווארפט א ליכט אויף נאך פארשידענע ענינים. בס"ד.

דער ווארט פונעם וואורקער זי"ע איז זיכער א באקאנטער: וואס איז דאס א חסיד? -א חסיד – האט ער געענטפערט- איז דער וואס ווייסט ווי אזוי צו פאסטן בשעת'ן עסן, זיך מתבודד זיין צווישן מענטשן, אפרעכטן גלגול שלג אונטער א ווארימע דעקע.

דער וואורקער איז אונז מגלה נישט סתם א דרך אין עבודת השי"ת, נאר ער אנטפלעקט אונז וואס דאס איז א חסיד.

ער רעכנט אויס דריי ענינים אין עבודת ה', ווי פאלגענד: סיגופים, התבודדות, גלגול שלג. ונבארם בס"ד אחת אחת.

התבודדות

דער ענין פון התבודדות איז א ברייטער נושא, וועלכע פארנעמט א גרויסן און חשוב'ן ארט אין חסידות. מאנכע מיינען אז התבודדות איז אן ענין, אדער גאר א מעטאד וועלכע איינס פון די גרויסע חסידישע רבי'ס (וועלכער פארמאגט היינט צוטאג אסאך אנהענגער...) האט אויסגעפינען און דערקלערט אלס שיטה און זעלבסטשענדיגע מהלך.

ווען מען כאפט אבער א בליק, אפילו א בליק, אן צופיל מעיין זיין און אריינקוקן, זעהט מען אבער אז די ספרי חסידות זענען פול מיט דעם ענין. אבער מיר, אין דעם מאמר, וועלן זיך נישט קאנצענטרירן איבער דעם ענין התבודדות זעלבסט, נאר מיר וועלן גיין אין די פיס טריט מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן צו טרעטן אין די ראמען פון דעם מאמר, התבודדות צווישן מענטשן! א חידוש? בכלל נישט, א יסוד!

פון וועלכע קוק ווינקל מיר זאלן נאר כאפן א בליק, צי פון ספרי חסידות אדער פון ספרי מוסר גאר, וועלן מיר זיך איבערצייגן אז דאס איז א יסוד איתן און א שטארקער טעמע.
ובכלל, לערנען מיר, אז די תועלת פון התבודדות איז נישט נאר פאר'ן מענטש זעלבסט, נאר אויך פאר זיינע ארומיגע.

נאכן זיך מתבונן זיין אין די קומענדיגע ציטאטן, וועלן מיר געוואויר ווערן אז צו התבודדות פעלט נישט אויס זילך ארויסצולאזן אויף א נסיעה צווישן די וועלדער און פעלדער אדער צווישן די וועגן און שטעגן. נאר אפילו ווען מען געפינט זיך צווישן מענטשן, מען איז אין א מקום רבום צו סיי וואו, איז אלאמעל דא א פלאץ פאר התבודדות.

און ווי עס שרייבט אין ספר פלא יועץ (ערך התבודדות), ווי פאלגענד: והמישרים ארחותם אפילו בעמדם בקהל עם וברחובות קריה מתבודדים בדעתם עם קונם, וכו', עכתו"ל.

קלארע אין לויטער דיבורים אין דעם ענין, געפינען מיר אין ספה"ק מאור ושמש (פ' קדושים) וועלכע איז שטארק מאריך אין דעם ענין, און ווי ער שרייבט דברים קילורין: עס זענען פארהאן מענשטן וואס קלערן, אז דער דרך עבודה צו השי"ת, אנצוקומען צו דביקות, איז דורך התבודדות, דורכן זיך אלין מתבודד זיין חדר לפנים מן חדר, און דארט לערנען, און ער רעדד ניטש צו קיין נברא אויף די וועלט, און ער באווייזט זיך נישט פאר קיין שום מענשט, און אז דאס איז די עיקר אנצוקומען צו דביקות, אבער דאס איז נישט אמת, ווייל עס איז מעגליך ער זאל זיך מתבודד זיין עטליכע יארן, און ער וועט נישט רעדן צו קיין שום מענטש, און ער וועט צום אמת קיינמאל צוקומען".

"און אזוי האב איך געהערט פון אדמו"ר הרב המפורסם מו"ה אלימלך מליזענסק זצוק"ל וועלכע האט מפרש געווען דעם פסוק (ירמיה כג כד) 'אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראני נאם ה' ', אז ר"ר אלימלך האט געטייטשט, אז דער פסוק מיינט צו זאגן, אז אויב א מענטש וועט זיך מתבודד זיין בחדר מיוחד באהאלטענרהייט און ער וועט האלטן אז דאס איז דער עיקר עבודה, זאגט אבער דער אויבערשטער "ואני לא אראנו", אז אויך איך, כביכול, זעהט אים נישט דארט".

"נאר דער עיקר עבודה איז, אז א מענטש זאל זיך מתחבר זיין מיט אידן צדיקים וכשרים, און דורכדעם וועט ער קענען אנקומען צו דינען דעם אויבערשטן מיט אן אמת, זיך אפלערנען פון זייערע מעשים. ווייל דער עיקר איז "התבודדות המחשבה, טראכטן שטענדיג ברוממות אלקותו יתברך. הגם ער געפיינט זיך בתוך קהל רב, צווישן מערערע מענטשן, זאל ער אבער שטענדיג מדבק זיין זיין מחשבה אינעם בורא יתברך, און ווי עס שרייבט דער בעל חובות הלבבות (שער הפרישות), אז דער עיקר פרישות איז, אז א מענשט זאל זיך פארשטעלן כאילו ער איז אין א שטוב פול מיט מענטשן, אזוי ווי דער ליידיג-גייער צווישן זיי אלע. דהיינו, ער זאל מדבק זיין זיין מחשבה אינעם אויבערשטן, אויף אזוי ווייט, אז ער זאל כמעט נישט וויסן אז עס געפינט זיך מיט אים נאך מענטשן, ובפרט ביים דאווענען אא"וו, עי"ש.

פארזעצונג קומט אי"ה

פאר די מראי מקומות, לשונות פון די אויבנדערמאנטע ספה"ק, הוספות וכדומה, אין אישי ביטע
לעצט פארראכטן דורך משה כהן אום זונטאג אוגוסט 19, 2018 4:00 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

יישר כח ר' משה, זייער שיין און באלערנד.
ווען קומט נעקסט?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זייער קלאר! שכח.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

זייער אינטרעסאנט און באלערנד זיך צו באלעקן וויאזוי צו אראפצולייגן עבודות און חסידות מיר זענען דארשטיג פאר נאך.......
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט און באלערנד זיך צו באלעקן וויאזוי צו אראפצולייגן עבודות און חסידות מיר זענען דארשטיג פאר נאך.......
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

דע שיכולים לצעוק איתא בשיחות הר"ן סי' טז
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

בראשית ברא האט געשריבן:דע שיכולים לצעוק איתא בשיחות הר"ן סי' טז

ווען מען קען ווען לייגן מראי מקומות, א שטייגער ווי פוט נאוטס, וואלט איך עס ציטירט אינעם עצם מאמר.

זה לשונו: דע, שיכולין לצעוק בקול דממה דקה בצעקה גדולה מאוד, ולא ישמע שום אדם כלל, כי אינו מוציא שום קול כלל, רק הצעקה היא בקול דממה דקה. וזה יוכל כל אדם, דהיינו שיצייר במחשבתו הצעקה ויכניס קול הצעקה במחשבה, ויצייר בדעתו קול הצעקה עם הניגון כדרך שצועקין, ויכנס בזה עד שיצעק ממש בבחינת קול דממה דקה, ושום אדם לא ישמע כלל.
כי באמת אינו ציור כלל רק צעקה ממש. כי יש סימפונות בריאה שמשם יוצא הקול, וגם יש סימפונות דקים היוצאים מן הריאה אל המוח. ועל כן יכולים להכניס הקול דרך הסימפונות הדקים ההולכים אל המוח, עד שיצעק ממש במוחו על ידי מה שמצייר במחשבתו קול הצעקה ממש, שבזה הוא מכניס קול הצעקה אל המוח ויוכל לעמוד בין כמה בני אדם ויצעק מאוד ושום אדם לא ישמע כנ"ל. ע"כ.
אויך א איד
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך א איד »

אה...
רבי משה, מיר האבן זוין לאנג געווארט אויף אזא זאפטיגע פעדער, און אזא טיפע און תוכנ'דיגע נושא.
כה לחי... אז איר קענט יא פארוואס זאלט איר נישט פארברייטערן אייער פעדער צו נאך נושאים, אין דעם פעלד.
איר קענט זעהן אויף מיין צאל תגובות אז איך בין נישט איינער וועלכע סיינט זיך אריין, און ווארפט זיך מיט תגבות דבר יום ביומו, אבער אזא תוכנ'דיגע און אונהאלטסרייכע מאמר וועלכע איז מחזיר עטרת אייוועלט ליושנו, האב איך זיך געמוזט אריינסיינען און מחזק זיין, אז איר זאלט אנהאלטן ביתר שאת ואז
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ר' משה, אזא שיעור ברויך מען יעדען נאכט נאך צוויי, איידער מען הייבט אן סליחות..

וויזוי גייט נאר די ניגון ''א פייער זאל ברענען און א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נער א חסיד אליינס פארשטיין''
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

יאצמעך האט געשריבן:ר' משה, אזא שיעור ברויך מען יעדען נאכט נאך צוויי, איידער מען הייבט אן סליחות..

וויזוי גייט נאר די ניגון ''א פייער זאל ברענען און א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נער א חסיד אליינס פארשטיין''


ווען מיינסטע ווען איז דאס פאבריצירט געווארן?...
אז נישטא קיין מנין וואדען זאל מען טאן?
לעצט פארראכטן דורך משה כהן אום זונטאג אוגוסט 19, 2018 11:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אבער וואס דאס לערנען בהתבודדות?? נעכטען און פאריגע וואך האבן מיר אויך געמאנגעלט אין מנין מיר ברויכן יענע שיעורים אויך...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

ח"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

[
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

[align=center]'דממה דקה' במשנתו פון הרה"ק מווארקא זי"ע[/align]

אין ספר גדולת הצדיקים (אב"ד זלושיץ, עמ' צא) ברענגט ער א ווארט פונעם וואורקער זי"ע בדומה צום אויבנדערמאנטן ווארט, ווי פאלגענד, דער וואורקער האט געזאגט, פארהאן "א זיצענדיקין טאנץ", א גלייכן בייג, א שטיל שווייגענדיק געשריי.

"א גלייכער בייג"
בדומה צו די אויבנדערמאנטן מאמר פונעם וואורקער, איז באקאנט וואס עס שרייבט רבי ר' ברוכ'ל ממעזיבוש זי"ע אין ספה"ק ביצונא דנהורא, אויפן פסוק "וכל קומה לפניך לבד תשתחוה", אז א בשר ודם, כדי ער זאל זיך ביקן, ברויך ער טאקע בייגן זיין קערפער, אבער ביים אויבערשטן, ער קען זיך,כביכול, זיך ביקן, אפילו שטייענדיגערהייט.

"א שטיל שווייגענדיק געשריי"
אינעם אויבנדערמאנטן ספר ברענגט ער א ווארט פונעם וואורקער זי"ע, ווי פאלגענד, אויפן פסוק "וישמע אלוקים את קול הנער (בראשית כא יז)", אז אינ'אמת'ן געפינען מיר נישט אין די תורה אז ישמעאל האט געשריגן בקול רם און ער זאל זאגן עפעס דיבורים, נאר וואס דען, האט דער וואורקער געזאגט בזה"ל, "א שטיל שווייגענדיק גישריי". און ער לייגט צו א זייטיגער קרישקע, אז ווי באקאנט אז דער וואורקער געווען שטארק אין דעם בחינה," און ער האט דאס געטוהן שטענדיג, ער האט געשריגן בשתיקה קולי קולות צו השי"ת בלי הפסק".

איבער א שטיל שווייגענדע געשריי (צעקה בקול דממה דקה) ווערט געברענגט אויך פונעם ווארוקער אויפן פסוק (שמות ב ו) "ותפתח ותראהו והנה נער בוכה". אז לכאורה, זינט ווען זעהט מען אז א קינד וויינט, דאס איז דאך א זאך וואס מען הערט און נישט וואס מען זעהט, אויב אזוי, נו, וואס איז דאס "ותראהו" והנה נער בוכה? האט דער וואורקער געזאגט, אז ותראה"ו, איז בפנימיות, דהיינו, זי האט נישט געזעהן ווי ער וויינט, ווייל ער האט נישט געוויינט אויפן קול, נאר ווען זי האט געזעהן אויף אים בפנימיות אז ער וויינט האט זי געזאגט "ותאמר מילדי עברים זה", דאס איז "א אידיש געוויין", אזוי וויינט א איד. (וכך מתאמרא משמי' דרבי בונם מפשיסחא זי"ע)

אין ספה"ק אמרי אמת (חנוכה תרע"ט נשא) ברענגט ער, אז דער חובות הלבבות שרייבט, אז א עובד ה' קען הערן אנע אויערן און רעדן אנע מויל און זעהן אנע אויגן, ווייל ווען מען איז דבוק אינעם שורש טרעפט מען זיך העכער פון 'התחלקות החושים', ע"כ.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דער וואורקער ווארט איז פון הרה"ק ר' מענדעלע ווארקער, א זון פונעם וואורקער ר' איציק'ל זי"ע.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”